בצל התומר
סאטמאר מהר״יי
שבת ומוצש״ק פרשת לך לך
שב״ק פרשת לך לך
ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול צו תפילת מנחה מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צום עמוד
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה״ח ר׳ שלמה קאהן הי״ו
נאכן דאווענען איז דער ציבור אדורך גוט שבת זאגן
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש
אום 10:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש און ביהמ״ד הגדול און אנגעהויבן שלום עליכם
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו החתן יוסף מאיר בן חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק ראזענבערגער שליט״א
הגבהת הכוס צו קידוש הרב יעקב בער ראזענבערגער שליט״א נכד רבינו
מיט די זמירות שבת האט דער רבי מכבד געווען
כל מקדש: הרה״ח ר׳ אברהם מאיר רייך הי״ו
מנוחה ושמחה: הרה״ח ר׳ יצחק אייזיק ווייס הי״ו פון ירושלים
לאל אשר שבת: הרה״ח ר׳ שאול יחזקאל רייך הי״ו
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די פסוקי הפרשה
קה רבון עלם: הרב ארי לייב געלדצעהלער שליט״א
קה אכסוף: הרה״ג ר׳ יצחק יודא בריעף שליט״א
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרב אליעזר זוסיא מאסקאוויטש שליט״א נכד רבינו
אז ביום: הרה״ח ר׳ אהרן פריעדמאן הי״ו
מען האט פארענדיגט ארום 12:20 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש
יום שבת קודש
אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית
פסוקי דזמרה: הרה״ח ר׳ ירמי טייטלבוים הי״ו
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן
כהן: הרה״ח ר׳ וואלף דייטש הי״ו
לוי: הרה״ח ר׳ יואל קרויס הי״ו
שלישי: הרה״ח ר׳ אברהם אלכסנדר אייזענבערג הי״ו לרגל הולדת בתו
רביעי: הרה״ח ר׳ מנחם מענדלאוויטש הי״ו
חמישי: הרה״ח ר׳ חיים מאיר ציק הי״ו פון לאנדאן
דער רבי האט עולה געווען שישי
שביעי: הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ יואל גאלדשטיין הי״ו
אחרון: החתן יעקב קליין ני״ו
מפטיר: הרה״ח ר׳ שבתי יצחק בראנער הי״ו
הגבה: הרה״ח ר׳ אלימלך אייזענבערג הי״ו
גלילה: הרה״ח ר׳ יואל גאלדשטיין הי״ו
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה״ג ר׳ משה יודא פריעדמאן שליט״א מנהל בישבתינו הק׳
פתיחה לאנעים זמירות: הרה״ח ר׳ יודא לייב וויינשטאק הי״ו
מען האט פארענדיגט ארום 11:45 אזייגער
נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש בחדרו הפרטי און ביהמ״ד הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבתינו הק׳ פון אויסלאנד
הגבהת הכוס צו קידוש הב׳ משה ברי״מ פריעדמאן ני״ו פון אנטווערפען
דער רבי האט אנגעהויבן חי השם כנהוג
במשך די טיש האט דער רבי מכבד געווען די תלמידים צו זאגן תורה
עס האט געזאגט תורה הב׳ ברוך מלול ני״ו פון מאנטשעסטער
און דער רבי האט צוגעלייגט אז רביה״ק בעל ברך משה זי״ע האט אמאל נאכגעזאגט ביי א באזיך אין די קעמפס א חת״ס אויף די גמרא אין מס׳ ברכות כשנכנס רבותינו לכרם ביבנה פתח ר׳ יהודא בכבוד התורה און די אנדערע אמוראים האבן פותח געווען בכבוד האכסניא, פארוואס האט ר׳ יהודא אויך נישט פותח געווען בכבוד האכסניא, נאר ווייל מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחל וחכם שמחל על כבודו כבודו מחל, אבער א מלך וואס איז א חכם איז אויך מחל ווייל די גרעסטע כבוד פאר די מלך איז אז מען פסק׳ט פאר אים אז ער איז א חכם און כבודו מחל, די גרעסטע כבוד פאר די אכסניא איז אז מען איז געקומען צו אים צו לערנען, לכאו׳ בחורים וואס זענען נישט אינדערהיים קענען נישט מקיים זיין די מצוה פון כיבוד אב ואם נאר די גרעסטע כיבוד איז אז מען איז אוועקגעפארן צו לערנען, אבער דאס דארף זיין הלוך ונסוע הנגבה דאס איז ווען מען לערענט.
דערנאך האט געזאגט תורה הב יחזקאל שרגא פריעדמאן ני״ו פון אנטווערפען
און דער רבי האט צוגעלייגט אז דער בני יששכר זאגט אויפן פסוק והאמין בה׳ וכו׳ והאמין שטייט אן א י׳ ווייל די גרעסטע זאך וואס מען קען געבן פארן אויבערשטן איז אמונה און מסירות נפש למעלה מהשכל,
צדיקים במיתתן קרוים חיים ווייל דורך דעם וואס זיי געבן זיך אינגאנצן אוועק דאס ברענגט זיי צי לעבן, אזוי איז געווען יצחק אבינו ביי די עקידה, די זעלבע בחנה איז שבת קודש אז מען טוט נישט קיין שום מלאכה מען געבט זיך אינגאנצן אוועק פארן אויבערשטן דורך דעם איז מען זוכה צו א התקרבות צום אויבערשטן.
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות שבת הב׳ יעקב קליין ני״ו
דערנאך האט געזאגט תורה הב׳ יצחק אשר פערלמוטער ני״ו פון לאנדאן
און דער רבי האט צוגעלייגט עס שטייט און פסוק ויתן לך מעשר מכל וכו׳ פארוואס פונקט דא האט אברהם אבינו געגעבן מעשר, נאר ווייל עס שטייט אורך ימים למיימנים בה גייט ארויף אויף תורה לשמה און ולמשמאילים בה עושר וכבוד גייט ארויף אויף תורה שלא לשמה, אבער היות חז״ל האבן געוואלט אז תורה זאל מען לערנען נאר לשמה האבן חז״ל מתקן געווען אז עשר תעשר בשביל שתתעשר, יעדער וויל דאך עשירות זאל עס קומען דורך מעשר און תורה זאל מען לערנען נאר לשמה, לחם ויין גייט ארויף אויף די תורה הק׳, אברהם אבינו האט געגעבן מעשר כדי אז די לחם ויין די תורה זאל קענען זיין אינגאנצן לשמה.
דערנאך האט געזאגט תורה הב׳ משה פריעדמאן ני״ו פון אנטווערפען
און דער רבי האט צוגעלייגט אז עס שטייט הציץ עליו בעל הבירה וכו׳ אברהם אבינו האט ארויסגעלערנט פון דור הפלגה און דור המבול אז אזוי ווי א מענטש בויעט א בנין און מען צוברעכט עס און ער ענפערט גארנישט, דא האט דער אויבערשטער געזאגט אני בעל הבירה ווייל די גרעסטע קיום העולם איז אז רשעים שטארבן באבוד רשעים רינה.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הב׳ ברוך מלול ני״ו פון מאנטשעסטער
מען האט פארענדיגט ארום 2 אזייגער
אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש האט דער רבי ארומגערעדט ספורים ועובדות פונעם ישמח משה זי״ע
אום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יחזקאל רייזמאן הי״ו
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
כהן: הרה״ח ר׳ זושא געלב הי״ו פון קרית יואל
לוי: הרה״ח ר׳ משה ווייזער הי״ו
שלישי: הרה״ג ר׳ נפתלי פנחס ענגלענדער שליט״א דומ״ץ פשעווארסק לאנדאן
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה״ח ר׳ יואל בר״מ זילבערשטיין הי״ו
דער רבי האט זיך געוואשן צו של״ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה״ח ר׳ שאול פערלשטיין הי״ו
שיר המעלות: הרה״ח ר׳ ישראל שמעי ראזנער הי״ו
דער רבי האט געזאגט תורה און דברי התעוררות בענינים העומדים על הפרק
ידיד נפש: הרה״ג ר׳ נחמן שטויבער שליט״א מנהל בישיבתינו הק׳
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט די שבע ברכות פאר די חתנים
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען מו״ה משה הלל קאהן הי״ו
נאך מעריב איז דער ציבור אדורך זאגן א גוטע וואך
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה
נאך הבדלה איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש מען האט ארויס באגלייט דעם רבין בניגון כי מלאכיו נאכדעם וואס דער רבי רייזט אפ דעם וואך למנוחת הנפש
מוצש״ק
אום 12 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ״ד דקהלתינו הק׳ שע״י ת״ת אויף טרופ עוו. צום שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה״ג ר׳ פנחס כ״ץ שליט״א דומ״ץ הביהמ״ד הכלה בת הרה״ג ר׳ שמואל משה פריעדמאן שליט״א
די שבע ברכות איז געווארן אפגעראכטן דורך די מתפללי הביהמ״ד
דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו
דערנאך הרט דער רבי זיך אויפגעטעלט און א ריקוד מיט די חתן און מחותנים און א עקסטערן ריקוד מיט הרה״ג ר׳ פנחס כ״ץ שליט״א דומ״ץ הביהמ״ד
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען און די זאלן פון פרדס צבי צום שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה״ג ר׳ מענדל ווערצבערגער שליט״א מנהל ישיבתינו הק׳ חלק ד׳
די שבע ברכות איז געווארן אפגעראכטן דורך די תלמידי הישיבה
עס האט אויפגעטרעטן די מנהל הישיבה הרה״ג ר׳ נפתלי בלומענפעלד שליט״א
דערנאך איז פארגעקומען די סיום מס׳ נדרים וואס מען האט געלערנט דעם פארגאנגענעם זמן אין ישיבה דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד אינאיינעם מיט תלמידי הישיבה
דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די חתן, מחותנים און תלמידי הישיבה דערנאך געטאנצן מיט די חתן און די מחותנים
ארום 12:45 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.
~


~