קרישקעלעך בחצרות הקודש

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
צדיק הדורות
פרישער באניצער
פאוסטס: 93
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 16, 2026 4:37 am
x 216

Re: קרישקעלעך בחצרות הקודש

פאוסט דורך צדיק הדורות »

ברטנורה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 12, 2026 7:57 pm [בדרך אגב שבת נאך פסח הבעל''ט שבת יארצייט פון הרה''ק ר' מענדלע זי''ע וועט בעזרת ה' יתברך הרה''צ המשפיע ר' נטע פאנעט שליט''א פארן און פראווען בצלו של הרה''ק ר' מענדלע זי''ע בעיר טבריא און איינעם מיט פולע חסידים מעריצים חברים וידידים פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ]
פאלגענד איז א שיעור פון ר' נטע שליט''א בעיר טבריא סמוך ונראה לציון קוה''ק ר''ר מענדלע זי''ע
לבני חו''ל ביום שלש עשרה מידות תשפ''ו גוגל דרייוו
ברטנורה
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2026 5:02 am
Location: בארא פארק
x 91

Re: קרישקעלעך בחצרות הקודש

פאוסט דורך ברטנורה »

זלמעלע האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 26, 2026 3:07 pm
ברטנורה האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 26, 2026 1:43 pm הגה'' המשפיע ר' נטע פאנעט האדמו''ר מוויטעבסק ב''ב שליט''א דעם שב''ק און מאנסי
שרייב ביטע עפעס מער איבער דעם משפיע שליט"א...
הגה’’צ המשפיע ר’ נתן נטע פאנעט שליט''א איז א זוהן פון הגה''צ הבנש''ק ר' אהרן דוד פאנעט זצ''ל ראה’’כ זיבינבירגן [א מחותן מיטן בעלזער רב שליט''א] די שווער פון זיין טאטע איז הגה"צ רבי יהודה הלוי טירנואר זצ"ל, אב"ד 'שומרי שבת' בבורו פארק, און א איידעם ביי האדמו''ר מביאלא ישרי לב שליט''א פון בני ברק,הרב הצדיק ר’ נטע שליט''א האט א שוהל און איז משפיע און שטאט בני ברק, און איז א יוד וואס גייט אויס פאר איודישע נשמה כפשוטו וואס ער טוט פאר אידישע נשמות בכל רחבי תבל ברחניות ובגשמיות, אזוי אויך איז ר’ נטע שטארק מקושר און משפיע פון די ספרי בעש''ט הק' ותלמידיו זי''ע ובפרט פון די ספרי הבעל התניא און איז שטארק מקושר צו הרה''ק רבי מענדלע וויטעבסקער זי’’ע און זיינע ספרים און תלמידים, הרב הצדיק ר’ נטע שליט''א איז שטארק פארקאכט צום הייליגן שב''ק ווי ער פראוועט די תפילות שב''ק שעות ארוכות בשמחה וריקודים און די סעודות שב''ק בשבת אחים שעות ארוכות בניגונים וריקודים, אזוי אויך האט הרב הצדיק ר’ נטע שליט''א מייסד געווען און פירט א קופה צדקה למען צרכי עניי ארץ ישראל חלוקת צרכי שבת קודש ויו’’ט מיטן נאמען צדקת ר’ מענדל’ע על שמו ועל זכרו הטהור של רבן ואוהבן של ישראל רביה’’ק ר' מנחם מענדיל ב"ר משה מוויטעבסק זיעועכי’’א זצוקללה’’ה לכבוד דעם הייליגן שבת וואס מ'טיילט פאר הונדערטע משפחות און ארץ ישראל צרכי שב''ק ויו''ט מיט א ברייטקייט אז יעדע יוד בארצה’’ק זאל האבן א ראוגיע פרייליכע שבת און יו''ט אן צומצום און דאגות הרב הצדיק ר’ נטע שליט''א קומט פון צייט צו צייט קיין אמערקיא און אויך קאנאדע שאפן געלט פארן הייליגע קופה לכבוד שב''ק און אויפצוהייבן אידישע נשמות בכל אתר ואתר און נענטער מאכן צום הייליגע טאטע אויבן און הימל און צו אים דינען.
שרייב פאוסט