גיוס בני ישיבות
-
הייליגע רבי
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 1
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 11:47 pm
Re: גיוס בני ישיבות
ארויס פון תפיסה אבער איז ער שוין?
-
תינוק הבורח
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1034
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 1213
Re: גיוס בני ישיבות
מה בין זה לגיוס בני ישיבות?להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 12, 2026 5:38 pm קרעמל: ברוך מתיר אסורים: נאכן שמאכטן לאנג-פארצויגענע פיר חדשים אינעם ביטערן ׳גלבוע טורמע׳, איז אצינד ערשינען די גינסטיגע פסק פונעם שופט אינעם העכסטן מדינת ישראל געריכט, יצחק עמית, איבערן באפרייאונג פונעם היימישן חתן פון מאנסי, וועלכע וועט אצינד אריבערגיין צו הויז-ארעסט.
די באפרייאונג קומט נאך איבערמידליכע שתדלנות דורך די "צדק" ארגאניזאציע וועלכע האט אויפגענומען דעם באקאנטן אדוואקאט אורי קורב וועלכער האט געארבעט אויפן קעיס אינאיינעם מיטן אדוואקאט מנחם שטויבער.
אלס טייל פון די באפרייאונג באדינגונגען האט צדק איבערגעגעבן פאר'ן בג"ץ א טשעק פון 1,000,000 שקלים אלס משכון, און ר׳ שמעון שישא פארזיצער פון מרכז עזרה וייעוץ האט געגעבן זיין פריוואטע היים צו נוצן פאר הויז ארעסט.
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3255
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 10207
Re: גיוס בני ישיבות
ביידע זענען פדיון שבוים, און עסקני פדיון שבוים ביי גיוס ווערן גענומען צו טון עסקנות אין ענליכע פעלער צוליב זייער עקספערטיז און סייעתא דשמיא וואס באגלייט זיי.