ברטנורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 12, 2026 7:57 pm [בדרך אגב שבת נאך פסח הבעל''ט שבת יארצייט פון הרה''ק ר' מענדלע זי''ע וועט בעזרת ה' יתברך הרה''צ המשפיע ר' נטע פאנעט שליט''א פארן און פראווען בצלו של הרה''ק ר' מענדלע זי''ע בעיר טבריא און איינעם מיט פולע חסידים מעריצים חברים וידידים פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ]
פאלגענד איז א שיעור פון ר' נטע שליט''א בעיר טבריא סמוך ונראה לציון קוה''ק ר''ר מענדלע זי''ע
לבני חו''ל ביום שלש עשרה מידות תשפ''ו גוגל דרייוו
קרישקעלעך בחצרות הקודש
-
צדיק הדורות
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 94
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 16, 2026 4:37 am
- x 218
Re: קרישקעלעך בחצרות הקודש
-
ברטנורה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 35
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2026 5:02 am
- Location: בארא פארק
- x 95
Re: קרישקעלעך בחצרות הקודש
הגה’’צ המשפיע ר’ נתן נטע פאנעט שליט''א איז א זוהן פון הגה''צ הבנש''ק ר' אהרן דוד פאנעט זצ''ל ראה’’כ זיבינבירגן [א מחותן מיטן בעלזער רב שליט''א] די שווער פון זיין טאטע איז הגה"צ רבי יהודה הלוי טירנואר זצ"ל, אב"ד 'שומרי שבת' בבורו פארק, און א איידעם ביי האדמו''ר מביאלא ישרי לב שליט''א פון בני ברק,הרב הצדיק ר’ נטע שליט''א האט א שוהל און איז משפיע און שטאט בני ברק, און איז א יוד וואס גייט אויס פאר איודישע נשמה כפשוטו וואס ער טוט פאר אידישע נשמות בכל רחבי תבל ברחניות ובגשמיות, אזוי אויך איז ר’ נטע שטארק מקושר און משפיע פון די ספרי בעש''ט הק' ותלמידיו זי''ע ובפרט פון די ספרי הבעל התניא און איז שטארק מקושר צו הרה''ק רבי מענדלע וויטעבסקער זי’’ע און זיינע ספרים און תלמידים, הרב הצדיק ר’ נטע שליט''א איז שטארק פארקאכט צום הייליגן שב''ק ווי ער פראוועט די תפילות שב''ק שעות ארוכות בשמחה וריקודים און די סעודות שב''ק בשבת אחים שעות ארוכות בניגונים וריקודים, אזוי אויך האט הרב הצדיק ר’ נטע שליט''א מייסד געווען און פירט א קופה צדקה למען צרכי עניי ארץ ישראל חלוקת צרכי שבת קודש ויו’’ט מיטן נאמען צדקת ר’ מענדל’ע על שמו ועל זכרו הטהור של רבן ואוהבן של ישראל רביה’’ק ר' מנחם מענדיל ב"ר משה מוויטעבסק זיעועכי’’א זצוקללה’’ה לכבוד דעם הייליגן שבת וואס מ'טיילט פאר הונדערטע משפחות און ארץ ישראל צרכי שב''ק ויו''ט מיט א ברייטקייט אז יעדע יוד בארצה’’ק זאל האבן א ראוגיע פרייליכע שבת און יו''ט אן צומצום און דאגות הרב הצדיק ר’ נטע שליט''א קומט פון צייט צו צייט קיין אמערקיא און אויך קאנאדע שאפן געלט פארן הייליגע קופה לכבוד שב''ק און אויפצוהייבן אידישע נשמות בכל אתר ואתר און נענטער מאכן צום הייליגע טאטע אויבן און הימל און צו אים דינען.
-
צדיק הדורות
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 94
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 16, 2026 4:37 am
- x 218
Re: קרישקעלעך בחצרות הקודש
הגה''צ המשפיע ר' נתן נטע פאנעט שליט''א מוויטעבסק בני ברק בביקור אצל הגה''ק ר' דב קוק שליט''א בטבריא חוה''מ פסח תשפ''ו
-
קוקן פאזיטיוו
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1944
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
- x 1797
Re: קרישקעלעך בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א
מיט הגה"צ אב"ד סאטמאר וומ"ס שליט"א
היינט דינסטאג אין ביהמ"ד חבד
אין פאלם ספרינגס קאליפארניע
אין א שמועס וויילנדיג אויף אפרוה
מיט הגה"צ אב"ד סאטמאר וומ"ס שליט"א
היינט דינסטאג אין ביהמ"ד חבד
אין פאלם ספרינגס קאליפארניע
אין א שמועס וויילנדיג אויף אפרוה
- פיילס
-
- -5113888826752437589_119.jpg (183.54 KiB) געזען געווארן 767 מאל
Re: קרישקעלעך בחצרות הקודש
האדמו''ר מוויען פארט אהין 2 מאל א יאר?קוקן פאזיטיוו האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 15, 2026 12:10 am כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א
מיט הגה"צ אב"ד סאטמאר וומ"ס שליט"א
היינט דינסטאג אין ביהמ"ד חבד
אין פאלם ספרינגס קאליפארניע
אין א שמועס וויילנדיג אויף אפרוה
דאכזעך ער פארט יעדעס יאר פאר פורים
-
הייסע קרעטשניפער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 29
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
- x 74
Re: קרישקעלעך בחצרות הקודש
די גרויסע סאטמערע ישיבה גדולה אין ק"י רעש'ט די לעצטע טעג איבער עטליכע גאר איבעראשענדע אינטערסאנטע אנעקדאטן וואס נעמט איבער די הייליגע ישיבה ווענט בין כותלי הישיבה
וועלכע איז נאך נתייסד געווארן דורך מרן רבינו הקוה"ט הדב"י זצוק"ל
און איז ארויסגעברענגט געווארן קיין ק"י
כפי רצונו הטהור דורך מרן רבינו הקוה"ט הב"מ זצוק"ל
און איז היינט תחת דגלו של מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר מהר"א שליט"א
די מעשה האט זיך אנגעהויבן מיט איינע פון די גאר חשובע בחורים מתלמידי הישיבה סניף דברי יואל-עקשטיין
מחשובי תושבי עיה"ק ירושלים תובב"א
געווען איז עס ווען די חשובע בחור האט זיך פארפלאנטערט מיט די רשעי ישראל מיט די שלוחי הס"מ די מדינה הטמאה וועלכע זוכן אריינצולייגן אידישע בחורים אינעם טריפה'נעם צינוסט'שן שמעלץ טאפ מיליטער וועלענדיג אים אריינשליידערן אינעם טריפה'נעם מיליטער.
די פארגאנגענע תולדות איז הבה"ח הב"ע ני"ו אהיימגעפארן קיין ארה"ק צוליב די גרויסע סאטמערע נסיעה וואס די רבי זז"ג האט אפגעראכטן אין יענע טעג.
און אויך צוליב א משפחה שמחה.
גלייך ביים אנקומען איז הב"ע אריבערגעגאנגען צי די צענטראלע אפיסעס פון מרכז עזרה ויועץ שע"י קהל יטב לב און דורך געטשעקט זיין סטעטוס קוקענדיג ווי עס האלט די פראצעדור פון זיין פטור.
ליידער איז אבער די מצב געווען גאר פארפלאנטערט און שווער און מ'האט געדארפט דורך גיין גאר אסאך שוועריקייטן צי באקומען די פטור.
די עסקנים האבן אנגעהויבן ארבעטן אויף קעסל און כלים צי מסדר זיין די פטור אבער ליידער האט זיך די מדינה הטמאה גאר שטארק פארלייגט אויף הב"ע אז ער זאל אנקומען אין מיליטער ח"ו.
געווען איז עס אפילו איינמאל אינמיטן די פולע פראצעדורן ווען מען האט אים שיעור ארעסטירט און הב"ע איז אנטלאפן מיט אלע כוחות ביז צי די געסעלאך פון מאה שערים וואס דארט האבן די רשעים מורא אריינצוטרעטן.(כמובן...)
אזוי האט זיך עס פארצויגן און פארצויגן אזש הב"ע איז שוין נישט צוריק געגאנגען קיין אמעריקא יענע זמן נישט קענענדיג
ארויסגיין פון לאנד.
דעם פארגאנגענעם זונטאג אחק האט הב"ע זיך געקאלט מזכיר זיין ביים סאטמערען רבין איבער זיין שווערע לאגע.
די רבי האט אויסגערופן
"ער וועט בעז"ה ווערן באפרייט"
און 'וואונדער איבער וואונדער' -דעם פארגאנגענע מאנטאג האט הב"ע באקומען דעם ענדגילטיגן פטור!!!-
פארשטייט זיך אז די הכנות ארויסצופארן האט זיך אנגעהויבן מיטן פול'ן שוואנג. אויך אין עקשטייןס ישיבה האבן די בחורים אנגעהויבן איבערצודרייען אויסווארטנדיג אויפן גבור חיל וועלכע וועט ארויסקומען אין די קומענדיגע טעג.
דעם פארגאנגענע מיטוואך איז הב"ע אנגעקומען
אין ישיבה באגריסענדיג מיט צענדליגע פלאקאטן אומעטום
ווי צווישן:
-אשריך גבור חיל!
-ברוך הבא אסיר ציון!
און נאך פארשידענע אזאנע מינע פלאקאטן.
ספעציעל האבן באשיינט פארשידענע פלאקאטן אויף די דרויסענדיגע ישיבה ווענט צי באגריסן די אסיר ציון און גבור חיל לה' הבה"ח הב"ע ני"ו
דעם קומענדיגען נאכמיטאג איז כ"ק מרן רבינו שליט"א ארויפגעקומען אין ישיבה ווי עס איז די סדר פונעם רבין ארויף צוגיין יעדע טאג נאכמיטאג צי א אנדערע סניף ווי די רבי לאזט זיך אראפ צי די בחורים מיט א משונה דיגע געטריישאפט
מן ההר אל העם און לערנט מיט איינע פון די תלמידי המתיבתא.
אויך דעם מיטוואך איז די רבי זז"ג ארויף געגאנגען לערנען אין ישיבה און דאסמאל אין די סניף דברי יואל- עקשטיין
ווען די רבי זז"ג איז ארויף האט די רבי פארשטייט זיך באמערקט די גאנצע מצב מיט די צעטליך אויף די ווענט און די רבי האט זיך נאכגעפרעגט ביי די בחורים וואס די מצב איז וואס פארשטייט זיך אז די בחורים האבן געענפערט וואס די מעשה איז און די רבי זז"ג האט געהאט א שטארקע קורת רוח פון דעם וואס מען נעמט אזוי שיין אויף דעם גבור חיל לה'
אנדערש ווי געווענליך וואס עס איז דא א סדר מיט וועלכע בחורים די רבי לערנט האט אבער היינט די רבי געבעטן אז ער וויל לערנען מיט דעם בחור הב"ע הגבור חיל לה'
נאך א לענגערע תקופה וואס די רבי האט געלערנט מיט די בחור האט די רבי אויסגעפרעגט דעם בחור איבער די גאנצע ענין.
אויפן וועג ארויס ווען די רבי האט פארלאזט דעם בנין הישיבה האט די רבי זיך נאכאמאל אפגעשטעלט ליינען די אלע פלאקאטן פון וואס די רבי האט געהאט א שטארקע קורות רוח.
ווען די רבי איז אנגעקומען צי די קאר האט זיך די רבי אויסגעדרייט צי די בחורים און זיך אנגערופן בזה"ל:
"אמאל אינדערהיים פלעגן די בחורים אדורך גיין יסורי איוב מיט די מיליטער
די היינטיגע בחורים ווייסן מער נישט ב"ה פון דעם."
"אבער אין די מדינה הטמאה צווישן די אייגענע ברודער גייט מען אדורך פיל ערגער עפעס וואס די בחורים קענען זיך נישט פארשטעלן"
א עקסטער עפיזאד האט זיך אפגעשפועלט דעם זונטאג ביי די טעגליכע תהילים שיעור בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל- האלבערשטאם
ווען די רבי זז"ג האט ארומגערעדט איבער די מצב המלחמה באה"ק.
ווי דירבי האט נאכגעזאגט א חתם סופר אז דאס וואס אידן הרגענען גוים דעיס ברענגט צי אז עס זאל געהארגעט ווערן אידישע קינדער
און עס שטעלט זיך די פראגע
"קען מען דען זיך פרייען מיט דעם וואס אידן ווערן געהרגעט?"
און אזוי האט די רבי ארומגערעדט מיט א אש להבה איבער די נסיונות פונעם עגל הציוני והמסתעף.
איבער צי הערן די דברות קודש קען מען רופן מערכת בצל הקודש
16053139594
די ווענט אין ישיבה רעש'ן פון די אויבנדערמאנטע אניקדאטן וועלכע האבן פאסירט די טעג ארום יום המר והנמהר ה'אייר
און אנדערע נייעס ווערט געמאלדן אז מארגן מאנטאג וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איבערגעבן די דרשת פתיחת זמן הקיץ פאר די אריבער 1500 תלמידי המתיבתא אום 5:15 אינעם היכל המתיבתא סניף דברי יואל

עס שטערט מיר פשוט ווען איינער האלט זיך שטארק מיט זיין שיטה
"בלויז ווייל ער איז אומוויסנד"
"בלויז ווייל ער איז אומוויסנד"
Re: קרישקעלעך בחצרות הקודש
ס'מיר געווען אינטערעסאנט צו זעהן אין די בילדער אויסגאבעס אז ביים יארצייט סעודה פאר'ן דברי חיים, געפראוועט דורך נכדו אדמו"ר מ'קלויזענבורג, האבם זיך משתתף געווען מערערע רבני בארא פארק, אפילו אזוינע וועלכע האבן נישט א ספעציעלע שייכות. ס'קוקט אויס זיי האבן אריינגעלייגט אסאך כוחות, קען זיין ווייל די רבי מאכט ליידער נישט קיין שמחות און דאס איז די איינציגסטע געלעגנהייט צו מאכן א מצב.
עניוועיז, ס'שיין געווען צו זעהן.
עניוועיז, ס'שיין געווען צו זעהן.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
Re: קרישקעלעך בחצרות הקודש
מיט מאכן שבת אין טבריה ערב ל"ג בעומר, האבן די איינקליעך פון הגרי"מ זיכער געמיינט צו כאפן די גבירים אויפן וועג צו מירוןאין די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן מטעם בית הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, אז אין א זעלטענעם פאל וועט דער רב שליט"א פראווענען א ספעציעלע שבת מיט נגידים ותומכים, וואס שליסן זיך אן מיט גרויסע סכומים צו שטיין לימין הקודש פונעם רב שליט"א, די מפעלי צדקה וחסד און הפצת תורה וחסידות איבער די וועלט.
די שבת איז באשטימט אויף די וואך פרשת אמור, און וועט פארקומען אין א פראכטפולע האטעל אין עיר הקודש טבריה, באגלייט מיט א רייכע פראגראם שוין אנגעהויבן פון דאנערשטאג אינמיטן טאג. צענדליגע נדיבי לב פון חוץ לארץ זענען געלאדנט געווארן פערזענליך צו מיטהאלטן דעם גרויסן שבת, און וועלן זוכה זיין להסב על שולחן המלך.
נאך שבת וועט הגה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א זיך אהיימקערן קיין ירושלים עיה"ק, וואו ער וועט אפרעכטן די גרויסע מעמד ההדלקה מאנטאג נאכט בליל ל"ג בעומר ווי יאר יערליך, במקהלות אלפי ישראל און די חשובע נדיבי לב פון אויסלאנד. קרעדיט JDN
יעצט האט די מדינה צושטערט די פלענער
נו שויין, לאמיר דאווענען לאריכות ימים בבריו"ג פון הגרי"מ, און נעקסטע יאר וועט מען קענען מאכן נאך א שבת, און דעמאלט וועט מען קענען דעקן די שווערע פולע הוצאות פון קהילת נכדי הגרי"מ שליט"א
-
קוקן פאזיטיוו
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1944
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
- x 1797
Re: קרישקעלעך בחצרות הקודש
שוין יארן קומען צענדליגע רבני עיר ב"פדריידל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 11:24 pm ס'מיר געווען אינטערעסאנט צו זעהן אין די בילדער אויסגאבעס אז ביים יארצייט סעודה פאר'ן דברי חיים, געפראוועט דורך נכדו אדמו"ר מ'קלויזענבורג, האבם זיך משתתף געווען מערערע רבני בארא פארק, אפילו אזוינע וועלכע האבן נישט א ספעציעלע שייכות. ס'קוקט אויס זיי האבן אריינגעלייגט אסאך כוחות, קען זיין ווייל די רבי מאכט ליידער נישט קיין שמחות און דאס איז די איינציגסטע געלעגנהייט צו מאכן א מצב.
עניוועיז, ס'שיין געווען צו זעהן.
און א ריזיגע מצב דרך אגב ביים שפע חיים'ס יארצייט מיין איך קומען סאך מער
כפארשטיי נישטוואסהאסטיך יעצט אויפגעוועקט