בלאט 6 פון 6
Re: נייע פאפא שטעטל פאר היסטאריש נידריגע פרייזן?
געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:46 pm
דורך דער תהלים איד
אויסקלארונג:
איך האב יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאן מיט ר' יוסף אבערלענדער פערזענליך, מחסידי פאפא. איז דער מציאות אזוי:
1) די נייעס איבער א שטעטל אין סוואן לעיק איז אמת, אבער עס האט נישט מיט פאפא דוקא, כאטש ער וועט עס מסתמא צוערשט ארויסלייגן צווישן חסידי פאפא.
2) ער האט גערעדט איבער דעם מיט זיין רבי'ן כ"ק אדמו"ר מ'פאפא שליט"א איין מאל, ביים פרעגן די שאלה צו ער זאל עס בויען אלס א זומער פאיעקט אדער אלס א גאנץ יעריגע ישוב, און דער רבי האט גע'פסק'ט אז אדרבה, אז מען בויט זאל עס זיין אויף א גאנץ יאר.
3) ער האט עס נישט ארויסגעלייגט פובליק בכלל, וויבאלד עס האט נאכנישט יעצט די אפראוועלס, נאר איינער האט עס גענומען פון די רעגירונג פובליק סייטס און ארויסגעלייגט. דער פראיעקט איז זיין פריוואטע זאך, און האט נישט קיין שייכות מיט זיינע שותפים אינעם פאפא קאנטרי.
4) קיין פרייז האט ער נאך פאר קיינעם נישט געזאגט, ניטאמאל ברמז, ווייל ער ווייסט נאך נישט וויפיל ס'גייט אים קאסטן און ווי קען ער זאגן א זאך וואס ער אליינס ווייסט נישט. אזויפיל יא, ביי זיך אין קאפ האט ער א נומער וויפיל די פראפיט מארזשין זאל זיין, וואס איז א גאר קליינע מארדזשין מיט'ן ציל אז ס'זאל זיין ממש די ביליגסטע שייך.
ער בעט טאקע אז אדרבה, סיי ווער עס וויל העלפן אז ס'זאל טאקע קענען זיין די ביליגסטע שייך, זאל אים טאקע קעגנקומען. ער איז גרייט פאר עני הילף. זאל דער אויבערשטער העלפן ער זאל מצליח זיין, און כלל ישראל זאל נהנה זיין!
Re: נייע פאפא שטעטל פאר היסטאריש נידריגע פרייזן?
געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:58 pm
דורך דער תהלים איד
@ארי גרינפעלד סארי איך האב געמיינט אז ס'איז פארקערט, א ענטפער אויף א פליק. ווייל אנדערש האב איך נישט פארשטאנען וואס דו זאגסט.
ואם טעיתי שגיתי, און זיי מיר מוחל.
Re: נייע פאפא שטעטל פאר היסטאריש נידריגע פרייזן
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 1:55 pm
דורך מוזיק
תולה ארץ האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 9:55 pm
מוזיק האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 5:04 pm
תולה ארץ האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 11:57 am
אקעי.
די שטעטל ווער געבויט דורך יוסף בר"ש אבערלאנדער (המכונה: יוסי בראש).
דאס איז טעכניש אין בעק פון די פאפא אינגעל קעמפ, און עס נעמט אריין א חלק ווי דער אויבנדערמאנטער האט זיין 'ספרינגפילד' באנגאלאו קאלעני.
ס'איז אויף די זעלבע ראוד (לי-קאול) פון די תולעת יעקב באנגעלאו קאלעני, און ממש א מינוט צוויי אוועק פון די נייע סקווירא שטעטל.
די פלענער זענען בכלל נישט אינג, און יוסי ארבעט שוין אויפדעם פאר א שיינע פאר יאר, סאו האבעך נישט קיינאנונג פארוואס די עולם האט זיך יעצט אויפגעוועקט.
און ער איז אין כסדר'דיגע קאנטאקט מיט די פאפא רבי שליט"א, און געט איהם איבער אפדעיטס איבער ווי מ'האלט.
האט עס טאקע מיט פאפא?
אויף אייוועלט האט איינער געשריבן אז נישט
איינער האט קלאר געשריבן?
מוזיק האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 6:01 pm
איינער יעצט געשריבן אויף אייוועלט
גארנישט קיין פאפא און גארנישט קיין שטעטל, א באנגעלאו קאלעני ווי אלע באנגעלאו קאלאניס, ווינטערייזט הייזער ווייל נאר דאס קען מען בויען.
עס האט גארנישט מיט פאפא קהילה, צוויי שותפים חסידי פאפא יוסף אבערלאנדער מיט יוסף זינגער בויען פריוואט א דעוועלאפמענט. דעציט.
Re: נייע פאפא שטעטל פאר היסטאריש נידריגע פרייזן?
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 2:12 pm
דורך דער תהלים איד
@מוזיק דיין ציטאט פון אייוועלט איז נישט ריכטיג.
ס'איז נישט א באנגעלאו קאלאני, און ס'האט נישט מיט זינגער.
Re: נייע פאפא שטעטל פאר היסטאריש נידריגע פרייזן?
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 2:18 pm
דורך מוזיק
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 2:12 pm
@מוזיק דיין ציטאט פון אייוועלט איז נישט ריכטיג.
ס'איז נישט א באנגעלאו קאלאני, און ס'האט נישט מיט זינגער.
איך האב נאר נאכגעשריבן פון
דא
Re: נייע פאפא שטעטל פאר היסטאריש נידריגע פרייזן?
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:30 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
שכוח @דער תהלים איד איד. אינטערסאנט אויב איינער האט נאך געטראכט אנדערש. איך ליין יעצט איבער דא פון אנהויב און עס קומט צו שמייכלען. עס איז דא אפאר אידן וואס האלטן זיך פריש מיט טרייבן שפאס און באקן מעשיות בנוגע דירות און דעוועלאפערס און שטעט, גיי ווייס וואס זיי ווילן איך ווייס זיכער נישט. די שאלה יעצט איז ווען עס וועט זיין די נעקסטע Round...
Re: נייע פאפא שטעטל פאר היסטאריש נידריגע פרייזן?
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:34 pm
דורך שינאווער
העמיר בעטן הרב @לכבוד שבת זאל אריינקומען כאטיג מיט איין סמיילי לכבוד המעמד.
הרב @לכבוד שבת דער מייק איז אייערס...
Re: נייע פאפא שטעטל פאר היסטאריש נידריגע פרייזן?
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:40 pm
דורך סטעישאן וועעגן
זייער סעד אזא 6 בלעטער פון טחינת מים זאל זיך ענדיגן אזוי שנעל...
העמער מוזן קאנטאקן דעם אבערלענדער, אפשר וועליך באקומען א ביסל א אנדערע סטעיטמענט פון עם און צוריק אויפלעבן דעם מילעכל דא
Re: נייע פאפא שטעטל פאר היסטאריש נידריגע פרייזן?
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 8:50 pm
דורך פורים
Re: נייע פאפא שטעטל פאר היסטאריש נידריגע פרייזן?
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 9:03 pm
דורך שמח
שיין זעען מיר אויס... מ'ברענגט שוין נאך פונעם ''קראנטע'' בחצרות...
Re: נייע פאפא שטעטל פאר היסטאריש נידריגע פרייזן?
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 9:08 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שמח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 9:03 pm
שיין זעען מיר אויס... מ'ברענגט שוין נאך פונעם ''קראנטע'' בחצרות...
יעדע שטיק צייט ווערט א פאוסט מיסטעריעז פארשוואונדן פון זייער סייט, נאכן וועריפייען אז ס'נישט געווען אמת.
Re: נייע פאפא שטעטל פאר היסטאריש נידריגע פרייזן?
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 9:16 am
דורך Azoi Tzi Zugen
פורים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 8:50 pm
יואליש פעלזן איז אויך נישט קראנט? ער קען נישט אנרופן יוסי אבערלענדער בעפאר ער שרייבט עס נאך? אינטערעסאנט.
Re: נייע פאפא שטעטל פאר היסטאריש נידריגע פרייזן?
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 12:45 pm
דורך סטעישאן וועעגן
זאגט מיר איינער היינט, יעדער איז באזארגט אז פאפא מאכט א שטעטל - חוץ פאפא....
ליינענדיג די תגובות דא, זע איך עס בחוש
Re: נייע פאפא שטעטל פאר היסטאריש נידריגע פרייזן?
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 2:38 pm
דורך שינאווער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 9:08 pm
שמח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 9:03 pm
שיין זעען מיר אויס... מ'ברענגט שוין נאך פונעם ''קראנטע'' בחצרות...
יעדע שטיק צייט ווערט א פאוסט מיסטעריעז פארשוואונדן פון זייער סייט, נאכן וועריפייען אז ס'נישט געווען אמת.
און ווען ס'קומט צו סאטמארע נייעס מיט וויזניץ לייגן זיי עס נישט ארויף ביז מ'ווייזט זיי אויף שווארץ אויף ווייס אז ס'איז אמת.
Re: נייע פאפא שטעטל פאר היסטאריש נידריגע פרייזן?
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 4:40 pm
דורך חלום חלמתי
שינאווער האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 2:38 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 9:08 pm
שמח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 9:03 pm
שיין זעען מיר אויס... מ'ברענגט שוין נאך פונעם ''קראנטע'' בחצרות...
יעדע שטיק צייט ווערט א פאוסט מיסטעריעז פארשוואונדן פון זייער סייט, נאכן וועריפייען אז ס'נישט געווען אמת.
און ווען ס'קומט צו סאטמארע נייעס מיט וויזניץ לייגן זיי עס נישט ארויף ביז מ'ווייזט זיי אויף שווארץ אויף ווייס אז ס'איז אמת.
פארוואס זאלן זיי זיך מישן אין פאליטיק ביז מען ווייזט זיי שווארץ אויף ווייס אז סאיז אמת?
Re: נייע פאפא שטעטל פאר היסטאריש נידריגע פרייזן?
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 4:46 pm
דורך Headquarters

- Screenshot 2025-03-28 164634.png (809.25 KiB) געזען געווארן 354 מאל