בלאט 60 פון 633

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:58 am
דורך פרישטאג
וואו קען איך הערן רבי יואל מארקוס ערשטע שמועס?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:02 pm
דורך וואלף
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:55 am
טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:50 am האב״ד והריש מתיבתא
2ldr.png
קרעדיט @חלה טייג
כשטיי און קוק אויף דאס בילד. איך זעה דא חושך ואפילה, גארנישט ווייס. מבהיל על הרעיון, עס רודערט מיר ביים קאפ, די צורת הפרצופים דערציילט מיר חושך ואפילה, תוהו ובוהו, צומישעניש צוחושעניש, תעי לבב הם, שווארץ צומישט, קיין מסורה, קיין תורה, אפגעהאקט פונעם אויבערשטן פארקערט פון זייער לכאורה’דיגע רצון צו זיין דבוק אינעם אויבערשטן דורכן לערנען פרקי התבוננות... מרייסט שטיקער פון זיך (?) און פון יענעם (זיכער!!!). העלאו ערעב איד, דער אויבערשטער איז בכלל נישט דארטן וואו דו מיינסט!!! ער וויל נישט דאס וואס דו מיינסט!!! תורת ה’ תמימה משיבת נפש, ענקערע נפשות זענען צובוזשעוועט!!!!
נעבעך, ריכטיגע תרתי גיהנם נישט די וועלט און נישט יענע וועלט, במטותא מינייכו דלא תירתי תרתי גיהנם...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:04 pm
דורך טיפע טאשן
פרישטאג האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:58 am וואו קען איך הערן רבי יואל מארקוס ערשטע שמועס?
זיך צוריק אין די אשכול

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:06 pm
דורך אן אפן הארץ
טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:52 am
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:47 am
אן אפן הארץ האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:19 am דעי עקב נחום פון וועם מ'רעדט דא אזוי הייליג,
ער זיצט פאר אייביג?
ער באקומט באזוכער?
וואס איז מיט זיין ווייב און קינדער?
זיי זענען נאך דארט?
דאכט זיך אז אפי' דער רבי - חכם דארף שוין ארויסצוגיין אין א יאר אהאלב
די וויינגארטען ברודער גייען ארויס שפעטער
ס'מיינט אז ער זיצט נאך פאר גאנצע 3 יאר,
זיי האבן קאנטאקט מיט אים?
ער ווייסט וואס גייט פאר?
ס'אמת אז זיי האבן אים געהאט אריינגעשמוגעלט א פאון אין תפיסה און ער האט קאנטראלירט פון דארט ביז אפאר וואכן צוריק ווען מ'האט אים געכאפט, עס צוגענומען און אריינגעלייגט אין א צעל פאר א יאר צייט?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:38 pm
דורך איך וויל זיין ערליך
איך האב געהערט די שמועס מיט ר' יואל מרקוס די צווייטע שמועס
ביים צוויטע חלק פונעם שמועס הייבט אן דער אינטערוויואער עפעס וועגן די מעשה מיט די באנק פון די פריערדיגער בעבע (כ'קען נישט שרייבן אויף אים ר...), למעשה האב איך נישט געהערט ביים סוף פון די ערשע חלק פונעם שמועס וועגן א באנק
איינער קען מיר געבן א "קלארקייט"?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:42 pm
דורך אנעקדאט
איך וויל זיין ערליך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:21 am די דריי ויינגרט'נס זענען ברודערס?

זיי קומען פון אר"י??

די קלייד וואס ער האט קוקט מער אויס צו זיין א וייסע פרוכת... :lol: :lol: :lol: :lol: - אבער אינעויינג איז דא א....
פרוכת? נעע... ענדערש תכריכים

גראדע, כ'מיין אז ס'איז א פרויערישע שבת קלייד וואס זיי האבן אנגעטון ביי א איבערפאל אז מ'זאל זיי נישט דערקענען... (דערמאנט מיר פון א וויזניצער וואס האט ארומגעדרייט זיין הוט מ'זאל מיינען אז ער איז א א גלח)

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:44 pm
דורך גארנישט
געלערנט מיט דעם יעקב נחומ'ען אין ישיבה
ווייס איך נישט וואס צו טראכטן..
געווען א פיינער בחור א אייזערנע בעל כשרון, בכלל נישט ארויסגעשטארט אלס שלעכטער,
נישט געקענט טרעפן קיין שידוך צוליב זאכן וואס האבן גארנישט מיט אים (דער עולם געדענקט מן הסתם) נישט ער און נישט קיינער פון זיינע געשוויסטער,
קודם איז אנגעקומען זיין שוועסטער וואס האט זיכער נישט געקענט טרעפן דא א שידוך, אזוי ארום זענען די ברודערס אנגעקומען דארט,
וויאזוי ווערט א נארמאלע מענטש אזוי שלעכט? וויאזוי ווערט א מענטש נהפך צו די מלאכי חבלה?
און אפשר גאר איז ער אויכעט א וויקטאם, נעבאך ברעי''ן וואש''ד געווארן דורך אותו רשע צו גלייבן באמת אז דער רבוש''ע געפינט זיך בלויז אין ל''ט, און איינמאל מען גלייבט אין דעם, און די מציאות איז דאך אז אזא פארמאכטע פלאץ שטייט מטבע הדברים אויף הינער פיס און קען צוגיין מיט איין אומגעזונטע טריט, א מענטש וואס גלייבט נישט אין די זאך איז ווי א פארדארבענע עפל אין א שאכטל עפלעך וואס טוט פארדארבן אלא עפלך, אויטעמאטיש מוז מען זיי שטיל מאכן וויאזוי עס איז נאר מעגליך, לייג צו צו דעם אז ער האט די יכולת עס צו טאן, און פון דארט גייען זאכן א גאנג, אלזא בין איך נישט אזוי זיכער צו מען דארף נישט מתפלל זיין אויף אים ער זאל אויכעט אויפגעראכטן ווערן, פארשטייט זיך אפלאזן דרכיו הרשעים ומעשיו התעתועים און זיך צוריקקערן צום נארמאלן וועג.
דרך אגב מיר האבן אויכעט געלערנט מיט נחמן שר''י אין חדר, ער איז נארמאל קיינמאל נישט געווען.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:51 pm
דורך גארנישט
איך וויל זיין ערליך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:38 pm איך האב געהערט די שמועס מיט ר' יואל מרקוס די צווייטע שמועס
ביים צוויטע חלק פונעם שמועס הייבט אן דער אינטערוויואער עפעס וועגן די מעשה מיט די באנק פון די פריערדיגער בעבע (כ'קען נישט שרייבן אויף אים ר...), למעשה האב איך נישט געהערט ביים סוף פון די ערשע חלק פונעם שמועס וועגן א באנק
איינער קען מיר געבן א "קלארקייט"?
ווי עס שיינט האט מען געדארפט ארויסשניידן פון סוף פון די ערשטע שמועס...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:02 pm
דורך יוסף
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:55 am
טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:50 am האב״ד והריש מתיבתא
2ldr.png
קרעדיט @חלה טייג
כשטיי און קוק אויף דאס בילד. איך זעה דא חושך ואפילה, גארנישט ווייס. מבהיל על הרעיון, עס רודערט מיר ביים קאפ, די צורת הפרצופים דערציילט מיר חושך ואפילה, תוהו ובוהו, צומישעניש צוחושעניש, תעי לבב הם, שווארץ צומישט, קיין מסורה, קיין תורה, אפגעהאקט פונעם אויבערשטן פארקערט פון זייער לכאורה’דיגע רצון צו זיין דבוק אינעם אויבערשטן דורכן לערנען פרקי התבוננות... מרייסט שטיקער פון זיך (?) און פון יענעם (זיכער!!!). העלאו ערעב איד, דער אויבערשטער איז בכלל נישט דארטן וואו דו מיינסט!!! ער וויל נישט דאס וואס דו מיינסט!!! תורת ה’ תמימה משיבת נפש, ענקערע נפשות זענען צובוזשעוועט!!!!
איך מיין אז ר' אהרן ארי' איז א איידעלע נשמה ער שלאגט נישט און ער פארפירט נישט איך האב נאכקיינמאל געהערט אז מען זאל עם עפעס באשולדיגן, זיין אפיציעלע אויפגאבע איז דארט אלס דיין

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:08 pm
דורך מעביר על המידות
טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:50 am האב״ד והריש מתיבתא
2ldr.png
קרעדיט @חלה טייג
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואזוי קען דאס פאסירן ? סגייט מיר ממש נישט אין קאפ אריין וויאזוי מענטשן וואס זענען אויפגעוואקסן צווישן אונז אין מיטגעהאלטן א געהעריגן לעבן אין זענען געווען באמת ערליכע חסידישע יונגעלייט זאלן אנקומען צו אזא מצב? זעען זיי דען נישט די שוד לעיני השמש וואס גייט דארט פאר? מילא זענען אהיגעגאנגען מיט אגוטע כוונה אבער זיי געדענקען דאך נאך א געהעריגע אידישע לעבן?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:14 pm
דורך ליכטעלע
טראכט גוט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:53 am ווען מ'רעדט פון משפחת ווינגארטען קומט מיר ארויף די זכרונות פון אלץ יונגעל/בחור זיינענדיג זייער שכן אין מאנסי

איך געדענק ווי איינע פון זיי, איך מיין ס'איז געוועהן יעקב נחום (אדער יואל) איז צוריקגעקומען פון די ערשטע שבת און קאנעדע, און לב טהור ווי די רבי ימ"ש האט עים געגעבען זיין זיווג (ער איז געווען א עלטערע בחור פון 24) און אים געגעבן צו זיין די ראש ישיבה און זיין ברידער זאל זיין די שוחט הקהילה (איך בין נישט זיכער אויב שחט'ן עופות אדער מענטשען) זיי האבן געהאט עופות און די בעקיארד און מיך אריינגענומען און זייער הויז צו ווייזען ווי מ'איז בודק און מ'זאלצט עס.
צוריק צו יענע מאנטעג צופרי ווי איך בין געשטאנען מיט מיין טאטע אין הב' וויינגארטען האט דערציילט מיט התפלעת פון זיין ערשטע שבת אין די כת.
כאפט מיך נאך ביז היינט אן א תשוקה מיטצוהאלטען אזא דערהויבנער שבת (לויט ווי ער האט עס אראפגלייגט) ווי מ'זינגט פרייטאג צונאכטס נגוני שבת 6 שעה און א צו , די תפלות, וכו,
(יא יא א וואוילע איידלע שכן קען זיין א ארכי מערדער)
זייער פאטער איז שוין געזיצן דעמאלטס ?
זיי פלעגן זיך אפגעבן מיט זיין קעיס, זיי פלעגן קומען פון קאנאדע נאך געלט דא פאר זייער טאטע, ארומגיין צו רבנים וכדו'

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:16 pm
דורך סענס אף יומער
אן אפן הארץ האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:06 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:52 am
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:47 am

דאכט זיך אז אפי' דער רבי - חכם דארף שוין ארויסצוגיין אין א יאר אהאלב
די וויינגארטען ברודער גייען ארויס שפעטער
ס'מיינט אז ער זיצט נאך פאר גאנצע 3 יאר,
זיי האבן קאנטאקט מיט אים?
ער ווייסט וואס גייט פאר?
ס'אמת אז זיי האבן אים געהאט אריינגעשמוגעלט א פאון אין תפיסה און ער האט קאנטראלירט פון דארט ביז אפאר וואכן צוריק ווען מ'האט אים געכאפט, עס צוגענומען און אריינגעלייגט אין א צעל פאר א יאר צייט?
מ'האט לעצטנס געכאפט נחמן העלבראנץ און מאיר יששכר ראזנער מיט א טעלעפאן אין טורמע, און מ'האט זיי אריינגעלייגט אינעם לאך.

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:17 pm
דורך סענס אף יומער
על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 3:48 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:30 pm
אן אפן הארץ האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:05 pm איך האב געוואלט געבן א שיינע אמאונט...
נאך דעי אינטערוויא וועל איך עס לכאורה נידערן..

עפעס שטימט נישטא,

און פאר דעי צדיק'ל וואס פרעגט די שאלות קומט זיך אויך פעטשעלעך...

ער זאגט אז איינער וואס איז ארויס פון דארט און נישט בדרך הישר, קען מען און זאל מען נישט גלייבן,
אויב עפעס זאגט דער שכל פארקערט..

פשוט, א קינד וואס איז אויפגעוואקסן פון פיצל מיט ענויים קשים אלעס מיטן נאמען פון ג-ט, און קוים ארויס מיטן לעבן, און נישט מער געקענט קוקן אידישקייט אין פנים, איז עס נעבעך א הימל געשריי,
וואס הייסט מ'קען זיי נישט גלייבן?
דער אומשולדיג קינד האט דאס אויסגעקליבן?
דער קינד וואס מ'האט צובלוטיגט מיט רשעות האט דאס געוואלט?
ער האט דען גקליבן די סארט ג-ט פון לב טהור אז מ'דארף פייניגן א גאנצן טאג?
די קינדער וואס זענען געווארן מאלעסטעד האבן דאס געוואלט?
די קינדער וואס מ'האט זיי אוועקגעריסן פון די עלטערן?

וכו' וכו'
ס'איז ליידער א מציאות אז געוויסע וואס גייען אוועק פון אונזער קאמיוניטי רעדן ענליכע זאכן אויף אונז. ווען מאיז אנגעווייטאגט אויף די וועג וויאזוי מאיז אויפגעוואקסן, קען מען צומאל מגזם זיין וכדו'.

נישט אוועקצונעמען פון דער פאקט די נשמות זענען ליידער דורך א גיהנם אויף דער וועלט.
איך האב שוין געענטפערט פאר בערך 50 אידן אין אישי די סיבה פארוואס ר' חיים עזרי' האט נישט געזאגט ברבים די אלע שמוץ אויף לב טהור וואס ער גייט ארום זאגן כסדר, בעצם רעדט ער נאך אסאך מער ווי מענדי לעווי וכדו' נאר דא האט ער משום סיבה משנה געווען
כ'האב עס קלאר באשטעטיגט אויף 100% וויאזוי @על פי תורה זאגט.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:18 pm
דורך סענס אף יומער
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:47 am
אן אפן הארץ האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:19 am דעי עקב נחום פון וועם מ'רעדט דא אזוי הייליג,
ער זיצט פאר אייביג?
ער באקומט באזוכער?
וואס איז מיט זיין ווייב און קינדער?
זיי זענען נאך דארט?
דאכט זיך אז אפי' דער רבי - חכם דארף שוין ארויסצוגיין אין א יאר אהאלב
6 יאר לויט מיין אינפארמאציע.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:19 pm
דורך ליכטעלע
מעביר על המידות האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:08 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:50 am האב״ד והריש מתיבתא
2ldr.png
קרעדיט @חלה טייג
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואזוי קען דאס פאסירן ? סגייט מיר ממש נישט אין קאפ אריין וויאזוי מענטשן וואס זענען אויפגעוואקסן צווישן אונז אין מיטגעהאלטן א געהעריגן לעבן אין זענען געווען באמת ערליכע חסידישע יונגעלייט זאלן אנקומען צו אזא מצב? זעען זיי דען נישט די שוד לעיני השמש וואס גייט דארט פאר? מילא זענען אהיגעגאנגען מיט אגוטע כוונה אבער זיי געדענקען דאך נאך א געהעריגע אידישע לעבן?
אטע דאס איז דער פועל יוצא פון א קולט, און דער תירוץ איז אויך פאר @גארנישט וואס וואונדערט זיך אויף יעקב נחום וויינגארטן.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:24 pm
דורך מסתמא
יוסף האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:02 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:55 am
טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:50 am האב״ד והריש מתיבתא
2ldr.png
קרעדיט @חלה טייג
כשטיי און קוק אויף דאס בילד. איך זעה דא חושך ואפילה, גארנישט ווייס. מבהיל על הרעיון, עס רודערט מיר ביים קאפ, די צורת הפרצופים דערציילט מיר חושך ואפילה, תוהו ובוהו, צומישעניש צוחושעניש, תעי לבב הם, שווארץ צומישט, קיין מסורה, קיין תורה, אפגעהאקט פונעם אויבערשטן פארקערט פון זייער לכאורה’דיגע רצון צו זיין דבוק אינעם אויבערשטן דורכן לערנען פרקי התבוננות... מרייסט שטיקער פון זיך (?) און פון יענעם (זיכער!!!). העלאו ערעב איד, דער אויבערשטער איז בכלל נישט דארטן וואו דו מיינסט!!! ער וויל נישט דאס וואס דו מיינסט!!! תורת ה’ תמימה משיבת נפש, ענקערע נפשות זענען צובוזשעוועט!!!!
איך מיין אז ר' אהרן ארי' איז א איידעלע נשמה ער שלאגט נישט און ער פארפירט נישט איך האב נאכקיינמאל געהערט אז מען זאל עם עפעס באשולדיגן, זיין אפיציעלע אויפגאבע איז דארט אלס דיין
חחח... איינס פון די פירערס פון א טייוולאנישע קולט זאל איך אנרופן אן איידעלע נשמה גאר...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:28 pm
דורך טראכט גוט
ליכטעלע האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:14 pm
טראכט גוט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:53 am ווען מ'רעדט פון משפחת ווינגארטען קומט מיר ארויף די זכרונות פון אלץ יונגעל/בחור זיינענדיג זייער שכן אין מאנסי

איך געדענק ווי איינע פון זיי, איך מיין ס'איז געוועהן יעקב נחום (אדער יואל) איז צוריקגעקומען פון די ערשטע שבת און קאנעדע, און לב טהור ווי די רבי ימ"ש האט עים געגעבען זיין זיווג (ער איז געווען א עלטערע בחור פון 24) און אים געגעבן צו זיין די ראש ישיבה און זיין ברידער זאל זיין די שוחט הקהילה (איך בין נישט זיכער אויב שחט'ן עופות אדער מענטשען) זיי האבן געהאט עופות און די בעקיארד און מיך אריינגענומען און זייער הויז צו ווייזען ווי מ'איז בודק און מ'זאלצט עס.
צוריק צו יענע מאנטעג צופרי ווי איך בין געשטאנען מיט מיין טאטע אין הב' וויינגארטען האט דערציילט מיט התפלעת פון זיין ערשטע שבת אין די כת.
כאפט מיך נאך ביז היינט אן א תשוקה מיטצוהאלטען אזא דערהויבנער שבת (לויט ווי ער האט עס אראפגלייגט) ווי מ'זינגט פרייטאג צונאכטס נגוני שבת 6 שעה און א צו , די תפלות, וכו,
(יא יא א וואוילע איידלע שכן קען זיין א ארכי מערדער)
זייער פאטער איז שוין געזיצן דעמאלטס ?
זיי פלעגן זיך אפגעבן מיט זיין קעיס, זיי פלעגן קומען פון קאנאדע נאך געלט דא פאר זייער טאטע, ארומגיין צו רבנים וכדו'
אך מיין אז יענע תקופה איז אריין

איך געדענק די טאטע איז אהיימגעקומען פאר שמואל מאיר בר מצוה וואס איז פארגעקמען מיט א מנין מצומצום ביי זיי און שטוב שבת ביי של"ש(איך בין מיטגעגיינגען מיט מיין טאטע וואס איז געווען א חלק פון די מנין)

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:29 pm
דורך דער תהלים איד
יוסף האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:02 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:55 am
טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:50 am האב״ד והריש מתיבתא
2ldr.png
קרעדיט @חלה טייג
כשטיי און קוק אויף דאס בילד. איך זעה דא חושך ואפילה, גארנישט ווייס. מבהיל על הרעיון, עס רודערט מיר ביים קאפ, די צורת הפרצופים דערציילט מיר חושך ואפילה, תוהו ובוהו, צומישעניש צוחושעניש, תעי לבב הם, שווארץ צומישט, קיין מסורה, קיין תורה, אפגעהאקט פונעם אויבערשטן פארקערט פון זייער לכאורה’דיגע רצון צו זיין דבוק אינעם אויבערשטן דורכן לערנען פרקי התבוננות... מרייסט שטיקער פון זיך (?) און פון יענעם (זיכער!!!). העלאו ערעב איד, דער אויבערשטער איז בכלל נישט דארטן וואו דו מיינסט!!! ער וויל נישט דאס וואס דו מיינסט!!! תורת ה’ תמימה משיבת נפש, ענקערע נפשות זענען צובוזשעוועט!!!!
איך מיין אז ר' אהרן ארי' איז א איידעלע נשמה ער שלאגט נישט און ער פארפירט נישט איך האב נאכקיינמאל געהערט אז מען זאל עם עפעס באשולדיגן, זיין אפיציעלע אויפגאבע איז דארט אלס דיין
הרה"ג רבי עזרה משה קאירא שליט"א דערציילט א מעשה מיט א קינד וואס די רוצחים האבן נישט געוואלט מתיר זיין צו עסן ברויט נאכ'ן כמעט צוזאמפאלן, כאטש די ברויט האט נישט געהאט קיין אייער.

פארוואס? ווייל וויבאלד די זעלבע האבן קודן געוואלט געבן ברויט וואס האט יא אייער, זענען זיי מער נישט נאמן צו זאגן אויף די ברויט אז ס'האט נישט אייער.

דער דיין הרוצח איז געווען די איידעלע נשמה פון וועמען דו רעדסט.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:41 pm
דורך על פי תורה
די קומעדיגע פאר טעג וועל איך זיין מוראדיג פארנומען מיט אסיפות ארום דעי נושא
איך וועל נישט קענען ענטפערן תגובות און אישי'ס
כ'האף צו זיין עוועיליבל צוריק נאך שבת, אדער נאך זונטאג, ווענדט זיך ווי שנעל זאכן וועלן זיך רוקן בעז''ה

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:42 pm
דורך אני מאמין איך גלייב
אן אפן הארץ האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:06 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:52 am
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:47 am

דאכט זיך אז אפי' דער רבי - חכם דארף שוין ארויסצוגיין אין א יאר אהאלב
די וויינגארטען ברודער גייען ארויס שפעטער
ס'מיינט אז ער זיצט נאך פאר גאנצע 3 יאר,
זיי האבן קאנטאקט מיט אים?
ער ווייסט וואס גייט פאר?
ס'אמת אז זיי האבן אים געהאט אריינגעשמוגעלט א פאון אין תפיסה און ער האט קאנטראלירט פון דארט ביז אפאר וואכן צוריק ווען מ'האט אים געכאפט, עס צוגענומען און אריינגעלייגט אין א צעל פאר א יאר צייט?
viewtopic.php?p=152613#p152613

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:53 pm
דורך בערל דער פייפער
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:29 pm
יוסף האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:02 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:55 am

כשטיי און קוק אויף דאס בילד. איך זעה דא חושך ואפילה, גארנישט ווייס. מבהיל על הרעיון, עס רודערט מיר ביים קאפ, די צורת הפרצופים דערציילט מיר חושך ואפילה, תוהו ובוהו, צומישעניש צוחושעניש, תעי לבב הם, שווארץ צומישט, קיין מסורה, קיין תורה, אפגעהאקט פונעם אויבערשטן פארקערט פון זייער לכאורה’דיגע רצון צו זיין דבוק אינעם אויבערשטן דורכן לערנען פרקי התבוננות... מרייסט שטיקער פון זיך (?) און פון יענעם (זיכער!!!). העלאו ערעב איד, דער אויבערשטער איז בכלל נישט דארטן וואו דו מיינסט!!! ער וויל נישט דאס וואס דו מיינסט!!! תורת ה’ תמימה משיבת נפש, ענקערע נפשות זענען צובוזשעוועט!!!!
איך מיין אז ר' אהרן ארי' איז א איידעלע נשמה ער שלאגט נישט און ער פארפירט נישט איך האב נאכקיינמאל געהערט אז מען זאל עם עפעס באשולדיגן, זיין אפיציעלע אויפגאבע איז דארט אלס דיין
הרה"ג רבי עזרה משה קאירא שליט"א דערציילט א מעשה מיט א קינד וואס די רוצחים האבן נישט געוואלט מתיר זיין צו עסן ברויט נאכ'ן כמעט צוזאמפאלן, כאטש די ברויט האט נישט געהאט קיין אייער.

פארוואס? ווייל וויבאלד די זעלבע האבן קודן געוואלט געבן ברויט וואס האט יא אייער, זענען זיי מער נישט נאמן צו זאגן אויף די ברויט אז ס'האט נישט אייער.

דער דיין הרוצח איז געווען די איידעלע נשמה פון וועמען דו רעדסט.
ער דערציילט די חלק אז ער איז געווען די פוסק?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:55 pm
דורך טראכט גוט
גארנישט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:44 pm
קודם איז אנגעקומען זיין שוועסטער וואס האט זיכער נישט געקענט טרעפן דא א שידוך, אזוי ארום זענען די ברודערס אנגעקומען דארט,
.

מיין מאמע האט זיך שוין געגרייט צופארן צו איר חתונה, אבער מיין חתונה געהאטע שוועסטער פלעגט רופן 10 מאל א טאג זיכער מאכן אז זי פארט נישט(מיין שוועסטער האט מורא געהאט אז זי גייט דארפן האבן א page ביי די יעצטיגע קאמפיין).
די ווינגארטען שוועסטער איז אויך געווען א חלק פון די הנהלה לפי די ווידיאוי פון איינער פון די לעווי ברידער, אבער נאך די טעללער קידנעפינג פרשה איז איר משפחה געקומען וואונען אין מאנסי און געמאכט א שיני השם

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 2:29 pm
דורך אסמכתא בעלמא
א שטיקל קאלעקציע פון אינפארמאטיווע תגובות און ציטאטן.

בשם כלל ישראל טוט מען זיך זייער באדאנקען פאר אלע שרייבער און עסקנים וועלכע האבן אונז געגעבן די זכי' צו שענקען א פלאטפארמע פאר אזא קריטישע נושא וואס כלל ישראל האט שוין לאנגע יארן נישט בייגעוואוינט.

דער אויבערשטער זאל העלפן די מיסיע זאל ווייטער מצליח זיין, און אלע אידישע קינדער זאלן ווערן אויסגעלייזט מכל מרעין בישין.


די אנהויב viewtopic.php?p=121543#p121543

איינער מאכט דא א פלאן מזאל העלפן די 2 עסקנים viewtopic.php?p=148310#p148276

ברעכנדע בשורה הרב חיד"ו שליט"א שטעלט זיך ארויס viewtopic.php?p=148302#p148302

איינער פון די פירער ווערט ארעסטירט viewtopic.php?p=148796#p148796

נחמן העלבראנץ גיט א דרשה פון טורמע פאר די פארפייניגטע נשים viewtopic.php?t=2543&start=200#p149679

גרויסע אסיפת הרבנים viewtopic.php?p=150048#p150048

אינטערוויו אין משפחה מגזין מיט משה חיוואן viewtopic.php?p=151142#p151142

א בריוול פון שלמה העלבראנץ, תשנ״ב viewtopic.php?p=151622#p151622

וויאזוי שלמה איז נפטר געווארן viewtopic.php?p=151898#p151898

אברהם דינקל ארעסטירט viewtopic.php?p=153949#p153949

פרשת לב-טהור - פאקטן און ציפערן: viewtopic.php?p=154654#p154654

פון די 'אינגערמאן' אויסגאבע viewtopic.php?p=155032#p155032

אפנהארציגע בריוו פון הרה״ח ר׳ יעקב יצחק מלכא הי״ו viewtopic.php?p=155786#p155786

כלל ישראל מאכט א רקידה viewtopic.php?p=156279#p156279

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 2:34 pm
דורך חלום חלמתי
גארנישט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:44 pm געלערנט מיט דעם יעקב נחומ'ען אין ישיבה
ווייס איך נישט וואס צו טראכטן..
געווען א פיינער בחור א אייזערנע בעל כשרון, בכלל נישט ארויסגעשטארט אלס שלעכטער,
נישט געקענט טרעפן קיין שידוך צוליב זאכן וואס האבן גארנישט מיט אים (דער עולם געדענקט מן הסתם) נישט ער און נישט קיינער פון זיינע געשוויסטער,
קודם איז אנגעקומען זיין שוועסטער וואס האט זיכער נישט געקענט טרעפן דא א שידוך, אזוי ארום זענען די ברודערס אנגעקומען דארט,
וויאזוי ווערט א נארמאלע מענטש אזוי שלעכט? וויאזוי ווערט א מענטש נהפך צו די מלאכי חבלה?
און אפשר גאר איז ער אויכעט א וויקטאם, נעבאך ברעי''ן וואש''ד געווארן דורך אותו רשע צו גלייבן באמת אז דער רבוש''ע געפינט זיך בלויז אין ל''ט, און איינמאל מען גלייבט אין דעם, און די מציאות איז דאך אז אזא פארמאכטע פלאץ שטייט מטבע הדברים אויף הינער פיס און קען צוגיין מיט איין אומגעזונטע טריט, א מענטש וואס גלייבט נישט אין די זאך איז ווי א פארדארבענע עפל אין א שאכטל עפלעך וואס טוט פארדארבן אלא עפלך, אויטעמאטיש מוז מען זיי שטיל מאכן וויאזוי עס איז נאר מעגליך, לייג צו צו דעם אז ער האט די יכולת עס צו טאן, און פון דארט גייען זאכן א גאנג, אלזא בין איך נישט אזוי זיכער צו מען דארף נישט מתפלל זיין אויף אים ער זאל אויכעט אויפגעראכטן ווערן, פארשטייט זיך אפלאזן דרכיו הרשעים ומעשיו התעתועים און זיך צוריקקערן צום נארמאלן וועג.
דרך אגב מיר האבן אויכעט געלערנט מיט נחמן שר''י אין חדר, ער איז נארמאל קיינמאל נישט געווען.
יענע פרשה איז ווען די דיין רב ווייס פון אנטווערפן איז געווארן באקאנט מיט לב טהור.

ער איז געווען שטארק אינוואלווד מיט די סיטואַציע (וואס האט זיי נישט געלאזט טרעפן קיין שידוך...) דאכט זיך זייער פאטער איז געקומען פון אייראפע (כמיין לאנדאן)

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 2:49 pm
דורך פופציגער
אסאך האבן מיר אנגעפרעגט אין אישי, נאך וואס כ'האב דא געשריבן אז איך האב געהערט פון כלי ראשון.

ס'פילט בכלל נישט גרויס און רייסעריש צו זאגן "נישט אלעס קען מען שרייבן", אבער למען האמת, נישט אלעס קען מען ארויסשרייבן, און איך וועל לייגן א גרויסע "וד"ל", און איך מיין יעדער פארשטייט וואס "וד"ל" מיינט... יא יא, יענס וואס דו טראכסט און דו ווילסט איבערפרעגן אין אישי. ממש דאס.

דער גרינדער פונעם כת איז געווען א משחית, איך זאג עס נאכ'ן הערן "כלי ראשון", עס איז ביטער און שרעקעדיג. מאנכע צייגן אן אז ער איז בעצם נישט געווען קיין שלעכטער נאר פשוט אומגעזונט. מאכט סענס, און איך וועל אים דן זיין לכף שטות, אבער דאס איז זיכער אז א "חבורה" וואו עס איז [געווען עכ"פ זיכער] איינגעפירט צו מאכן "תיקונים" פאר קינדער און בחורים, דארף ווערן אויפגעלעזט פאר יעדן פרייז, און ס'נישט צייט יעצט צו ברעטשען אז קינדער זענען אין געפענגעניש...

נאר איין זאך וויל איך צולייגן... איך קען נישט פערזענליך די ראשי הכת, און איך קען נישט מעיד זיין צי זיי זענען געבוירענע רוצחים, צי ער איז געבוירן א שור מועד אדער אנגעהויבן א דזשורני אלס א שור תם, און עס מאכט נישט צופיל אויס...

לאמיר גיין מיט'ן הנחה אז מענטשן וואס ווערן פארכאפט אין א קולט קומט עס פון א לאך אין הארץ, און זיי זענען נעבעך אלע פארדרייט געווארן.

אבער טוטס מיר א טובה... הערטס אביסל וואסערע אביוז די קינדער זענען אריבער דארט... ביטע... מען רעדט פון פיזיש און גייסטיש, יעדע מין אביוז וואס מען קען טראכטן (עגעין, יא, אויך יענע וואס מ'שרייבט נישט ארויס...), איך הייס נישט מ'זאל בארעדן די אידן, אבער זוכן צו ריינוואשן אזעלכע וואס זענען געשטאנען אין שפיץ פון דעם מארד מאשין איז זיכער נישט קיין אפציע.

איינער האט מיר געפרעגט פריוואט וויאזוי איך קען זיך פרייען אז אידן זיצן אין תפיסה, און גאר אין די לאָך... ער איז דאך נישט שולדיג... זיין טאטע האט אים אזוי ערצויגן...
האב איך אים געענטפערט אז סאדאם כוסעין איז אויך ערצויגן געווארן אין א מערדערישן גייסט, און אוסאמא בין לאדין אויך. פארפאלן. אונזער וועלט איז נישט אויסגעשטעלט פאר רחמנות'דיגע רוצחים זיך צו מעגן צופירן די הענט... ביסט נעבעך א רוצח, העסטו נעבעך הענגען אויף א ריזן תלי'. נעבעך.