Re: "דירות" אין קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 25, 2024 12:53 pm
וואס טוט זיך מיט די חתן כלה דירות פאריעקט איז דא עפעס פארשריט איבער דעם?
א גוטן מועד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:22 pm טעקניקלי איז יעצט אויסגעקומען אז שכונת ויואל משה איז די איינציגסטע וואס האט שוין אלע אפראוועלס פון די ווילידזש און קאונטי און דארף שוין נישט צוקומען צו קיינעם,
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:52 pmא גוטן מועד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:22 pm טעקניקלי איז יעצט אויסגעקומען אז שכונת ויואל משה איז די איינציגסטע וואס האט שוין אלע אפראוועלס פון די ווילידזש און קאונטי און דארף שוין נישט צוקומען צו קיינעם,
צו קלאר מאכן נאכאמאל, ווי שוין געזאגט. די פאלגנדע האבן שוין געהאט אלע ווילעדזש אפראוועלס (סייט פלענס און בילדינג פערמיטס) און האבן נישט געזאלט בכלל אריינפאלן אין די ווילעדזשעס נייע עפארדעבל געזעץ:
- פארעסט ד"א ווידער (חיים נחום)
- שכונת ויואל משה (עקיבא הערש-מאיר יענקל)
- שכונת דברי יואל (יומי ווערצבערגער-יואל בראך)
- חברון (אויבן, יענקי סופר)
וויפיל זיי וועלן למעשה בעטן, קען איך נישט וויסן.
מפרסמין עושי מצוהדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 24, 2024 3:49 pm בנוגע די דירות קאמיטע איז טאקע געווען אן ערנסטער מיטינג ביים רבי'ן שליט"א (מהר"א) יעצט דעם זונטאג הארט פאר דער רבי איז געפארן אויף אפרוה. די מיטינג איז געווען מיט'ן דירות קאמיטע און די ווילעדזש באאמטע צו שטיפן אינאיינעם פאראויס די פלענער וואס קאכן זיך פעסט. די קאמיטע באשטייט פון ר' יואל (ב"ר יונה) בערנאט, ר' ישעי' ווערצבערגער, און ר' חיים שלמה קרויס, וואס זיי געבן אוועק אסאך צייט און כח צושטאנד צו ברענגען א זאכליכע פלאן מיט די דעוועלאפער.
ס'איז נאכנישט דא ממש פיינעל געשעענישן אויפ'ן שטח, אבער מ'האט געמאכט גאר גרויס פארשריט און עס קען זיין אז בקרוב ממש וועט שוין ארויסקומען פאקטישע זאכן.
צו זאגן די פרטי הדברים אין קורצן:
די יעצטיגע פלאן פונעם דירות קאמיטע איז צו טרעפן א מהלך פון נעגאשיעיטן מיט יעדן בילדער וואס ווארט אויף א טובה פונעם ווילעדזש, צו פארשנעלערן סייט פלען און פערמיט אפראוועלס אדער צו ארלעדיגן סטעיט און קאונטי סוער אפראוועלס, זאלן אין אויסטויש זיך פארפליכטן צו געבן ביליגע דירות פרייזן.
דאס מיינט אז דער פלאן גייט אפעקטן אלע צוקונפטיגע דירות פראיעקטן וועלכע האבן נאכנישט קיין סייט פלענס, דאס נעמט אריין ר' חיים נחום ווערצבערגער אויף בעיקערטאון (נעבן בית רביה"ק), ר' משה דוד נידערמאן ביי שכונת ויואל משה, ר' יוזפא לאנדא אויף עצי תמרים, ר' יחזקאל בראך אויף פארעסט מעזיבוש, ר' משה פריעדמאן אויף פארעסט מעזיבוש, ר' אלימלך דייטש ביי שכונת ויואל משה, ר' בנציון קליין די נעקסטע 2 בנינים ביי עטרת זקנים, און נאך וואס זענען קלענערע בנינים, וואס די אלע ווארטן נאך אויף אפראוועלס און קוקן ארויס אויף א שנעלע פראצעדור.
בעצם וואלטן די אלע געדארפט צושטעלן אויף א טייל פראיעקט (20 פראצענט) "אפארדעבל האוזינג" לויט די געזעץ וואס די ווילעדזש האלט אינמיטן אויפוועקן, און די ווילידזש האט דערווייל נישט געטיילט קיין סייט-פלען אפראוועלס ביז דער אפארדעבל געזעץ איז מסודר. אבער דער יעצטיגער פלאן פון די קאמיטע איז, עכ"פ אויף דערווייל, צו מאכן איין גרויסע פלעט-רעיט וואס די דעוועלאפער זאלן זיך צושטעלן דערצו אויפ'ן 'גאנצן פראיעקט' אין אויסטויש פאר השתדלות און שנעלע אפראוועלס.
די קאמיטע איז געזיצן אין די לעצטע 2-3 וואכן מיט רוב פון די דערמאנטע דעוועלאפער וועמען דאס וועט אפעקטירן, צו הערן פון זיי וואס די עכטע 'קאסטן' זענען אויפ'ן פאפיר, און וויפיל איז די מינימום ריוח וואס מאכט סענס אין זייערע אויגן לויט די ארבעט און ריסק, צו באקומען א שטיקל קלארקייט פון אלע זייטן.
יעצט האט די קאמיטע געברענגט צום טיש ביים רבי'ן אלע נומבערס פון קאסטן וואס די בילדער האבן געגעבן. ס'איז ארויסגעקומען א קלארקייט אז די עכטע ציפערן זענען צוטיילט אין 6, כזה:
1] קויפן די שטח
2] קאנסטראקשן הארד קאסט (אייטעמס צום בויען און די סובס)
3] קאנסטראקשן סאפט קאסט (אינדזשענירונג, ארכיטעקט, פערמיטס פיס, עקספעדייטערס, וואסער און סוער הוקאפס, לייעבילעטי און פייער אינשורענס, אפיס ארבייטער און קאנסטרוקשן אייגעשטעלטע, אנסייט אויסגאבן ווי קארס, מאשינען, טרעילארס וכדו', וכהנה)
4] אינפראסטרוקטור (אנסייט און אפפסייט)
5] קאסט אוו מאני, הארד מאני לאונס, קאנסטרוקשן לאון'ס, וכדו',
6] פראפיט.
די ערשטע 5, וואס זענען די קאסטן פאר דעוועלאפער, זענען אויסגעקומען צו זיין היינט צוטאג ערגעץ אין די הויכע 200'ס, אבער 'אונטער' 300 דאלאר פער סקווער פיס, ווען מען רעכנט אלע 'בילדעבל' סקווער פיס (הנקרא 'גראסס סקווער פיס', מיט די קאמאן עריעס, דאס איז בערך 20% מער ווי די סקווער פיס וואס מען פארקויפט).
אויף נומער 6, די פראפיט פארן דעוועלאפער אויף זיין אינוועסטמענט און ארבעט, האט מען לאנג דן געווען. וויאזוי זאל מען שאצן די בערך'דיגע פראפיט אויף די אפארדעבל און וויאזוי אויף די איבריגע 80 פראצענט, און עס איז געבליבן ווי געזאגט פריער אז אויף יעצט גייט מען מיט א פלאן צו מאכן (עכ"פ אויף יעצט) אלעס איין פרייז אנשטאט דרגות.
דער רבי האט אראפגעשטעלט זייער קלאר אז פאר אלע יעצטיגע פראיעקטן וואס ווארטן יעצט אויף הילף פון אפראוועלס, זאל עס זיין נאר פון $285 ביז $300 דאלאר א סקווער פיס, נישט מער, און אז דער דעוועלאפער האט נישט דא גענוג ריוח אז די ארבעט זאל זיך לוינען, זאל ער ענדערשט נידערן זיינע אויסגאבן, און דערמיט ארויפברענגען זיין פראפיט, ווי איידער בעטן טייערער.
דער בילדער זאל שפארן אויסגאבן, בויען מיט ווייניגער לוקסוס, אראפדרוקן אייטעם פרייזן, מאכן ביד'ס אויף יעדע סוב, וכדומה. דער רבי האט אנגעכאפט אלס משל די 9 פיסיגע דאך, און די ספאטלייטס, זאגנדיג אז אלעס וואס מ'האט אמאל נישט געמאכט מז דער בילדער היינט אויך נישט מאכן, און אזוי וועט ער קענען אראפברענגען די קאסט און מאכן גענוג פראפיט.
דאן האט ר' גדלי' סעגעדין פונעם ווילעדזש אויסגעשמועסט מיט'ן רבי'ן די מהלכים וואס זענען אויפ'ן טיש, אז סיי וואסערע החלטה דער רבי מיט'ן קאמיטע וועלן מאכן - אויף יעצט און אויף שפעטער - זאל די ווילעדזש קענען עס צושטאנד ברענגען דורך א לעגאלע מהלך פון גאווערמענט רולס און נעגאשיעישאנס, וואס ווערט יעצט אויסגעארבעט דורך די ספעציעל געדינגענע לויערס וואס זיי האבן געברענגט פון אלבאני דאס צו אויסארבעטן לעגאל און פראקטיש בס"ד.
עקסטער האט די קאמיטע אויפגעברענגט א נקודה בנוגע השתדלות אז די דירות זאלן ווערן פארקויפט אלס "אוינער אקיופייד", אז אינוועסטארס און פליפערס זאלן נישט הייבן די פרייז און מאכן געלט אויף די דעוועלאפערס חשבון. מ'האט אויפגעברענגט א מהלך אז די דירות קאמיטע זאל פארמאגן אן אייגענעם ליסטע פון קונים וואס זוכן א דירה "אויף צו וואוינען", וואס זיי וועריפייען, אזוי אז דער דעוועלאפער זאל געבן פריארעטי פאר דעם ליסטע, כדי די וואס זוכן באמת צו קויפן די דירה אויף צום וואוינען זאלן אלעמאל זיין די ערשטע צו באקומען די דירה פאר'ן גוטן פרייז.
א טאג דערויף, מאנטאג, איז די קאמיטע אריבער צו 2 דעוועלאפער פארשטעלן די החלטות פאר'ן מהלך. איינער פון די 2 דעוועלפער האבן יעצט אן אקטיווע קאנסטראקשן סייט פון בערך 200 דירות וואס ווארט אויף אפראוועלס, און זייענדיג גאר שטארק אנגעוויזן אויף שנעלע אפראוועלס איז ער ב"ה גרייט צו זיין דער ערשטער צו מיטארבעטן מיט די נייע פרייזן פון $300 א ס"פ אין אויסטויש פאר ווילעדזש הילף אויף שנעלע אפראוועלס.
אבער, היות ער האט שוין גענומען דעפאזיטס פאר א גרויס חלק דירות (בערך א יאר צוריק, פאר ארום 380 א ס"פ), און נאר א חלק דירות זענען נאך פארבליבן יעצט צו פארקויפן, איז זיין שאלה געווען, צו ער קען/דארף יעצט ברעכן זיינע קאנטראקטס, נידערן די פרייזן, און צושטעלן אנדערע סארט קוואליטי מיט ווייניגער אפגרעידס וכו'.
די קאמיטע האט אנגערופן דעם רבי'ן מיט די שאלה, און ס'איז געבליבן אז ער זאל 'געבן די אפציע' פאר אלע ביז יעצטיגע קונים צו אליינס באשליסן. אדער זאלן זיי בלייבן מיט די אלטע אפגרעידס פאר די אלטע פרייז, אדער קענען זיי מבטל זיין די קאנטראקט צו באקומען די נייע פרייזן, און דער דעוועלאפער וועט טוישן צו אראפנעמען אפגרעידס וכדו'.
יעצט וועט די קאמיטע ווייטער נעגאושיעיטן מיט די אנדערע דערמאנטע דעוועלאפער וועלכע ווארטן אויף די זעלבע הילף פאר אפראוועלס, און עס איז צום האפן אז מען וועט באווייזן צו ברענגען א דראסטישע טראסק אין דירות פרייזן, ווען קרית יואל וועט ווייטער ארויסשטיין אלס דער שטאלצער שטאט וואו עסקני העיר אין שפיץ פון רבי'ן שליט"א זענען אויף נעכט צו זארגן פאר'ן וואוילזיין פונעם ציבור.
ויה"ר שחפץ ה' בידם יצליח!!!
ווי איז עס?Monroe On Scene האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 19, 2024 5:35 pm אין בלומינגראוו וויליזש איז שין א שטיק צייט אדווערטייזד עטליכע נייע דירות וואס ממאכט שוין גרייט צו מופן
אבער יעצט שטייט אז ער איז נאר 288 א ס"פ
און ער זאגט די דירה איז 3470 ס"פ
איך טריי צו קריגן מער קראנטע אינפא אבער לויט ווי סשטייט דא קומט עס אויס אינטער א מיליאן א ריזן דירה
וואו זעסטו מיר בייסן? איך זאג דאך די זעלבע ווי דירדער תהלים איד האט געשריבן: שמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 24, 2024 5:22 pm
שטעלט זיך ארויס קליפ און קלאר אז דער רבי האלט פון צוימען די בילדערס אויך, אנדערש ווי די ''בלויז לאט'' האוקאס וואס מ'האט פראפעגאנדירט
אויך שטעלט זיך ארויס קליפ און קלאר אז דער רבי האלט פון צוימען די איינוואוינער אויך, אנדערש ווי די ''בלויז דעוועלאפער" האוקאס וואס מ'האט פראפעגאנדירט
ערעב איד... אז ס'איז דא גוטע נייעס מוז עס גיין מיט איינעם צובייסן? פלעין 'גוט' איז עפעס שלעכט?
לאמיר האפן עס זאל מצליח זיין אז ס'זאל זיין גוט פאר יעדן! יעדער זאל האבן די בעסטע און יעדער זאל מאכן די מערסטע געלט.
וואס מיינסטו צו זאגן דערמיט? אז זיי האבן עס געטון וועגן דעם רבי'ן? אויב יא איז די שאלה צו ער גייט אראפלאזן די פרייז אויף קאונטי רוט 105 אויך.לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:30 pmאון זיי האבן עס געטוהן נאך זיך אראפ זעצן מיט כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א (מהרי"י) און איבערגעגאנגען אלע דעטאלן
אמת אמת אמתפופציגער האט געשריבן: שמייכלדיג האט געשריבן:
שטעלט זיך ארויס קליפ און קלאר אז דער רבי האלט פון צוימען די בילדערס אויך, אנדערש ווי די ''בלויז לאט'' האוקאס וואס מ'האט פראפעגאנדירט
שטעלט זיך ארויס אז דער רבי האלט די דעוועלאפערס זענען ארנטליכע לייט, והראי' מ'קען מיט זיי טון אזאנס.
די קרית יואלע דעוועלאפער וועלן געדענקט ווערן צום גוטן, אלס ביזנעסלייט, אינוועסטירער, וועלכע האבן קאמבינירט חסד מיט ביזנעס.
וואס מאכט נישט קיין סענטס???דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:50 pmוואס מיינסטו צו זאגן דערמיט? אז זיי האבן עס געטון וועגן דעם רבי'ן? אויב יא איז די שאלה צו ער גייט אראפלאזן די פרייז אויף קאונטי רוט 105 אויך.לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:30 pmאון זיי האבן עס געטוהן נאך זיך אראפ זעצן מיט כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א (מהרי"י) און איבערגעגאנגען אלע דעטאלן
כ'פארשטיי אז ס'איז סתם געשריבן למען ה'וויזויהייסטעס... אבער א זאך דארף מאכן סענס.
איש חשוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 3:55 pmוואס מאכט נישט קיין סענטס???דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:50 pmוואס מיינסטו צו זאגן דערמיט? אז זיי האבן עס געטון וועגן דעם רבי'ן? אויב יא איז די שאלה צו ער גייט אראפלאזן די פרייז אויף קאונטי רוט 105 אויך.לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:30 pmאון זיי האבן עס געטוהן נאך זיך אראפ זעצן מיט כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א (מהרי"י) און איבערגעגאנגען אלע דעטאלן
כ'פארשטיי אז ס'איז סתם געשריבן למען ה'וויזויהייסטעס... אבער א זאך דארף מאכן סענס.
ער געהערט צו דעם קהלה, איז ער זיך געגאנגען איבערשמועסן מיט'ן רבי'ן. (אויב ס'איז אמת)
די זאגסט איבער שמוסן, דער ארגינעלע תגובה איז געשטאנען אז זיי האבן עס גוטן מדעת עצמם, און מדעת רבם, וואס אויב אזוי, אז האט גארנישט מיט די יעצטיגע אינציאטיוו, וואלטן זיי פארקויפט אלע דירות פאר ביליג.איש חשוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 3:55 pmוואס מאכט נישט קיין סענטס???דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:50 pmוואס מיינסטו צו זאגן דערמיט? אז זיי האבן עס געטון וועגן דעם רבי'ן? אויב יא איז די שאלה צו ער גייט אראפלאזן די פרייז אויף קאונטי רוט 105 אויך.לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:30 pmאון זיי האבן עס געטוהן נאך זיך אראפ זעצן מיט כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א (מהרי"י) און איבערגעגאנגען אלע דעטאלן
כ'פארשטיי אז ס'איז סתם געשריבן למען ה'וויזויהייסטעס... אבער א זאך דארף מאכן סענס.
ער געהערט צו דעם קהלה, איז ער זיך געגאנגען איבערשמועסן מיט'ן רבי'ן. (אויב ס'איז אמת)
ספאט לייטס און אנדערע אפגרעידס קען מען צולייגן שפעטעריאנטשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 11:26 amזיכער מאכט עס עפעס אויס, אבער נישט אזוי סאך ווי מען מאכט עס... נאר ענדערש ממש א טראפקעלע פון די קאסט, און פון די אנדערע זייט נעמט מען אראפ א ריזיגע חלק הרחבת הדעת פון וואוינען אין אזא דירה..דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 24, 2024 4:53 pm @שבת קודש אחרי שובי ניחמתי אז ס'קען יא זיין אז די 9 פיס מאכט א עכטע חילוק אין פרייז.
קוק אפילו נאר אויף מאטיריעל קאסט. אז מען דארף אויף אפאר הונדערט דירות צולייגן צון יעדע שטאק מער האלץ, מער פייפס, לענגערע ווייערס, מער אינסאלעישן, מער שיטראק, נאך סטעפס, מער סקווער פיס פעינט, און עיר קאנדישן און היעטינג גייט אויף אויף קיוביק פיס קאווערעדזש, אא"וו.
איך האב נישט קיין נומערן, אבער עס קען יא מאכן סענס. ונחי' ונראה.
ווייער און פייפינג מאכט ממש נישט אויס (ארום 50' ווייער אין טאטאל וואס קאסט $100 פער דירה... ניטאמאל א דשאוק..) די זעלבע מיט פייפס, סטעפס, פעינט וכדומה, וואס די סוב בעט אויפן דשאב און נישט פער קיוביק פיס.. ממילא אפילו ער שפארט זיך וועט ער נישט געבן ביליגער, סענטראל היטינג (פוי!) קאסט אויך נישט מער געווענליך ווייל עס גייט בערכדיג לויט די טאן, און נישט יעדע פאר סקווער פיס דארף מען לייגן א שטערקערע (און אפילו א שטערקערע מאשין איז ממש אביסל מער, אינסטאלעישאן איז די זעלבע וכו'.
האלץ און שיטראק מאכט יא אויס, אבער כלעיל, ממש א קלייניקייט וואס לכבוד דעם נעמט מען אוועק די הרחבת הדעת, ענדערש לייג נישט קיין סענטראל עיר קאנדישאן, סערעמיק טיילס אין טוילעט (און אפילואין קאך), שיינע רעילינגס אוו טרימינג, נאר איין סארט סיידינג, אא"וו מיט אלע פינישינגס אזויווי מען האט געמאכט ביי די גאווערמענט דירות אין עצי תמרים, אבער א נידריגע דאך נישט.
די דיסיזשן דארף די בויער מאכן, ער רעכנט אויס וואס ס'איז נישט וויכטיג און שפארט געלט, אז ער זאל מאכן גענוג פארפיט און האבן קונים.אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:25 pmספאט לייטס און אנדערע אפגרעידס קען מען צולייגן שפעטעריאנטשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 11:26 amזיכער מאכט עס עפעס אויס, אבער נישט אזוי סאך ווי מען מאכט עס... נאר ענדערש ממש א טראפקעלע פון די קאסט, און פון די אנדערע זייט נעמט מען אראפ א ריזיגע חלק הרחבת הדעת פון וואוינען אין אזא דירה..דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 24, 2024 4:53 pm @שבת קודש אחרי שובי ניחמתי אז ס'קען יא זיין אז די 9 פיס מאכט א עכטע חילוק אין פרייז.
קוק אפילו נאר אויף מאטיריעל קאסט. אז מען דארף אויף אפאר הונדערט דירות צולייגן צון יעדע שטאק מער האלץ, מער פייפס, לענגערע ווייערס, מער אינסאלעישן, מער שיטראק, נאך סטעפס, מער סקווער פיס פעינט, און עיר קאנדישן און היעטינג גייט אויף אויף קיוביק פיס קאווערעדזש, אא"וו.
איך האב נישט קיין נומערן, אבער עס קען יא מאכן סענס. ונחי' ונראה.
ווייער און פייפינג מאכט ממש נישט אויס (ארום 50' ווייער אין טאטאל וואס קאסט $100 פער דירה... ניטאמאל א דשאוק..) די זעלבע מיט פייפס, סטעפס, פעינט וכדומה, וואס די סוב בעט אויפן דשאב און נישט פער קיוביק פיס.. ממילא אפילו ער שפארט זיך וועט ער נישט געבן ביליגער, סענטראל היטינג (פוי!) קאסט אויך נישט מער געווענליך ווייל עס גייט בערכדיג לויט די טאן, און נישט יעדע פאר סקווער פיס דארף מען לייגן א שטערקערע (און אפילו א שטערקערע מאשין איז ממש אביסל מער, אינסטאלעישאן איז די זעלבע וכו'.
האלץ און שיטראק מאכט יא אויס, אבער כלעיל, ממש א קלייניקייט וואס לכבוד דעם נעמט מען אוועק די הרחבת הדעת, ענדערש לייג נישט קיין סענטראל עיר קאנדישאן, סערעמיק טיילס אין טוילעט (און אפילואין קאך), שיינע רעילינגס אוו טרימינג, נאר איין סארט סיידינג, אא"וו מיט אלע פינישינגס אזויווי מען האט געמאכט ביי די גאווערמענט דירות אין עצי תמרים, אבער א נידריגע דאך נישט.
א נידריגע דאך איז מען סטאק אויף אייביג
די פוינט איז רעלעוואנט אפילו ווען סאיז 10. און ביידעוועי שרייבט דער בריוו זייער קלאר אז סנישט קראנט דער נאמבערMonroe On Scene האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:49 pm א גוטן קודם ווילעך באגריסן די נייעס אז יוזפא האט זיך ציגעשטעלט און מגייט בויען פאר ביליג
סיז א מוראדיגע זאך
אידן בלוטיגן און מטוט צו די זאך אזוי דאף זיין
האפנטלעך זאל זיך עס אויסארבעטן
יעצט אויף וואס מהאט זיך געטאנעט וועגן די בויערס האב איך נישט עכט אריינגערעדט ווייל סקימט אן צו פאליטיקס און סנישט מיין ליין
באט איך קען גיט מענטשן אין די ליין און סיז עכט איבערגעטריבן די וועג פון זיי מאכן אזוי שמוציג
ממיינט אז יעדע זאך וואס זיי זאגן אז סקאסט געלט איז אטעמאטיש ליגנט. סנישט אזוי זיכער. און ממעג נישט סתם באשמיצן
למשל אויף די גרופ וואס איך בין איז דא מענטשן מיט נאנטע קשר מיט די מארקעט און מיט בויערס אויך
לייגט איינער ארויס יעצט א בריוו וואס דע היימשטאט האט געמאכט וועגן עלעוועטערס אז סקאסט נאר 2 3 דאלאר א סקווער פיס
ווייל איינער האט געזאגט אז איינער האט געזאגט...
למעשה טענהט מען דא אז אויב מאכט מען א עכטע קאמערשל קאסט עס זיכער סאך מער ווי דאפלט מסתמה 10 דאלער פאר יעדע ס"פ
די גיטע זאכן פון אויפטין מיט פערמיטס זענען מוראדיג און סאל האבן הצלחה
באט די וואס באשמיצן און זענען ביזי חוזק מאכן דעיס איז נישט שיין
בארואיגט אייך..דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 3:58 pmאיש חשוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 3:55 pmוואס מאכט נישט קיין סענטס???דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:50 pm
וואס מיינסטו צו זאגן דערמיט? אז זיי האבן עס געטון וועגן דעם רבי'ן? אויב יא איז די שאלה צו ער גייט אראפלאזן די פרייז אויף קאונטי רוט 105 אויך.
כ'פארשטיי אז ס'איז סתם געשריבן למען ה'וויזויהייסטעס... אבער א זאך דארף מאכן סענס.
ער געהערט צו דעם קהלה, איז ער זיך געגאנגען איבערשמועסן מיט'ן רבי'ן. (אויב ס'איז אמת)
אה. ס'איז זיין פריוואטע זאך אז ער האט גענומען א ברכה.
ווען ער גייט א שידוך טון גייסטו אויך שרייבן אז ער האט א שידוך געטון נאכ'ן זיך אדורכרעדן מיט' רבי'ן. איך הער...
עניוועי ס'נישט צו מאכן א גאנצע אישו דערפון, נאר כ'האב א פערזענליכע שנאה צו אזעלכע נארישקייטן.
ביסט גערעכט אז מען קען נישט נעמען איין נומער און ווייזן אויף די גאנצע בילד, למשל דא איז אמת אז א עלעוועיטאר קאסט ארום 1-150 טויזענט, אבער עס איז דאך נישט גענוג איינס פאר א בילדינג ווייל עס קען נאר קאווערן איינס אדער צוויי סעקשאנס און היינטיגע בנינים האבן זעקס זיבן סעקשאנס..Monroe On Scene האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:58 pm מאטאווירט כוואלט עס געריפן
געהעצט אין די וועלט אריין....
משיסט נומבערס ממאכט מעשית
ספאסט נישט
מקען דעך גיין נערמאל
זייער פשוט. אז זיי האבן זיך שואל עצה געווען ביים רבין וואס צוטוען.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:50 pmוואס מיינסטו צו זאגן דערמיט? אז זיי האבן עס געטון וועגן דעם רבי'ן? אויב יא איז די שאלה צו ער גייט אראפלאזן די פרייז אויף קאונטי רוט 105 אויך.לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:30 pmאון זיי האבן עס געטוהן נאך זיך אראפ זעצן מיט כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א (מהרי"י) און איבערגעגאנגען אלע דעטאלן
כ'פארשטיי אז ס'איז סתם געשריבן למען ה'וויזויהייסטעס... אבער א זאך דארף מאכן סענס.
ניין. די פוינט איז אז ווען דו זאגסט די גייסט ארויף מיט 100 א סקווער פוס וועגן עלעוועטערס, מאכסטו חוזק. נישט קיין חילוק צי די עכטע נאמבער איז 4 אדער 10 אדער 15.Monroe On Scene האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:58 pm מאטאווירט כוואלט עס געריפן
געהעצט אין די וועלט אריין....
משיסט נומבערס ממאכט מעשית
ספאסט נישט
מקען דעך גיין נערמאל
ליין וואס די בריוו שרייבט אינמיטןMonroe On Scene האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:49 pm א גוטן קודם ווילעך באגריסן די נייעס אז יוזפא האט זיך ציגעשטעלט און מגייט בויען פאר ביליג
סיז א מוראדיגע זאך
אידן בלוטיגן און מטוט צו די זאך אזוי דאף זיין
האפנטלעך זאל זיך עס אויסארבעטן
יעצט אויף וואס מהאט זיך געטאנעט וועגן די בויערס האב איך נישט עכט אריינגערעדט ווייל סקימט אן צו פאליטיקס און סנישט מיין ליין
באט איך קען גיט מענטשן אין די ליין און סיז עכט איבערגעטריבן די וועג פון זיי מאכן אזוי שמוציג
ממיינט אז יעדע זאך וואס זיי זאגן אז סקאסט געלט איז אטעמאטיש ליגנט. סנישט אזוי זיכער. און ממעג נישט סתם באשמיצן
למשל אויף די גרופ וואס איך בין איז דא מענטשן מיט נאנטע קשר מיט די מארקעט און מיט בויערס אויך
לייגט איינער ארויס יעצט א בריוו וואס דע היימשטאט האט געמאכט וועגן עלעוועטערס אז סקאסט נאר 2 3 דאלאר א סקווער פיס
ווייל איינער האט געזאגט אז איינער האט געזאגט...
למעשה טענהט מען דא אז אויב מאכט מען א עכטע קאמערשל קאסט עס זיכער סאך מער ווי דאפלט מסתמה 10 דאלער פאר יעדע ס"פ
די גיטע זאכן פון אויפטין מיט פערמיטס זענען מוראדיג און סאל האבן הצלחה
באט די וואס באשמיצן און זענען ביזי חוזק מאכן דעיס איז נישט שיין
איך פארשטיי נישט.Monroe On Scene האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 5:56 pm מאטאווירט די פוינט איז אז מהעצט ארום
ווייל קיינער זאגט נישט אז וועגן א עלעוועטער גייט ער ארויף 100 דאלער....
ער זאגט אז סקאסט אסאך געלט. ני סקאסט טאקע אסאך
שרייבט די היימשטאט אז סקאסט כמעט גאנישט... סיז זייער נאריש און ספאסט ניש