טעכנאלאגיע עסקן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:22 pm
די פוינט איז זייער פשוט. מען קען נישט זיין ביזי מיט א מעסטער יעדעס מאל איינער געט ארויס א פאון, וויפיל אנדערש סאיז פון די טריפה'נע. צו בלוי מיט שווארץ איז גענוג, אדער נאר רויט מיט גרין... פארדעם איז די תקנה פון די וועד אז מען קען נישט ארויסגעבן א פאון וואס איז די זעלבע ווי א טריפה'נע, נאר אויב מען טוישט די הארדוועיר, וואס דעמאלטס איז די שטערקסטע וועג אז עס זאל אויסזעהן אנדערש.
א גערעכטע טענה פון די רבנים, זיי זאגן אז
1) מען קען נישט יעדעס מאל באזונדער דן זיין אויף יעדע פאון אויב די כשר'ע ווערסיע זעט אויס גענוג אנדערש פונעם טריפה'נע, דעריבער איז די פאליסי אז מען מוז האבן אזא פאון וואס איז בכלל נישט דא צו באקומען אין א טריפה'נע ווערסיע.
2) מען קען נישט יעדע מאל באזונדער פריש דן זיין אויף יעדע עפפ פארוואס דאס יא און יענץ נישט, דעריבער איז די פאחיסי אז קיין שום עפפ וואס נוצט דאטא (אויסער מולטי מידיע מעסידש) איז נישט ערלויבט.
למעשה איז ארויסגעקומען פון די
פאליסיס אז
1) די טק זעט אויס היבש ענליך צו א טריפה'נע פאון, און כאטש די באטאנס זענען אנדערש דאך ווען איינער האלט עס אין די הענט זעט מען נישט קיין עכטע חילוק, דאך אבער היות במציאות איז עס גענליך א צווייטע הארדווער ערלויבט מען עס און מען איז נישט חושש אז מען דערקענט נישט קיין חילוק.
2) די טראסט און נאך אנדערע זעט מען קלאר אז עס איז א כשר'ע ווערסיע, און מען דערקענט קלאר אז עס איז נישט די זעלבע ווי די אומבלאקירטע, אבער דאך ערלויבט מען עס נישט ווייל סוף כל סוף איז די פאליסי אוועקגעשטעלט אז מען קען נישט האבן א פאון וואס עס איז אויך דא צו באקומען א טריפה'נע ווערסיע דערפון.
דאס איז אלעס זייער פארשטענדליך, אז די רבנים פונעם ועד הקהיות האבוןבאשלאסן אוועק צו שטעלן פאליסיס, און נישט יעדעס מאל באזונדער דן זיין, און דערנאך זיך דארפן פארענטפערן פארוואס דאס יא און יענץ נישט, דעריבער האבן זיי געמאכט זייער קלארע גיידליינס.
אבער געס וואט, די רבנים פון 'למעשה' זענען געקומען, און זיי זאגן איך האב נישט קיין פראבלעם יעדעס מאל צו דן זיין פון פריש, פונקט ווי יעדע מוסד נעמט אן איינער מיט א גע'כשר'טע VN220 און קייאסערא, כאטש עס איז דא צו באקומען די זעלבע זאך מיט אפענע אינטערנעט, דאך איז אבער פאקטיש די גע'כשר'טע ווערסיע קלאר
כשראון מען האט נישט קיין פראבלעם דערמיט.
זאגן די רבנים פון למעשה אז אויב א אידישע פירמע קומט און מאכט א טעלעפאן וואס איז כשר, גייט מיר נישט אן אז די זעלבע הארדוועיר איז דא אויך אין א טריפה'נע ווערסיע, ווילאנג די פאון איז כשר זאג איך אז עס איז כשר. פונקט ווי ועד הקהילות פארשטייט אז אסר'ן די טק כאטש עס איז אן אנדערע הארדוועיר בלויז ווייל סתם א מענטש זעט נישט קיין חילוק צווישן דעם און א טריפה'נע פאון איז איבערגעטריבן, פארשטייען די רבנים פון למעשה די זעלבע אויף אנדערע סארט פאונס אפילו אויב עס איז יא די זעלבע הארדוועיר.
נישט נאר דאס, נאר די רבנים זענען אפילו גרייט צו דן זיין אויף יעדע עפפ באזונדער, זיי זאגן נישט איך געב ארויס א בלענקעט איסור אויף סיי וועלכע דאטא עפפ, נאר יעדע עפפ וועלן מיר באזונדער דן זיין אויב מיר לאזן דאס יא אדער נישט... די רבנים פון ועד הקהילות ווילן נישט די קאפ ווייטאג, אבער די רבנים פון למעשה זענען יא גרייט דערויף.
סך הכל האבן ביידע הכשרים דערווייל מער ווייניגער די זעלבע סטאנדארטן (אויסער וועיז מיינעך) אבער מיט אנדערע מהלכים, ועד הקהילות האט באשלאסן צו סעטן א סטאנדארט און נישט מאכן קיין אויסנאם, און דעריבער זענען זייערע גיידליינס זייער קלאר, אבער עס איז נישט שייך צו פארהאנדלען, און אפילו אויב זיי פארשטייען אז א געוויסע פאון איז אנדערש וועלן זיי נשיט מאכן קיין אויסנאם צום כלל, און למעשה האט באשלאסן אז מען איז דן יעדע פאון פאר זיך, און ווער עס איז כשר און די ועד האט נישט קיין חששות דערויף באקומט עס א זיגל.