בלאט 7 פון 23
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:29 pm
דורך צווייזייטיג
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:18 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:15 pm
די מורה צדקַ האבן באקומען פיר טויזנט שקל.
וויפיל דאלער איז עס?
1041.60
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:39 pm
דורך שבת קודש
וויפיל דיינים האט די עדה החרדית?
באקומען יעדער א געהאלט?
פון ווי האט די הנהלת עדה החרדית געלט, מאכט מען געלט אקציעס?
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:44 pm
דורך ענותן
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:39 pm
וויפיל דיינים האט די עדה החרדית?
באקומען יעדער א געהאלט?
פון ווי האט די הנהלת עדה החרדית געלט, מאכט מען געלט אקציעס?
און האט דאס שייכות צום קאמפיין יענע וואך?
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:45 pm
דורך דער תהלים איד
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:39 pm
פון ווי האט די הנהלת עדה החרדית געלט, מאכט מען געלט אקציעס?
דענק איך אז אמאל פלעגט זיין אפיציעל א שד"ר, רבי נחמן יאקאב לאויוש"ט פלעגט קומען נאך געלט פאר די עדה.
הייסן הייסט עס אז די ועד הכשרות שארט גאלד. צו ס'איז אמת ווייס איך נישט...
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:46 pm
דורך לא ימושו מפיך
ענותן האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:44 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:39 pm
וויפיל דיינים האט די עדה החרדית?
באקומען יעדער א געהאלט?
פון ווי האט די הנהלת עדה החרדית געלט, מאכט מען געלט אקציעס?
און האט דאס שייכות צום קאמפיין יענע וואך?
יא.
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:52 pm
דורך שבת קודש
לא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:46 pm
ענותן האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:44 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:39 pm
וויפיל דיינים האט די עדה החרדית?
באקומען יעדער א געהאלט?
פון ווי האט די הנהלת עדה החרדית געלט, מאכט מען געלט אקציעס?
און האט דאס שייכות צום קאמפיין יענע וואך?
יא.
איז דאס א איינמאליגע זאך אדער גייט עס זיין א אפטע זאך?
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:00 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
מעמד היסוד פאר "קרן תמכין דאורייתא" על ידי כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א
בהשתתפות חברי הנהלת העדה החרדית וחברי ועד הפעולה, ונציגי הקהילות הקדושות וועלכע האבן אפגענומען די הערליכע תמיכות ליו"ט למורי צדק שע"י העדה החרדית פון זייערע קהילות
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:00 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:00 pm
מעמד היסוד פאר "קרן תמכין דאורייתא" על ידי כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א
בהשתתפות חברי הנהלת העדה החרדית וחברי ועד הפעולה,
ונציגי הקהילות הקדושות וועלכע האבן אפגענומען די הערליכע תמיכות ליו"ט למורי צדק שע"י העדה החרדית פון זייערע קהילות

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:01 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:00 pm
מעמד היסוד פאר "קרן תמכין דאורייתא" על ידי כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א
בהשתתפות חברי הנהלת העדה החרדית וחברי ועד הפעולה,
ונציגי הקהילות הקדושות וועלכע האבן אפגענומען די הערליכע תמיכות ליו"ט למורי צדק שע"י העדה החרדית פון זייערע קהילות
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:02 pm
דורך ענותן
איינער מיט נעמען, ביטע
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:04 pm
דורך שבת קודש
וויפיל געלט האט מען דא ס''ה געטיילט?
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:07 pm
דורך לא ימושו מפיך
געוואלדיג געוואלדיג.
יגדיל תורה ויאדיר
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:10 pm
דורך לייבל פריש
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:04 pm
וויפיל געלט האט מען דא ס''ה געטיילט?
מאה אלף
1000 פאר יעדע פון די 80 מורה הוראה און 2000 פאר די חברי ביד"ץ
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:18 pm
דורך לייבל פריש
ענותן האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:02 pm
איינער מיט נעמען, ביטע
איך שרייב וואס איך זעה מסתם זעהט מען נישט אלע
רבי יעקב ראטה לרפו"ש יו"ר ההנהלה - משכנות הרועים
רבי חיים ראטה מראשי ההנהלה - תוא"י
ר' פרץ לעפקאוויטש - דושינסקי
ר' שמעון ווייס - דושינסקי
ר' יצחק קירשנבוים תו"א
ר' ישראל יצחק קליערס תו"א
רבי נחמן יאקאב - סאטמאר
ר' פנחס בינדער - סאטמאר
ר' ישכר יאקאב - סאטמר
די אנדערע נעמען קען איך נישט
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:26 pm
דורך לייבל פריש
לייבל פריש האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:18 pm
ענותן האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:02 pm
איינער מיט נעמען, ביטע
איך שרייב וואס איך זעה מסתם זעהט מען נישט אלע
רבי יעקב ראטה לרפו"ש יו"ר ההנהלה - משכנות הרועים
רבי חיים ראטה מראשי ההנהלה - תוא"י
ר' פרץ לעפקאוויטש - דושינסקי
ר' שמעון ווייס - דושינסקי
ר' יצחק קירשנבוים תו"א
ר' ישראל יצחק קליערס תו"א
רבי נחמן יאקאב - סאטמאר
ר' פנחס בינדער - סאטמאר
ר' ישכר יאקאב - סאטמר
די אנדערע נעמען קען איך נישט
ר' יהודא לייב פרנק - ברסלב
ר' זאב אשכנזי משכנות הרועים
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:31 pm
דורך לא ימושו מפיך
ברוך המקדשַ שמו ברבים!
הרמת קרן התורה וכבוד התורה אין פולסטע זין פון ווארט
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:55 pm
דורך לייבל פריש
FWD
עורי עורי ירושלים לבשי עוזך בגדי תפארתך התעוררי התעוררי כי בא אורך
דאס איז דער אוסדורק פון רבבות שלומי אמוני ישראל וואס קלאמערן זיך אויפן אויס געטראטענעם וועג פון די העדה החרדית היינט אויף דער נאכט, דער נאך וואס מען האט זוכה געווען צו היסטארישע מינוטן ווען רבינו הגדול הוד כבוד קדושת מרן הגאב"ד שליט"א מרא דארעא קידשא האט ביים מעמד היסוד פון דער קרן תמכין דאורייתא אויס געטיילט די אסטארנאמישע סומע פון הונדערט טויזנט דאלאר פאר אלע רבני ומורי הוראה פון די עדה החרדית אלץ א תמיכה און מתנת החג לכבוד יום טוב סוכות.
וואו שוין ברייט באקאנט איז מיט עטליכע מאנאטן צוריק נתייסד געווערן דער וועד הפעולה של העדה החרדית על פי קריאת קדשו פון רב זאל זיין געזונט מיטן ציל צו שטיין וואו א רוקן ביין פאר די עדה החרדית תחת הכוונתם פון רבותינו שרי התורה מנהיגי העדה הגאונים הצדיקים חברי הבד"ץ ועל צבאם רבינו הגדול עמדו האש ההולך לפני המחנה שר צבא ה' וראש מערכות ישראל הוד כבוד קדושת מרן הגאב"ד שליט"א מרא דארעא קדישא.
בעיצומו פון די ימי הסליחות הארט פאר ראש השנה זענען זיך צוזאם געקומען אריבער הונדערט תלמידי וחסידי סאטמאר אין שפיץ פון הגאון הגדול ר' געציל בעקאוישט שליט"א דומ"ץ קרית יואל, וואו מען האט זוכה געוווען צו הערן דבר ה' ברמה פון רבינו הגדול כבוד קדושת מרן הגאב"ד שליט"א מרא דארעא קדישא, וואס האט ארויס געגעבן די געוואלדיגע זכיה צו שטיין וואו א רוקן ביין פאר די עדה החרדית.
אין די טעג פון בין כסא לעשור די טעג וואס כלל ישראל זענען פארנומען צו קונה זיין זכותים פארן יום הדין, האבן זיך טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר איינגעקויפט זכותים פארן יום הדין און אונטער געתחמעט א שטר שותפות צו נעמען א טייל און שטיצן די עדה החרדית מיט די ברייט פארצוויגטע פעולות פון דער וועד הפעולה פון די עדה החרדית.
די פעולות הקודש האט מעורר געווען א אתערותא דלתתא, ווען עס איז נאכגפאלגט ווערן די ברייט פארצווייגטע פעולות פון דער וועד הפעולה צו שאפן דער אויבער דעמאנטע אסטראנאמישע סומע געלט, ווען מרן הגאב"ד שליט"א זעלבסט האאט זיך געוואנדן צו נדיבי עם און ארויס געבריינגט די וויי געשריי פון די מורי הוראות וואס דינען דער ציבור הרבבות פון די עדה החרדית טאג טעגליך לדעת את המעשה אשר יעשון, אבער זיי לעבן מתוך הדחק ממש, און עס איז א בחינה פון ספר תורה שרוי בצער.
און טאקע היינטיגן טאג בעיצומו פון די פאר נומענע טעג פון ערב יום טוב הארט ממש פארן הייליגן יום טוב, זענען זיך צוזאם געקומען תחת קורת גג אחד במעון קדשו און ביתו נאוה קודש פון רבינו הגדול מרן הגאב"ד שליט"א מרא דארעא קדישא, דער תל תלפיות פאר רבבות אלפי ישראל החונים על דגל עדתינו הק', חברי הנהלת העדה החרדית פון אלע קהילות הקודש החונים על דגל עדה החרדית, קהל הקודש סאטמאר קהל הקודש תולדות אברהם יצחק, קהל הקודש תולדות אהרן קהל הקודש בית יוסף צבי דושינסקיא, קהל הקודש משכנות הרועים, קהל הקודש ברסלב, ובראשם הגאון הגדול ר' נתן הכהן קאפשיץ שליט"א דומ"ץ דעדתינו, צום דעם היסטארישן מעמד החלוקה און התייסדות קרן תמכין דאורייתא, אויף צו הייבן דער כח התצורה און כח ההוראה אינער האלב די עדה החרדית.
דער מעמד איז געפנט געווארן מיט דברי פתיחה פון הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א נזר העסקנים פון יהדות החרדית און מראשי מרכז עזרא ויעוץ פון די עדה החרדית וואס האט ארויס געבריינגט די שעה של קורת רוח פון דער כינוס לצחדיקים ווען מען איז זוכה אין די הייליגע טעג פון צווישן יום הקדוש און סוכות זיך צוזאם קומען און שטיין וואו א רוקן ביין פאר די מורי הוראה פון די עדה החרדית, ווען כמלאך העומד על גביהם שטייט דער רב זאל זיין געזונט און שטארק און וואו א געטרייער פאסטאך פירט ער דער ציבור העדה החרדית על מי מנוחות, און שטייט בראש המלחמה קעגן די רשעי ישראל האומרים ערו עור עד היסוד בה.
מיט אומ באשרייבליכע רגשי הלב און געמיטער האט דער ציבור זוכה געווען צו הערן דברות קודש קול חוצב להבות אש פון רבינו הגדול מרן הגאב"ד שליט"א מרא דארעא קדישא, וואס האט ארויס געבריינגט דער שבח והודאה פארן בורא כל עולמים אז מען איז זוכה צו התחדשות אינער האלב די עדה החרדית ווען מען איז זוכה צו תומך זיין תורה בטהרה פאר די מוסרי התורה ממשיכי דרכם פון השרף הנורא קודש הקדשים המהרי"ל דיסקין זכותו יגן עלינו וכל קדושיו אחריו.
מיט צצער און וויטאג האט דער רב זאל זיין געזונט ארויס געברינגט מנהמת לבו הטהור אין וואס פאר נידריגן צושטאנד מיר געפינען זיך ווען די ציונים שטייען און פראבירן מיט אלע מיטלען אויס צורייסן כל היקר והקודש מישראל, און נאר אין די לעצטע וואכן האט דער ראש ממשלת הכופרים ארויס געבריינגט קבל עם ומלואו דברי כפירה בה' ובתורתו און ליידער זענען נאך דא אזוי גערופענע פרומע וואס חנפענען זיך צו די ראשי הכפירה, און איו די צייט איז א בחינה פון זה לעומת זה איז מען זוכה צו מגביר זיין דער כח הקדושה.
וזאת הברכה אשר ברך מש"ה פארן גאנצן ציבור, אז מען זאל זוכה זיין צו וויטער שטיין על משמר העדה החרדית, און א וואדאי אז דער כח המייסדים וועט אונז באגלייטן זיך צו קענען האלטן פעסט אין אזעלכע שווערע אומשטענדן.
דערנך נאך איז געהערט געווארן דער ברכת כהן פון הגאון הגדול ר' נתן הכהן קאפשיץ שליט"א דומ"ץ עדתינו, וואס האט ארויס געבריינגט ברכת קדשו פארן ציבור הנאספים און מאציל גיווען פארן רב זאל זיין געזונט און שטארק ער זאל קענען פירן די עדה הקודשה מתוך בריות גופא ונהורא מעליא עדי ביאת משיחנו מיט רב זאל זיין גענונט בראשינו.
מיט די דברי נעילה האט אויפ געטראטן הרה" ג ר' פנחס שטרנבוך שליט"א, ר"מ בישיבתו פון רב שליט"א, וואס האט ארויס געבריינגט פאר ציבור וואו מען זעט דער כח התורה פון רב זאל זיין געונט שטארק, ווען גרויסע נגידים און תומכי תורה ווען וואו נאר זיי האבן געהערט דער רוף פון רב איז געווען א בחינה פון טרם יקראו ואני אענה און גלייך זענען זיי געקומען צו העלפן פאר די עדה החרדית, און שטיין לימין קדשו פון רב זאל זיין געזונט און שטארק.
דער נאך איז דער גאנצער ציבור אריבער אל מול פני הקודש און באקומען פריזענליך די שטיצע פון רב זאל זיין געזונט, און גלייך צייטיג זוכה געווען צו באקומען ברכתו בקודש פון רב זאל זיין געזונט.
מיט רגשי קודש איז דער מעמד געשלאסן געווארן, ווען הרצים יצאו דחופים און אין די פאר נומענע טעג פון ערב יום טוב דרייען זיך די שלוחי הקודש פון רב זאל זיין געזונוט און שטארק און טיילן אויס פאר די פילע צענליגער רבני און מורי הוראה דעדתינו די תמיכת הקודש פון רב זאל זיין געזונט, און ברענגען אריין א רוח פון התחדשות אינער האלב פון די עדה החרדית.
תתחדש כנשר נעוריכי
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 5:44 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 6:01 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
בערך 200 אזעלכע טשעקס זענען פארטיילט געווארן דורכ'ן גאב"ד פאר אלע דיינים ומורי צדק פון די עדה החרדית.
דאס איז אן אויסטערלישער חיזוק פאר'ן עתיד פונעם ערליכן ציבור בארה"ק אשר לא כרעו לבעל הציוני

- 588741_569.jpg (262.97 KiB) געזען געווארן 852 מאל
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 7:36 pm
דורך חוט של חסד
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:35 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:18 am
נו נו, איך בין מסכים.
הגם די גליון העדה כהיום, איז מער דומה צו דער דער איד/בלאט בשנות תש"ס (אין די זמנים פון רבן דקרו...) וואס אזא פארום וואלט נישט אנגענומען צו פאוסטן פון דארט.
משא"כ קהלה קדישא איז לויטער ציכטיג ריין און הייליג.
שפתיים ישק!
קהלא איז א קלאסישע צייטונג אויף א הויכער ניווא. אפילו אויב שרייבן זיי שוין יא עפעס פאליטיק איז עס בבחינת בזעיר אנפין בדיל ויעבור...
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 8:26 pm
דורך צווייזייטיג
חוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 7:36 pm

viewtopic.php?p=22572#p22572
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 8:29 pm
דורך חוט של חסד
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 8:26 pm
חוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 7:36 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:35 am
משא"כ קהלה קדישא איז לויטער ציכטיג ריין און הייליג.
שפתיים ישק!
קהלא איז א קלאסישע צייטונג אויף א הויכער ניווא. אפילו אויב שרייבן זיי שוין יא עפעס פאליטיק איז עס בבחינת בזעיר אנפין בדיל ויעבור...
viewtopic.php?p=22572#p22572
זיי שטופן פאראויס א אגענדע, איז וואס?
העדה טוט גענוי די זעלבע נאר אויף א מיאוס'ערע וועג....
וישמע חכם ויוסיף לקח...
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 6:48 am
דורך עטרת זהב
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 6:01 pm
בערך 200 אזעלכע טשעקס זענען פארטיילט געווארן דורכ'ן גאב"ד פאר אלע דיינים ומורי צדק פון די עדה החרדית.
דאס איז אן אויסטערלישער חיזוק פאר'ן עתיד פונעם ערליכן ציבור בארה"ק אשר לא כרעו לבעל הציוני
588741_569.jpg
די טשעקל איז נישט געחתמ'ט

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 10:26 am
דורך צווייזייטיג
חוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 8:29 pm
זיי שטופן פאראויס א אגענדע, איז וואס?
העדה טוט גענוי די זעלבע נאר אויף א מיאוס'ערע וועג....
וישמע חכם ויוסיף לקח...
שוין געשריבן דארט.
העדה איז א צייטונג וואס האט נייעס אויך, אויסער אגענדעס.