לויטערע הימל האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:45 pm
צדיקל וואס איז בעסער די צניעות דיגע שייטלעך און ני יורק אדער די באדעקטע פענמער פון לב טהור ניץ דיין שכל צדיקל
"צניעות'דיגע שייטלעך אין ניו יארק" איז "צניעות'דיגע שייטלעך אין ניו יארק" נישט מער און נישט ווייניגער
אבער "באדעקטע פנים'ער פון לב טהור" ווער ווייסט וואס אונטער דעם צודעק ליגט אלס, קיין גוטס זיכער נישט והמבין יבין וביודעי ומכירי קאמינא
רבותי! מפרסמין את החנפים מפני חילול השם!
פון די אלע א"ג הייליגע באדעקטע פנים'ער זאלט עטס אנטלויפן כמטחוי קשת
די עלטערע דור האבן עדות געזאגט אז "די גלחים זענען אינדערהיים אזוי געגאנגען אנגעטוהן" און אויך דא אין אמעריקא אין די ערשטע צייטן
די באבע'ס פלעגן דאס אנרופן "די קליפה קליידער" ר"ל
עס איז געווען אמאל, ווען איך האב זיך געפינען אין גואטאמאלא, ווארטנדיג אונטער די ארטיגע ברענעדיגע היצן, איך האב געווארט אויף א "טוק טוק" (גיי לערן מיט א גוי ברטנורא), און איך האב געשפירט אז איך גיי פשוט אויס פאר היץ.
פלוצלינג קומט צו מיר א יונגערמאן, מיט די גאנצע טראגע וכו', ער ברענגט מיר א זעקל אייז קאלטע וואסער (אין גואטאמאלא פארקויפט מען וואסער אין זעקלעך), און ער זאגט מיר אז ער האט עס געקויפט ספעציעל פאר מיר. ער האט געזען ווי אזוי איך שטיי אין די היץ, ער האט רחמנות געהאט און מיר געקויפט וואסער, צו שטילן די דארשט און היץ.
איך זאג אייך, אז די וואסער דעמאלס האט געהאט אלע טעמים. איך האב זיך מחיה געווען דערמיט. עס האט מיר פשוט אויפגעפרישט און אריינגעברענגט א רוח החיים. איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן יענע חסד וואס ער האט מיט מיר דעמאלס געטון.
איך בין צוריקגעקומען קיין אמעריקע, האב איך אפילו געשיקט א מודעה צום חכם, אז ער זאל וויסן וואספארא איידעלע מענטשן ער פארמאגט אין לב-טהור.
קיינמאל וועל איך פארגעסן די חסד וואס ער האט דעמאלס געטון מיט מיר.
איך וואלט ווען ענדערש געבליבן דארשטיג און נישט צוגענומען קיין לעק וואסער פון אן אויסגעשפראכענע משכיל
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 11:29 pm
איך האב מורא אז מיט די איבערגעטריבענע שארפקייט דא האט מען פארטריבן אונזער טייערע ברודער'ל @לויטערע הימל
אוי, טיף אין הארצן בענקט אביסעלע
די תמימות, די פייער, די כוונה בלתי לה' לבדו...
כ'האף ער קערט זיך אט אט צוריק
זעט אויס ער האט נישט קיין שטראלן...
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
לויטערע הימל האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:45 pm
צדיקל וואס איז בעסער די צניעות דיגע שייטלעך און ני יורק אדער די באדעקטע פענמער פון לב טהור ניץ דיין שכל צדיקל
"צניעות'דיגע שייטלעך אין ניו יארק" איז "צניעות'דיגע שייטלעך אין ניו יארק" נישט מער און נישט ווייניגער
אבער "באדעקטע פנים'ער פון לב טהור" ווער ווייסט וואס אונטער דעם צודעק ליגט אלס, קיין גוטס זיכער נישט והמבין יבין וביודעי ומכירי קאמינא
רבותי! מפרסמין את החנפים מפני חילול השם!
פון די אלע א"ג הייליגע באדעקטע פנים'ער זאלט עטס אנטלויפן כמטחוי קשת
די עלטערע דור האבן עדות געזאגט אז "די גלחים זענען אינדערהיים אזוי געגאנגען אנגעטוהן" און אויך דא אין אמעריקא אין די ערשטע צייטן
די באבע'ס פלעגן דאס אנרופן "די קליפה קליידער" ר"ל
דער בעל ויאל משה וואלט געשעפט נחת פון אזעלכע ערליכע צניעותדיגע הייליגע מלבושים וואס אונזערע פרויען גייען אנגעטון
דער אייבישטער זאל העלפן אז אלע אידישע קינדער זאלן אנטון די הייליגע צנועותדיגע מלבושים אזויווי שרה אמנו אמן כן יהי רצון
שמועות טובות איך בין דיך מוחל בלב שלם אז די באשמיצט מיך אבער ביטע באשמיץ נאר מיך נישט אנדרע אידושע קינדער זיכער נישט מיין היילגע טאטע אדער זיידע אדער אנדרע צדיקום כגון הרב טעללער וכו'
לויטערע הימל האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:56 am
שמועות טובות איך בין דיך מוחל בלב שלם אז די באשמיצט מיך אבער ביטע באשמיץ נאר מיך נישט אנדרע אידושע קינדער זיכער נישט מיין היילגע טאטע אדער זיידע אדער אנדרע צדיקום כגון הרב טעללער וכו'
וואוו! וואוו! אזאלכע מידות קומט נישט פון זיך אליינס!! @לויטערע הימל וויאזוי קומט מען אן צו אזאלכע מדות?
איך בין דיך מוחל בלב שלם אז די באשמיצט מיך אבער ביטע באשמיץ נאר מיך
אונז מעגן זיך אלע לערנען ביי אונזער אייגענע נסיונות
סאיז נישט קיין שפיל צי רעדן אויף צדיקים מיין זיידע שוין מער ווי 40 יאר צירוק האט ער געמאכט טויזנטער בעלי תשובה טאג טעגליך און ארץ ישראל מענטשען האבן אנגהויבן צי האלטן שבת וכו' ער פלעגט געבן דרשות ביי ארגנזציה אורחים די אלע עלטער תלמידים פון די בעל ויואל משה פלעגן שרעקדיג שטיצן מיין זיידע למשל די ברך משה זל ר נתן יוסף מייזלעס זל ר משה ניישלאס ר זלמן גרטנר זל ר מיכל זיכערמאן זל אויב איינער גלייבט נישט קען פרעגן די קרית יואל רבי הרב אהרן טיטלבום שיחיה לאורך ימים טובים אדער הרב דוד מייזליש פון מאנטריאל אדער הרב הגאון יוחנן וואזנער תן לחכם ויחכם עוד ( ר דוד מייזליש האט פארציילט אז די ברך משה מסאטמער זיע האט אהים געזאגט אז יעדער און די וועלט וויל עפעס אנדרעש אבער סע איז דא איינער וואס וויל בלתי לה לבדו דאס איז די לב טהור רבי ער פלעגט אנרופן מיין זיידע מיין רבי אזוי פלעגט זאגן די ברך משה אויב די גלייבסט נישט פרעג זיך נאך
זאכן וואס אפאר חברה האבן אפגעמאכט צוזאמען צו גיין באשמיצן וועגן אזוי גייעט זיי בעסער גיין זייער גרודער און שטאט הייבט זיך פשוט נישט אן, פלוצלונג 9 יאר נאך וואסדי צדיק איז אוועק הייבן זיי אן צו זאגן שקרים וכזבים
אזוי סך מענטשן האבן ארויס פון לב טהור און קיינעם קיינעם האט עס נישט געזאגט אפילו מומר וואס איז געווארן א ציוני און ער האט אייביגע געזיכט צו באשמיצן האט נישט געזאגט די עקעלדיגע זאכן
פארוואס פארוואס וועגן עס איז קיינמאל נישט געווען
אויב מענטשן ווילן ווייטער גלייבן יענע פאר שקרים קענען זיי גלייבן אבער איך קען נעמען א ספר תורה אין שווערן אז עס איז פאלטש
איך ווייס אז אסאך מענטשען וועלען לאכן אויף וואס איך האב געשריבן אבער ביטע לאך נישט ווייל ווער לאכט אויף צדיקים וועטער ווען משיח וועט קימען נישט אויפהערן צי וויינען תורה היא וללמוד אני צריך אויב די האסט ביקוש אמת און די האסט שאלות נעם א תהילום און וויין צי די היילגע באשפער הורינו דרך האמת עיין ביי די ברייוו וואס ווערט אראפ געברענגט ביי די סויף פון ספה"ק נועם אלימלך וועסטו אלעס פארשטיין
עס איז געווען אמאל, ווען איך האב זיך געפינען אין גואטאמאלא, ווארטנדיג אונטער די ארטיגע ברענעדיגע היצן, איך האב געווארט אויף א "טוק טוק" (גיי לערן מיט א גוי ברטנורא), און איך האב געשפירט אז איך גיי פשוט אויס פאר היץ.
פלוצלינג קומט צו מיר א יונגערמאן, מיט די גאנצע טראגע וכו', ער ברענגט מיר א זעקל אייז קאלטע וואסער (אין גואטאמאלא פארקויפט מען וואסער אין זעקלעך), און ער זאגט מיר אז ער האט עס געקויפט ספעציעל פאר מיר. ער האט געזען ווי אזוי איך שטיי אין די היץ, ער האט רחמנות געהאט און מיר געקויפט וואסער, צו שטילן די דארשט און היץ.
איך זאג אייך, אז די וואסער דעמאלס האט געהאט אלע טעמים. איך האב זיך מחיה געווען דערמיט. עס האט מיר פשוט אויפגעפרישט און אריינגעברענגט א רוח החיים. איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן יענע חסד וואס ער האט מיט מיר דעמאלס געטון.
איך בין צוריקגעקומען קיין אמעריקע, האב איך אפילו געשיקט א מודעה צום חכם, אז ער זאל וויסן וואספארא איידעלע מענטשן ער פארמאגט אין לב-טהור.
קיינמאל וועל איך פארגעסן די חסד וואס ער האט דעמאלס געטון מיט מיר.
איך וואלט ווען ענדערש געבליבן דארשטיג און נישט צוגענומען קיין לעק וואסער פון אן אויסגעשפראכענע משכיל
@שמועות טובות פארוואס? ס'איז נישט פון די ג' חמורות [בכלל נישט קיין איסור..]..
לויטערע הימל האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:22 am
איך ווייס אז אסאך מענטשען וועלען לאכן אויף וואס איך האב געשריבן אבער ביטע לאך נישט ווייל ווער לאכט אויף צדיקים וועטער ווען משיח וועט קימען נישט אויפהערן צי וויינען תורה היא וללמוד אני צריך אויב די האסט ביקוש אמת און די האסט שאלות נעם א תהילום און וויין צי די היילגע באשפער הורינו דרך האמת עיין ביי די ברייוו וואס ווערט אראפ געברענגט ביי די סויף פון ספה"ק נועם אלימלך וועסטו אלעס פארשטיין
אזויווי מיין מאמע איז אויפגעוואקסן גאר נאנט צום דירה ווי דיין הייליגע זיידע האט געוואוינט אין ק"י, האבעך שוין מער ווי איינמאל געהערט ערשט האנטיג וויזוי ער האט מתקן געווען דיין הייליגע באבע, טאולק טא מי אבאוט היס קדישה..