דאס אפשטיפן האט מיט זייערע באציאונגען ?
מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6310
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14392
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
- ר' ישעי'
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 1:01 pm
- Location: שבתי בבית ה' כל ימי חיי
- x 18
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
איז אמת אז די פירער פון נטורי קרתא גייט פארן צו די באגרעבניש פון די איראנע פרעזידענט?
ס'דא ר' יושע און ס'דא ר' יושע'לע,
ס'דא ר' ישעי'לע און ס'דא ר' ישעי'!
ס'דא ר' ישעי'לע און ס'דא ר' ישעי'!
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
לענ”ד איז עס נישט אויסגעשלאסן. איראן האט זייער ליעב די נטורא קרתא. זיי מאכן א סאליד פי אר דזשאב פאר איראן און אירע אגענדעס.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
איך בין בכלל נישט דא צו פארענטפערן נטורי קרתא אבער ווי איך האב געהערט פון איינעם פון דארט איז עס מסביר זאגן זיי אזוי,אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 11:58 pmוויאזוי ביסטי מסביר אז די רבי האט זייער שטארק גיוואטשט אז אונז זאלן קיינמאל נישט זיין צוזאמען מיט אראבערס ביי א פראטעסט?ניקלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 1:00 pmפונקט פארקערט. דברים פשוטים פון די תורות פון רבי"ן, און וויאזוי מען האט געטוהן בחיי רבינו. אין ספרים זעט מען דער עיקר צו פארשפרייטן אין די וועלט.
דו ביסט נישט קיין נייעס ווייל אויב די געהערסט צו א געוויסער פארטיי וועסטו מכחיש זיין דעם אמת וויאזוי ס'זאל נאר זיין.
אז די רבי האט נאר געהאט א פראבלעם אויב מען קומט מאכן א מחאה אויף א געוויסע גזירה וואס דעמאלטס אויב זעט מען דארט אראבער ווערט די מעסיזש פארלוירן, ווייל עס זעט אויס ווי דו ביסט דא פאר די זעלבע סיבה ווי דער אראבער, ממילא וועט אויסקומען אז עס וועט בכלל נישט זיין קיין מחאה אויף ד גזירה
מש"כ זיי זענען לכתחילה דא צו מאכן די מעסיזש אז מיר האבן גארנישט קעגן די אראבער וואס פון דעם האט די רבי בכלל נישט גערעדט, דאס איז א פרישע ערפינדונג ודו"ק
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
ער שרייבט בכלל נישט די לשון, אז עס האט צוטון וועגן די אראבער, נאר סתם אזוי ווייל די מצב איז געווען צו צוקאכט.קטןודל האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 3:42 pmר' יאסל אשכנזי, דער משב"ק, שרייבט בפירוש אין זיין הקדמה צו על הגאולה אז דער רבי האט כמ"פ מדגיש געווען פאר די מקורבים אז ער וויל נישט רעדן בשעת די מלחמה (זעקס טאגיגע) כדי ס'זאל נישט ארויסגיין קיין שמועות אז ער האט כאילו געזאגט די אראבער זאלן געווינען ח"ו וכדו' (יעצט מאך א ק"ו צו די נטו"ק וואס לויפט ארום מיט רוצחים אין די גאסן), און במשך די וואך האט ער נאכאמאל געזאגט אז איינמאל די מלחמה איז אריבער וועט ער רעדן אפי' מיט מסי"נ. למעשה אין די ענדע האט ער יא באשלאסן צו רעדן דערפון ביי ס"ג צוליב א מעשה שהי' ווען ס'איז ארויס א שמועה אז ער האט מתנבא געווען על נצחון המדינה, והסיפור ידוע, עיי"ש.וזה ברור האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:52 am די הנחה אז דער רבי האט נישט גערעדט בשעת מלחמה, איז נישט מדויק, ווייל די 6 טאגיגע מלחמה האט זיך געענדיגט מוצש"ב נשא שפעט ביינאכט און בשעת דער רבי האט געזאגט די תורה, און ביותר ווען ער האט זיך זיך געגרייט צו זאגן די תורה האט ער נאכנישט געוויסט אז ס'איז שטילשטאנד, נאר עפ"י רוב האט ער נישט גערעדט ווייל ער האט געהאלטן אז מען וועט אים נישט פארשטיין משא"כ כ"ז איז ער געווען אזוי צושטורעמט און ער האט שוין געהאט ארויסגעגעבן דעם ויואל משה האט ער טאקע יא גערעדט, און די פורים תורה וועגן מקטריגים איז קלאוני בעלאוני....
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 384
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
- x 277
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
וואס איז מיט התגרות באומות?
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
Umm... Ummm...
כ'ווייס טאקע נישט.
וואס קען מען טוהן דאס צו אפשטעלן?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
*
Make yidtish great again!
Make yidtish great again!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6310
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14392
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
ער פרעגט גראדע זייער א גוטע שאלה.
אויב בין איך אן אמעריקאנער בירגער, און אמעריקא מיט כינע זענען אויף מעסער שטעך. איז עס נישט התגרות באומות צו אפרעכטן א אויפרייצערישע וויזיט ביי יאנג יענג?
כ'האב קיינמאל נישט געטראכט אין דעם ריכטונג, אבער עפעס זאגט ער.
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
אה, ווייל דו האסט קיינמאל נישט געטראכט פון דעם, איז עס דיר א חידוש.
אבער וויסן זאלסטו אז די וועלט האט שוין אויסגעדראשן דעם טענה, ונהרא נהרא ופשטי', זיי האלטן זיך ביי זייערס און רוב ציבור האלט אז ס'איז אן עולה און שוין.
ס'איז פונקט ווי זיך טענה'ן וועגן שיטת סאטמאר ווס אגודה, און מהר"א ווס מהר"יי א.א.וו.
אבער וויסן זאלסטו אז די וועלט האט שוין אויסגעדראשן דעם טענה, ונהרא נהרא ופשטי', זיי האלטן זיך ביי זייערס און רוב ציבור האלט אז ס'איז אן עולה און שוין.
ס'איז פונקט ווי זיך טענה'ן וועגן שיטת סאטמאר ווס אגודה, און מהר"א ווס מהר"יי א.א.וו.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
*
Make yidtish great again!
Make yidtish great again!
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
עקזעקטלי
ווי איינער האט נעכטן גוט געזאגט, ווען דו ווילסט אראפנעמען א אידיש בחור פון די תלי’ זוכסטו אויף זייער נומער. יא? סא לאז.
ווילאנג ער טוט נישט דא עפעס צו שטיצן טעראר, אדער מיטגיין מיט פרא כאמאס פראטעסטן, זאל ער טון וואס ער זעט פאר ריכטיג.

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6310
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14392
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
אי בין מסכים מיט דיר @פופציגער, איך זאג נאר אלס נקודה למחשבה.
@וואוילער איך דענק נישט די טענה אויף זיי. סאטמאר רב ז"ל האט פשוט געהאלטן אז די אראבער זענען רוצחים און מיר שטעלן זיך נישט צוזאם מיט רוצחים. דאס איז א צווייטע נקודה.
@וואוילער איך דענק נישט די טענה אויף זיי. סאטמאר רב ז"ל האט פשוט געהאלטן אז די אראבער זענען רוצחים און מיר שטעלן זיך נישט צוזאם מיט רוצחים. דאס איז א צווייטע נקודה.
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
הונדערט פראצענט!
יעדע שלעכטע זאך וואס איז דא אויף דעם וועלט, קען גענוצט ווערן פאר א גוטע זאך אויך
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 113
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:40 pm
- Location: new york
- x 156
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
זיי זענען דארט ביים באגרעבעניש
מעג מען עס טון אויב קען מען דורכדעים ראטעווען די בחור פינעם תליי' ?
מעג מען עס טון אויב קען מען דורכדעים ראטעווען די בחור פינעם תליי' ?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
- Location: ליקווד
- x 103
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
איך האב נישט געזען דא קיין שום זאכליכע טענה אויף די הנהגה פון נטורי קרתא, נאר הרגשים, אדער רבי אהין רבי אהער. איך בין נישט מחונך געווארן אין אזא אופן אז עס איז דא איין 'רבי ז"ל' און די וועג צום אמת איז דורך מברר זיין די שמועות און מעשיות פון דער צדיק. מיר האט מען געגעבן א ברייטערע חינוך, און גדולי ישראל לדורותיהם ולמיניהם זענען בכלליות וועגווייזערס, צוזאמן מיט די מקורות הנאמנים און דער אידישע הארץ.
אלזא, פרעג איך ענק, ווי האט מען נישט באמערקט די גויישקייט וואס טארפקעט פון יעדער ווארט פ.ר. פון נטורי קרתא? ווי האט מען עס פארזען? זיי שרייען הויך אז זיי שטיצן פאלעסטינע רעכטן. ווי אין תורה האבן זיי געטראפן אזא מין מושג צו שטיצן גויישע פייטס? זייער גאנצע לינקע נויג, ווי זיי נעמן זיך אן פאר די באקריוועדעטע שטינקט פון די רעפארמער אין אמעריקא. (איך בין נישט קיין רעכט געשטימטע, אבער די טפשות'דיגע חלק פון די לינקע זייט איז א שטיק גויישקייט)
באופן כללי, די תורה איז נישט צוטיילט. די וואס נעמן ארויס איין חלק פון די תורה און מאכן עס פאר אן עיקר, האבן שוין פארלוירן די תורהדיגע בליק אויף די כללות הענין. זיי ווייסן דען נישט אז תמימותדיגע אידן ווערן עכט פארווייטאגט ווען זיי זען זייער ברידער שטייען מיט די אראבער? ווי קענן זיי מעלים עין זיין פון די ווייטאג פון די קריגס איבערלעבער ווען זיי גיין צו א קאנפערענץ צו די האלאקאוסט איז עמטליך געשען צו נישט? אלע תירוצים אין די וועלט נעמן נישט צו פון די ווייטאג פון די וואס קוקן צו, פארוואס איז די פיין פון א איד נישט וויכטיג? מאי אולמיה 'איסור ציונות' פון די 'איסור אונאת דברים'?

שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 378
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 843
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
קוק אן. יתכן דו האסט א פוינט, והא ראיה אסאך האלטן ענליך, צוליב די טעם אדער א צווייטע. נישט אז כזאג ביסט גערעכט. אלענפאלס איז אידטיש אויף קיין פאל נישט געמאכט אראפצורייסן קיין עדה אידן. אידטיש קען נישט בשום אופן זיין אן ”אראפרייסן” פלאטפארמע קעגן אן עדה פון אידן וואס פרובירן צו פאלגן תורת משה.שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 22, 2024 6:30 am איך האב נישט געזען דא קיין שום זאכליכע טענה אויף די הנהגה פון נטורי קרתא, נאר הרגשים, אדער רבי אהין רבי אהער. איך בין נישט מחונך געווארן אין אזא אופן אז עס איז דא איין 'רבי ז"ל' און די וועג צום אמת איז דורך מברר זיין די שמועות און מעשיות פון דער צדיק. מיר האט מען געגעבן א ברייטערע חינוך, און גדולי ישראל לדורותיהם ולמיניהם זענען בכלליות וועגווייזערס, צוזאמן מיט די מקורות הנאמנים און דער אידישע הארץ.
אלזא, פרעג איך ענק, ווי האט מען נישט באמערקט די גויישקייט וואס טארפקעט פון יעדער ווארט פ.ר. פון נטורי קרתא? ווי האט מען עס פארזען? זיי שרייען הויך אז זיי שטיצן פאלעסטינע רעכטן. ווי אין תורה האבן זיי געטראפן אזא מין מושג צו שטיצן גויישע פייטס? זייער גאנצע לינקע נויג, ווי זיי נעמן זיך אן פאר די באקריוועדעטע שטינקט פון די רעפארמער אין אמעריקא. (איך בין נישט קיין רעכט געשטימטע, אבער די טפשות'דיגע חלק פון די לינקע זייט איז א שטיק גויישקייט)
באופן כללי, די תורה איז נישט צוטיילט. די וואס נעמן ארויס איין חלק פון די תורה און מאכן עס פאר אן עיקר, האבן שוין פארלוירן די תורהדיגע בליק אויף די כללות הענין. זיי ווייסן דען נישט אז תמימותדיגע אידן ווערן עכט פארווייטאגט ווען זיי זען זייער ברידער שטייען מיט די אראבער? ווי קענן זיי מעלים עין זיין פון די ווייטאג פון די קריגס איבערלעבער ווען זיי גיין צו א קאנפערענץ צו די האלאקאוסט איז עמטליך געשען צו נישט? אלע תירוצים אין די וועלט נעמן נישט צו פון די ווייטאג פון די וואס קוקן צו, פארוואס איז די פיין פון א איד נישט וויכטיג? מאי אולמיה 'איסור ציונות' פון די 'איסור אונאת דברים'?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
- Location: ליקווד
- x 103
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
קען מען דען דאס נישט אויסשמועסן? זאלן אנדערע קומן זאגן א צווייטע מיינונג, און מיני ומיניה יתקלסון לך.
און לשיטתך, די מזרחניקעס פרובירן אויך צו פאלגן תורת משה, און זיי האלטן אז אונז זענן די קרומע. פארוואס מעג מען זיי אפרייסן?
און לשיטתך, די מזרחניקעס פרובירן אויך צו פאלגן תורת משה, און זיי האלטן אז אונז זענן די קרומע. פארוואס מעג מען זיי אפרייסן?
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 378
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 843
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
נאופ. מקען נישט אויסשמועסן די לעגיטימיטעט פון אן עדה אידן.שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 22, 2024 8:03 am קען מען דען דאס נישט אויסשמועסן? זאלן אנדערע קומן זאגן א צווייטע מיינונג, און מיני ומיניה יתקלסון לך.
און לשיטתך, די מזרחניקעס פרובירן אויך צו פאלגן תורת משה, און זיי האלטן אז אונז זענן די קרומע. פארוואס מעג מען זיי אפרייסן?
די מזרחי איז אנדערש ווייל
1 רובם ככולם גדולי ישראל (אונגארישע, פוילישע ליטווישע וכו’) זענען געוועזן קעגן זיי באופן מבהיל
2 סאיז לויט די גדולי ישראל אן ענין פון מינות וכפירה ושאני מינות דמשכי
דעריבער איז אפיציעל עסטעבלישט מצד אידטיש אז זיי זענען נישט קיין לעגיטימע קרייז. יעצט צו ברענגען בן גביר’ס ווילדעראציעס אין די נייעס טעמעס איז דאך עס בלויז נייעס, גארנישט אנדערש ווי פיליפינע נייעס. נישט קיין לעגיטימיטעט פאר די מזרחי און אירע גלויבונגען.
ווידעראום, די אגודה ווערסעס סאטמאר איז דאך קלאר וואס יעדער האלט און סאיז ווייטער נישט אפן פאר דעבאטע. בס”ה קען מען ברענגען טריקענע נייעס פון ביידע צדדים.
כהאף אז סאיז גענוג קלאר און פארשטענדליך.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 113
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:40 pm
- Location: new york
- x 156
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
זייער מילד געשריבןצייטווייליג האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 22, 2024 8:15 am2 סאיז לויט די גדולי ישראל אן ענין פון מינות וכפירה ושאני מינות דמשכישרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 22, 2024 8:03 am קען מען דען דאס נישט אויסשמועסן? זאלן אנדערע קומן זאגן א צווייטע מיינונג, און מיני ומיניה יתקלסון לך.
און לשיטתך, די מזרחניקעס פרובירן אויך צו פאלגן תורת משה, און זיי האלטן אז אונז זענן די קרומע. פארוואס מעג מען זיי אפרייסן?
דער מזרחי כהיום איז גע'אסרט ביי אלע גדולי ישראל,עס איז ניטאמאל דא וועער עס איז פאראינטערסירט זיי צו מכשיר זיין אלץ תורה'דיגע מענטשן
דאס וואס ער פארפירט אז די וואס גייען מיט די אראבער זענען ממש ווי די לינקע רעפארמע,
אויווען אויף שרייען זיי איין זאך אז דאס וואס א גרויס טייל וועלט נעמט זיך למעשה אהן פאר די רעכטן פינעם פאלעסטינער גוי, איז דער איד אויכעט מסכים צו דעם און א איד טאר נישט עפ"י תורה קעמפן מיט די פעלקער
עס איז זייער קלאר אז אידן אומעטום ליידן זיך אהן פון אנטיסעמיטיזעם פינעם גוי ווייל מען טייטלט אויפן איד אז ער איז איינס מיטן מדינה, וויל דער נטו''ק אראפנעמען דעם פינגער און זאגן עס איז נישט מיר, עס איז בכלל נישט די תורה'דיגע גאנג
זיי טוען עס טאקע אויף א וועג פון עד הסוף פון גיין ממש מיטן גויאישן רוצח און זאגן אז ער איז איינס מיט אים, אבער די רעיון האט גארנישט מיט די רעפארמער.
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 378
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 843
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
למייסע וויל מיר דאך נישט באשמועסן קיין קרייזן, און די ליניע איז מיינעך גאנץ קלאר. סאו לאמיר עס לאזן ביי דעם און נישט ממשיך’ן די שמועס לכאן או לכאן.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1873
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5158
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
סא לאז וואס?
אויב איז עס נישט אויסגעהאלטן פארוואס זאל איך עס לאזן?
אויב איינער טוט עפעס ראנג, לאזט מען אים נישט. אפי' אויב עס קען אמאל ארויסקומען א טובה פון אים!
איך גיי נישט אריין אויב נטורי קרתא איז ראנג אדער נישט. אבער אויב איז עס ראנג, איז עס ראנג אל די וועי אפי' זיי העלפן ארויס צומאל. א מאפיאנער בלייבט מאפיאנער אפי' אויב העלפט ער אמאל איינער וואס האט זיך פארפלאנטער מיט א צווייטע מאפיאנער!
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
- חבר המערכת
- פאוסטס: 145
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:31 pm
- Location: ביים טיש
- x 395
Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו
דא איז נישט דאס פלאץ צו אראפרייסן א איד וואס איז ראנג, און אפילו אויב ער איז אין דיינע אויגן א מאפיאנער.
יעדער איז בארעכטיגט צו רעדן פון זיין אייגענע / זיין רבי'ס מיינונג, אן צו קריטעקירן יענעם, און אן צו דעבאטירן אויב יענעם'ס דעת תורה איז גערעכט.
אויב איז דא א פראבלעם צו ארויסהייבן געוויסע אידן, ווייל עס איז אנגענומען ביי אונז אז ס'איז שלעכט, ביטע באריכטן און די הנהלה וועט עס איבערקוקן.