איך באקום נישט באצאלט פון קיינעם, וועל איך אוודאי נישט צוריק שרייבן און גיין פראזענדליך, ווייל עס איז מיר פשוט נישט ווערד, זיך אריינצולאזן אין אזא עסק, נאר מצידי זיך ווייטער האלטן צום עצם נושא, אן ווערן אריינגעשלעפט און גארנישט זייטיג,דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 5:09 pmוועלקאם @נפתלי... שוין לאנג נישט זיך געריבן דא... איים רעדי. כ'האב יעצט אפאר מינוט.נפתלי האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 3:12 pmהייבסט אן אריינגיין אין תירוצים... פארשטייסט אליין, אז א דירה אזוי נאנט ווי בנציון קליין, איז נאך עני טיים קעגן די אנדערע מעלות, פון די עיקערס דירות,Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 2:51 pm עיקערס פוינט האט נאך דירות פון 12 מענטשן? וואו? וויפיל בעט ער? (ס'קען מיך נוגע זיין ביטע אריינקומען מיט דיטעילס)
אבער די עיקר איז, אז ווי עס שטעלט זיך ארויס, זענען אלע דעוועלאפערס, מער ווייניגער אין די זעלבע שיסל, און יעדער פראבירט צו בעטן די מערסטע וויפיל ער קען לפי המקום והזמן, איך האב מער וואס צו שרייבן און אויסברייטערן אין די נושא, און אויפווייזן קליפ און קלאר דאס וואס איך שרייב יעצט, אויף פיל א שטערקערע אופן אבער דערווייל איז עס נישט לתועלת
ליסען. דאס איז אמאל זיכער, אז דער איינציגסטער בילדער וואס בעט טייער; הייבט פרייזן; בארויבט יעדן; בויט נישט גארנישט; גיט די ביליגסטע דזשאנק; איז גארנישט מנדב פון זיין ריוח פאר'ן ציבור; שפארט ווי א חזיר ווען ס'קומט צו פאקן פון טאש פאר סוער און ראודס אא"וו; דער איינציגסטער וואס טוט די אלע זאכן, כולהו לריעותא, איז עקיבא הערש קליין מיט מאיר יענקל אינדיג.
ווידער יחזקאל בראך, משה פריעדמאן, יומי ווערצבערגער, יעקב סופר, חיים נחום ווערצבערגער, יוזפא לאנדא, אלימלך דייטש, זלמן לייב ווייס, אינדיגא, יואלי מאנן, די אלע בעטן סאך ביליגער; שטעלן צו אסאך מער; בויען אסאך מער שטאנדהאפטיג; זענען מנדב פון זייער געלט פאר צורכי ציבור; זיי זענען פיינע נייעס.
דו שרייבסט אז יעדער איז אין די זעלבע שיסל.
איי ס'איז דא איינער וואס קארגט די ווייניגסטע; צאלט פאר'ן לאט כמעט די מערסטע; שטעלט צו אלע זייטיגע קאסטן פון די מערסטע און בעסטע ווייל ער גלייכט ווען זאכן קלאפן; ער איז מנדב די מערסטע פאר'ן ציבור בנדבת לבו; און... ער בעט נאך די ביליגסטע! סוי וויאזוי מאכט מען דעם שיסל?
- וויאזוי אין די וועלט גייסטו מען צאמשטעלן למשל אזא בויער ווי יומי ווערצבערגער וואס האט געצאלט פאר זיין לאט 16 מיליאן און דערלייגט אויף אינטערעסט לאונס, אין איין וואנע מיט יחזקאל בראך וואס האט געצאלט 1.5 מיליאן פאר זיין לאט און בעט $100 טייערער פער סקווער פיס?! וויאזוי?
- וויאזוי אין די וועלט גייסטו צאמשטעלן יומי ווערצבערגער וואס האט געבעטן $245 א סקווער פיס און געמוזט צובעטן נאך $50 צוליב קאוויד, אין איין וואנע מיט עקיבא הערש קליין וואס האט נאר געבעטן $200-$210 און זאגאר גארנישט צוגעבעטן אלס קאוויד כאטש ער האט געהאט אלע תירוצים?! וויאזוי?
- וויאזוי קען מען פון אונטער דער ערד ארויסקראצן אלע מיני הסברים און סיבות אז דער וואס שטעלט יא צו, דער וואס בעט ביליגער, דער טוט עס נאר בלית ברירה און נאך מיליאן תירוצים. ממש מרפסין איגרא וויפיל תירוצים מצען קען טרעפן אויף כפיית טובה צו שפייען אין פנים פון איינעם וואס באנארישט זיך און רייט נישט אויפ'ן ציבור זיך איינרעדנדיג אז איינער גייט אים אדמייערן דערפאר! צופלאצט קען מען ווערן!
נאר וואס דען? דו ארבעטסט דאך שווער שוין אפאר בלעטער צו דרייען און דרייען ביז מען קומט צוריק צו עקיבא הערש! נאר דאס ווילסטו! ווייל די פארפוילטע מידות פון שלעכטע מענטשן וואס זעען אייביג יענעמס טאשן און זענען אייביג דא מיט קאלקולעיטארס וואס ארבעטן נאר אויף איין וועג, דאס טרייבט דיינע מיינונגען. קהל גנב'עט, די מוסדות זענען רשעים, אלע בויער זענען בהכרח רוצחים, די גראסעריס זענען גנבים, וכו' וכו'.
כל הכבוד! איך בין מיט דיר פולי. איך גאראנטיר דיר אז דו גייסט ענדזשויען לייף. נאר א רחמנות אויף די וואס ליידן דערפון. דהיינו, תושבי קרית יואל.
יא, ביודעי ומכירי אז די קאמיטע אינאיינעם מיט די הנהלת הקרי' זוכן לעזונגען, און ארבעטן אויף פארשידענע זאכן וואס טראץ ס'איז ביטער שווער קען עס אבער מצליח זיין!נפתלי האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 3:12 pm לאמיר האפן אז די קאמיטע זאל באווייזן עפעס אויפצוטון אין די ענין, לשמחת לב פון אלע תושבי קרית יואל, און מאכן א עכטע לעזונג צום ענין,
און לאמיר זיך נישט פאפן, די דעוועלאפערס וועלן אייביג שרייען אז זיי מוזן בעטן וויפיל זיי בעטן און אז זיי נישט גייען זיי ממש באנקאטירן... און קיינער וועט מער נישט בויען אין קרית יואל... וכו' וכו' און די קאמיטע וועט זיך מוזן שטארקן אויך אויף די שטראכלינג און טוען וואס מען דארף טון לתועלת הענין.
אבער איך גאראנטיר דיר אויך נאך עפעס, זאג עס אבער נישט אויס פאר קיינעם:
אלע אידן אזוי ווי דיר, גייען זיי 'נישט' דאנקבאר זיין.
ממילא, אלע פיילן, און נידריגע אויסדרוקן אויף מיין חשבון ווערט איגנארירט
צום עצם ענין, עס קען באמת זיין אז דו כאפסט נישט, און אפשר איז טאקע כדי זאלסט אויפריכטיג איבערליינען אלע בלעטער, ביז אהער, אבער די פאקט איז איך גלייב אז דו לייקענסט עס נישט, אז דו האסט א מורא'דיגע ווארימע געפיל פאר די חשובע דעוועלאפער פון שכונת ויואל משה, און מיט רעכט, זינט דער חשובער דעוועלאפער האט געטון זאכן וואס קיינער האט נישט געטון פאר סאטמאר און עס איז ווערט ארויסגעהויבן צו ווערן, און ביי די דירות נושא אליין, איז למעשה דא צו באקומען, דירות פאר ביליגער ווי ביי סיי וועם
אין שכונת ויואל משה
אבער דאס ברענגט צו, אז עס איז געווארן אזוי דיינס א לעבנס מיסיע צו ארויסברענגען איינמאל און נאכאמאל, ווען עס קומט צו די נושא פון דירות, אז יעדער מוז האלטן, אז די יעצטיגע פרייז פון שכונת ויואל משה אדער סיי ווי די חשובער דעוועלאפער בויעט, דאס איז די ריכטיגע פרייז!
וואס עס פאסירט איז אז וואס איינער זאל ווילן זאגן אויף די דירות, וועסטו גלייך ציען שטריכן און מסביר זיין וואס עס האט יא אדער נישט מיט די דעוועלאפער פון שכונת ויואל משה, און ווען מען ענטפערט דיר, ווערט עס גלייך אזא זעסטו! א מערכה קעגן עקיבא הערש!
אנשטאלדיגט, דו ביסט דער וואס ווישט עס איבעראל אריין צוליב דיין מיסיע, און אז דו גלייבסט נישט ליין איבער אלע בלעטער ביז אהער
ביסטו יעצט געגאנגען און אריינגעלייגט אין מיינע ווערטער א טיעפע תוספות און ארויסגעקומען מיט א וויי געשריי
דהיינו, איך האב געשריבן אז היות מען זעט אז עינקלעוו בעט עקיבא הערש אזויפיל וויפיל בנציון קליין, (וואס דו האסט געשריבן אז ער בעט 600, א זאך וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אומריכטיג) און אויף דעם ביסטו געקומען פארענטפערן, אז דארט מעג מען בעטן 500 מיט תירוצים שונים, האב איך מסביר געווען אז דאס מיינט אז מער ווייניגער בעטן די דעוועלאפערס וויפיל זיי קענען,
האסטו געמאכט דערפון, אז איך זאג אז אלע 10 דעוועלאפערס זענען ממש די זעלבע פינקטליך, קומט דאך אויס אז עס איז ממש די זעלבע ווי דער וואס בעט 600 פאר א לאט וואס האט אים געקאסט פיל ביליגער וכו' וכו'
טוה מיר א טובה, און לייג נישט אריין קיין מהרש"א אין מיינע תגובות, די פאקט איז אז איך האב קיינמאל נישט אראפגעריסן קיין איין דעוועלאפער ביים נאמען פראזענדליך, א זאך וואס דו האלסט דיר נישט צוריק, ווייל איך וויל רעדן פון די נושא, און ביי מיר איז די נושא, וויפיל קאסט טאקע צו בויען און לפי זה אויב עס איז יושר צו בעטן אפילו איין דאלאר מער, עד כאן, און אוודאי ווי מער געלט מען בעט צו רייסן פון אידן, איז די עוולה פול גרעסער, נאר היות איך בין נישט דא, פאר קיין שום דעוועלאפער קיינער האט מיר נישט באשטעלט, קען איך מיך האלטן צום נושא גופא
און די נושא איז, וויפיל קאסט טאקע צו בויען, וויפיל ריווח מעג מען מאכן, און וויפיל בעט מען אין פאקט.