באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 800
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1393

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

כ''ק מרן מ'סאטמאר שליט''א ריש מתיבתא קדישא משמיע דרשת הזמן פאר די זיבן ישיבות גדולות אין קרית יואל, בהיכל הגדול פון בית המדרש ישמח משה
פיילס
IMG-20231030-WA0076.jpg
IMG-20231030-WA0074.jpg
IMG-20231030-WA0075.jpg
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:41 pm כ''ק מרן מ'סאטמאר שליט''א ריש מתיבתא קדישא משמיע דרשת הזמן פאר די זיבן ישיבות גדולות אין קרית יואל, בהיכל הגדול פון בית המדרש ישמח משה

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ריש מתיבתא רבתי ביים זאגן די פתיחה לרגל התחלת זמן החורף פאר די 1263 בחורים פון די 7 סניפי המתיבתא הק' בקרית מלך רב קרית יואל יצ"ו, בהיכל הגדול פון ביהמ"ד ישמח משה בשכונת ברך משה קרית יואל יצ"ו.
בתוה"ד האט דער רבי אויך מרחיב געווען דיבורו בעניני אמונה ודעות במשנתו של רביה"ק זיע"א צוליב די שרעקליכע מאורעות הזמן ה"י בארץ ובגולה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/Gihwz7EwErFEogiufB24Am


בילדער גאלעריע צו זעהן און דאונלאודן

https://www.filemail.com/d/xbjuvbastmqsbzx


צו הערן די צווייטע חלק דברות קודש
פיילס
IMG-20231030-WA0008.jpg
IMG-20231030-WA0006.jpg
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6286
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14326

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:41 pm כ''ק מרן מ'סאטמאר שליט''א ריש מתיבתא קדישא משמיע דרשת הזמן פאר די זיבן ישיבות גדולות אין קרית יואל, בהיכל הגדול פון בית המדרש ישמח משה
WOW

מ'האט פעסט אויסגעצויגן דעם שול. נאר פאר איין נאכט? אדער עס בלייבט שוין.

(נאר א וויץ, נעם עס אן)
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 308
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 248

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:43 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:41 pm כ''ק מרן מ'סאטמאר שליט''א ריש מתיבתא קדישא משמיע דרשת הזמן פאר די זיבן ישיבות גדולות אין קרית יואל, בהיכל הגדול פון בית המדרש ישמח משה
WOW

מ'האט פעסט אויסגעצויגן דעם שול. נאר פאר איין נאכט? אדער עס בלייבט שוין.

(נאר א וויץ, נעם עס אן)
נאר אנפאנג זמן דארף מען א גרעסערע ביהמ’ד

(נאר א וויץ)
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

שבת ומוצש״ק פרשת לך לך



שב״ק פרשת לך לך


ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול צו תפילת מנחה מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צום עמוד
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה״ח ר׳ שלמה קאהן הי״ו

נאכן דאווענען איז דער ציבור אדורך גוט שבת זאגן
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש

אום 10:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש און ביהמ״ד הגדול און אנגעהויבן שלום עליכם
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו החתן יוסף מאיר בן חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק ראזענבערגער שליט״א

הגבהת הכוס צו קידוש הרב יעקב בער ראזענבערגער שליט״א נכד רבינו

מיט די זמירות שבת האט דער רבי מכבד געווען

כל מקדש: הרה״ח ר׳ אברהם מאיר רייך הי״ו
מנוחה ושמחה: הרה״ח ר׳ יצחק אייזיק ווייס הי״ו פון ירושלים
לאל אשר שבת: הרה״ח ר׳ שאול יחזקאל רייך הי״ו
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די פסוקי הפרשה

קה רבון עלם: הרב ארי לייב געלדצעהלער שליט״א
קה אכסוף: הרה״ג ר׳ יצחק יודא בריעף שליט״א

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרב אליעזר זוסיא מאסקאוויטש שליט״א נכד רבינו

אז ביום: הרה״ח ר׳ אהרן פריעדמאן הי״ו

מען האט פארענדיגט ארום 12:20 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש

יום שבת קודש

אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית
פסוקי דזמרה: הרה״ח ר׳ ירמי טייטלבוים הי״ו

דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית

ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן

כהן: הרה״ח ר׳ וואלף דייטש הי״ו
לוי: הרה״ח ר׳ יואל קרויס הי״ו
שלישי: הרה״ח ר׳ אברהם אלכסנדר אייזענבערג הי״ו לרגל הולדת בתו
רביעי: הרה״ח ר׳ מנחם מענדלאוויטש הי״ו
חמישי: הרה״ח ר׳ חיים מאיר ציק הי״ו פון לאנדאן
דער רבי האט עולה געווען שישי
שביעי: הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ יואל גאלדשטיין הי״ו
אחרון: החתן יעקב קליין ני״ו
מפטיר: הרה״ח ר׳ שבתי יצחק בראנער הי״ו
הגבה: הרה״ח ר׳ אלימלך אייזענבערג הי״ו
גלילה: הרה״ח ר׳ יואל גאלדשטיין הי״ו

צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה״ג ר׳ משה יודא פריעדמאן שליט״א מנהל בישבתינו הק׳
פתיחה לאנעים זמירות: הרה״ח ר׳ יודא לייב וויינשטאק הי״ו

מען האט פארענדיגט ארום 11:45 אזייגער

נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש בחדרו הפרטי און ביהמ״ד הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבתינו הק׳ פון אויסלאנד
הגבהת הכוס צו קידוש הב׳ משה ברי״מ פריעדמאן ני״ו פון אנטווערפען

דער רבי האט אנגעהויבן חי השם כנהוג

במשך די טיש האט דער רבי מכבד געווען די תלמידים צו זאגן תורה

עס האט געזאגט תורה הב׳ ברוך מלול ני״ו פון מאנטשעסטער
און דער רבי האט צוגעלייגט אז רביה״ק בעל ברך משה זי״ע האט אמאל נאכגעזאגט ביי א באזיך אין די קעמפס א חת״ס אויף די גמרא אין מס׳ ברכות כשנכנס רבותינו לכרם ביבנה פתח ר׳ יהודא בכבוד התורה און די אנדערע אמוראים האבן פותח געווען בכבוד האכסניא, פארוואס האט ר׳ יהודא אויך נישט פותח געווען בכבוד האכסניא, נאר ווייל מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחל וחכם שמחל על כבודו כבודו מחל, אבער א מלך וואס איז א חכם איז אויך מחל ווייל די גרעסטע כבוד פאר די מלך איז אז מען פסק׳ט פאר אים אז ער איז א חכם און כבודו מחל, די גרעסטע כבוד פאר די אכסניא איז אז מען איז געקומען צו אים צו לערנען, לכאו׳ בחורים וואס זענען נישט אינדערהיים קענען נישט מקיים זיין די מצוה פון כיבוד אב ואם נאר די גרעסטע כיבוד איז אז מען איז אוועקגעפארן צו לערנען, אבער דאס דארף זיין הלוך ונסוע הנגבה דאס איז ווען מען לערענט.

דערנאך האט געזאגט תורה הב יחזקאל שרגא פריעדמאן ני״ו פון אנטווערפען
און דער רבי האט צוגעלייגט אז דער בני יששכר זאגט אויפן פסוק והאמין בה׳ וכו׳ והאמין שטייט אן א י׳ ווייל די גרעסטע זאך וואס מען קען געבן פארן אויבערשטן איז אמונה און מסירות נפש למעלה מהשכל,
צדיקים במיתתן קרוים חיים ווייל דורך דעם וואס זיי געבן זיך אינגאנצן אוועק דאס ברענגט זיי צי לעבן, אזוי איז געווען יצחק אבינו ביי די עקידה, די זעלבע בחנה איז שבת קודש אז מען טוט נישט קיין שום מלאכה מען געבט זיך אינגאנצן אוועק פארן אויבערשטן דורך דעם איז מען זוכה צו א התקרבות צום אויבערשטן.

דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות שבת הב׳ יעקב קליין ני״ו

דערנאך האט געזאגט תורה הב׳ יצחק אשר פערלמוטער ני״ו פון לאנדאן
און דער רבי האט צוגעלייגט עס שטייט און פסוק ויתן לך מעשר מכל וכו׳ פארוואס פונקט דא האט אברהם אבינו געגעבן מעשר, נאר ווייל עס שטייט אורך ימים למיימנים בה גייט ארויף אויף תורה לשמה און ולמשמאילים בה עושר וכבוד גייט ארויף אויף תורה שלא לשמה, אבער היות חז״ל האבן געוואלט אז תורה זאל מען לערנען נאר לשמה האבן חז״ל מתקן געווען אז עשר תעשר בשביל שתתעשר, יעדער וויל דאך עשירות זאל עס קומען דורך מעשר און תורה זאל מען לערנען נאר לשמה, לחם ויין גייט ארויף אויף די תורה הק׳, אברהם אבינו האט געגעבן מעשר כדי אז די לחם ויין די תורה זאל קענען זיין אינגאנצן לשמה.

דערנאך האט געזאגט תורה הב׳ משה פריעדמאן ני״ו פון אנטווערפען
און דער רבי האט צוגעלייגט אז עס שטייט הציץ עליו בעל הבירה וכו׳ אברהם אבינו האט ארויסגעלערנט פון דור הפלגה און דור המבול אז אזוי ווי א מענטש בויעט א בנין און מען צוברעכט עס און ער ענפערט גארנישט, דא האט דער אויבערשטער געזאגט אני בעל הבירה ווייל די גרעסטע קיום העולם איז אז רשעים שטארבן באבוד רשעים רינה.


מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הב׳ ברוך מלול ני״ו פון מאנטשעסטער

מען האט פארענדיגט ארום 2 אזייגער
אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש האט דער רבי ארומגערעדט ספורים ועובדות פונעם ישמח משה זי״ע

אום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יחזקאל רייזמאן הי״ו

ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
כהן: הרה״ח ר׳ זושא געלב הי״ו פון קרית יואל
לוי: הרה״ח ר׳ משה ווייזער הי״ו
שלישי: הרה״ג ר׳ נפתלי פנחס ענגלענדער שליט״א דומ״ץ פשעווארסק לאנדאן
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה״ח ר׳ יואל בר״מ זילבערשטיין הי״ו

דער רבי האט זיך געוואשן צו של״ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה״ח ר׳ שאול פערלשטיין הי״ו
שיר המעלות: הרה״ח ר׳ ישראל שמעי ראזנער הי״ו
דער רבי האט געזאגט תורה און דברי התעוררות בענינים העומדים על הפרק

ידיד נפש: הרה״ג ר׳ נחמן שטויבער שליט״א מנהל בישיבתינו הק׳
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט די שבע ברכות פאר די חתנים

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען מו״ה משה הלל קאהן הי״ו
נאך מעריב איז דער ציבור אדורך זאגן א גוטע וואך
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה
נאך הבדלה איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש מען האט ארויס באגלייט דעם רבין בניגון כי מלאכיו נאכדעם וואס דער רבי רייזט אפ דעם וואך למנוחת הנפש

מוצש״ק

אום 12 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ״ד דקהלתינו הק׳ שע״י ת״ת אויף טרופ עוו. צום שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה״ג ר׳ פנחס כ״ץ שליט״א דומ״ץ הביהמ״ד הכלה בת הרה״ג ר׳ שמואל משה פריעדמאן שליט״א
די שבע ברכות איז געווארן אפגעראכטן דורך די מתפללי הביהמ״ד
דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו
דערנאך הרט דער רבי זיך אויפגעטעלט און א ריקוד מיט די חתן און מחותנים און א עקסטערן ריקוד מיט הרה״ג ר׳ פנחס כ״ץ שליט״א דומ״ץ הביהמ״ד

דערנאך איז דער רבי אנגעקומען און די זאלן פון פרדס צבי צום שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה״ג ר׳ מענדל ווערצבערגער שליט״א מנהל ישיבתינו הק׳ חלק ד׳
די שבע ברכות איז געווארן אפגעראכטן דורך די תלמידי הישיבה
עס האט אויפגעטרעטן די מנהל הישיבה הרה״ג ר׳ נפתלי בלומענפעלד שליט״א
דערנאך איז פארגעקומען די סיום מס׳ נדרים וואס מען האט געלערנט דעם פארגאנגענעם זמן אין ישיבה דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד אינאיינעם מיט תלמידי הישיבה
דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די חתן, מחותנים און תלמידי הישיבה דערנאך געטאנצן מיט די חתן און די מחותנים

ארום 12:45 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

~🌴🌴~
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

זונטאג פרשת וירא



זונטאג פרשת וירא

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים
בן הרה״ח ר׳ וואלף שמילאוויטש הי״ו פון קרית יואל
ובן הרה״ח ר׳ אברהם יעקב שטערן הי״ו

אום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און ביהמ״ד הגדול בעל תפילה איז געווען מו״ה ישראל משה שווארטץ הי״ו

נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי געלייגט תפילין דרבינו תם און עוסק געווען בלימודו
דערנאך זענען אריין אל הקודש פנימה די בר מצוה בחורים ווי דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו

אום 11:30 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש


אום 4:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ שמואל יצחק ווידער הי״ו
ארום 4:45 איז דער רבי אנגעקומען און די זאלן שע״י בנין הבית רחל בנין קויפמאן צום מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די נדיבים בעם תומכי המוסדות וחברי הנהלת המוסדות
עס האט אויפגעטרעטן הרה״ח ר׳ אהרן הערש פריינד הי״ו חבר הנהלת המוסדות ווי ער האט איבערגעגעבן די דבר ההנהלה און ארויסגעברענגט אז משטייט דא אין דעם בנין וואס איז נארוואס פארענדיגט געווארן פאר אפאר יאר צוריק און אינצווישן האט מען שוין געדארפט באנייען א פרישן בנין הבית רחל ׳בנין ריזל יכט׳ און דערמאנט לשבח די נדיבים בעם וואס האבן מנדב געווען פאנטאסטישע סומעס לטובת די אויפבוי פון די אלע בנינים אדירים,
ר׳ אהרן הערש הי״ו האט דערמאנט מפי דער משב״ק ר׳ עזריאל גליק ז״ל אז ווען רביה״ק זי״ע האט מייסד געווען די בית חינוך לבנות פלעגט די רבי כסדר פארגיסן טייכן טרערן פאר די הצלחה פון די תלמידות, זאגנדיג אז אויף די תלמוד תורה און ישיבות איז דא מסורת האבות ווייל דאס איז נאך געווען אינדערהיים אבער אויף די בית חינוך לבנות האט מען געדארפט פון פריש מייסד זיין און די כח פון רביה״ק ז״ל וועט זיכער מיגן זיין פאר אלע משתתפים
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און געזאגט כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל
אז מען וועט בויען דעם בנין הבית רחל הארט נעבן דעם ביהמ״ד החדש דקהלתינו הק׳ איז פון איין זייט א בחינה פון כה תאמר לבית יעקב און פון די אנדערע זייט א בחינה פון ותגיד לבני ישראל נאך וואס די אונטערשטע שטאק וועט דינען אלטס א היכל התורה
דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די אלע נדיבים בעם און די חברי הנהלה וואס געבן זיך אזוי איבער אז מען זאל קענען אויפבויען די בנינים אדירים לשם ולתורתו
און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים
דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און די ציבור איז אדורך מקבל זיין ברכת הקודש
דערנאך איז דער רבי ארויס צום שטח הבניה ווי עס איז פארגעקומען די מעמד הנחת אבן הפינה
דער רבי האט געזאגט די פסוקים כנהוג דערנאך געגאסן דעם יסוד פארן בנין און דערנאך מכבד געווען אחיו הגה״צ אב״ד זענטא שליט״א, די נדיבים בעם און די חברי הנהלה
דערנאך איז דער רבי ארויס אין א ריקוד אויפן ניגון בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

פון דארט איז דער רבי ארויסגעפארן קיין קרית יואל בשכונת בלומינג גראוו
דער רבי איז אנגעקומען און ביהמ״ד בית יעקב דקהלתינו הק׳ צום שמחת הכנסת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס איז געווארן אריינגעגעבן דורך די נדבן הביהמ״ד הנגיד ר׳ יעקב שווימער הי״ו
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן א לענגערע צייט און דערנאך מיטן נדבן ר׳ יעקב הי״ו און אינאיינעם מיט הגה״צ דער רב שליט״א, און די בני המשפחה, ר׳ יחזקאל שוויממער הי״ו , דער ראה״ק ר׳ מענדל הי״ו און ר׳ שלמה אהרן פריעדמאן הי״ו, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור
דערנאך איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרה״ח ר׳ אפרים יושע האלפערט הי״ו מגבאי הביהמ״ד נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יודל יאקאבאוויטש הי״ו, דערנאך איז געווען זמני כניסה
אום 8:30 איז דער רבי צוריק אנגעקומען און ביהמ״ד בית יעקב צום חנוכת הבית וסעודה לגומרה של תורה
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים ודייני השכונה אויפן אויבנאן
דער יו״ר המסיבה איז געווען הרה״ח ר׳ משה דוד פערענץ הי״ו מגבאי הביהמ״ד.
דער היכל הביהמ״ד איז געווען פיל געפאקט מקצה אל הקצה מיט הונדערטער תושבי השכונה, און משפחה און ידידים פון די בעלי שמחה הכנסת ספר תורה.
עס האט אויפגעטרעטן הרה״ג ר׳ מנחם נתנאל יונגרייז שליט״א דומ״ץ הביהמ״ד ער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחת חנוכת הבית וואס מ׳איז ב״ה זוכה, ער האט ארויסגעברענגט בתוך הדברים אז די ביהמ״ק השלישי ווערט אנגערופן ע״ש יעקב אבינו, והיה בית יעקב אש, און גערעדט בשבח הנדיבים, און די געוואלדיגע חשיבות וואס די געגענט איז געשטיגן מיט די הרמת קרן התורה דורכ׳ן אוועקשטעלן א סאטמארע ביהמ״ד, וואו מ׳איז זיך קובע ללימוד התורה און מנינים. דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה״ח ר׳ מענדל שווימער הי״ו ראה״ק ווי ער האט באגריסט זיין חשוב׳ער אייניקל דער נדיב, און ארויסגעברענגט בשם הנהלת הקהלה וויפיל כוחות מ׳לייגט אריין אין אלע הרחבת גבולי הקדושה איבער גאנץ קרית יואל.
דערנאך האט משמיע געווען דברי תורה הגה״צ אבד״ק ור״מ שליט״א און משלב געווען מצות כתיבת ספר תורה צו חנוכת הבית, און ארומגערעדט איבער די ענין פון קביעת עתים לתורה און תפלה,
און ארויסגעברענגט בשבח הנדיבים החשובים.
דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים, אנגעוואונטשען ברכת קדשו און משמיע געווען דברות קודש דער רבי האט דערמאנט די חז״ל תורה מחזרת על אכסניא שלה אז מען זעט דא די דריי דורות פון ר׳ מענדל שווימער הי״ו ר׳ יחזקאל הי״ו און ר׳ יעקב הי״ו וואס האבן די זכיה שטענדיג צו שטיין לימין קהלתינו ומוסדותינו הק׳
דער רבי האט א לענגערע צייט מעורר געווען איבער קדושת ביהמ״ד און קביעות עתים לתורה.
און ארויסגעברענגט לשבח די הנהלת הקהילה וואס לייגט אריין אזויפיל כוחות להרחבת גבולי הקדושה
דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן נדבן ר׳ יעקב הי״ו, די בני המשפחה און פאר אלע משתתפים.
און דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט מיט פייערליכע טענץ

אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי באדאנקט און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר הרה״ח ר׳ יוסף יוזפא לאנדא הי״ו ושותפו הרה״ח ר׳ לוי יצחק שווארטץ הי״ו חברי הנהלת קהלתינו הק׳
אום 10:30 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

~🌴🌴~
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 684
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 372

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך וואסאפשט »

דבוק אין צדיק האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:48 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:43 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:41 pm כ''ק מרן מ'סאטמאר שליט''א ריש מתיבתא קדישא משמיע דרשת הזמן פאר די זיבן ישיבות גדולות אין קרית יואל, בהיכל הגדול פון בית המדרש ישמח משה
WOW

מ'האט פעסט אויסגעצויגן דעם שול. נאר פאר איין נאכט? אדער עס בלייבט שוין.

(נאר א וויץ, נעם עס אן)
נאר אנפאנג זמן דארף מען א גרעסערע ביהמ’ד

(נאר א וויץ)
פארוואס אין ישמח משה?
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פארפאלענער »

כ"ק מרן אדמו"ר מ'דושינסקי שליט"א ביים אנקומען אין עירפארט אין ניו יארק צוליב חתונה אצל בנו
פיילס
IMG_20231030_131355_587.jpg
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פארפאלענער »

הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א שבת בעיר בארא פארק
פיילס
4521.jpg
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פארפאלענער »

מעמד הכנסת ספר תורה אין בית המדרש החדש בית יעקב ד'קהל יטב לב אין בלומינגראוו בראשית כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א
פיילס
asW2uQL_wide_m.jpeg
arB36HX_wide_m.jpeg
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פראפעגאנדע
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:31 am
x 4

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פראפעגאנדע »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:43 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:41 pm כ''ק מרן מ'סאטמאר שליט''א ריש מתיבתא קדישא משמיע דרשת הזמן פאר די זיבן ישיבות גדולות אין קרית יואל, בהיכל הגדול פון בית המדרש ישמח משה
WOW

מ'האט פעסט אויסגעצויגן דעם שול. נאר פאר איין נאכט? אדער עס בלייבט שוין.

(נאר א וויץ, נעם עס אן)
עפעס ווייטאגט שטארק...
(נאר א וויץ, נעם עס אן)...
פראפעגאנדע
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:31 am
x 4

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פראפעגאנדע »

דבוק אין צדיק האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:48 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:43 pm

WOW
פארוואס אין ישמח משה?
נישטא קיין פלאץ אין קיין איינע פון די בניני המתיבתא

אין ביהמ''ד הגדול האט מען נישט געקענט צוליב די חתונה הגדולה היינט/מארגן.

נישט געווען קיין טישן אין ביהמ''ד ישמח משה אלעס בלויז בענק און הונדערטער בענקלעך

בליעה''ר
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 519
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 933
פארבינד זיך:

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
היינט נאכט וועלן זיך טויזענטער אנשי שלומינו און בפרט אנ''ש תושבי מאנסי זיך מיטפרייען בשמחתם של רבם ומאורם ביים שמחת החתונה פון החתן הרב ישעי' שליט"א בן הרב ר' ארי' מנחם מענדל רובין שליט"א בן הגה"צ אב"ד טאמאשוב שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א מיט די כלה בת הגה"צ ר' דוד דוב דשונסקיא שליט"א רב דביהמ"ד אוהל פיגא ק''י חדב''ן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און זוהן פון כ"ק אדמו"ר מדשונסקיא שליט"א וואס וועט פארקומען ברוב פאר והדר אין היכל בית המדרש הגדול אין קרית יואל.

"שישו ושמחו בשמחת כ"ק מרן רבינו שליט"א ובשמחת הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א"
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 995
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1448

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴 סאטמאר מהר''א
=מאנטאג וירא=

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה יצחק בערנשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן זאגן די טעגליכע פינף קאפיטלעך תהילים האט דער רבי געזאגט די סדר תהילים וואס איז באשטימט געווארן צו זאגן היינט דורך כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א וביד"צ עדה החרדית לאור די מצב המלחמה בארה''ק, און נאכן יהי רצון געזאגט די תפילה פון אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה וכו'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

ארום 5:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,200 תלמידי המתיבתא.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט אז מען דארף שטייגן אין ישיבה בתורה עבודה וגמ"ח, תורה: מען זאל לערנען און חזר'ן אז מען זאל קענען קונה זיין מסכת הש"ס און אזוי אויך מיטהאלטן די שיעורים הן אין גמרא און הן אין די שיעורי שו"ע און סיי מיטן אויפשטיין פארטאגס און אזוי אויך צו לערנען מוסר ספרים בקביעות,
עבודה: די תפילות דארפן זיין ווי עס פאסט פאר א ישיבה בחור, דאווענען אויפן קול ובמקום קבוע,
גמ"ח: ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן סיי דורך גיין נאך געלט און סיי מיט א גוט ווארט אדער לערנען מיט א בחור וכו',
און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים איבער גיין אין מקוה יעדן טאג וכ"ש שבת ויו"ט, און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, און אויסניצן די מוצאי שבתים מיט תורה און סעודת מלוה מלכה, זיך אפהיטן פון די כלים, און שטארק אויפגעפאדערט נישט צו האבן קיין טעלעפאון אין ישיבה - אפילו א כשר'ע, און מחזק געווען די תקנה פון רביה"ק נישט צו גיין צו חתונות,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען אויסצוניצן די ימי הבחרות, און ארויסגעברענגט די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זי"ע און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה.
צום שלוס האט דער רבי דערמאנט די שווערע מצב המלחמה אין ארה"ק און די שווערע סכנה אין וועלכע כלל ישראל געפונט זיך.

דער רבי האט באוויינט די הרוגים, און דערמאנט אז כאטש די ביהמ"ק איז חרוב געווארן דורך די חטאים, דאך איז דער נביא מקונן אויף די חללים, וועלכע חללים? אלע! אפילו די וואס האבן חוטא געווען און דורך זיי איז געקומען די חורבן.
עמלק האט מלחמה געהאלטן מיט כלל ישראל, עמלק האט נאר געהאט א שליטה אויף וואס זענען געווען אויסגעשפיגן פונעם עמוד הענן, און דאס איז די וואס האבן געהאט א פסל מיכה, אבער דאך זאגט די תורה זכור את אשר עשה לך עמלק.
ביים צווייטן וועלטס קריג זענען א גרויסע רוב פון די זעקס מיליאן אידן ליידער נישט געווען קיין שותו"מ, דאך זאגט מען ה' ינקום דמם פון אלע זעקס מיליאן.
עס זענען ליידער גע'הרג'עט געווארן 1,400 אידן, טאקע צווישן זיי אזעלכע וואס די תורה זאגט מחלליה מות יומת, אבער אז א גוי האט גע'הרג'עט איז אן אנדערע מעשה.
הקב"ה איז זיך מצער בצרתן של ישראל, אפילו די וואס זענען מחויב מיתה, און אז הקב"ה איז זיך מצער דארף זיך יעדע איד מצער זיין.

דער רבי האט נאכגעברענגט א דרשה פון רבינו הקוה"ט בעל דבר"י זי"ע ביים קריג איבער הצלת פליטי פוילן, אז מען דארף העלפן אלע פלטים, אפילו נישט שומרי תורה ומצות, ווייל ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא.
ביים זעקס טאגיגן קריג האט רביה"ק זי"ע זיך זייער מצער געווען אויף 'אלע' הרוגים, עס איז געווען דעמאלט א יום תפילה האט דער רבי געזאגט מ'דארף מתפלל זיין פאר די הצלה פון די אידן, אבער נישט פאר די הצלחה פון די ציונים. וויאזוי? דער אויבערשטער איז א כל יכול.

דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג אז ליידער בשעת הקב"ה איז זיך מצער אויף די הריגות, זענען דא אידן וואס זיי טוט וויי עפעס אנדערש, די כחי ועוצם ידי, דאס וואס זיי האבן זיך פארלאזט אז די מיליטער איז שטארק, דאס האט געכאפט א שטארקן קלאפ, און האט געהאט א געוואלדיגע השפלה פאר די גאנצע וועלט, און עס איז דא מענטשן וואס דאס טוט זיי מער וויי ווי די הרוגים, און די בושה און כעס אויף דעם איז זייער גרויס, די גאות, די כפירה'דיגע לאזונג פון ישראל בטח בצה"ל האט געכאפט א שטארקער קלאפ.
דער ראש הכופרים האט זיך אויפגעטון מיטן כחי ועוצם ידי, פון הימל האט מען אים געוויזן, און דאס פארדריסט זיי זייער שטארק, און אויף דעם איז מען זיך נוקם, אונז גיי מיר זיי ווייזן איינמאל פאר אלעמאל.

דער רבי האט ארויסגעברענגט די זארג וואס די נקמה אקציעס קענען חלילה צוברענגען, שוין יארן לאנג וואס אידיש בלוט ווערט פארגאסן אין די מערכות אהין און צוריק, און עס הערשט א סכנה אז די מלחמה זאל זיך נאכמער צעפלאקערן מיט נאך מדינות, און דאס טוט אריין שלעפן גאנץ כלל ישראל איבער די גאנצע וועלט אין א סכנה.

מען דארף וויסן, פון איין זייט שטייען אכזריות'דיגע רוצחים, רוצחי הגופים. פון די צווייטע זייט שטייען רוצחי נפשות, גדול המחטיאו יותר מההרגו, במשך די יארן האבן זיי מעביר געווען על הדת טויזנטער אידן, דאס איז סאך ארגער ווי די רוצחי הגופים.
עס איז ליידער דא א מלכות המינות אינעם פלטרין של מלך וואס איז יעדן טאג מכעיס דער בוכ"ע מיט אלע עבירות שבתורה, כפירה בביאת המשיח, כפירה בכל התורה כולה. הקב"ה איז א כל יכול, דער אויבערשטער זאל מציל זיין כלל ישראל פון ביידע אנע שום היזק פאר אידישע קינדער.
כלל ישראל איז מתפלל שומר ישראל שמור שארית ישראל, א שמורה מעולה מכל צער ונזק, פאר תושבי ארה"ק, און פאר תושבי חו"ל, דער אויבערשטער זאל זיך מרחם זיין על עמו ונחלתו און אפהיטן אלע אידישע קינדער.

דער רבי האט געענדיגט די דרשה ארום 6:50.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו און הרה"ח ר' ליפא שעהנברוין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' בנציון יאקאבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' מיכאל פעקעטע הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל ווייסמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר נתנאל מנחם דייטש שליט"א און הר"ר יואל פיש שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

~🌴~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 995
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1448

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴
חלק מהדברות קודש ביים 'דרשת פתיחת הזמן' ווי דער רבי רעדט ארום דברים העומדים על הפרק בנוגע די שווערע מצב בארה"ק, און איבער די ריכטיגע בליק וויאזוי מען דארף אנצוקוקן די מצב.
~🌴~


אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 646
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 720

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך איד »

פארפאלענער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:35 am וואך נאכט ובר מצווה בצל מרן אדמו"ר מווזיניץ שיכון במאנסי
ווער איז די בר מצוה בחור ?
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 995
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1448

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 10:15 am
פארפאלענער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:35 am וואך נאכט ובר מצווה בצל מרן אדמו"ר מווזיניץ שיכון במאנסי
ווער איז די בר מצוה בחור ?
א אור אייניקל, נכד חתנו הרה"צ רבי יצחק טווערסקי בן האדמו"ר מסקווירא.
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פארפאלענער »

משפחה מעיר אופקים שאביהם נרצח באשמורת הבוקר ביו"ט שמחת תורה הגיעו לשיחת עידוד וחיזוק במעונו של כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א
פיילס
836.jpg
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פארפאלענער »

מצווה טאנץ פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א נעכטן אין בארא פארק
פיילס
1000241616.jpg
1000241618.jpg
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פארפאלענער »

אדמו"ר משיכון וויזניץ קימט אן צוריק קיין ארץ ישראל
1000242121.jpg
1000242121.jpg (280.77 KiB) געזען געווארן 1400 מאל
די רבי שליט''א איז מחזק א פאטער פון איינע פון די עזה משכונות אין עירפארט
פיילס
1000242129.jpg
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 156

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:33 pm כ"ק אדמו"ר מסאטמאר אין א טאנץ מיט כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א ביי די חתונה נעכטן אין וויליאמסבורג
לענגערע ווידיא פון די חתונה
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 308
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 248

באריכטן און בילדער פון ראחמאסטריווקא

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

רבן גמליאל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 7:31 pm כ"ק אדמור הרה"צ רבי זושא מראכמאסטריווקא שליט"א האט זיך היינט אפציעל אפגעזאגט פון זיין אדמורו"ת און לינדען
IMG-20231031-WA0054.jpg
IMG-20231031-WA0054.jpg (36.69 KiB) געזען געווארן 1229 מאל
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 484
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 871

Re: באריכטן און בילדער פון ראחמאסטריווקא

פאוסט דורך צווייטער »

דבוק אין צדיק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 7:38 pm
רבן גמליאל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 7:31 pm כ"ק אדמור הרה"צ רבי זושא מראכמאסטריווקא שליט"א האט זיך היינט אפציעל אפגעזאגט פון זיין אדמורו"ת און לינדען
IMG-20231031-WA0054.jpg
איינער קען עס טייפן? כ'קען נישט ליינען קיין איין ווארט
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
זקנים
פרישער באניצער
פאוסטס: 34
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 5:08 pm
Location: Bp
x 11

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך זקנים »

סדר הכיבודים ביים מעמד החופה בשמחת בית טאלנא :

סידור קידושין: האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א
קריאת הכתובה: הרה"צ רבי ישעי דוד מלכיאל מטאלנא בית שמש
ברכות ראשונות: הגה"ח הנגיד המרומם רבי יצחק שפירא, הרה"צ רבי אפרים מלכיאל, הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר בן האדמו"ר מגור, הרב רבי יצחק אייזיק וואלאדאסקי, הרב רבי לייבל וויינבערג שליט"א
ברכה אחריתה: האדמו"ר מביאלא פישיסחיא שליט"א
זקנים
פרישער באניצער
פאוסטס: 34
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 5:08 pm
Location: Bp
x 11

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך זקנים »

ליסטא פון אדמורי"ם ורבנים וואס האבן היינט באשיינט די גרויסע חתונה בחצר הקודש טאלנא

האדמו"ר מצאנז
האדמו"ר מראחמיסטריווקא
האדמו"ר ממאכניווקא בעלזא
האדמו"ר מפיטסבורג
האדמו"ר מסאדיגורה פון ירושלים
האדמו"ר מסאדיגורה פון בני ברק
האדמו"ר מזוויעהל
האדמו"ר מביאלא פישיסחיא
האדמו"ר מביאלא פון בני ברק
האדמו"ר מביאלא רמת אהרן
גאב"ד מאקאווא
הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ
הגאון רבי חיים פרץ ברגמן מראשי ישיבת פונביז
הרב ישראל מנחם אלתר בן האדמו"ר מגור
שרייב פאוסט