'צדק' אסאציאציע

נייעס אין אונזער קווארטאל
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 1081

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך וויענער חסיד »

brett cooper א גרויסע מאגא סטאר [מלפנים פון די דעילי ווייער] האט ארויסגעגעבן א פאדקעסט מיט א בילד פון ר יוסף, אראפרייסענדיג טראמפ פארן פארדען, אגב לענ"ד די סיבה וואס עס אזא מדובר, איז ווייל עס איז נאך א וועג צו ווייזען אז יודען קאנטראלן די וועלט.
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 814
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 608

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך וואסאפשט »

צדק האט נישט ערלעדיגט די פארדאן
אז עפעס איז שווער פרעגט מען...
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 814
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 608

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך וואסאפשט »

וואסאפשט האט געשריבן: זונטאג אפריל 05, 2026 1:59 pm צדק האט נישט ערלעדיגט די פארדאן
זיי זאגן ניטאמאל אז יא
אז עפעס איז שווער פרעגט מען...
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 814
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 608

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך וואסאפשט »

זיצט ער נישט יעצט צוריק אין תפיסה אויף סטעיט קלאגעס?

נישט אין ניו יארק.
אז עפעס איז שווער פרעגט מען...
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 511

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך אגד »

וויענער חסיד האט געשריבן: זונטאג אפריל 05, 2026 1:01 pm איך זעה אסאך היץ אנליין, איבער איינער פון די לעצטע פארדאן'ס וואס צדק האט ערלעדיגט, די אייבערשטער זאל העלפן עס זאל נישט שאטן.
רבי משה האט קלאר געמאכט אין אן אינטערוויו, נאך פאר דער שטינק איז געווען גרויס, אז ער האט ממש גארנישט געהאט דערמיט.

(ער באקומט זיינע פארדאנס פאר אומזיסט.. א שטייגער ווי ר'.. דייטש וועם ער האט מסדר געווען מיט איינס.)
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2238
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2146

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

וואשינגטאן - היינט מאנטאג איז געבראכן געווארן היסטארישע נייעס דורך פרעזידענט טראמפ נאכן אונטערשרייבן אן עקזעקוטיוו ארדער וואס וועט ערמעגליכן פריוואטע אינשורענס פירמעס צו דעקן די קאסטן פאר משפחות חשוכי בנים, ביז אזויפיל ווי גאנצע $120,000 פאר א פארפאלק. די יעצטיגע טויש באדייט אז אינשורענס פירמעס קענען דעקן די קאסטן אויך פאר אזעלכע וועלכע ארבעטן אין ׳קליינע ביזנעסער׳, צו קענען ערהאלטן אינשורענס דורך די פירמעס, גענוי אזויווי דענטעל און וויזשען קאסטן.

די יעצטיגע בשורה טובה קומט דערנאך וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט פאר עטליכע חדשים צוריק אנגעהויבן איינפירן פרישע טוישונגען צו פארגרינגערן די אסטראנאמישע קאסטן פאר פארפעלקער המצפים לישועה, דורך דראסטיש רעדוצירן די קאסטן פון געוויסע מעדיצינען, ביז 83% אראפ פון די אריגינעלע קאסטן.

היינט ביים ענגע פרעסע קאנפרענץ אינעם ווייסן הויז איז די 'צדק' ארגאניזאציע געווארן איינגעלאדענט און האט דערפאר ספעציעל אראפגעשיקט א רעפרעזענטיוו - מרת ווייס, די טאכטער פון הרב שלום מרדכי רובאשקין - אפצוגעבן א דאנק פאר דער פרעזידענט און זיין אדמיניסטראציע פאר די אנגייענדע אקטיווע ארבעט צו ברענגען נענטער די פולקאמע בשורה טובה, און אין די זעלבע צייט ווערט אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות פאר די קומענדיגע שריט למען אחבנ״י.
היימשע באפער
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
Location: brooklyn
x 210

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך היימשע באפער »

ניו יארק - שטייענדיג נאך א וואך פון גאר הייסע טעמפעראטורן איז די צדק ארגאניזאציע ערשינען מיט א פרייליכע מעלדונג איבער א נייע אינציאטיוו צו ארויסהעלפן אידן אין אמעריקאנער טורמעס אין די הייסע זומער מאנאטן, מיט אפליפערן עיר קאנדישאנס צו די טורמעס, דערנאך וואס מען ליידט גאר שטארק פון די היצן, איבערהויפט גייענדיג מיט די שווערע פאליעסטער טורמע קליידער דורכאויס די גאנצע צייט.

אין די טעג איז שוין אנגעקומען די ערשטע ליפערונג פון עיר קאנדישאנס צו די באקאנטע אויטיסוויל קעמפ טורמע אין אפסטעיט ניו יארק.

די אנטוויקלונג קומט נאך א געלונגענע זיצונג אין וואשינגטאן צווישן עסקנים פון צדק אין שפיץ פון הרב משה מארגארעטן מיט דער דעפיוטי דירעקטאר פון די ביורא אוו פריזאנס דזשאשוא סמיט און אנדערע הויכראנגיקע באאמטע, וואו עס איז געווארן אויסגעארבעט די לעצטע דעטאלן פון די עיר קאנדישאן איניציאטיוו און נאך אנדערע גינסטיגע פראיעקטן ארויסצוהעלפן אחינו בני ישראל יושבי חושך וצלמות וועלכע שמאכטן ליידער אין טורמע.
J73P2r.jpeg
J73P2r.jpeg (84.11 KiB) געזען געווארן 75 מאל
שרייב פאוסט