ס'איז זייער שווער צו זאגן, ווייל ס'זענען פארהאן אסאך סארטן. אין וויליאמסבורג פארקוקט מען אסאך מאל אויף פארשידענע זאכן.totty האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 12, 2026 4:30 pmאיז וויפיל איז די מארקעט פרייז פאר א נארמאלע פיר רום דירה פאר חתן כלה
עס זענען דא בעיסמענטס און סעמי בעיסמענטס, הויכע שטאק מיט עלעוועיטער און אן עלעוועיטער, אין צענטער, אין געגנט, ארויס פון געגנט, און ווייט פון געגנט. היימישע גאס, אידישע גאס, געמישטע גאס, אדער גויאישע גאס. ברענד ניי, איבערגעבויעט, איבערגעפרישט, מעסיג, אלט, גאר אלט, און אנטיק. גאר הויכע דאך, הויכע דאך, רעגולער דאך, נידעריגע דאך, און גאר נידריגע דאך. גראדע פלאר, שיפע פלאר, און גאר שיפע פלאר. אא"וו מיט די פענסטערס, קלאזעט ספעיס, לאנדערי רום, ביהכ"ס, ועוד.
ליידער איז די מצב אין וויליאמסבורג אז צומאל כדי צו האבן איין מעלה - ווי למשל זיין אין געגנט, נישט אין בעיסמענט, אדער סתם נאנט צו די עלטערן - פארקוקט מען אויף אלע אנדערע אויבנדערמאנטע זאכן.
דערנאך איז דא די פאקט אז די לענדלארס איז ידם על העליונה (וואס אצינד ווערט דאס בס"ד אביסל פארגרינגערט מיט די נייע וועד וואס ברענגט דירות פאר לייכטערע פרייזן), און פאר די זעלבע קאטעגאריע דירה וואס געוויסע בעטן 2000, זענען דא אזעלכע וואס בעטן 2800. הכל תלוי במזל, ס'זענען אפילו פארהאן געוויסע וואס צאלן פאר זייער גוטע לענדלארד פון די עלטערע דור, ממש האלב פון די מארקעט פרייז.
און ווען דו רעדסט פון א 4 רומיגע דירה (וואס - אגב - אין וומסב"ג עקזיסטירט נישט אזא טיטל, מען רופט דאס אן א 2 בעדרום דירה צוליב די סיבה וואס איך שרייב ווייטער אז אלעס איז במילא אויסגעפאפט) קען זיין א דירה וואס - חוץ די אלע אויבנדערמאנטע חסרונות - באשטייט דאס פון א פארצימער וואס דינט אלס דיינונג רום, א האלוועי וואס א קאך לויפט דורך אין די גאנצע לענג, א קליינע צימער פאר שלאף צומער, און וואלקינג קלאזעט וואס דינט אלס פערטע צומער. אזא דירה קענסטו האבן פאר אינטער 2000 אויך.
א 4 רומיגע דירה וואס פארמאגט אלע מעלות, ברענד ניי, נישט הויכע שטאק, הויכע דאך, אין צענטער פון שטאט, 4 גרויסע ליכטיגע צומערן, גרויסע פענסטערס, ברייטע לאנדערי רום, לופטיגע ביהכ"ס, וכו', קענסטו טאקע דארפן צאלן 3300, און אפילו מער. אבער אין די דירה קען מען רואיג וואוינען מיט עטליכע קינדער, און חתן כלה קענען זיך רואיג באגיין מיט א קלענער דירה און ווייניגער באקוועמליכקייטן.