'צדק' אסאציאציע

נייעס אין אונזער קווארטאל
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 315
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 1082

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך וויענער חסיד »

brett cooper א גרויסע מאגא סטאר [מלפנים פון די דעילי ווייער] האט ארויסגעגעבן א פאדקעסט מיט א בילד פון ר יוסף, אראפרייסענדיג טראמפ פארן פארדען, אגב לענ"ד די סיבה וואס עס אזא מדובר, איז ווייל עס איז נאך א וועג צו ווייזען אז יודען קאנטראלן די וועלט.
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 816
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 619

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך וואסאפשט »

צדק האט נישט ערלעדיגט די פארדאן
אז עפעס איז שווער פרעגט מען...
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 816
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 619

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך וואסאפשט »

וואסאפשט האט געשריבן: זונטאג אפריל 05, 2026 1:59 pm צדק האט נישט ערלעדיגט די פארדאן
זיי זאגן ניטאמאל אז יא
אז עפעס איז שווער פרעגט מען...
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 816
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 619

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך וואסאפשט »

זיצט ער נישט יעצט צוריק אין תפיסה אויף סטעיט קלאגעס?

נישט אין ניו יארק.
אז עפעס איז שווער פרעגט מען...
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 297
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 564

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך אגד »

וויענער חסיד האט געשריבן: זונטאג אפריל 05, 2026 1:01 pm איך זעה אסאך היץ אנליין, איבער איינער פון די לעצטע פארדאן'ס וואס צדק האט ערלעדיגט, די אייבערשטער זאל העלפן עס זאל נישט שאטן.
רבי משה האט קלאר געמאכט אין אן אינטערוויו, נאך פאר דער שטינק איז געווען גרויס, אז ער האט ממש גארנישט געהאט דערמיט.

(ער באקומט זיינע פארדאנס פאר אומזיסט.. א שטייגער ווי ר'.. דייטש וועם ער האט מסדר געווען מיט איינס.)
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2471
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2255

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

וואשינגטאן - היינט מאנטאג איז געבראכן געווארן היסטארישע נייעס דורך פרעזידענט טראמפ נאכן אונטערשרייבן אן עקזעקוטיוו ארדער וואס וועט ערמעגליכן פריוואטע אינשורענס פירמעס צו דעקן די קאסטן פאר משפחות חשוכי בנים, ביז אזויפיל ווי גאנצע $120,000 פאר א פארפאלק. די יעצטיגע טויש באדייט אז אינשורענס פירמעס קענען דעקן די קאסטן אויך פאר אזעלכע וועלכע ארבעטן אין ׳קליינע ביזנעסער׳, צו קענען ערהאלטן אינשורענס דורך די פירמעס, גענוי אזויווי דענטעל און וויזשען קאסטן.

די יעצטיגע בשורה טובה קומט דערנאך וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט פאר עטליכע חדשים צוריק אנגעהויבן איינפירן פרישע טוישונגען צו פארגרינגערן די אסטראנאמישע קאסטן פאר פארפעלקער המצפים לישועה, דורך דראסטיש רעדוצירן די קאסטן פון געוויסע מעדיצינען, ביז 83% אראפ פון די אריגינעלע קאסטן.

היינט ביים ענגע פרעסע קאנפרענץ אינעם ווייסן הויז איז די 'צדק' ארגאניזאציע געווארן איינגעלאדענט און האט דערפאר ספעציעל אראפגעשיקט א רעפרעזענטיוו - מרת ווייס, די טאכטער פון הרב שלום מרדכי רובאשקין - אפצוגעבן א דאנק פאר דער פרעזידענט און זיין אדמיניסטראציע פאר די אנגייענדע אקטיווע ארבעט צו ברענגען נענטער די פולקאמע בשורה טובה, און אין די זעלבע צייט ווערט אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות פאר די קומענדיגע שריט למען אחבנ״י.
היימשע באפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
Location: brooklyn
x 993

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך היימשע באפער »

ניו יארק - שטייענדיג נאך א וואך פון גאר הייסע טעמפעראטורן איז די צדק ארגאניזאציע ערשינען מיט א פרייליכע מעלדונג איבער א נייע אינציאטיוו צו ארויסהעלפן אידן אין אמעריקאנער טורמעס אין די הייסע זומער מאנאטן, מיט אפליפערן עיר קאנדישאנס צו די טורמעס, דערנאך וואס מען ליידט גאר שטארק פון די היצן, איבערהויפט גייענדיג מיט די שווערע פאליעסטער טורמע קליידער דורכאויס די גאנצע צייט.

אין די טעג איז שוין אנגעקומען די ערשטע ליפערונג פון עיר קאנדישאנס צו די באקאנטע אויטיסוויל קעמפ טורמע אין אפסטעיט ניו יארק.

די אנטוויקלונג קומט נאך א געלונגענע זיצונג אין וואשינגטאן צווישן עסקנים פון צדק אין שפיץ פון הרב משה מארגארעטן מיט דער דעפיוטי דירעקטאר פון די ביורא אוו פריזאנס דזשאשוא סמיט און אנדערע הויכראנגיקע באאמטע, וואו עס איז געווארן אויסגעארבעט די לעצטע דעטאלן פון די עיר קאנדישאן איניציאטיוו און נאך אנדערע גינסטיגע פראיעקטן ארויסצוהעלפן אחינו בני ישראל יושבי חושך וצלמות וועלכע שמאכטן ליידער אין טורמע.
J73P2r.jpeg
J73P2r.jpeg (84.11 KiB) געזען געווארן 491 מאל
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2471
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2255

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

טאהש
פיילס
IMG_20260603_120755_708.jpg
IMG_20260603_120755_708.jpg (173.75 KiB) געזען געווארן 364 מאל
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1402
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 2288

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

קוקן פאזיטיוו האט געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2026 1:36 pm טאהש
וואס איז די מעשה?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
יוב
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 3:22 pm
x 73

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך יוב »

בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2026 9:47 pm
קוקן פאזיטיוו האט געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2026 1:36 pm טאהש
וואס איז די מעשה?

א חתן פון מאנטשעסטער (אדער לאנדאן) וואס האט געדארפט חתונה האבן מיט אן אייניקל פון טאהש'ער רבי זי"ע אין טאהש, איז אהיימגעפארן פון אמעריקא בשעת די פראסעס אויף זיין גרין קארד און דאס איז א פארלעצונג, און די שטראף אויף דעם איז 5 יאר קען מען נישט צוריק קומען, און צדק האט געפועלט אז דער חתן זאל קענען קומען אויף 10 טאג,

דאס איז די מעשה אין קורצן.
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 693

Re: 'צדק' אסאציאציע

פאוסט דורך לך לך »

יוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 04, 2026 12:49 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2026 9:47 pm
קוקן פאזיטיוו האט געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2026 1:36 pm טאהש
וואס איז די מעשה?

א חתן פון מאנטשעסטער (אדער לאנדאן) וואס האט געדארפט חתונה האבן מיט אן אייניקל פון טאהש'ער רבי זי"ע אין טאהש, איז אהיימגעפארן פון אמעריקא בשעת די פראסעס אויף זיין גרין קארד און דאס איז א פארלעצונג, און די שטראף אויף דעם איז 5 יאר קען מען נישט צוריק קומען, און צדק האט געפועלט אז דער חתן זאל קענען קומען אויף 10 טאג,

דאס איז די מעשה אין קורצן.
די מחותן אבי הכלה הגה"צ יחזקאל שרגא לאווי שליט"א געפינט זיך אין ניו־יארק פאר צרכי רפואה און קען נישט פארן קיין קאנאדע דארט ווי די חתן האט יא געקענט זיין, און כדי ביידע זאלן קענען זיין ביים די חתונה האט מען געדארפט אסאך הילף.

די חתונה איז פארגעקומען נעכטן נאכט אין בארא פארק מיט די באטייליקונג פונעם גרויסן פעטער האדמו"ר מטאהש שליט"א.
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
שרייב פאוסט