גיוס בני ישיבות
-
הייליגע רבי
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 1
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 11:47 pm
Re: גיוס בני ישיבות
ארויס פון תפיסה אבער איז ער שוין?
-
תינוק הבורח
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1036
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 1216
Re: גיוס בני ישיבות
מה בין זה לגיוס בני ישיבות?להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 12, 2026 5:38 pm קרעמל: ברוך מתיר אסורים: נאכן שמאכטן לאנג-פארצויגענע פיר חדשים אינעם ביטערן ׳גלבוע טורמע׳, איז אצינד ערשינען די גינסטיגע פסק פונעם שופט אינעם העכסטן מדינת ישראל געריכט, יצחק עמית, איבערן באפרייאונג פונעם היימישן חתן פון מאנסי, וועלכע וועט אצינד אריבערגיין צו הויז-ארעסט.
די באפרייאונג קומט נאך איבערמידליכע שתדלנות דורך די "צדק" ארגאניזאציע וועלכע האט אויפגענומען דעם באקאנטן אדוואקאט אורי קורב וועלכער האט געארבעט אויפן קעיס אינאיינעם מיטן אדוואקאט מנחם שטויבער.
אלס טייל פון די באפרייאונג באדינגונגען האט צדק איבערגעגעבן פאר'ן בג"ץ א טשעק פון 1,000,000 שקלים אלס משכון, און ר׳ שמעון שישא פארזיצער פון מרכז עזרה וייעוץ האט געגעבן זיין פריוואטע היים צו נוצן פאר הויז ארעסט.
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3258
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 10210
Re: גיוס בני ישיבות
ביידע זענען פדיון שבוים, און עסקני פדיון שבוים ביי גיוס ווערן גענומען צו טון עסקנות אין ענליכע פעלער צוליב זייער עקספערטיז און סייעתא דשמיא וואס באגלייט זיי.
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3258
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 10210
Re: גיוס בני ישיבות
► Show Spoiler
אבער עס דארף אויך זיין מיט אחריות, איינער וואס וויל זיין פאפולער און איז אויפגעפיקט ביים המון עם, דארף וויסן אז נישט אלעס איז א קינדערשפיל און זיין דער ערשטער צו מעלדן אומקראנטע נייעס.
די מצב איז נישט ממש אזוי העפי פרייליך און גליקליך ווי זיי לייגן עס אראפ. דאס איז ריכטיג אז עס איז געקומען א פאזיטיווע ווענדונג פון אן העכערער ריכטער צו א נידריגערן ריכטיגע בנוגע ארויסלאזן אויף הויז ארעסט ביז די געריכט פראצעסן, אבער פאקטיש איז נאך דא גאר אסאך ארבעט, און טעכנישע חלקים וואס דארפן צושטאנד קומען אז זאכן זאלן זיך רוקן פאראויס בס"ד.
אויסער וואס געוויסע פאקטן אין דעם באריכט זענען איינפאך נישט וואר.
(עס איז געווען מיין טעות זיי צי ציטירן כדאי צו זיין דער ערשטער, אנשטאט ווארטן מיט געדולד ביזן מברר זיין וואס דא גייט פאר באמת.)
==========================================
לסיכום:
- דער קרעמל באריכט איז אומריכטיג.
- עס רוקן זיך זאכן אין גוטן ריכטונג בס"ד.
- עס איז נאך דא אסאך ארבעט ביז זאכן וועלן פאקטיש פאסירן.
- און מען קען נוצן אסאך תפילות, והן קל כביר לא ימאס.
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3258
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 10210
Re: גיוס בני ישיבות
ביי א כינוס פאר בחורים אין תולדות אהרן קעגן גזירות הגיוס.
מערקט דעם אבי האסורים ר' שמעון שישא ענטפערט א וויכטיגע טעלעפאן רוף אינמיטן דעם פאנעל...
מערקט דעם אבי האסורים ר' שמעון שישא ענטפערט א וויכטיגע טעלעפאן רוף אינמיטן דעם פאנעל...
- פיילס
-
- Screenshot 2026-10-15 111833.png (101.21 KiB) געזען געווארן 132 מאל