כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6738

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

ווער ס'וויל געבן זאל געבן.
דא איז נישט די פלאץ פאר קאמפיינס אויס צו צאלן קלאמביאנע טיקעטס.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3386
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10771

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

חוקר ודורש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:06 pm
מענדי שטערן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 11:48 am קיינער איז נישט געקומען זאגן אז מען איז מחייב צו געבן.

ר' משה איז נישט קיין manipulator, ער איז א נארמאלע מענטש!

איר רעדט וועגן א וואפן; וואס פינקטליך איז א וואפן? אז א איד בעט (נישט אזוי ווי איר האט געזאגט "הייסט") און וויינט אז זיין קינד דארף נעבעך אביסל אין מויל אריינצונעמען, אדער אז איינער זאגט איך גיי נישט פארבארגן (ניטאמאל א נדבה)! זאל דיין אומשילדיג (אפשר אויך א manipulator) עוף'לע אויסגיין אויב דו טוסט נישט XYZ?

וואס? וואס איז פינקטליך א וואפן? וויינען פאר הילף?
ייש"כ ר' מענדי פאר'ן אן נעמן פאר מיין טייערע ידיד ר' משה יוסף מנחם שיחי'.

רבותי, ר' משה'לע איז נישט קיין טאוי! ער איז א איד פונקט ווי מיר און דיר. און נישט סתם א איד, נאר א טייערע און איידעלע נשמה מיט אן אמת'ע לב טוב.

איך מיין נישט קיינער פערזענליך, אבער הער שוין אויף צו טשעפן א מענטש און חוזק מאכן פון אים ברבים. גענוג שוין!!


איך האב שוין געשריבן נעכטן און איך גיי עס זאגן נאכאמאל. איך קען ר' משה'לע פערזענליך, און ער מוטשעט זיך זייער שטארק צו דעקן זיינע מינימאלע צרכים פון עסן און רענט.

ס'איז א מצוה גדולה פאר דער וואס קען אים א ביסל אויס העלפן. א לויטערע מצות צדקה למהדרין.

ווילסט אים נישט העלפן - העלף נישט, אבער קום נישט דא צו שטערן אנדערע וואס ווילן אים יא העלפן.

ובזה יצאתי ידי חובתי.
און איך גיי איבערזאגן מיינס: כל זמן משה'לע קומט ארויף אויף אידטיש טריגערן דעם ציבור הנאספים, זענען מענטשן בארעכטיגט אים צו ענטפערן. קיין חילוק צי ער איז אומשולדיג, היימלאז, אדער קרעציג. אויב וויל ער נישט הערן קיין תירוצים, זאל ער נישט פרעגן קיין פראגעס.

און פאר אלע וואס מיינען אז זיי דארפן יצאתי'ען ידי חובתם און אריינקומען מוחה זיין: איר זענט באפרייט פונעם חוב.

לאוו יו משה'לע
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
בסתר
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:43 pm
Location: מאנסי
x 48

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בסתר »

קרני פרה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:28 pm
בסתר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:12 pm
חוקר ודורש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:06 pm

ייש"כ ר' מענדי פאר'ן אן נעמן פאר מיין טייערע ידיד ר' משה יוסף מנחם שיחי'.

רבותי, ר' משה'לע איז נישט קיין טאוי! ער איז א איד פונקט ווי מיר און דיר. און נישט סתם א איד, נאר א טייערע און איידעלע נשמה מיט אן אמת'ע לב טוב.

איך מיין נישט קיינער פרעזענליך, אבער הער שוין אויף צו טשעפן א מענטש און חוזק מאכן פון אים ברבים. גענוג שוין!!


איך האב שוין געשריבן נעכטן און איך גיי עס זאגן נאכאמאל. איך קען ר' משה'לע פרעזענליך, און ער מוטשעט זיך זייער שטארק צו דעקן זיינע מינימאלע צרכים פון עסן און רענט.

ס'איז א מצוה גדולה פאר דער וואס קען אים א ביסל אויס העלפן. א לויטערע מצות צדקה למהדרין.

ווילסט אים נישט העלפן - העלף נישט, אבער קום נישט דא צו שטערן אנדערע וואס ווילן אים העלפן.

ובזה יצאתי ידי חובתי.
ער קען רואיג קומען דא קיין אמעריקא און אלעס בייקומען פון כל טוב וטוב, אפילו טייערע פיש און פלייש וכו'
און אויב ח״ו ער עקשנ׳ט זיך דערווייל מאיזה סיבה שהיא נישט צו קומען, און עסן פיש און פלייש. דארף מען לאזן זיין קינד שטארבען פאר הונגער??

איך טריי נאר צו פארשטיין דיין געדאנקען גאנג

אויך @משה יוסף מנחם העלבראנץ געדענק ווען דו קומסט קיין אמעריקא בקרוב ממש, אז @בסתר צאלט אויס פאר דיר אלע הוצאות פיש פלייש ביד רחווה וברוח נדיבה אן קיין פיפס… לאז עם זיך בשו״א נישט ארויסדרייען דעמאלט פון זיינע קלארע ווערטער דא…
איך האב שוין גאראדע לאנג אויסגעמעקט גי פאוסט
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6738

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

קרני פרה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:28 pm
בסתר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:12 pm
חוקר ודורש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:06 pm

ייש"כ ר' מענדי פאר'ן אן נעמן פאר מיין טייערע ידיד ר' משה יוסף מנחם שיחי'.

רבותי, ר' משה'לע איז נישט קיין טאוי! ער איז א איד פונקט ווי מיר און דיר. און נישט סתם א איד, נאר א טייערע און איידעלע נשמה מיט אן אמת'ע לב טוב.

איך מיין נישט קיינער פרעזענליך, אבער הער שוין אויף צו טשעפן א מענטש און חוזק מאכן פון אים ברבים. גענוג שוין!!


איך האב שוין געשריבן נעכטן און איך גיי עס זאגן נאכאמאל. איך קען ר' משה'לע פרעזענליך, און ער מוטשעט זיך זייער שטארק צו דעקן זיינע מינימאלע צרכים פון עסן און רענט.

ס'איז א מצוה גדולה פאר דער וואס קען אים א ביסל אויס העלפן. א לויטערע מצות צדקה למהדרין.

ווילסט אים נישט העלפן - העלף נישט, אבער קום נישט דא צו שטערן אנדערע וואס ווילן אים העלפן.

ובזה יצאתי ידי חובתי.
ער קען רואיג קומען דא קיין אמעריקא און אלעס בייקומען פון כל טוב וטוב, אפילו טייערע פיש און פלייש וכו'
און אויב ח״ו ער עקשנ׳ט זיך דערווייל מאיזה סיבה שהיא נישט צו קומען, און עסן פיש און פלייש. דארף מען לאזן זיין קינד שטארבען פאר הונגער??

ניין, אבער איך און קיינער דא איז נישט מחיוב ארויס צו נעמען קיין דאלער פון טאש, נאכדערצו אז די עבר האט שוין געוויזן וואס סגעשעט ווען אמעריקאנע דאלארן גייען קיין גוואטעמאלע.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 303
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3270

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:29 pm און איך גיי איבערזאגן מיינס: כל זמן משה'לע קומט ארויף אויף אידטיש טריגערן דעם ציבור הנאספים, זענען מענטשן בארעכטיגט אים צו ענטפערן. קיין חילוק צי ער איז אומשולדיג, היימלאז, אדער קרעציג. אויב וויל ער נישט הערן קיין תירוצים, זאל ער נישט פרעגן קיין פראגעס.

און פאר אלע וואס מיינען אז זיי דארפן יצאתי'ען ידי חובתם און אריינקומען מוחה זיין: איר זענט באפרייט פונעם חוב.

לאוו יו משה'לע
און, ס'איז א גרויסע מצוה צו העלפן ר' משה יוסף מנחם...
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:31 am
Location: Guatemala
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ »

מעלבער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 11:14 am אויב איינער וואונדערט זיך וויאזוי לב טהור האט אייביג באוויזן צו באאיינדרוקן תמימי לב - זאל אביסל קוקן וויאזוי א יעצטיגע לב טהור מיטגליד ארבעט פיבערהאפטיג ווי א מומחה עצום צו פארקירעווען א אשכול וואס דעקט אויף אלעס, צו א 200 דאלערדיגע בקשה, אז פלוצלינג ווערט דאס ממש די צענטער פון די גאנצע לב טהור מערכה, צו מ׳זאל געבן פאר אים 200 דאלער צו נישט.

און נישט סתם פארקריעוועט, נאר מיט א גאר סאפיסטיקירטע ״טענו לו בחיטים והודו בזכר קדשו״ מהלך.

ווער ס׳וויל געבן זאל געבן, יא יא נישט נישט, און אינטערעסאנט אז ביז די ווייטע אידטיש - וואס מ׳דארף עפענען א ניק, מ׳דארף טרעפן א קאמפיוטער און רשות צו שרייבן, און מ׳דארף זיך מוטשען צו שרייבן צוויי האלבע ווערטער אין אידיש, - האט ער נישט מצליח געווען צו בעטן פון קיינעם, דאס איז שוין נאכ׳ן ארומפארן גאנץ קרית יואל און בארא פארק מיט ברייט פארשפרייטע קליפס ווי ער גייט נאך צדקה כדי צו צעשפרייטן אז ״ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים - ווילסט עפעס געבן?״.

ווער עס פארשטייט נישט וואס דא קומט פאר זאל מאכן א מינוט Pause און מאכן א סך הכל פון וויאזוי זיינע דיסקאסיעס דא גייט צו, וואס ער זוכט דא בכלל (איך קען רואיגערהייט זען לאנגזאם און פעלדמאן האבן א שעה דיסקאסיע אויף דעם אופן און דער עולם זאל וויינען פאר געלעכטער).

גאנץ לב טהור זענען צדיקים, מ׳דארף רחמנות האבן אויף יעדן איד, אלעס איז אמת ויציב. אבער דער מקום אכזרי וואס איז געגרינדעט געווארן דורך דעם גרעסטן מייסטער אכזר אין די לעצטע היסטאריע, (וואס האט זיך גענומען דאס לעבן נאכ׳ן זען אז דער עולם טאנצט נישט אינגנצן מיט - ווי ער שרייבט דאס אליינס פון פאראויס), דארף נעקר ווערן בשורשו. ווייל דער כח השקר פון זיי איז אזוי מאסיוו אז אויב מ׳רייסט עס נישט אויס אינגאנצן איז אייביג דא פלאץ פאר פרישע ווידערוואקסונגען...

און אויף דעם זענען מיר מכיר טוב די אידן וואס טוען די ארבעט וואס כלל ישראל ווארט שוין יאאאאארן לאנג...
איך בין דיך מוחל בלב שלם אז די טשעפסט מיך פריוואט אבער נישט מיין זיידע ( אזוי ווי די לץ שעפריש איז רגיל ביי דעם ) נישט פון מיין טאטע נישט אויף הרב הגאון הצדיק ר אהרן ארי טעללער וכו'
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6738

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

@מענדי שטערן , @חוקר ודורש , @קרני פרה , ביטע סטאפן די גילט רייד, כ'בין צו אויף געשאקלט.

א דאנק.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:31 am
Location: Guatemala
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ »

בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:31 pm
קרני פרה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:28 pm
בסתר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:12 pm

ער קען רואיג קומען דא קיין אמעריקא און אלעס בייקומען פון כל טוב וטוב, אפילו טייערע פיש און פלייש וכו'
און אויב ח״ו ער עקשנ׳ט זיך דערווייל מאיזה סיבה שהיא נישט צו קומען, און עסן פיש און פלייש. דארף מען לאזן זיין קינד שטארבען פאר הונגער??

ניין, אבער איך און קיינער דא איז נישט מחיוב ארויס צו נעמען קיין דאלער פון טאש, נאכדערצו אז די עבר האט שוין געוויזן וואס סגעשעט ווען אמעריקאנע דאלארן גייען קיין גוואטעמאלע.
צדיק די ווייסט נישט אז און גווטאמאלא באקומט גארנישט בחינם סאיז נישט דא קיין מעדיקעט אלע אזעליכע זאכן קאסטן ביטער טייער זיין מברר
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3280

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

אנעקדאט האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 6:17 pm
גרינטליך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 5:21 pm
אנעקדאט האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 5:10 pm
אלעס איז מעגליך, אבער איך גלייב נישט אז מ'גיבט א זאך וואס איז פאבריצירט אין א פירמע.
מגעבט יא, אויב מדארף א פארמיולא, פון א אנדערע קאמפאני.
אליין מיט געהאלטן ווי משה'לע קויפט פאר א צווייטענס א קינד לעצטענס.
וואס הייסט "אן אנדערע קאמפאני"?

היינט עסט מען אויך פופצן סארט א.ג. פיש, איך רעד פון א יאר צוריק.
א לאקאלע קאמפעני וואס איז אויכעט כשר.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1477
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4684

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:36 pm
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:31 pm
קרני פרה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:28 pm

און אויב ח״ו ער עקשנ׳ט זיך דערווייל מאיזה סיבה שהיא נישט צו קומען, און עסן פיש און פלייש. דארף מען לאזן זיין קינד שטארבען פאר הונגער??

ניין, אבער איך און קיינער דא איז נישט מחיוב ארויס צו נעמען קיין דאלער פון טאש, נאכדערצו אז די עבר האט שוין געוויזן וואס סגעשעט ווען אמעריקאנע דאלארן גייען קיין גוואטעמאלע.
צדיק די ווייסט נישט אז און גווטאמאלא באקומט גארנישט בחינם סאיז נישט דא קיין מעדיקעט אלע אזעליכע זאכן קאסטן ביטער טייער זיין מברר

און די געלט פאר די טיקעטס קיין קאלאמביע איז געקומען פון וואו? דאס איז אויך נישט בחנם.
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 303
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3270

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:31 pm ניין, אבער איך און קיינער דא איז נישט מחיוב ארויס צו נעמען קיין דאלער פון טאש, נאכדערצו אז די עבר האט שוין געוויזן וואס סגעשעט ווען אמעריקאנע דאלארן גייען קיין גוואטעמאלע.
ער בעט א הלוואה, ער גיבט אן אדרעס פון מענטשן וואס זענען מעיד אז ער צאלט צוריק...

וואס האט ער אזוי שלעכט געזאגט?

ווילסט נישט העלפן איז נישט! - וואס איז די ענין צו זיין א שלעכטע זויערע מענטש?
מענדי שטערן
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 9:19 pm
Location: London.
x 249

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי שטערן »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:26 pm
מענדי שטערן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 11:48 am קיינער איז נישט געקומען זאגן אז מען איז מחייב צו געבן.

ר' משה איז נישט קיין manipulator, ער איז א נארמאלע מענטש!

איר רעדט וועגן א וואפן; וואס פינקטליך איז א וואפן? אז א איד בעט (נישט אזוי ווי איר האט געזאגט "הייסט") און וויינט אז זיין קינד דארף נעבעך אביסל אין מויל אריינצונעמען, אדער אז איינער זאגט איך גיי נישט פארבארגן (ניטאמאל א נדבה)! זאל דיין אומשילדיג (אפשר אויך א manipulator) עוף'לע אויסגיין אויב דו טוסט נישט XYZ?

וואס? וואס איז פינקטליך א וואפן? וויינען פאר הילף?
ר' מענדי, עם כל הכבוד, איך מוטשע זיך פארשטיין וואס באדערט דיר.

דער אינגערמאן קומט ארויף ספעמען אן אשכול מיט דירעקטע טריגערס, טענות וואס איך, דו, און ער, ווייסן אז מענטשן גייען רעספאנדן שארף, און פלוצלונג קומט ער אריין בעטן 200 דאלאר טאר מען מער נישט רעדן ווייל "אזוי רעדסטו בשעת א קינד וויינט פאר עסן"?

רבי איד, קריך אראפ. אויב ער מעג פרעגן, מעגן אנדערע ענטפערן. און ניין, ס'מאכט נישט מ'זאל יעצט זיין מחוייב אים צו מפרנס זיין.

כהאב זייער ליב משה'לע, מ'האמיר אביסל פארברענגט מיט אים און זייער הנאה געהאט, ער מיינט נעבעך נישט קיין שלעכטס און ס'איז א גוטע זאך אים צו העלפן.
שאלות איז נישט קיין פראבלעם.
ווען מען קומט דא "זאגן" אז ער גייט צאלן מיט די געלט לויערס וואס יענער האט נישט קיין מינדעסטע השגה אז דער צדיק האט ניטאמאל קלאגעס איז א פראבלעם.

ווען מען קומט "זאגן" אז אלע געלט גנב'עט מען, יא עס שטערט מיך.

דער וואס זענען דא געקומען "פרעגן קשיות" זענען נישט דא ווייל זיי ווילן העלפן אבער זיכער מאכן אז עס קומט אן אין די ריכטיגע פלאץ. והראיה, ווי זענען אלע פארשווינדן געווארן נאכדעם וואס האסקן ידידי היקר הרב ר' שמואל פוקס וואס קען פערזענליך די מענטאליטעט פון לב טהור ווי אויך א פערזענליכע קשר מיט ר' משה קומט זייער קלאר אז עס איז וויכטיג אים צו העלפן? פלוצלונג האבן זיי נישט קיין שאלות וואס דער קינד גייט (נישט ח"ו) עסן מארגן!
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3280

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

מקשין העולם האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:33 am
מענדי שטערן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 8:38 am
שמואל פוקס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 3:25 pm
לאטס אפ. מען קען אים רואיגערהייט געבן 200 דאלער. ס'וועט גארנישט געשען, אויסער העלפן א איד.
פלוצלונג פארלאזט זיך קיינער נישט אויף ר' שמואל'ס ווארט. הא? דא איז דא א קינד נעבעך וואס איז הינגעריג מיט א טאטע וואס קען עס ר"ל נישט פיטערן.
קומט הרב שמואל וואס איז געווארן א פאר פאוסטס בעפאר אויסגעלויבט אז ער ווייסט פינקטליך וועגן לב טהור און אנשטאט דער עולם זאל זיך אנרופן אין די מאסן, האט מען "מורא" אז דער טאטע גייט עס ניצן פאר ענטערטעינמענט און לאזן זיין קינד הינגערן.

זענט עט'ס משוגע? ווילסט נישט געבן? געב נישט! אבער רעדט/שרעק נישט אפ די וואס הערן יא אן עטליכע חדשים'דיג קינד'ס געשריי.

כל טוב ידידי ר' שמואל, הצלחה מרובה ר' משה יוסף מנחם.

מענדי שטערן.
וואס איז די טענה'ריי דא, זאל איינער שרייבן בשם די עסקנים אז מ'זאל געבן, צו אפילו אז מ'קען געבן, וועט מען געבן ביד רחבה וברוח נדיבה. איך ווארט דערויף, ווען ס'קומט ארויס א קלארע היתר בשם די עסקנים, געב איך גלייך בל"נ.
הייסט די חיוב צדקה ווענט זיך מער נישט אין די שלחן ערוך?

די הלכה איז אין בודקין למזונות.

די אלע הסברים טוישן נישט קיין דינא דשלחן ערוך.

ווען ס'וואלט זיך גערעט פון שווערער געלטער ממילא, זאגסט ס'איז דא מקום לחשוש, הער איך, אבער אויף א קארגע $200!?

אויב איינער האט געהאלטן ביי יענעם העלפן און צירוק געצויגן וועגן דיין פאוסט, נעמסטו דאס אויף דיין אחריות!?!!?
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
מענדי שטערן
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 9:19 pm
Location: London.
x 249

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי שטערן »

בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:33 pm @מענדי שטערן , @חוקר ודורש , @קרני פרה , ביטע סטאפן די גילט רייד, כ'בין צו אויף געשאקלט.

א דאנק.
איר זענט 100% גערעכט. ער דארף זען זיין זין אויסגיין (ח"ו) וועגן איר האט א guilty feeling.
בסתר
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:43 pm
Location: מאנסי
x 48

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בסתר »

איז דא א וועג אייך צו געבן דער $200 אן דעם וואס איר זאלט וויסן ווער עס גיבט עס?
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3280

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

מעלבער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 11:14 am אויב איינער וואונדערט זיך וויאזוי לב טהור האט אייביג באוויזן צו באאיינדרוקן תמימי לב - זאל אביסל קוקן וויאזוי א יעצטיגע לב טהור מיטגליד ארבעט פיבערהאפטיג ווי א מומחה עצום צו פארקירעווען א אשכול וואס דעקט אויף אלעס, צו א 200 דאלערדיגע בקשה, אז פלוצלינג ווערט דאס ממש די צענטער פון די גאנצע לב טהור מערכה, צו מ׳זאל געבן פאר אים 200 דאלער צו נישט.

און נישט סתם פארקריעוועט, נאר מיט א גאר סאפיסטיקירטע ״טענו לו בחיטים והודו בזכר קדשו״ מהלך.

ווער ס׳וויל געבן זאל געבן, יא יא נישט נישט, און אינטערעסאנט אז ביז די ווייטע אידטיש - וואס מ׳דארף עפענען א ניק, מ׳דארף טרעפן א קאמפיוטער און רשות צו שרייבן, און מ׳דארף זיך מוטשען צו שרייבן צוויי האלבע ווערטער אין אידיש, - האט ער נישט מצליח געווען צו בעטן פון קיינעם, דאס איז שוין נאכ׳ן ארומפארן גאנץ קרית יואל און בארא פארק מיט ברייט פארשפרייטע קליפס ווי ער גייט נאך צדקה כדי צו צעשפרייטן אז ״ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים - ווילסט עפעס געבן?״.

ווער עס פארשטייט נישט וואס דא קומט פאר זאל מאכן א מינוט Pause און מאכן א סך הכל פון וויאזוי זיינע דיסקאסיעס דא גייט צו, וואס ער זוכט דא בכלל (איך קען רואיגערהייט זען לאנגזאם און פעלדמאן האבן א שעה דיסקאסיע אויף דעם אופן און דער עולם זאל וויינען פאר געלעכטער).

גאנץ לב טהור זענען צדיקים, מ׳דארף רחמנות האבן אויף יעדן איד, אלעס איז אמת ויציב. אבער דער מקום אכזרי וואס איז געגרינדעט געווארן דורך דעם גרעסטן מייסטער אכזר אין די לעצטע היסטאריע, (וואס האט זיך גענומען דאס לעבן נאכ׳ן זען אז דער עולם טאנצט נישט אינגנצן מיט - ווי ער שרייבט דאס אליינס פון פאראויס), דארף נעקר ווערן בשורשו. ווייל דער כח השקר פון זיי איז אזוי מאסיוו אז אויב מ׳רייסט עס נישט אויס אינגאנצן איז אייביג דא פלאץ פאר פרישע ווידערוואקסונגען...

און אויף דעם זענען מיר מכיר טוב די אידן וואס טוען די ארבעט וואס כלל ישראל ווארט שוין יאאאאארן לאנג...
משה'לע האט נישט געזאגט ער דארפט דאס פאר זיין קינד, דאס האבן אנדערע געלאכט פון עם און געזאגט.
מען טרונקט דא בלוט פון א אידישע קינד פאר זיין חטא פון בעטן העלף.
דער וואס וויל נישט זאל נישט העלפן אבער קאלט מאכן אנדערע?
איינער האט זיך אריינגעלייגט דא אין די פרטי פרטים און געפרעגט א דיין וואס ער מעג טרייבן ליצנות אויף יענעם'ס חשבון פאר ער האט דא געשריבן?!
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
פארשטענדליך אידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
x 340

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פארשטענדליך אידל »

מענדי שטערן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:50 pm
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:33 pm @מענדי שטערן , @חוקר ודורש , @קרני פרה , ביטע סטאפן די גילט רייד, כ'בין צו אויף געשאקלט.

א דאנק.
איר זענט 100% גערעכט. ער דארף זען זיין זען אויסגיין (ח"ו) וועגן איר האט א guilty feeling.
מזל טוב! צוריק ארויפגעלייגט אויפן גילט רייד.......
קטן בקטנים
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 10:14 pm
Location: monroe
x 31

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטן בקטנים »

ווען גייט זיין חלק ד פון ר' יואל יושע העשיל בלום?
א פרייליכער מענטש איז נישט דער וואס 'פארמאגט' אלעס, נאר דער וואס 'דאנקט' אויף אלעס.
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3280

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

פארשטענדליך אידל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:52 pm
מענדי שטערן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:50 pm
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:33 pm @מענדי שטערן , @חוקר ודורש , @קרני פרה , ביטע סטאפן די גילט רייד, כ'בין צו אויף געשאקלט.

א דאנק.
איר זענט 100% גערעכט. ער דארף זען זיין זען אויסגיין (ח"ו) וועגן איר האט א guilty feeling.
מזל טוב! צוריק ארויפגעלייגט אויפן גילט רייד.......
ברוך תהיה, צירוק געמאכט ליצנות פון די הלכה פון אין בודקין למזונות
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
מענדי שטערן
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 9:19 pm
Location: London.
x 249

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי שטערן »

גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:45 pm
מקשין העולם האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:33 am
מענדי שטערן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 8:38 am

פלוצלונג פארלאזט זיך קיינער נישט אויף ר' שמואל'ס ווארט. הא? דא איז דא א קינד נעבעך וואס איז הינגעריג מיט א טאטע וואס קען עס ר"ל נישט פיטערן.
קומט הרב שמואל וואס איז געווארן א פאר פאוסטס בעפאר אויסגעלויבט אז ער ווייסט פינקטליך וועגן לב טהור און אנשטאט דער עולם זאל זיך אנרופן אין די מאסן, האט מען "מורא" אז דער טאטע גייט עס ניצן פאר ענטערטעינמענט און לאזן זיין קינד הינגערן.

זענט עט'ס משוגע? ווילסט נישט געבן? געב נישט! אבער רעדט/שרעק נישט אפ די וואס הערן יא אן עטליכע חדשים'דיג קינד'ס געשריי.

כל טוב ידידי ר' שמואל, הצלחה מרובה ר' משה יוסף מנחם.

מענדי שטערן.
וואס איז די טענה'ריי דא, זאל איינער שרייבן בשם די עסקנים אז מ'זאל געבן, צו אפילו אז מ'קען געבן, וועט מען געבן ביד רחבה וברוח נדיבה. איך ווארט דערויף, ווען ס'קומט ארויס א קלארע היתר בשם די עסקנים, געב איך גלייך בל"נ.
הייסט די חיוב צדקה ווענט זיך מער נישט אין די שלחן ערוך?

די הלכה איז אין בודקין למזונות.

די אלע הסברים טוישן קיין דין און שלחן ערוך.

ווען ס'וואלט זיך גערעט פון שווערער געלטער ממילא, זאגסט ס'איז דא מקום לחשוש, הער איך, אבער אויף א קארגע $200!?

אויב איינער האט געהאלטן ביי יענעם העלפן און צירוק געצויגן וועגן דיין פאוסט, נעמסטו דאס אויף דיין אחריות!?!!?
צופעליג (אזוי ווי @שמואל פוקס האט צוטירט) דארף ר' משה מער ווי 200 אבער דאס בעט ער.

2- מ'קען מיינען אז איך אדער סיי ווער האט "געהייסן" אז מען דארף העלפן. איך זיך נישט צו מחייב זיין סך הכל אפשטעלן מענטשן וואס זענען דא צו שאטן פאר אן אימשילדיג איד וואס אויב גייט איר זאגן אז ער איז נישט אימשילדיג ווייל ער קומט נישט ארויס (וואס דאס איז א נארישקייט), איז זיין שעפעלע זיכער נישט קיין פאברעכע!

3- אזוי ווי איר האט דערמאנט, ער בעט נישט קיין געלט, ער בעט אן הלוואה וואס איז 100% באגלייבט.
אוועיטער
פארשטענדליך אידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
x 340

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פארשטענדליך אידל »

גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 1:00 pm
פארשטענדליך אידל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:52 pm
מענדי שטערן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:50 pm

איר זענט 100% גערעכט. ער דארף זען זיין זען אויסגיין (ח"ו) וועגן איר האט א guilty feeling.
מזל טוב! צוריק ארויפגעלייגט אויפן גילט רייד.......
ברוך תהיה, צירוק געמאכט ליצנות פון די הלכה פון אין בודקין למזונות
ביטע לייגן אלע גילט סטעיטמענטס אין איין פאוסט, מען זאל נישט ברויכן מישן אזויפיל בלעטער.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1477
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4684

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

מענדי שטערן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 11:48 am קיינער איז נישט געקומען זאגן אז מען איז מחייב צו געבן.

ר' משה איז נישט קיין manipulator, ער איז א נארמאלע מענטש!

איר רעדט וועגן א וואפן; וואס פינקטליך איז א וואפן? אז א איד בעט (נישט אזוי ווי איר האט געזאגט "הייסט") און וויינט אז זיין קינד דארף נעבעך אביסל אין מויל אריינצונעמען, אדער אז איינער זאגט איך גיי נישט פארבארגן (ניטאמאל א נדבה)! זאל דיין אומשילדיג (אפשר אויך א manipulator) עוף'לע אויסגיין אויב דו טוסט נישט XYZ?

וואס? וואס איז פינקטליך א וואפן? וויינען פאר הילף?
יא, אזוי ווי דו הערסט, וויינען פאר הילף קען - און טוט - גענוצט ווערן אלס וואפן.

איר האט טאקע געמאכט די אינטערוויו מיט ריי"ה (און א גרויסן דאנק דערויף - עס איז געווען גאר אינטערעסאנט), אבער איר זענט, במחילת כבודך, העכסט נאאיוו. שוין צען יאר וואס די רודפים אין ל"ט נוצן אויס די פאקט אז דער עולם הונגערט דארט שרעקליך (אויף זייער באפעל), ארומצושיקן מענטשן צו נגידים און אראפמאל די ביטערע מצב. פארשטייט זיך אז וועלכער אידיש קינד קען בלייבן גלייכגילטיג צו אזעלכע געוויינען? האט מען זיך אודאי שיין משתתף געווען. אבער איז דען די געלט געגאנגען צו קויפן עסן צו שטילן די הונגער? אודאי אז נישט! די געלט איז געגאנגען צו שמירן די לאקאלע באהערדע, פאליציי, מיליטער, ריכטער וכו' אז זיי זאלן אוועקקוקן און ווען די פעדעראלע באהערדע הייסן איבערפאלן זאל מען זיי מודיע זיין דערוועגן פון פאראויס, און פאר דער לויער פון לב טהור וואס האט געפייט די עסקנים מיט ציין און נעגל אויף טריט און שריט.

לאמיר עס איבער'חזר'ן: די געלט - שווערע מיליאנען - וואס לב טהור האט גענוצט די לעצטע צען יאר צו בארבאריש אונטערדרוקן זייערע וויקטימס, איז נישט געקומען פון מענטשן וואס האבן געגעבן געלט פאר דעם צוועק. עס איז געקומען פון תמימי לב וואס זענען געווארן אויפגעשוידערט צו הערן איבער די הונגעריגע קינדערלעך וואס גייען נעבעך אויס, און צוליב דעם האבן זיי געגעבן געלט נישט כאפנדיג אז דאס גייט נישט צו פיטערן די הונגעריגע קינדערלעך נאר ענדערש זיכער צו מאכן אז זיי בלייבן טאקע הונגעריג. און דא רעדט מען נישט פון די ראשי הכת, נאר טאקע די וויקטימס, די אנשים מן השורה דארט וואס ווערן געשיקט דורך זייערע קאנטראלירער צו שאפן געלט צו ראטעווען די רעשטלעך אידישקייט עפ"ל.

און די זעלבע איז מיט פרשת קאלאמביע, וואס האט אויך אפגעקאסט א שיינע אפותיקי פאר ל"ט. מיינסט אז זיי זענען ארומגעגאנגען צו מענטשן זאגן אז זיי דארפן געלט צו קענען אנטלויפן? זיי זענען ארומגעגאנגען בעטן געלט פאר עסן און קליידער, און ווי @אין כל חדש האט געשריבן 'געלט פאר מטרנה פאר הונגעריגע בעיביס', טאקע דאס האט אויסגעצאלט די אנטלויף צו קאלאמביע.

איי, זיי זענען דאך טאקע הונגעריג? מעג מען דען לאזן א אידיש קינד הונגערן? און פון די אנדערע זייט, די געלט גייט דאך העכסט ווארשיינליך נישט צו שטילן זייער הונגער!

אויף דעם איז די תירוץ הפשוט, אז מען זאל זיי געבן עסן און נישט געלט. מיט עסן קען מען שטילן הונגער, אבער נישט באצאלן פאר א לויער. דאס איז וואס יעדער וואס פארשטייט אביסל צו לב טהור טוט שוין יארן לאנג, און וואס די עסקנים שרייען די לעצטע יאר צייט ווען די וועלט בכלליות איז געווארן מער עוועיר צו די אידן פון לב טהור. כ'געדענק אז בערך אכט יאר צוריק איז לב טהור געקומען צו כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א פאר פסח מיט א געוויין (וואס איז ווארשיינליך געווען אמת) אז אין לב טהור איז נאכנישט דא גארנישט פאר פסח ווייל זיי האבן נישט קיין געלט (די חלק איז נישט אמת... די הנהלה האט פיין געהאט), און מהרי"י האט זיי טאקע ארויסגעהאלפן מיט'ן אפשיקן טויזנטער פונט מצות און אנדערע פראדוקטן קיין גואטעמאלא, אבער געלט האט ער בשום אופן נישט געלאזט שיקן.

דאס איז בכלליות, צו דיין גרויסע תמיה וויאזוי וויינען פאר הילף קען גענוצט ווערן אלס וואפן. יעצט ספעציפיש צו @משה יוסף מנחם העלבראנץ שליט"א, איז ווייטער די זעלבע זאך. קיינער איז אים נישט חושד אין אנפירן די כת אדער פייניגן אנדערע אידן, ווי די עסקנים האבן שוין קלארגעשטעלט. די שאלה איז צו ער דארף טאקע געלט אדער די וואס קאנטראלירן אים האבן אים געהייסן בעטן. און ניין, ער האט נישט געשריבן אז ער דארף דאס געלט צו קויפן עסן פאר זיינע קינדער, דאס האט איר (אדער א צווייטער) אויפגעמאכט. אבער אפילו ווען ער זאגט עס יא איז לאו דוקא אז ער דארף עס טאקע פאר דעם, און אפילו ווען ער דארף עס יא פאר דעם מיינט עס נישט אז עס וועט טאקע אנקומען צום בעיבי. און אפילו ס'איז נאר 200 דאלער, א קען מטרנה קאסט נאר 40 דאלער אבער אז מען בעט פון 10,000 מענטשן געלט פאר איין קען האלט מען ביי $400,000.

גראדע מיין דעת איז נוטה אז מען זאל מעגן געבן צוליב כמה סיבות (אריינגערעכנט אז ער בעט נאר אן הלוואה), אבער עכ"ז וואלט איך נישט געגעבן אן קיין בפירוש'ע הוראה פון די עסקנים אז מען מעג טאקע געבן.
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 181
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 945

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יענץ מבין »

@מענדי שטערן אז איך האב אייך שוין יא אזוי געטריגגערט, איז נישט מער ווי רעכט אז איך זאל אויך שרייבן עפעס פאזיטיוו, איז ממילא וויל דיר דא ברבים באדאנקען פאר אייערע אינטערוויוס מיט ר' יי"ה בלום, עס איז געוועהן זייער אינטערסאנט צו הערן אלע פרטים פון זיין קוק ווינקל.

עס איז געוועהן זייער קענטליך אז איר האט אריין געלייגט אסאך ארבעט דערין, און איר האט באמת געטוהן א געוואלדיגע ארבעט, יישר כח! ישלם ה' שכרך מן השמים!

און... איך ווארט פאר חלק ד'...
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
ברוך אברהם
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
x 402

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך אברהם »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:38 pm
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:36 pm
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:31 pm

ניין, אבער איך און קיינער דא איז נישט מחיוב ארויס צו נעמען קיין דאלער פון טאש, נאכדערצו אז די עבר האט שוין געוויזן וואס סגעשעט ווען אמעריקאנע דאלארן גייען קיין גוואטעמאלע.
צדיק די ווייסט נישט אז און גווטאמאלא באקומט גארנישט בחינם סאיז נישט דא קיין מעדיקעט אלע אזעליכע זאכן קאסטן ביטער טייער זיין מברר

און די געלט פאר די טיקעטס קיין קאלאמביע איז געקומען פון וואו? דאס איז אויך נישט בחנם.
אונזער משה'לע האט נישט געצאלט קיין דאלער פאר קאלאמביע אפילו ווען ער האט געקענט געהעריג אהין פארן....
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1477
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4684

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

מענדי שטערן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:44 pm
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:26 pm
מענדי שטערן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 11:48 am קיינער איז נישט געקומען זאגן אז מען איז מחייב צו געבן.

ר' משה איז נישט קיין manipulator, ער איז א נארמאלע מענטש!

איר רעדט וועגן א וואפן; וואס פינקטליך איז א וואפן? אז א איד בעט (נישט אזוי ווי איר האט געזאגט "הייסט") און וויינט אז זיין קינד דארף נעבעך אביסל אין מויל אריינצונעמען, אדער אז איינער זאגט איך גיי נישט פארבארגן (ניטאמאל א נדבה)! זאל דיין אומשילדיג (אפשר אויך א manipulator) עוף'לע אויסגיין אויב דו טוסט נישט XYZ?

וואס? וואס איז פינקטליך א וואפן? וויינען פאר הילף?
ר' מענדי, עם כל הכבוד, איך מוטשע זיך פארשטיין וואס באדערט דיר.

דער אינגערמאן קומט ארויף ספעמען אן אשכול מיט דירעקטע טריגערס, טענות וואס איך, דו, און ער, ווייסן אז מענטשן גייען רעספאנדן שארף, און פלוצלונג קומט ער אריין בעטן 200 דאלאר טאר מען מער נישט רעדן ווייל "אזוי רעדסטו בשעת א קינד וויינט פאר עסן"?

רבי איד, קריך אראפ. אויב ער מעג פרעגן, מעגן אנדערע ענטפערן. און ניין, ס'מאכט נישט מ'זאל יעצט זיין מחוייב אים צו מפרנס זיין.

כהאב זייער ליב משה'לע, מ'האמיר אביסל פארברענגט מיט אים און זייער הנאה געהאט, ער מיינט נעבעך נישט קיין שלעכטס און ס'איז א גוטע זאך אים צו העלפן.
שאלות איז נישט קיין פראבלעם.
ווען מען קומט דא "זאגן" אז ער גייט צאלן מיט די געלט לויערס וואס יענער האט נישט קיין מינדעסטע השגה אז דער צדיק האט ניטאמאל קלאגעס איז א פראבלעם.

ווען מען קומט "זאגן" אז אלע געלט גנב'עט מען, יא עס שטערט מיך.

דער וואס זענען דא געקומען "פרעגן קשיות" זענען נישט דא ווייל זיי ווילן העלפן אבער זיכער מאכן אז עס קומט אן אין די ריכטיגע פלאץ. והראיה, ווי זענען אלע פארשווינדן געווארן נאכדעם וואס האסקן ידידי היקר הרב ר' שמואל פוקס וואס קען פערזענליך די מענטאליטעט פון לב טהור ווי אויך א פערזענליכע קשר מיט ר' משה קומט זייער קלאר אז עס איז וויכטיג אים צו העלפן? פלוצלונג האבן זיי נישט קיין שאלות וואס דער קינד גייט (נישט ח"ו) עסן מארגן!

ווייטער שטארקע נאאיוויטעט פון אייער זייט. געלט פאר לויערס מיינט נישט דוקא זיין אייגענע לויערס. ווייסט פון וואו לב טהור האט געהאט געלט פאר לויערס די לעצטע יאר צייט? פון די וויקטימס וואס האבן נישט קיין קלאגעס אויף זיך און האבן געקענט קומען קיין אמעריקע שאפן געלט 'פאר עסן'. משה'לע איז טאקע א וויקטים פון ל"ט, אבער ווי אלע וויקטימס פאלגט ער וואס די העכערע איבער אים הייסן און אין דעם קען זיין אריינגערעכנט וויינען אז זיין קינד איז הונגעריג (גראדע טוט ער עס נישט, איך ברענג נאר א דוגמא וואס זיי קענען אים הייסן טון פונקט ווי זיי האבן געהייסן צענדליגער אנדערע) און אזוי שאפן אלפים ורבבות פון נאך א 50 דאלערדיגע נדבה און נאך א הונדערט דאלערדיגע נדבה.

און ניין, קיינער 'זאגט' נישט אז עס גייט נישט גיין צום ריכטיגן פלאץ, מען ווייזט נאר אן אז עס איז יתכן און מען דארף אן אקעי פון די עסקנים פאר מען גיבט עס.

און ניין, ר' שמואל פוקס - כבודו במקומו מונח - איז נישט באגלייבט אין די נושא נישט ביי מיר און נישט ביי אנדערע. ער האט טאקע שטארקע באקאנטשאפטן מיט די פרשה, אבער ער איז נישט פון די עסקנים וואס האבן אויפגעלעזט ל"ט און האט שוין געשריבן זאכן נישט געהעריג איינשטימיג מיט זיי. איך בין גרייט צו געבן געלט פאר משה'לע (ליידער בין איך נישט ביכולת צו געבן $200 אבער כפי יכולתי וועל איך זיך בל"נ משתתף זיין), אבער נאר נאכ'ן באקומען א באשטעטיגונג פון ר' יי"ה בלום, ר' אברהם גרינהוט, אדער זייערע באשטעטיגטע היגע קארעספאנדאנטן ר' @על פי תורה און ר' @סענס אף יומער.

אה און נאך איין זאך: הערט ביטע אויף מיט די ליגנט אז משה'לעס קינד הונגערט. ער האט עס נישט געשריבן, און האט אפילו בפירוש געשריבן אז נישט פאר דעם דארף ער דאס געלט. די איינציגסטע סיבה פארוואס מאנכע שרייבן עס איינמאל און נאכאמאל איז צו פירן די ליינער אויף א גילט טריפ. (א קלאסישע דוגמא וויאזוי וויינען פאר הילף ווערט גענוצט אלס וואפן.)
שרייב פאוסט