אפנהארציגע בריוו פון הרה״ח ר׳ יעקב יצחק מלכא הי״ו
טייערע אידן, איך ווענד זיך דא צו אייך מעומקא דליבא.
דאס איז נישט קיין ווענדונג, דאס איז א געשריי פון די טיפענישן פון מיין הארץ: האט רחמנות אויף מיר, איך מוז האבן הילף שנעל!
מיטן הילף פונעם אויבערשטן, האב איך זוכה געווען צו אנטלויפן פון דעם פלאץ 'לב טהור', מיטן ציל זיך צו איינקוואטירן צווישן ערליכע אידן און אנהויבן דאס לעבן פון פריש. דאס איז געווען בשעת מען האט געוואלט רעדן א שידוך פאר מיין טאכטער אינעם יונגן עלטער פון 13 קעגן מיין רצון. ברוך השם אז זממם הרע לא יצא לפועל, און דורכדעם וואס איך האב פארשטאנען די פאלשקייט פון זייערע וועגן און איך האב געקעמפט קעגן דעם מיט ציין און נעגל, איז מיין פאמיליע געראטעוועט געווארן דערפון.
איך האב זיך דעמאלס אויפגעוועקט פון שלאף און איינגעזען ווי פאלש דער ארט איז און ווי ווייט מען איז ליידער פארקראכן. טראצדעם וואס אנדערע מענטשן אין אזא מצב געלונגט נישט ארויסצוראטעווען די גאנצע פאמיליע פון דארט, איז מיר ברוך-השם געלונגען, דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן אז מיין משפחה איז געבליבן גאנץ און איך האב געקענט ארויסציען פון דארט מיין גאנצע משפחה, אנהויבנדיג א נייע לעבן על דרך המסורה לנו מדור דור, אזוי ווי אלע ערליכע אידן.
ווי ווייט קען אזא איד ווי מיר אנטלויפן? - אין לב-טהור האט מען נישט קיין אייגענע געלט, מען קען נישט טון צופיל זאכן אליין. אינאיינעם מיט נאך אזעלכע מענטשן אין מיין מצב, האבן מיר געגרינדעט אונזער נייע קהילה 'כנישתא חדא', איך האב זוכה געווען צו זיין פון די בונים ומייסדים פון דעם מקום קדוש, און דא אויף דעם ארט פלעגן מיר שטיין צו הילף פיזיש און גייסטיש פאר פילע אידן וועלכע האבן געדארפט צוקומען צו אונזער הילף.
איך בין שוין ארויסגעגאנגען פון לב-טהור, איבער א יאר און א האלב צוריק, זייענדיג פון די ערשטע ארויסצוקומען פון דעם ארט. פון דעמאלס זינט יעצט פראביר איך צו טון אלע סארט השתדלות ארויפצוקומען קיין קאנאדע און איך האלט אצינד אינמיטן די פראצודור. במשך די צייט וואס איך בין געווען אינדרויסן, האב איך זוכה געווען צו העלפן צענדליגע מענטשן ארויסצוקומען פון דארט. איך בין געווען פון די בונים ומייסדים פון כנישתא חדא,
פאריגע וואך, ביי מיין משפט אין קארט פאר מיינע קינדער (אויך די מענטשן פון כנישתא חדא, דארפן דורכגיין א געריכטליכע פראצודור, זיכער צו מאכן אז זיי האבן טאקע גענצליך אפגעהאקט מיט לב-טהור), האט דער שופט מיר געגעבן עטליכע וואכן, ביז מארטש 18, אז ביז דעמאלס מוז איך פארלאזן גואטאמאלא, אינאיינעם מיט מיינע אכט קינדערליך כ"י, אויב נישט, וועל איך מוזן אריינלייגן די קינדער אין די גוי'אישע פאבליק שולעס, און אויב נישט קענען זיי חלילה אוועקנעמען מיינע קינדערליך היל"ת.
אצינד שטיי איך דא צוויי וואכן פריער, און איך דארף וויכטיג שאפן געלט פאר מיינע פאפירן, טיקעטס און אנדערע וויכטיגע איינרישונגען, אין צוגאב צו פריעדיגע חובות פון שטייערן און-דאס-גלייכן, זיך צו קענען באזעצן אין קאנאדע. דאס מוז געשען אין די קומענדיגע צוויי וואכן. עס פעלט זיך אויס דערפאר פיל געלט און עס איז וויכטיג בגשמיות און ברוחניות פאר מיר און מיינע קינדער.
איך שטרעק דעריבער אויס מיינע הענט צו אייך טייערע אידן אין אמעריקע און קאנאדע:
העלפט מיר ארויפקומען און זיך באזעצן. דא רעדט זיך עס פון הצלת נפשות, ווייל אויב קען איך נישט ארויפקומען אין די קומענדיגע צוויי וואכן, דאן איז דאס א גרויסע סכנה בגשמיות און ברוחניות.
איך וויל אייך וואונטשן א ברכה, אז אין דעם זכות פון העלפן א איד אין די געהויבענע טעג פון חודש אדר, זאל דאס מגין זיין אויף אייך, אז איר זאלט זען פיל נחת דקדושה פון אייערע קינדער געזונטערהייט, און עס זאל אייך קיינמאל גארנישט פעלן
https://www.dryveup.com/mission/511798