בלאט 64 פון 262

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מוצש"ק מערץ 08, 2025 11:20 pm
דורך הלבלר בקולמסו
ערגער ווי כת ש"ץ?

בעיסד אויף וואס?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מוצש"ק מערץ 08, 2025 11:33 pm
דורך אהרן
מאיר שלום האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 08, 2025 10:27 pm די בעל שמחה איז א זון פון משה יוסף ראזנער, איידעם פון מאיר ישכר ראזנער.
אויף די גוגל דאק יחוס שטייט אז מאיר יששכר'ס זוהן איז א איידעם ביי משה יוסף

איז די קידוש כאטש געווען ביים זיידן אין תולדות רפאל?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג מערץ 09, 2025 3:05 am
דורך הרב_שלום
ווי אויף קול סאטמאר קען מען הערן די אינטערוויא?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג מערץ 09, 2025 3:50 am
דורך 222555
הרב_שלום האט געשריבן: זונטאג מערץ 09, 2025 3:05 am ווי אויף קול סאטמאר קען מען הערן די אינטערוויא?
6053137777
דריקט 141
דריקט פאונד ווייל סאיז שוין דא נאך א אינטערוויא פארענט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג מערץ 09, 2025 3:59 am
דורך העלאו בעלאו
222555 האט געשריבן: זונטאג מערץ 09, 2025 3:50 am
הרב_שלום האט געשריבן: זונטאג מערץ 09, 2025 3:05 am ווי אויף קול סאטמאר קען מען הערן די אינטערוויא?
6053137777
דריקט 141
דריקט פאונד ווייל סאיז שוין דא נאך א אינטערוויא פארענט
וואסערע אינטערוויו?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג מערץ 09, 2025 4:19 am
דורך 222555
העלאו בעלאו האט געשריבן: זונטאג מערץ 09, 2025 3:59 am
222555 האט געשריבן: זונטאג מערץ 09, 2025 3:50 am
הרב_שלום האט געשריבן: זונטאג מערץ 09, 2025 3:05 am ווי אויף קול סאטמאר קען מען הערן די אינטערוויא?
6053137777
דריקט 141
דריקט פאונד ווייל סאיז שוין דא נאך א אינטערוויא פארענט
וואסערע אינטערוויו?
הרה"ג רבי עזרה משה קאירא שליט"א מו"ץ סאטמאר ורב קהילת גרים גוואטומאלא

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג מערץ 09, 2025 5:13 am
דורך כבוד מלכים
אהרן האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 08, 2025 11:33 pm
מאיר שלום האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 08, 2025 10:27 pm די בעל שמחה איז א זון פון משה יוסף ראזנער, איידעם פון מאיר ישכר ראזנער.
אויף די גוגל דאק יחוס שטייט אז מאיר יששכר'ס זוהן איז א איידעם ביי משה יוסף
ביידע איז אמת, אבער די קידוש איז געווען פון בן משה יוסף חתן מאיר יששכר.

ביים קידוש האבן זיך משתתף געווען 4 קינדער פון מאיר יששכר וועלכע זענען אלע ב"ה אויף די פריי

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג מערץ 09, 2025 11:40 am
דורך דער תהלים איד
מספר זקניך - ויאמרו לך - רבי משה אריה ז''ל על לב טהור.jpg
מספר זקניך - ויאמרו לך - רבי משה אריה ז''ל על לב טהור.jpg (325.24 KiB) געזען געווארן 3437 מאל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג מערץ 09, 2025 12:02 pm
דורך צווייטער
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 09, 2025 11:40 am מספר זקניך - ויאמרו לך - רבי משה אריה ז''ל על לב טהור.jpg
ס'האט מיר געדויערט א מינוט צו כאפן פארוואס ס'ליגט אין דעם טעמע...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג מערץ 09, 2025 12:05 pm
דורך דער תהלים איד
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 08, 2025 11:20 pm ערגער ווי כת ש"ץ?

בעיסד אויף וואס?
מסתמא מיינט ער צו זאגן אז מ'האט גערעדט קעגן אים אפילו בעפאר די איסלאמאציע.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג מערץ 09, 2025 1:14 pm
דורך איך וויל זיין ערליך
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 09, 2025 11:40 am
מספר זקניך - ויאמרו לך - רבי משה אריה ז''ל על לב טהור.jpg

זייער שטארק!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 1:46 am
דורך אני-הק'

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 1:46 am
דורך אני-הק'

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 1:47 am
דורך אני-הק'
תקנות הקהלה.pdf
(90.27 KiB) דאונלאודעד 624 מאל
שטר קבלת שבועה.pdf
(77.83 KiB) דאונלאודעד 547 מאל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 10:13 am
דורך מים חיים
בעיסד אויף די קבלת שבועה קען מען אננעמען אז אפילו נאכן ארויסקומען וועלן יוצאים נישט ווילן עובר זיין אויף דעם שבועה (אויב זיי האבן געשוואוירען) און מען וועט אסאך זאכן קיינמאל נישט וויסן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 11:01 am
דורך לאגיק
אני-הק' האט געשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 1:47 am תקנות הקהלה.pdf

שטר קבלת שבועה.pdf
תקנות הקהלה pdf איז קענטיג א פאשקעוויל.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 11:04 am
דורך איך וויל זיין ערליך
לאגיק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 11:01 am
אני-הק' האט געשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 1:47 am תקנות הקהלה.pdf

שטר קבלת שבועה.pdf
תקנות הקהלה pdf איז קענטיג א פאשקעוויל.
וואס איז דא דארט לכאורה אסאך אמת און צווישן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 11:28 am
דורך אן אפן הארץ
ר' שמעון ישראל פאזען האט מוצאי שבת גערעדט אין באלטימאר שול אויף סאוט 8 ביי די מלוה מלכה להחזקת הביהמ"ד איבער זיינע איבערלעבענישן אין גוטאמאלע ביי די קינדער, און מיט טיילן די עסן אא"וו,

ס'איז געווארן אפגעכאפט, כ'בין נייגעריג צו זיי גייען עס ריליסן.
ער האט דערציילט שוידערליכע זאכן ה"י.

ער איז צוגעגאנגן מיט א מורא'דיגע חכמה, אז אלע עלטערן און קינדער האבן אים אויפגענומען אלס איינער וואס איז באמת דא זיי צו העלפן, אזויווי דער אמת איז טאקע,
ער האט זיי געזאגט אז ער האט נישט קיין אהנונג וואס דא גייט פאר, און ווער ס'האט געכאפט קינדער פון וועם אא"וו, ער איז דא בלויז פאר איין סיבה, צו "געבן צו עסן" פאר זיי און פאר די קינדער, און ער האט זיי געברענגט גאלאנען פון "זייערע" עסן.

די לעצטע וואך (פר' תצוה) האט מען אים שוין נישט אריינגעלאזט, נאכדעם וואס איין מאמע האט אנגעהויבן פארפירן אז היתכן מ'לאזט אריין צו אירע קינדער פאזען פון וויליאמסבורג, און איר, די מאמע, לאזט מען נישט אריין, און וויפיל שמעון ישראל האט זיך געבעטן אז זי זאל אויפהערן ווייל דעמאלטס גייט מען אים אויך אויפהערן אריינלאזן, האט עס נישט געארבעט.

פשוט צו פארשטיין, אז עכט איז שמעון ישראל נישט אריינגעלאזט געווארן לעגאל, נאר פון עסקנישע טירן, און די אינסטאנצן האבן זיך מחי' געווען מיט אים, ווייל למעשה האבן די קינדער געגעסן נאר פון אים.

למעשה האט יענע מאמע געבאנטעוועט און אנגעקומען דארט מיט א לויער, סאו האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און אים מער נישט אריינגעלזאט,
איז שמעון ישראל מיט די עסקנים אריין אין געריכט צו קענען אריינגיין לעגאל,
שמעון ישראל מאכט די וואך חתונה, אבער נאך פורים פארט ער גלייך אהין, און ווי איך האב פארשטאנען פון אים איז ערווארטעט אז ער וועט שוין דעמאלטס האבן געריכטליכע רשות צו קענען ווייטער אריינגיין.

מבהיל על הרעיון..

אפשר אז כ'וועל האבן צייט וועל איך באלד ווייטער שרייבן איבער וואס ער האט דערציילט, אבער דער איז איז א אמת'ע צדיק, כ'האב נישט קיין אנדערע ווערטער אויף אים.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 11:30 am
דורך אן אפן הארץ
איך וויל זיין ערליך האט געשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 11:04 am
לאגיק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 11:01 am
אני-הק' האט געשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 1:47 am תקנות הקהלה.pdf

שטר קבלת שבועה.pdf
תקנות הקהלה pdf איז קענטיג א פאשקעוויל.
וואס איז דא דארט לכאורה אסאך אמת און צווישן
די שבועות האט זיי נישט קיין סאך געהאלפן, און רוב פון די וואס האבן געדארפט אנקומען אין תפיסה זענען דארט אנגעקומען.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 12:05 pm
דורך פארפלאמט
אן אפן הארץ האט געשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 11:28 am ר' שמעון ישראל פאזען האט מוצאי שבת גערעדט אין באלטימאר שול אויף סאוט 8 ביי די מלוה מלכה להחזקת הביהמ"ד איבער זיינע איבערלעבענישן אין גוטאמאלע ביי די קינדער, און מיט טיילן די עסן אא"וו,

ס'איז געווארן אפגעכאפט, כ'בין נייגעריג צו זיי גייען עס ריליסן.
ער האט דערציילט שוידערליכע זאכן ה"י.

ער איז צוגעגאנגן מיט א מורא'דיגע חכמה, אז אלע עלטערן און קינדער האבן אים אויפגענומען אלס איינער וואס איז באמת דא זיי צו העלפן, אזויווי דער אמת איז טאקע,
ער האט זיי געזאגט אז ער האט נישט קיין אהנונג וואס דא גייט פאר, און ווער ס'האט געכאפט קינדער פון וועם אא"וו, ער איז דא בלויז פאר איין סיבה, צו "געבן צו עסן" פאר זיי און פאר די קינדער, און ער האט זיי געברענגט גאלאנען פון "זייערע" עסן.

די לעצטע וואך (פר' תצוה) האט מען אים שוין נישט אריינגעלאזט, נאכדעם וואס איין מאמע האט אנגעהויבן פארפירן אז היתכן מ'לאזט אריין צו אירע קינדער פאזען פון וויליאמסבורג, און איר, די מאמע, לאזט מען נישט אריין, און וויפיל שמעון ישראל האט זיך געבעטן אז זי זאל אויפהערן ווייל דעמאלטס גייט מען אים אויך אויפהערן אריינלאזן, האט עס נישט געארבעט.

פשוט צו פארשטיין, אז עכט איז שמעון ישראל נישט אריינגעלאזט געווארן לעגאל, נאר פון עסקנישע טירן, און די אינסטאנצן האבן זיך מחי' געווען מיט אים, ווייל למעשה האבן די קינדער געגעסן נאר פון אים.

למעשה האט יענע מאמע געבאנטעוועט און אנגעקומען דארט מיט א לויער, סאו האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און אים מער נישט אריינגעלזאט,
איז שמעון ישראל מיט די עסקנים אריין אין געריכט צו קענען אריינגיין לעגאל,
שמעון ישראל מאכט די וואך חתונה, אבער נאך פורים פארט ער גלייך אהין, און ווי איך האב פארשטאנען פון אים איז ערווארטעט אז ער וועט שוין דעמאלטס האבן געריכטליכע רשות צו קענען ווייטער אריינגיין.

מבהיל על הרעיון..

אפשר אז כ'וועל האבן צייט וועל איך באלד ווייטער שרייבן איבער וואס ער האט דערציילט, אבער דער איז איז א אמת'ע צדיק, כ'האב נישט קיין אנדערע ווערטער אויף אים.
איז די ריקארדינג דא צו באקומען?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 3:44 pm
דורך שמח
געמאכט מ'זאל קענען זען דא דירעקט
אני-הק' האט געשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 1:46 am זכרונות פון לב טהור מיט די אלטע סארט מלבושים..

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 4:43 pm
דורך פשוט און גראד
nice!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 5:09 pm
דורך רעד קלאר
כבוד מלכים האט געשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 5:16 am
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 9:26 pm פארוואס האט זי מער רעכט ווי די אנדערע מאמעס?
ווייל דאס קינד איז א בעבי
ווי אלט איז די מאמע?

און בכלל אלע יונגע ווייבלעך, אונטער 18 און האבן קינדער, זענען אונטער קאסטאדי פון די זיידע באבע?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 5:39 pm
דורך הרב_שלום
מען הערט יעצט מעשיות סיי פון די עזה פארכאפטע און סיי פון די לב טהור פארכאפטע, לב טהור איז די זעלבע שרעקעדיג ווי עזה

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 6:22 pm
דורך מנהיג
מנהיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 9:35 am אפנהארציגע בריוו פון הרה״ח ר׳ יעקב יצחק מלכא הי״ו
טייערע אידן, איך ווענד זיך דא צו אייך מעומקא דליבא.



דאס איז נישט קיין ווענדונג, דאס איז א געשריי פון די טיפענישן פון מיין הארץ: האט רחמנות אויף מיר, איך מוז האבן הילף שנעל!



מיטן הילף פונעם אויבערשטן, האב איך זוכה געווען צו אנטלויפן פון דעם פלאץ 'לב טהור', מיטן ציל זיך צו איינקוואטירן צווישן ערליכע אידן און אנהויבן דאס לעבן פון פריש. דאס איז געווען בשעת מען האט געוואלט רעדן א שידוך פאר מיין טאכטער אינעם יונגן עלטער פון 13 קעגן מיין רצון. ברוך השם אז זממם הרע לא יצא לפועל, און דורכדעם וואס איך האב פארשטאנען די פאלשקייט פון זייערע וועגן און איך האב געקעמפט קעגן דעם מיט ציין און נעגל, איז מיין פאמיליע געראטעוועט געווארן דערפון.



איך האב זיך דעמאלס אויפגעוועקט פון שלאף און איינגעזען ווי פאלש דער ארט איז און ווי ווייט מען איז ליידער פארקראכן. טראצדעם וואס אנדערע מענטשן אין אזא מצב געלונגט נישט ארויסצוראטעווען די גאנצע פאמיליע פון דארט, איז מיר ברוך-השם געלונגען, דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן אז מיין משפחה איז געבליבן גאנץ און איך האב געקענט ארויסציען פון דארט מיין גאנצע משפחה, אנהויבנדיג א נייע לעבן על דרך המסורה לנו מדור דור, אזוי ווי אלע ערליכע אידן.



ווי ווייט קען אזא איד ווי מיר אנטלויפן? - אין לב-טהור האט מען נישט קיין אייגענע געלט, מען קען נישט טון צופיל זאכן אליין. אינאיינעם מיט נאך אזעלכע מענטשן אין מיין מצב, האבן מיר געגרינדעט אונזער נייע קהילה 'כנישתא חדא', איך האב זוכה געווען צו זיין פון די בונים ומייסדים פון דעם מקום קדוש, און דא אויף דעם ארט פלעגן מיר שטיין צו הילף פיזיש און גייסטיש פאר פילע אידן וועלכע האבן געדארפט צוקומען צו אונזער הילף.



איך בין שוין ארויסגעגאנגען פון לב-טהור, איבער א יאר און א האלב צוריק, זייענדיג פון די ערשטע ארויסצוקומען פון דעם ארט. פון דעמאלס זינט יעצט פראביר איך צו טון אלע סארט השתדלות ארויפצוקומען קיין קאנאדע און איך האלט אצינד אינמיטן די פראצודור. במשך די צייט וואס איך בין געווען אינדרויסן, האב איך זוכה געווען צו העלפן צענדליגע מענטשן ארויסצוקומען פון דארט. איך בין געווען פון די בונים ומייסדים פון כנישתא חדא,



פאריגע וואך, ביי מיין משפט אין קארט פאר מיינע קינדער (אויך די מענטשן פון כנישתא חדא, דארפן דורכגיין א געריכטליכע פראצודור, זיכער צו מאכן אז זיי האבן טאקע גענצליך אפגעהאקט מיט לב-טהור), האט דער שופט מיר געגעבן עטליכע וואכן, ביז מארטש 18, אז ביז דעמאלס מוז איך פארלאזן גואטאמאלא, אינאיינעם מיט מיינע אכט קינדערליך כ"י, אויב נישט, וועל איך מוזן אריינלייגן די קינדער אין די גוי'אישע פאבליק שולעס, און אויב נישט קענען זיי חלילה אוועקנעמען מיינע קינדערליך היל"ת.



אצינד שטיי איך דא צוויי וואכן פריער, און איך דארף וויכטיג שאפן געלט פאר מיינע פאפירן, טיקעטס און אנדערע וויכטיגע איינרישונגען, אין צוגאב צו פריעדיגע חובות פון שטייערן און-דאס-גלייכן, זיך צו קענען באזעצן אין קאנאדע. דאס מוז געשען אין די קומענדיגע צוויי וואכן. עס פעלט זיך אויס דערפאר פיל געלט און עס איז וויכטיג בגשמיות און ברוחניות פאר מיר און מיינע קינדער.



איך שטרעק דעריבער אויס מיינע הענט צו אייך טייערע אידן אין אמעריקע און קאנאדע:

העלפט מיר ארויפקומען און זיך באזעצן. דא רעדט זיך עס פון הצלת נפשות, ווייל אויב קען איך נישט ארויפקומען אין די קומענדיגע צוויי וואכן, דאן איז דאס א גרויסע סכנה בגשמיות און ברוחניות.



איך וויל אייך וואונטשן א ברכה, אז אין דעם זכות פון העלפן א איד אין די געהויבענע טעג פון חודש אדר, זאל דאס מגין זיין אויף אייך, אז איר זאלט זען פיל נחת דקדושה פון אייערע קינדער געזונטערהייט, און עס זאל אייך קיינמאל גארנישט פעלן
https://www.dryveup.com/mission/511798
טייערע אידן כאפט אריין!!!
ר' יעקב יצחק נ''י האט געהאלפן צענדליגע געראטעוועט צו ווערן פון דעם כת טמא, און ב''ה יעצט האלט ער אין די לעצטע פאזעס פון באקומען די לעגאלע רעכטן צו אנקומען למקום נושבת און אנהייבן א ניי לעבן בעזרת השי''ת.
עס פעלט זיך אבער אויס ריזיגע סכומים דאס צו קענען אויספירן, סיי די וועג ארויס, שפעזן, א דירה, עסן, קליידונג, וכו' וכו' לאמיר אים נישט לאזן אליין!!!!!
https://www.dryveup.com/mission/33046