איך ווייס נישט וואס מוהראש פארציילט, איך ווייס אז ר' לוי יצחק האט געפירט דעם ביהמ"ד זינט ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל ביז זיין פטירה, די איינציגסטע זאך וואס איך געדענק ר' לוי יצחק אליין זאגן איבער די מענטשן אין שול איז איבער די ברסלב'ער מנהגים, עס איז דא א שמועס וואס איז געווען געדריקט אין טעם זקנים ווי ר' לוי יצחק רעדט זיך אפ אז אסאך פון די מנהגים איז ירושלימער מנהגים וואס אין אומאן האט מען בכלל געטוהן אנדערש, זהו.פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 20, 2026 1:39 amמוהראש דערציילט אז מחוצפים אין שוהל האבן צומאל אריינגעשריגן בשעת רבי לוי יצחק האט פארגעלערנט. און רבי לוי יצחק האט זיך אמאל אנגערופן ‘מען קען נישט רעדן פון רבי‘ן אין א ביהמ"ד אויף זיין נאמען‘?הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 20, 2026 1:05 amווען/ווער/פארוואס האט מען ענג געמאכט פאר ר' לוי יצחק?פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 19, 2026 11:28 pm
כ‘האב נישט געהאט די זכיה מיטצוהאלטן יעדע פאליטיק אין ברסלב... כ‘וויל תשובה טון און אנהייבן פון יעצט...
מוהרא”ש האט פארלאזט די פלאץ ווי עטליכע בעלי מחלוקת האבן ענג געמאכט דאס פלאץ פאר רבי אליהו חיים רוזין און רבי לוי יצחק בענדער ז"ל, א גוטע שטיק צייט פאר מוהרא”ש האט פארלאזט די פלאץ.
און איבער רבי אליהו חיים רוזין, געדענק איך ליינען, נישט פון מוהראש, איבער שטארקע רדיפות וואס ער האט געהאט פון מחוצפים אין שוהל.
צו דיין פונקטליכע שאלה: ווען: ס‘נוגע א דאטום? ווער: אינשי דלא מעלי. פארוואס: ווייל זיי האבן נישט געוואלט קיין אויטאריטעט אין שוהל. אזויווי ביז היינט איז טאקע נישט דא קיין פירערשאפט דארט.
איבער ר' אליהו חיים קען איך נישט כאפן וואס דו מיינסט אבער ער האט געבויעט דעם שול.
עס איז אלעמאל געווען א אטאריטעט אויפן שול, סה"כ האבן אסאך מענטשן וואס זענען אנגעקומען קיין ברסלב זיך נישט פארשטאנען מיט זיי, נו נו.