סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
מיט א ברען
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
x 61

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך מיט א ברען »

totty האט געשריבן: דינסטאג מאי 12, 2026 4:30 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג מאי 12, 2026 1:15 am
totty האט געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2026 7:16 pm

נגיעות האב איך געמיינט א צווייטן
אויב האט ער א טעות וויל איך הערן אבער נישט פון איינעם וואס האט נגיעות צי זאגן פארקערט

בקיצור 3300 האבעך געהערט אבער 3600 ווייסעך טאקע נישט אדרבה אויב איינער ווייסט פון אינגעלייט וואס צאלן קען ער אריינקומען
דו זוכסט איינער וואס צאלט 3600 פאר א צוויי בעדרום? כ'קען דיר טרעפן אסאך איבערצאלער.

די שאלה איז אויפ'ן מארקעט פרייז, און דאס איז כפי ידיעתי ברייט איבערגעטריבן, און לויט ווי דער לאקאלער רב האט צוגעברענגט זע איך אז איך האב רעכט.
איז וויפיל איז די מארקעט פרייז פאר א נארמאלע פיר רום דירה פאר חתן כלה
ס'איז זייער שווער צו זאגן, ווייל ס'זענען פארהאן אסאך סארטן. אין וויליאמסבורג פארקוקט מען אסאך מאל אויף פארשידענע זאכן.

עס זענען דא בעיסמענטס און סעמי בעיסמענטס, הויכע שטאק מיט עלעוועיטער און אן עלעוועיטער, אין צענטער, אין געגנט, ארויס פון געגנט, און ווייט פון געגנט. היימישע גאס, אידישע גאס, געמישטע גאס, אדער גויאישע גאס. ברענד ניי, איבערגעבויעט, איבערגעפרישט, מעסיג, אלט, גאר אלט, און אנטיק. גאר הויכע דאך, הויכע דאך, רעגולער דאך, נידעריגע דאך, און גאר נידריגע דאך. גראדע פלאר, שיפע פלאר, און גאר שיפע פלאר. אא"וו מיט די פענסטערס, קלאזעט ספעיס, לאנדערי רום, ביהכ"ס, ועוד.

ליידער איז די מצב אין וויליאמסבורג אז צומאל כדי צו האבן איין מעלה - ווי למשל זיין אין געגנט, נישט אין בעיסמענט, אדער סתם נאנט צו די עלטערן - פארקוקט מען אויף אלע אנדערע אויבנדערמאנטע זאכן.

דערנאך איז דא די פאקט אז די לענדלארס איז ידם על העליונה (וואס אצינד ווערט דאס בס"ד אביסל פארגרינגערט מיט די נייע וועד וואס ברענגט דירות פאר לייכטערע פרייזן), און פאר די זעלבע קאטעגאריע דירה וואס געוויסע בעטן 2000, זענען דא אזעלכע וואס בעטן 2800. הכל תלוי במזל, ס'זענען אפילו פארהאן געוויסע וואס צאלן פאר זייער גוטע לענדלארד פון די עלטערע דור, ממש האלב פון די מארקעט פרייז.

און ווען דו רעדסט פון א 4 רומיגע דירה (וואס - אגב - אין וומסב"ג עקזיסטירט נישט אזא טיטל, מען רופט דאס אן א 2 בעדרום דירה צוליב די סיבה וואס איך שרייב ווייטער אז אלעס איז במילא אויסגעפאפט) קען זיין א דירה וואס - חוץ די אלע אויבנדערמאנטע חסרונות - באשטייט דאס פון א פארצימער וואס דינט אלס דיינונג רום, א האלוועי וואס א קאך לויפט דורך אין די גאנצע לענג, א קליינע צימער פאר שלאף צומער, און וואלקינג קלאזעט וואס דינט אלס פערטע צומער. אזא דירה קענסטו האבן פאר אינטער 2000 אויך.

א 4 רומיגע דירה וואס פארמאגט אלע מעלות, ברענד ניי, נישט הויכע שטאק, הויכע דאך, אין צענטער פון שטאט, 4 גרויסע ליכטיגע צומערן, גרויסע פענסטערס, ברייטע לאנדערי רום, לופטיגע ביהכ"ס, וכו', קענסטו טאקע דארפן צאלן 3300, און אפילו מער. אבער אין די דירה קען מען רואיג וואוינען מיט עטליכע קינדער, און חתן כלה קענען זיך רואיג באגיין מיט א קלענער דירה און ווייניגער באקוועמליכקייטן.
אמת ואמונה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 226
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
x 312

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך אמת ואמונה »

ביטע צוריקגיין צו נייעס און קרישקעלעך איבער קאסא גראנדא.

שכוח
טייערער אידן, הייליגע אידן, האסט אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 1019

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך totty »

צווישן די נאכענאנדע רופן צי קבוצת אנש האט די וואך גערופן איינער פון די ראשי הכוללים דסאטמאר אין ניו יורק וואס קענען נישט דערהייבן די ווינטער חדשים קעלט דאהי און קוקט ערנסט אריין אין זיך אריבערציען קיין קאסע גראנדע מיטן ציבור אנ"ש

אין די זעלבע צייט רוקט זיך נענטער די פלענער פאר א רב ומוץ פאר קהל יטב לב סאטמאר אריזאנע אי"ה
פרטים יבואו

באריכטן פון די סוקסעספולע נסיעה פון קבוצת אנש אריזאנע האבן געשפעטיגט אביסל אבער עס וועלן נאכפאלגן נעקסטע וואך אי"ה
גרויסע חלומות
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:31 am
x 5

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך גרויסע חלומות »

גרויסע חלומות
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:31 am
x 5

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך גרויסע חלומות »

totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 1019

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך totty »

גרויסע חלומות האט געשריבן: זונטאג מאי 24, 2026 2:09 pm https://www.yiddishvideos.com/watch/406 ... cdef4f808e
לינק ארבעט נישט ביי מיר
גרויסע חלומות
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:31 am
x 5

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך גרויסע חלומות »

totty האט געשריבן: זונטאג מאי 24, 2026 4:32 pm
גרויסע חלומות האט געשריבן: זונטאג מאי 24, 2026 2:09 pm https://www.yiddishvideos.com/watch/406 ... cdef4f808e
לינק ארבעט נישט ביי מיר
איך מיין עס האט ציטון וועליכע פילטער די האסט
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 1019

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך totty »

גרויסע חלומות האט געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2026 11:38 am
totty האט געשריבן: זונטאג מאי 24, 2026 4:32 pm
גרויסע חלומות האט געשריבן: זונטאג מאי 24, 2026 2:09 pm https://www.yiddishvideos.com/watch/406 ... cdef4f808e
לינק ארבעט נישט ביי מיר
איך מיין עס האט ציטון וועליכע פילטער די האסט
ארבעט פון מיין טעבלעט אבער נישט פון מיין דעסקטאפ ביידע האבן די זעלבע פילטער מיינעך
אמת ואמונה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 226
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
x 312

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך אמת ואמונה »

וואס איז געווען נעכטן די מיטינג ביים רבי'ן?

געווען דארט שמעון ראלניצקי, הרב יהושע רובין, אהרן יוסל פריעדמאן.
טייערער אידן, הייליגע אידן, האסט אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 1019

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך totty »

אמת ואמונה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2026 6:48 pm וואס איז געווען נעכטן די מיטינג ביים רבי'ן?

געווען דארט שמעון ראלניצקי, הרב יהושע רובין, אהרן יוסל פריעדמאן.
כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נעמט אויף עסקני קאַסאַ גראַנדע מיט גרויס ווארעמקייט.*

נאכ'ן זיך באטייליגן אינעם גאר סוקסעספולן “סאטמארק עקספא”, וואו זיי האבן פארטרעטן קבוצת אנ"ש וואס גרייטן זיך צו מופן צום נייעם הערליכן יישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע, זענען
ר' יושע רובין און ר' שמעון ראלניצקי אריבער למעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אינאיינעם מיט אנדערע עסקני קבוצת אנ"ש אריזאנא.

עס איז שוין געווען ארום 1:30 ביינאכט — נאך א לאנגע, גאר פארנומענע נאכט ביים רבין, בשעת א ריזיגע שורה פון אידן האט נאך געווארט אריינצוגיין צום רבי'ן להתברך.

אבער טראץ דער שפעטקייט, און טראץ דעם אנגעשטרענגטן סדר היום, האט דער רבי זיי אויפגענומען מיט א באזונדערער ווארעמקייט.

דער רבי האט אויסגעהערט די עסקנים איבער די אנטוויקלונגען אין קאסא גראנדע.

מ'האט איבערגעגעבן א באריכט פון דער נסיעה ווי א שיינער ציבור איז געפארן מיט עסקני ורבני הקבוצה צי זען דעם פלאץ פון דער נאנט.

מען האט אויך גערעדט איבער דעם קשר פון רבני הקבוצה פון סאטמאר דאהי מיט דער ארטיגער הנהלת הישוב און איבער די פלענער פון אוועקשטעלן א גוטן עתיד פאר אנ"ש אין קאסע גראנדע סיי ברוחניות און סיי מיט פרנסה און אנדערע הילף.

רבינו שליט"א האט געוואונטשן מיט גרויס התרגשות אז דער יישוב זאל וואקסן און בליען בקרוב צי אפאר הונדערט משפחות!

ביים שמועס האט דער רבי זיך זייער שארף און ווייטאגליך אויסגעדריקט איבער דעם מצב אין וויליאמסבורג, זאגנדיג מיט צער:

“ס’איז שרעקליך וואס טוט זיך אין וויליאמסבורג! ס’איז שרעקליך!”

דער רבי האט ווייטער ארויסגעברענגט אז מען קען מער נישט וואוינען אין שטאט ניו יארק, און אז יעדע משפחה וואס מען העלפט ארויסנעמען פון דארט, איז א גרויסע מצוה.

די עסקנים זענען אהיימגעקומען מיט הויפנס חיזוק און א קלארע הדרכה צו גיין ווייטער מיט דער גרויסער און הייליגער שליחות — אויפצובויען א רואיגע, עפארדעבל, הערליכע און ערליכע מקום תורה ויראה פאר אנ"ש בס"ד.
אוועיטער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1768
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 4341

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך דעת קדשי »

totty האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2026 9:58 pm
אמת ואמונה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2026 6:48 pm וואס איז געווען נעכטן די מיטינג ביים רבי'ן?

געווען דארט שמעון ראלניצקי, הרב יהושע רובין, אהרן יוסל פריעדמאן.

רבינו שליט"א האט געוואונטשן מיט גרויס התרגשות אז דער יישוב זאל וואקסן און בליען ביז צו אפאר הונדערט משפחות!
אפאר הונדערט?דאס איז די גאנצע??? אזוי קארג???
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 1019

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך totty »

דעת קדשי האט געשריבן: פרייטאג מאי 29, 2026 1:12 am
totty האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2026 9:58 pm
אמת ואמונה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2026 6:48 pm וואס איז געווען נעכטן די מיטינג ביים רבי'ן?

געווען דארט שמעון ראלניצקי, הרב יהושע רובין, אהרן יוסל פריעדמאן.

רבינו שליט"א האט געוואונטשן מיט גרויס התרגשות אז דער יישוב זאל וואקסן און בליען ביז צו אפאר הונדערט משפחות!
אפאר הונדערט?דאס איז די גאנצע??? אזוי קארג???
טאקע נישט ריכטיג געשריבן
דער רבי האט געזאגט אז "בקרוב" זאל זיין אפאר הונדערט משפחות

א יאר א האלב צוריק ווען קהל חסידים האט געהאט 11 משפחות האט דער רבי געוואנטשן פאר זיי אין פאלם ספרינגס בזה"ל: דער אייבישטער זאל העלפן אז ביז איבערעס יאר זיין טאפעלט!
איינער האט זיך דאן אנגערופן אז טאפעלט איז נישט גענוג אבער דער רבי האט געשמייכעלט און נישט ראגירט..
למעשה היי יאר זענען זיי ווידער געקומען אין פאלם ספרינגס און עס האט געהאלטן ביי 22 משפחות! פונקט טאפעלט!!
יעצט האט דער רבי געוואונטשן אפאר הונדערט בקרוב! האט די ברכה גאר א ערנסטע באדייט בעזר השם יתברך און איז גאר שטארקע חיזוק פאר די אלע פון קבוצת אנ"ש וואס פלאנען זיך צי ציען וויסענדיג אז ברכת צדיק וועט עושה רושם זיין און זיי וועלן זיין פארזיכערט אז די געגנט וועט וואקסן גענוג גרויס אז מהאט נישט וואס צי זיין באזארגט בעזר השי"ת!
למה עזבתנו
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 8:41 am
x 11

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך למה עזבתנו »

עפעס אפדעיטס פון קבוצת אנש? עס הערט זיך אויסטערליש שטיל
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 1019

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך totty »

למה עזבתנו האט געשריבן: פרייטאג מאי 29, 2026 1:28 am עפעס אפדעיטס פון קבוצת אנש? עס הערט זיך אויסטערליש שטיל
געווען לאנגע באריכט מיט בילדער פון די נסיעה אין בלאט און אויך וועט עס זיין מארגן אין היימשטאט
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 199
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 402

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך נויז מאשין »

כ'פארשטיי נישט פארוואס מען שלעפט אריין דעם רבי'ן אין דעם מחריקה.

זאל מען קודם ענפערן וויזוי מען קען האבן פרנסה אין דעם שטעטל, אן ארבעטן פאר רובין ענד קא, וועלן מער מענטשן זיך אפשר אינטרעסירן
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 1019

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך totty »

מנהלים ביטע מעקן די ווילדע פאוסט הנ"ל ליצנות צי מאכן פון רבין שליט"א וואס דאגהט פארן כלל ישראל און זארגט עס זאל זיין נייע ישובים לעתיד הדורות

לגבי פרנסה איז טאקע דאס געווען איינע פון די נקודות וואס מהאט אדורכגערעט ביים רבין
צווישן אנדערן האט מען דערמאנט וואו די וואך האט מען געשאפט פאר א מעקעניק פון מאנסי -וואס פלאנט צי מופן דעם זומער- א נייע דשאב ביי א פירמע א האלבע שעה פון קאסע גראנדע וואס גייט אים צאלן 2500 א וואך אנשטאט ביז יעצט אין מאנסי וואו ער מאכט 2000 א וואך
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 199
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 402

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך נויז מאשין »

totty האט געשריבן: זונטאג מאי 31, 2026 1:20 am מנהלים ביטע מעקן די ווילדע פאוסט הנ"ל ליצנות צי מאכן פון רבין שליט"א וואס דאגהט פארן כלל ישראל און זארגט עס זאל זיין נייע ישובים לעתיד הדורות

לגבי פרנסה איז טאקע דאס געווען איינע פון די נקודות וואס מהאט אדורכגערעט ביים רבין
צווישן אנדערן האט מען דערמאנט וואו די וואך האט מען געשאפט פאר א מעקעניק פון מאנסי -וואס פלאנט צי מופן דעם זומער- א נייע דשאב ביי א פירמע א האלבע שעה פון קאסע גראנדע וואס גייט אים צאלן 2500 א וואך אנשטאט ביז יעצט אין מאנסי וואו ער מאכט 2000 א וואך
אנשטאט סתם שטיל מאכן יעדן וואס פרעגט, מיט א נארישע הסבר אז ס'איז לצנות

און איך ווייס פון איינעם וועמען די רבי האט געפרעגט; 'קאסא קראנדע?! כ'הער ס'איז נישטא קיין פרנסות דארט.' עכ"ל.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 1019

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך totty »

totty האט געשריבן: פרייטאג מאי 29, 2026 1:35 am
למה עזבתנו האט געשריבן: פרייטאג מאי 29, 2026 1:28 am עפעס אפדעיטס פון קבוצת אנש? עס הערט זיך אויסטערליש שטיל
געווען לאנגע באריכט מיט בילדער פון די נסיעה אין בלאט און אויך וועט עס זיין מארגן אין היימשטאט
הערליכע בראשור פארטיילט אין די טויזנטער ביים סאטמארק עקספא
האט אין זיך אויך די בארכיט פון די נסיעה פון קבוצת אנ"ש
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 1019

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך totty »

ביטע אויב זענט איר נישט קיין פען פון דעם פלאץ ביטע אפלאזן דעם אשכול יישר כח גדול
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2296
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8124

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך מסתמא »

totty האט געשריבן: זונטאג מאי 31, 2026 4:13 am ביטע אויב זענט איר נישט קיין פען פון דעם פלאץ ביטע אפלאזן דעם אשכול יישר כח גדול
סאו טויש קעפל צו ‘פענס פון קאסא גראנדא‘ און זיי מוסיף ‘פענס פון קהילה פלוני‘... איי מיען וואספארא סארט פארלאנג איז דאס? אויב איז דאס א קאסא גראנדא כללי טעמע דאן קען יעדער שרייבן און פרעגן כפי העולה על דעתו
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אמת ואמונה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 226
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
x 312

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך אמת ואמונה »

totty האט געשריבן: זונטאג מאי 31, 2026 4:13 am ביטע אויב זענט איר נישט קיין פען פון דעם פלאץ ביטע אפלאזן דעם אשכול יישר כח גדול
סיריעסלי?

און אויב בין איך נישט קיין פעען פאר בארא פארק, זאל איך אויך נישט באזוכן די בארא פארק טעמע?
טייערער אידן, הייליגע אידן, האסט אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 1019

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך totty »

א גאר געהויבענער שבת נשא איז אריבער אין קהל חסידים אריזאנא אין שפיץ פון א אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - בן הגה"צ ברוך ט"ב שליט"א רב ויואל משה ברך משה ק"י - מו"ץ בבית הוראה קארלסבורג ב"פ
באריכט וועט אי"ה נאכפאלגן
רב הכולל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 4:37 pm
Location: ני
x 309

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך רב הכולל »

totty האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 1:19 am א גאר געהויבענער שבת נשא איז אריבער אין קהל חסידים אריזאנא אין שפיץ פון א אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - בן הגה"צ ברוך ט"ב שליט"א רב ויואל משה ברך משה ק"י - מו"ץ בבית הוראה קארלסבורג ב"פ
באריכט וועט אי"ה נאכפאלגן
איידעם פון?
רב הכולל, א שייינע טיטול פאר א כולל יונגערמאן
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 385
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 633

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך אויגעלעך »

totty האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 1:19 am א גאר געהויבענער שבת נשא איז אריבער אין קהל חסידים אריזאנא אין שפיץ פון א אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - בן הגה"צ ברוך ט"ב שליט"א רב ויואל משה ברך משה ק"י - מו"ץ בבית הוראה קארלסבורג ב"פ
באריכט וועט אי"ה נאכפאלגן
קאנדידאט פאר רב דקהל יטב לב קאסא גראנדע אריזאנע
מיט א ברען
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
x 61

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך מיט א ברען »

רב הכולל האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 8:14 am
totty האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 1:19 am א גאר געהויבענער שבת נשא איז אריבער אין קהל חסידים אריזאנא אין שפיץ פון א אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - בן הגה"צ ברוך ט"ב שליט"א רב ויואל משה ברך משה ק"י - מו"ץ בבית הוראה קארלסבורג ב"פ
באריכט וועט אי"ה נאכפאלגן
איידעם פון?
דאכט זיך ר' זלמן אשכנזי
שרייב פאוסט