מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1846
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4232

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איך דארף אפירזוכן די נייעס אבער מיט ארום א האלב יאר צוריק איז געווען א עפענטליכע אטאקע פון נתניהו אויפן שר הביטחון יואב גלנט פארוואס גלנט האלט אז מען מעג נאכגעבן א דיעל וואס נעמט אריין ארויסגיין פון די פילאדעלפיע קארידאר. נתניהו האט דעמאלס געשריגן אז אלע מטרות אין די מלחמה זענען געוואנדן אין בלייבן קאנטראלירן די פיאדעלפיע קארידאר.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1846
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4232

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 6:27 pm איך דארף אפירזוכן די נייעס אבער מיט ארום א האלב יאר צוריק איז געווען א עפענטליכע אטאקע פון נתניהו אויפן שר הביטחון יואב גלנט פארוואס גלנט האלט אז מען מעג נאכגעבן א דיעל וואס נעמט אריין ארויסגיין פון די פילאדעלפיע קארידאר. נתניהו האט דעמאלס געשריגן אז אלע מטרות אין די מלחמה זענען געוואנדן אין בלייבן קאנטראלירן די פיאדעלפיע קארידאר.
Screenshot 2025-01-15 183641.png
Screenshot 2025-01-15 183641.png (739.74 KiB) געזען געווארן 680 מאל
Screenshot 2025-01-15 183830.png
Screenshot 2025-01-15 183830.png (905.14 KiB) געזען געווארן 680 מאל
אוועיטער
שינאווער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 2908

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך שינאווער »

עגיפטן'ס פרעזידענט על סיסי האט באגריסט די פייעראפשטעל אפמאך אין עזה וואס זיין לאנד האט געהאלפן אויסהאמערן. סיסי זאגט אז מען מוז יעצט זען אינטערצויאגן דאס אריין שיקן הומאניטערישע הילף קיין עזה און פאראויס גיין ביז מען גרייכט א צוויי-שטאטן שלום פלאן וואס ברענגט סטאביליטעט אין די ראיאן. ענגלאנד'ס פרעמיער מיניסטער קיר סטארמער האט ארויס געשטעלט אן ענליכע סטעיטמענטס, זאגענדיג, אז מען טאר נישט פארגעסן די וועלכע זענען אומגעקומען און האבן געליטן אין געפענגעניש, און מען מוז יעצט לייגן געוויכט פאר א צוויי-שטאטן לעזונג.
אוועיטער
שינאווער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 2908

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך שינאווער »

VY1keB.jpeg
VY1keB.jpeg (96.21 KiB) געזען געווארן 650 מאל
אוועיטער
שינאווער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 2908

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך שינאווער »

ביידען איז ארויס געקומען אדרעסירן די דורכברוך אז מען האט אויסגעהאמערט א פייעראפשטעל צווישן כאמאס מיט מדינת ישראל צו באפרייען די משכונות,
שטייענדיג ארום גענומען מיט וויצא פרעזידענט העריס און סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען האט ביידען געזאגט אז יעצט איז א געוואלדיגע נאכמיטאג וויבאלד ער קען מעלדן די נייעס אז מען האט אויסגעהאמערט אן אפמאך. ער זאגט אז נאך מער ווי 15 חדשים טעראר פאר די משכונות מיט זייערע משפחות און מער ווי 15 חדשים ליידן פון אומשולדיגע איינוואוינער אין עזה, וועט עס קומען צו אן ענדע, די משכונות וועלן באפרייט ווערן, און די שלאכטן וועלן זיך ענדיגן.
ביידען האט ערווענט אז די אפמאך איז צושטאנד געקומען נאך לאנגע חדשים דיפלאמאטיע וואס האט קיינמאל נישט נאכגעלאזט. ער זאגט אז די אפמאך איז געווארן אויסגעארבייט און פארהאנדעלט אינטער זיין אדמיניסטראציע, אבער די טערמינען גייען ווערן אויסגעהאמערט דורך די קומענדיגע אדמיניסטראציע. ער האט ארויס געהויבן די צוזאמנארבייט מיט די אריין קומענדע טראמפ אדמיניסטראציע, זאגענדיג, אז די לעצטע פאר טעג האבן די צוויי גערעדט ווי איין פאראיין כדי צו קענען צושטאנד ברענגן דעם אפמאך.
ביידען האט דערביי באשטעטיגט אז צווישן די 33 וועלכע גייען באפרייט ווערן ביי די ערשטע פאזע גייען זיך געפונען עטליכע אמעריקאנער. ער זאגט אז דורכאויס די קומענדיגע 6 וואכן גייט מען פארהאנדלן אויף די טערמינען פון די צווייטע פאזע, א פאזע וואס גייט ברענגן א פערמענאנטע ענדע צו די מלחמה. ער זאגט אז די יעצטיגע פלאן לויטעט אז אויב די פארהאנדלונגן פארשלעפן זיך לענגער ווי 6 וואכן, דאן וועט די צייטווייליגע ערשטע פאזע אנהאלטן אזוי לאנג ווי די פארהאנדלונגן זעצן פאר.
אוועיטער
שינאווער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 2908

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך שינאווער »

אין א לענגערע פרעסע קאנפרענץ האט קאטאר'ס פרעמיער מיניסטער על טאני באשטעטיגט די פייעראפשטעל אפמאך צווישן כאמאס מיט מדינת ישראל.
על טאני זאגט אז לויט די יעצטיגע פלאן גייט די פייער-אפשטעל אפמאך אריין אין קראפט קומענדיגע וואך זינטאג, אבער מען ווארט נאך אויף אן עמטליכע באשטעטיגונג פון די מדינת ישראל רעגירונג און דערנאך וועט באשטימט ווערן א גענויע צייט.
ער האט דערביי באשטעטיגט אז די אפמאך הייבט זיך אן מיט אן ערשטע 42-טאגיגע פאזע וואס נעמט אריין א פייעראפשטעל און א ריקצונג פון מדינת ישראל קרעפטן צו מזרח זייט, אוועק פון באוואוינטע געגענטער. ער זאגט אז נאכדעם וועלן מדינת ישראל קרעפטן זיך שטעלן לענגאויס די גרעניץ וואס דאס וועט ערמעגליכן דאס אויסטוישן געפאנגענע, צוריק צו קערן גופים און צוריק צו לאזן פלטים צו זייערע הייזער.
ער האט באשטעטיגט אז די ערשטע פאזע גייט אריין נעמען די באפרייאונג פון 33 מדינת ישראל משכונות, אריין גערעכענט ציווילע פרויען, ציווילע סאלדאטן, קינדער, עלטערע לייט און מענטשען וועלכע זענען קראנק אדער פארוואונדעט. אזוי אויך האט ער באשטעטיגט אז דעטאלן פון פאזע 2 און פון פאזע 3 גייען ווערן אויסגעהאמערט דורכאויס די טעג פון די ערשטע פאזע.
ער האט זיך באדאנקט פאר אמעריקא און עגיפטן פאר זייער ראלע אין די פארהאנדלונגן, און ערווענט די פארשטייער סיי פון פרעזידענט ביידען און סיי פון פרעזידענט-ערוועלט טראמפ, זאגענדיג, אז זייער צוזאמנארבייט די לעצטע פאר טעג האט אינטערגעשטראכן ווי ווייט אמעריקא האט געוואלט זען אן אפמאך. ער האט ערווענט אז פאריגע חודש האט מען אנגעפאנגן זען מאמענטום אין ריכטונג פון אן אפמאך, און אויף דעם האט מען ווייטער געבויט מיט די הילף פון אלע זייטן ביז מען איז אנגעקומען צום דעם טאג.
אוועיטער
שינאווער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 2908

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך שינאווער »

די האוטי רעבעלן גרופע פון תימן האט באגריסט די פייער אפשטעל אפמאך וואס איז געווארן אויסגעהאמערט צווישן כאמאס מיט מדינת ישראל.
די גרופע האט אין די זעלבע צייט געווארענט אז מדינת ישראל זעצט ווייטער פאר צו זייען א געפאר פאר די סטאביליטעט און זיכערהייט פון די ראיאן.
זייט די שמיני עצרת אטאקע אויף דרום ארץ ישראל האט די גרופע געשאסן מער ווי 350 דראונס און באליסטישע מיסעלס אויף ארץ ישראל, אין צוגאב צו פילע מיסל אטאקעס אויף שיפן אין די רויטע ים.
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 688
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1274

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

שינאווער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 7:09 pm ביידען איז ארויס געקומען אדרעסירן די דורכברוך אז מען האט אויסגעהאמערט א פייעראפשטעל צווישן כאמאס מיט מדינת ישראל צו באפרייען די משכונות,
שטייענדיג ארום גענומען מיט וויצא פרעזידענט העריס און סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען האט ביידען געזאגט אז יעצט איז א געוואלדיגע נאכמיטאג וויבאלד ער קען מעלדן די נייעס אז מען האט אויסגעהאמערט אן אפמאך. ער זאגט אז נאך מער ווי 15 חדשים טעראר פאר די משכונות מיט זייערע משפחות און מער ווי 15 חדשים ליידן פון אומשולדיגע איינוואוינער אין עזה, וועט עס קומען צו אן ענדע, די משכונות וועלן באפרייט ווערן, און די שלאכטן וועלן זיך ענדיגן.
ביידען האט ערווענט אז די אפמאך איז צושטאנד געקומען נאך לאנגע חדשים דיפלאמאטיע וואס האט קיינמאל נישט נאכגעלאזט. ער זאגט אז די אפמאך איז געווארן אויסגעארבייט און פארהאנדעלט אינטער זיין אדמיניסטראציע, אבער די טערמינען גייען ווערן אויסגעהאמערט דורך די קומענדיגע אדמיניסטראציע. ער האט ארויס געהויבן די צוזאמנארבייט מיט די אריין קומענדע טראמפ אדמיניסטראציע, זאגענדיג, אז די לעצטע פאר טעג האבן די צוויי גערעדט ווי איין פאראיין כדי צו קענען צושטאנד ברענגן דעם אפמאך.
ביידען האט דערביי באשטעטיגט אז צווישן די 33 וועלכע גייען באפרייט ווערן ביי די ערשטע פאזע גייען זיך געפונען עטליכע אמעריקאנער. ער זאגט אז דורכאויס די קומענדיגע 6 וואכן גייט מען פארהאנדלן אויף די טערמינען פון די צווייטע פאזע, א פאזע וואס גייט ברענגן א פערמענאנטע ענדע צו די מלחמה. ער זאגט אז די יעצטיגע פלאן לויטעט אז אויב די פארהאנדלונגן פארשלעפן זיך לענגער ווי 6 וואכן, דאן וועט די צייטווייליגע ערשטע פאזע אנהאלטן אזוי לאנג ווי די פארהאנדלונגן זעצן פאר.
און ביים ארויסגיין נאכן קאנפערענץ האט אים א רעפארטער געפרעגט וועמענס קרעדיטס עס איז די פייער אפשטעל, דיינס אדער טראמפ?

ביידן צום רעפארטער: האסט געמאכט א joke??
אוועיטער
שינאווער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 2908

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך שינאווער »

די רעפובליקאנער אידישע קאאליציע האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט איבער די נייע משכונות אפמאך וואס איז אונטערגעשריבן געווארן צו באפרייען 33 פארכאפטע משכונות נאך 466 טעג אין די כאמאס טונעלן, זיי דאנקן פרעזידענט עלעקט טראמפ פאר די דרוק וואס ער האט געלייגט וואס האט עווענטועל געפירט צו דעם אפמאך.
אוועיטער
שינאווער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 2908

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך שינאווער »

די מדינת ישראל שר הביטחון איתמר בן גביר זאגט אז ער וועט רעזיגנירן פון אמט אויב די משכונות אפמאך גייט אריין אין קראפט!
אוועיטער
שינאווער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 2908

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך שינאווער »

די פירער פון די האוטי רעבעלן גרופע ווארענט אז אויב די פייעראפשטעל אין עזה ווערט נישט אויסגעפירט דאן וועט די גרופע פארזעצן מיט אירע אטאקעס.

אבדול מאליק על האוטי זאגט אז די אפמאך אויסגעהאמערט איז א זיג פאר כאמאס וויבאלד מדינת ישראל האט נישט באוויזן צו עררייכן אירע צילן. ער זאגט אז די גרופע וועט האלטן א נאנטע אויג אויף די אנטוויקלונגן, און אויב מדינת ישראל וועט זיך ארויס ציען פון די אפמאך דאן וועט די גרופע ווייטער שטיין גרייט צו געבן מיליטערישע שטיצע פאר עזה.
אוועיטער
שינאווער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 2908

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך שינאווער »

טראמפ'ס הויפט נאציאנאלא זיכערהייט אויסוואל זאגט אז אמעריקא וועט שטיצן מדינת ישראל אויב מדינת ישראל וועט דארפן צוריק אריין גיין קיין עזה
אוועיטער
שינאווער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 2908

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך שינאווער »

דער סעקרעטערי אָוו סטעיט בלינקען האָט געהאלטן אינמיטן געבן א פּרעסע אַפּדעיט איבער די צושטאַנד פון די פייער אָפּשטעל וואָס איז דערגרייכט געוואָרן צווישן מדינת ישראל און כאַמאַס, און צוויי רעפּאָרטערס האָבן זיך גענומען ווילד שרייען.
איין רעפּאָרטער ביים נאָמען מעקס בלומענטאל האָט געשריגן אַז בלינקען איז שולדיג אַז 300 רעפּאָרטערס זענען געשטאָרבן אין עזה, און אַן אַנדערער רעפּאָרטער ביים נאָמען סעם כוסעיני האָט געשריגן אַז בלינקען האָט געשפּילט א ראָלע אין פעלקער-מאָרד.
אוועיטער
שינאווער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 2908

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך שינאווער »

עגיפטן איז ארויס געקומען מיט א רוף אז אלע זייטן זאלן דורכפירן די עזה פייער אפשטעל אפמאך אן קיין שום שלעפערייען.
דער עגיפטישער אויסערן מיניסטער בּאַדאַר אַבּדעלאַטי זאגט אז אלע זייטן מוזן זען זיך צו האלטן צום אפמאך אויסגעהאמערט און צו די דאטומס וואס זענען געווארן אוועק געשטעלט. אין די זעלבע צייט ווערט באריכטעט אז א דעלעגאציע פון הויעך ראנגיקע מדינת ישראל באאמטע גייען מארגן אפרייזן קיין קאירא, כדי צו קאארדינירין די פראצעדור פון באפרייען משכונות אויפ'ן ערשטן טאג פון די פייער אפשטעל אפמאך.
ביי די פריערדיגע פייעראפשטעל אפמאך זענען די משכונות געווארן ארויס געלאזט דורך די רפיח גרעניץ קיין עגיפטן און פון דארט קיין מדינת ישראל.
אוועיטער
שינאווער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 2908

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך שינאווער »

שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 3:47 pm די מדינת ישראל שר הביטחון איתמר בן גביר זאגט אז ער וועט רעזיגנירן פון אמט אויב די משכונות אפמאך גייט אריין אין קראפט!
בן גביר איז אומצופרידן מיט דעם וואס מדינת ישראל פלאנט צו באפרייען הונדערטער טעראר ארעסטאנטן און מיט דעם וואס מדינת ישראל גיייט פארלאזן די פילאדעלפיע קארידאר. ער האט אפאלירט צו בצלאל סמוטריטש אז ער זאל אויך ארויס ציען זיין דתית פארטיי. אן די יהודית פארטיי בלייבט די נתניהו קאאליציע מיט א מאיאריטעט פון 62 אקעגן 58 און אן די דתית פארטיי פארלירט נתניהו זיין מאיאריטעט, אבער אפאזיציע פארטייען האבן געהאט פארשפראכן צו געבן זייערע שטימען אויב עס וועט זיך אויספעלן.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4429
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 12973

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נתניהו באשטעטיגט אז א דיעל איז דערגרייכט געווארן
אוועיטער
שינאווער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 2908

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך שינאווער »

פירער פון הוטי טעראריסטן מעלדט אז זיין גרופע וועט אפשטעלן אטאקעס און אויספאלגן די עזה פייער אפשטעל‎.

דער הוטי פירער אַבדול מאַליק על הוטי האָט געזאָגט אַז די גרופּע וועט אויספאָלגן דעם פייער אָפּשטעל און וועט זיך צושטעלן אָפּצושטעלן זייערע אַפּעראַציעס, וואָס נעמט אַריין אַטאַקעס אויף שיפן מיט דראָונס און מיסילס. על הוטי האָט אָבער געסטראַשעט אַז אויב וועט מדינת ישראל באַגיין די מינדסטע פאַרלעצונג פון די טערמינען וואָס זענען אָפּגעשמועסט געוואָרן אינעם פייער אָפּשטעל, וועלן די הוטיס באַנייען זייערע אַטאַקעס.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12766
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29082

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך ניקל »

מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו האט באפוילן די מיליטער אז די סיספייער וואס איז געסקעדזשולט זיך אנצוהייבן אין די קומענדיגע 15 מינוט, זאל זיך נישט אנהייבן, ביז ווילאנג חאמאס וועט ארויסלאזן די נעמען מיט די משכונות וואס דארפן באפרייט ווערן, וואס חאמאס האט זיך אונטערגענומען צו צושטעלן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12766
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29082

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך ניקל »

ברעקינג:
דערווייל קיין פייער-אפשטעל נישטא!
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 932
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1925

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך דעת קדשי »

מדנ"י אטאקירט ווייטער אין עזה
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 124

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך אנעקדאט »

נעמען ארויסגעגעבן
אנפין נהירין
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:32 pm
x 53

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך אנפין נהירין »

BREAKING UPDATE: Hamas announced in a statement that they will release hostages Romi Gonen, Emily Damari, and Doron Steinbrecher today.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1707

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך טיפע טאשן »

די משכונת זענען שוין ארויס
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1707

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך טיפע טאשן »

קוקט אויס ווי חאמאס איז געהעריג אין קאנטראל
פיילס
1001175035.jpg
1001174987.jpg
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
שינאווער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 2908

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

פאוסט דורך שינאווער »

נאך 471 טעג פון זיך געפונען אין עזה געפענגעניש ביי די ארכי טעראריסטן פון די כאמאס טעראר גרופע, זענען די ערשטע דריי פארכאפטע פרויען רומי גונן (24), אמילי דמארי (28), און דורון שטיינברכר (31), באפרייט געווארן אלס ערשטע טייל פון די משכונות אפמאך וואס איז היינט אריין אין קראפט, אין אויסטויש האט מדינת ישראל באפרייט 90 אראבישע טעראריסטן און ארעסטאנטן, 77 צו די מערב ברעג און די איבריגע 14 קיין מזרח ירושלים.

די דריי זענען איבערגעגעבן געווארן דורך צענדליגע באוואפנטע כאמאס טעראריסטן אין די הענט פון די רויטע קרייץ ביי די ׳פאלעסטינע סקווער׳ אין די זייתון געגנט אין עזה סיטי וואס געפונט בלויז עטליכע קילאמעטער פון וואו די דריי זענען פארכאפט געווארן, פון כפר עזה און פון די מוזיק פעסטיוואל אין רעים אום אקטאבאר זיבן, זיי זענען אפגעווארט געווארן דורך מדינת ישראל ספעציעליסטן און זייערע פאמיליעס אין די מיליטערישע רעים באזע וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א ווארעמע אויפנאמע צענטער פאר אלע משכונות וואס וועלן באפרייט ווערן אין די יעצטיגע פייער אפשטעל.

לויט די אפמאך וועלן די קומענדיגע וואך שבת באפרייט ווערן נאך פיר לעבעדיגע פארכאפטע משכונות פרויען אדער קינדער, דערנאך וועט פאר די דריי נאכפאלגענדע וואכן באפרייט ווערן נאך דריי משכונות יעדן שבת, אין די לעצטע וואך וועלן באפרייט ווערן נאך 14 משכונות, אין טאטאל וועלן באפרייט ווערן אינעם ערשטן פאזע פון די יעצטיגע פייער אפשטעל 33 מדינת ישראל משכונות.
שרייב פאוסט