בלאט 493 פון 633

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:15 pm
דורך פינאַטשוָ
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:12 pm viewtopic.php?p=163538#p163538

ווער געדענקט נאך?...
מיט אים ברויך מען טוען די זעלבע.
וואס האט מען אים געטון?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:15 pm
דורך יענץ מבין
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:12 pm viewtopic.php?p=163538#p163538

ווער געדענקט נאך?...
מיט אים ברויך מען טוען די זעלבע.
אינו דומה.

יענער איז געקומען אונטער א שלייער ווי כאילו ער איז געהעריג פון די ערב רב, משא"כ @לויטערע נשמה זאגט קלאר ארויס וואס ער וויל.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:16 pm
דורך בודקע
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:14 pm
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:12 pm viewtopic.php?p=163538#p163538

ווער געדענקט נאך?...
מיט אים ברויך מען טוען די זעלבע.
יענער איז געווען א טראלער, איינער וואס האט ארום געספינט
לויטערע הימל איז ווייט ווייט פון אזאנס
גערעכט, דא האסטו דיין נעקסטן פאוסט:
viewtopic.php?p=163542#p163542

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:20 pm
דורך שוין געגאנגען
מען קען זען דא א רוב ציבור דא האט קיינמאל נישט גרעדט צו קיין יידן פון לב טהור און די ציבור קוקט זיי און ווי מאלפעס לאמיר זאגט פאר די ציבור אז זיי זענען טייער יידן וואס האבן א טעות אויב גוויסע זאכן ממילא מען דארף זיי מקרב זיין און נישט זיי סתם אראפ רייעסן בפרט מען רעדט דא פון איינער וואס האט קיינעם נישט וויי געטון

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:21 pm
דורך בודקע
שוין געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:20 pm מען קען זען דא א רוב ציבור דא האט קיינמאל נישט גרעדט צו קיין יידן פון לב טהור און די ציבור קוקט זיי און ווי מאלפעס לאמיר זאגט פאר די ציבור אז זיי זענען טייער יידן וואס האבן א טעות אויב גוויסע זאכן ממילא מען דארף זיי מקרב זיין און נישט זיי סתם אראפ רייעסן בפרט מען רעדט דא פון איינער וואס האט קיינעם נישט וויי געטון
כ'האב שוין גערעדט מיט אים.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:27 pm
דורך סענס אף יומער
שוין געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:20 pm מען קען זען דא א רוב ציבור דא האט קיינמאל נישט גרעדט צו קיין יידן פון לב טהור און די ציבור קוקט זיי און ווי מאלפעס לאמיר זאגט פאר די ציבור אז זיי זענען טייער יידן וואס האבן א טעות אויב גוויסע זאכן ממילא מען דארף זיי מקרב זיין און נישט זיי סתם אראפ רייעסן בפרט מען רעדט דא פון איינער וואס האט קיינעם נישט וויי געטון
געטרייע עסקנים וואס צופליקן זיך יומם ולילה פאר די וואוילזיין פון די דאזיגע אידן רעזערווירן נאך אזא רעספעקט און כבוד וואס דו פארלאנגסט פאר יעדער וואס רעדט נאר א ווארט אין שטיצע פון לב טהור.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:31 pm
דורך שמועות טובות
און נאכאמאל, רבותי, דאס וועט נישט מצליח זיין
א זאך וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויט די תורה הק' שטייט אין פסוק "והוא לא תצלח"

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:33 pm
דורך שמועות טובות
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:02 pm @לויטערע הימל איז זייער אן אייגנארטיגע יוד, דער וואס קען אים ווייסט פונקטליך פון וואס מען רעדט. א גוט הארץ, און אן אמת'ער. קיינמאל נישט געטשעפעט קיין פלוג. סך הכל איז ער דארט געבוירן געווארן און ער גלייבט זייער שטארק אין לב טהור, אבער לויט ווי איך ווייס האט ער קיינמאל נישט געטשעפעט קיינעם. בכלל נישט קיין כיטרע מענטש וואס זוכט צו אויסשפילן אנדערע.

לב טהור איז א שטיק טומאה.

@לויטערע הימל איז א טייערע חשוב'ע יונגערמאן וועלעכע איז אומשולדיגערהייט נאך ליידער פארכאפט אין לב טהור.
אפיקורסת טאר מען נישט הערן פון סיי ווער עס זאל נאר נישט זיין
קיין חילוק צו בשוגג במזיד אדער גאר מיט א גוטע אדער תמימות'דיגע כוונה!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:35 pm
דורך הלבלר בקולמסו
איי, @לויטערע הימל ... אונזערע לאנגע שמועסן, איבער די יסודות הדת...

א זיסע אינגערמאן דער..

חברה, איך זאג ענק! פארטרייבט אים נישט ס'לוינט זיך אים צו האבן דא!..











איך האב נישט קיין מושג ווער דער איד איז. אבער לאמיר איינרעדן אז איך בין אויף פון די "גוטע" חברה, וואס זענען אויף די "גילוי" גרופע...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:36 pm
דורך בודקע
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:35 pm
איך האב נישט קיין מושג ווער דער איד איז. אבער לאמיר איינרעדן אז איך בין אויף פון די "גוטע" חברה, וואס זענען אויף די "גילוי" גרופע...
😜

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:37 pm
דורך שמועות טובות
און צום זיבעטן מאל, אפיקורסת טאר מען נישט רעדן און נישט שרייבן נישט אפן און נישט ברמיזה און אפילו נישט ברמז רמיזה
זאל ער זיין ווי טייער ער וויל נאר זיין

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:37 pm
דורך פינאַטשוָ
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:35 pm איי, @לויטערע הימל ... אונזערע לאנגע שמועסן, איבער די יסודות הדת...

א זיסע אינגערמאן דער..

חברה, איך זאג ענק! פארטרייבט אים נישט ס'לוינט זיך אים צו האבן דא!..











איך האב נישט קיין מושג ווער דער איד איז. אבער לאמיר איינרעדן אז איך בין אויף פון די "גוטע" חברה, וואס זענען אויף די "גילוי" גרופע...
:lol:

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:40 pm
דורך שווערמער
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:14 pm
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:12 pm viewtopic.php?p=163538#p163538

ווער געדענקט נאך?...
מיט אים ברויך מען טוען די זעלבע.
יענער איז געווען א טראלער, איינער וואס האט ארום געספינט
לויטערע הימל איז ווייט ווייט פון אזאנס
או יאמר, יענעם האסטו נישט געקענט, האסט נאר געוואוסט אז "ער איז פון לב טהור" (ואני עדיין מסופק בזה, אבער אכמ"ל).

משא"כ ווי מען האלט יעצט האסטו שוין זוכה געווען צו זען א איד מיט געפילן און א נפש אונטער יעדן סודרא.

און אפילו אויב וואס איך שרייב איז נישט אמת בנידו"ד, און עס אמת בכלל, והבן.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:41 pm
דורך שווערמער
שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:37 pm און צום זיבעטן מאל, אפיקורסת טאר מען נישט רעדן און נישט שרייבן נישט אפן און נישט ברמיזה און אפילו נישט ברמז רמיזה
זאל ער זיין ווי טייער ער וויל נאר זיין
וואו האט איינער געשריבן אפיקורסות?

לעצטיגע יארן קומען עפעס ארויף פרישע חומרות און די הגדרה פון אפיקורסות....

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:42 pm
דורך בודקע
שווערמער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:41 pm
שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:37 pm און צום זיבעטן מאל, אפיקורסת טאר מען נישט רעדן און נישט שרייבן נישט אפן און נישט ברמיזה און אפילו נישט ברמז רמיזה
זאל ער זיין ווי טייער ער וויל נאר זיין
וואו האט איינער געשריבן אפיקורסות?

לעצטיגע יארן קומען עפעס ארויף פרישע חומרות און די הגדרה פון אפיקורסות....
שיטת לב טהור אויף אידישקייט איז ריין אפיקורסות.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:45 pm
דורך איך ווייס
שווערמער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:40 pm
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:14 pm
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:12 pm viewtopic.php?p=163538#p163538

ווער געדענקט נאך?...
מיט אים ברויך מען טוען די זעלבע.
יענער איז געווען א טראלער, איינער וואס האט ארום געספינט
לויטערע הימל איז ווייט ווייט פון אזאנס
או יאמר, יענעם האסטו נישט געקענט, האסט נאר געוואוסט אז "ער איז פון לב טהור" (ואני עדיין מסופק בזה, אבער אכמ"ל).

משא"כ ווי מען האלט יעצט האסטו שוין זוכה געווען צו זען א איד מיט געפילן און א נפש אונטער יעדן סודרא.

און אפילו אויב וואס איך שרייב איז נישט אמת בנידו"ד, און עס אמת בכלל, והבן.
אויב עפעס האט זיך געטוישט, איז עס די מצב פון די מערכה, דאן איז די מערכה געווען אין פולן שוואנג, און מען האט עס פראבירט אונטערצוברענגען, האט זיך אויסגעפלט צו חסמ'נע'ן יעדער אנטי מערכה. יעצט איז די מערכה מער ווייניגער פארטיג, מיט א כמעט פולע געווינס פאר די עסקנים, און די מערכה איז בכלל נישט אין א מצב פון אונטערגיין, מילא קען מען זיך מער ערלויבן צו לאזן אנטי שרייבערס.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:46 pm
דורך סענס אף יומער
שווערמער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:40 pm
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:14 pm
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:12 pm viewtopic.php?p=163538#p163538

ווער געדענקט נאך?...
מיט אים ברויך מען טוען די זעלבע.
יענער איז געווען א טראלער, איינער וואס האט ארום געספינט
לויטערע הימל איז ווייט ווייט פון אזאנס
או יאמר, יענעם האסטו נישט געקענט, האסט נאר געוואוסט אז "ער איז פון לב טהור" (ואני עדיין מסופק בזה, אבער אכמ"ל).

משא"כ ווי מען האלט יעצט האסטו שוין זוכה געווען צו זען א איד מיט געפילן און א נפש אונטער יעדן סודרא.

און אפילו אויב וואס איך שרייב איז נישט אמת בנידו"ד, און עס אמת בכלל, והבן.
נאופ, יענער איז בכלל נישט געווען אין לב טהור.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:47 pm
דורך יענץ מבין
א מעלדונג צו די אלע וואס טוען און העלפן די חשובע יוצאים:

עס האבן זיך ב"ה שוין געמאלדען א שיינע צאל וואלונטירן וואס זענען גרייט צו לערנען/פארברענגען מיט די יוצאים. אזוי אויך זענען אריין געקומען עטליכע job offers.

מיר האבן דאס אלעס מסדר געוועהן אויף א google sheet.

אויב זוכט איר וואלונטירן פאר די משפחות/יוצאים וואס איר העלפט ארויס, שיקט אן אימעיל צו helptheyotzim@gmail.com אדער קומט אין אישי, און מיר וועלן אייך שיקן די ליסטע.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 4:53 pm
דורך אין כל חדש
צופראסקעט האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 11:20 am
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 2:46 am
שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 2:42 am אפשר געבסטו ארויס א תיקון פאר מיין נשמה? - איך וויל ווערן העכער און נאנטער צום אויבערשטן. איך וויל עפעס א תיקון, א זאך וואס זאל מיר אויסלייטערן און ברענגען נאנטער צום טאטע'ן אין הימל.

וועלכע תיקון וואלסטו מיר געגעבן, מיר אויסצולייטערן פון מיינע עבירות? - איך וויל נישט זיין פון די ערב-רב.
@לויטערע הימל לאמיר אים קודם טוישן נאמען. איך שלאג פאר דן שמעלקא פלטיאל יצמח.
דאס קען זיין די ערשטע טריט אינעם גוטן ריכטונג.
על פי תורה די האסט דאך באקומען פון לויטערע הימל א נייע לעצטע נאמען
קען זיין אז עס איז א חלק פון א תיקון
לויט ווי איך געדענק האט "לויטערע הימל" שוין געגעבען א תיקון פאר איינע פון די עסקנים צו זאגען א וואך צייט תיקון חצות בדמעות, איז די ביסט דאך נישט ח"ו א גרעסערע בעל עבירה ווי יענע עסקן, איז י קענסט דאס אויך ניצן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 5:04 pm
דורך טיפזיניגער
אין כל חדש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 4:53 pm
צופראסקעט האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 11:20 am
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 2:46 am

@לויטערע הימל לאמיר אים קודם טוישן נאמען. איך שלאג פאר דן שמעלקא פלטיאל יצמח.
דאס קען זיין די ערשטע טריט אינעם גוטן ריכטונג.
על פי תורה די האסט דאך באקומען פון לויטערע הימל א נייע לעצטע נאמען
קען זיין אז עס איז א חלק פון א תיקון
לויט ווי איך געדענק האט "לויטערע הימל" שוין געגעבען א תיקון פאר איינע פון די עסקנים צו זאגען א וואך צייט תיקון חצות בדמעות, איז די ביסט דאך נישט ח"ו א גרעסערע בעל עבירה ווי יענע עסקן, איז י קענסט דאס אויך ניצן
און ער איז שפעטער ארויסגעקומען זאגן אז ער האט נישט קיין סמארטפאון, אזויווי אונז זעה מיר אלע דא...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 5:06 pm
דורך גדליה
ביטע זיך באגיין מיט @לויטערע הימל מיט א איידעלקייט, ער מיינט נעבעך נישט קיין שלעכטס, ער איז פשוט דארט געבוירן און אויפגעוואקסן און איז נעבעך געפיטערט געווארן מיט די אלע דמיונות שקרנות כפירה ילדות טיפשות וכו'
איך פרעזענליך האב שוין גערעדט צו אים אויפ'ן טעלעפאן אסאך מאל און געמיינט אז איך וועל מאכן די זאך מיט אים, אבער עטס קענסט זיין זיכער אז ס'איז געווען א שאד יעדע מינוט
ווארשיינליך וועט ער זיין די סאמע לעצטע לב טהור מיטגליד אויף די וועלט...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 5:23 pm
דורך אין כל חדש
גדליה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 5:06 pm ביטע זיך באגיין מיט @לויטערע הימל מיט א איידעלקייט, ער מיינט נעבעך נישט קיין שלעכטס, ער איז פשוט דארט געבוירן און אויפגעוואקסן און איז נעבעך געפיטערט געווארן מיט די אלע דמיונות שקרנות כפירה ילדות טיפשות וכו'
איך פרעזענליך האב שוין גערעדט צו אים אויפ'ן טעלעפאן אסאך מאל און געמיינט אז איך וועל מאכן די זאך מיט אים, אבער עטס קענסט זיין זיכער אז ס'איז געווען א שאד יעדע מינוט
ווארשיינליך וועט ער זיין די סאמע לעצטע לב טהור מיטגליד אויף די וועלט...
ריכטיג, אבער אונז זענען אידן און אונז זענען נישט בארעכטיגט אריין צו גיין און א שמיעס מיט איינעם וואס האט מקבל געווען אן אנדערע תורה ליידער ח"ו, ממילא דארף מען אבאכט געבען, עס איז טאקע זייער געשמאק זיך אונטער צו האלטן מיט לויטערע הימל דא אויף איטיש, ווער רעדט נאך פרעזענדליך, אבער ווען עס קומט צו ווערטער נגד די תורה הקדושה, קבלה, מסורה, איז אסור בתכלית האיסור עם צו לאזן שרייבן אדער רעדן צו עם אפי' עס איז געשמאק, מען רעדט נישט דא אז מען זאל עם באשמיצן, ער איז אפשר א תינוק שנשבה, און נאך לימודי זכות, אבער "דאס בארעכטיגט נישט דאס לויזן דא שרייבן זיינע קרומע דיעות".
אונז קוקען ארויס אז די מערכת זאל זיכער מאכען אז ווערטער וואס זענען נגד אונזער קבלת אבות זאל געמעקט ווערען.
נ.ב. נישט זיין באזארגט אז לויטערע הימל האט שוין אפאר שעה נישט געשריבן, ער האט שוין געשריבן אז ער איז רוב טאג עוסק און תורה, עבודה, גמ"ח, נאר מזמן לזמן קומט ער דא ארויף.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 5:55 pm
דורך אנעקדאט
לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:53 pm אויב גייסטי זאגן וועגן די קליידער רודפט מען וואס איז יעדער גייט ווי אזוי ער פארשטייט צדיקל וואס איז בעסער די צניעות דיגע שייטלעך און ני יורק אדער די באדעקטע פענמער פון לב טהור ניץ דיין שכל צדיקל מען באקומט נישט קיין געלט און כבוד פארדעם נאר למען שמו
מיר האבן באמת נישט קיין פראבלעם אז איר גייט אזוי אנגעטון.

מיר האבן א פראבלעם ווען מ'איז מחנך א דור אז ס'איז נישט די ריכטיגע וועג צו גיין אנגעטון אזוי ווי אונזערע זיידעס און ווי די צדיקים פון די לעצטע דורות האבן געהאלטן.

אפילו ווען א פרוי גייט אנגעטון זייער פריצות'דיג - וואס ליידער זענען דא אסאך אזעלכע - שטעלט זי נישט אן א פנים אז זי איז די וואס פירט זיך אויף די ריכטיגע וועג און מיר זענען פאלש.


די התנהגות פון לב טהור בכלליות (כ'מיין די חלק המעשה, נישט די השקפה אין קאפ. אויך רעד איך נישט פון די זיך אומגיין מיט אנדערע, כ'רעד נאר די חלק בין אדם למקום יעדער פאר זיך אן די הוראות פון אויבערהארן) איז ווייט נישט אזוי הארב ווי די התנהגות פון אסאך אידן דא אין אמעריקא וואס זענען ליידער פארזינקען אין פריצות, גשמיות וכו'.

אבער דאס קומען מיט א פרומע פנים איז א מורא'דיגע סכנה, אסאך ערגער ווי די טוען אומריכטיגע זאכן זייענדיג אפן מיטן פאקט אז זיי מיינען גשמיות (אפילו זיי רעדן זיך איין אז ס'איז נישט קיין פראבלעם).

הלוואי זאלט איר טון די אלע מעשים בלויז ווייל איר זענעט פשוט באקוועמער בגשמיות אזוי, ס'וואלט קיינעם נישט געשטערט, משא"כ די וואס ברענגען אריין פריצות און גשמיות וואס שטערט אונז זייער שטארק.

(קען זיין אז ס'איז יא דא געוויסע זאכן וואס וואלטן אונז יא געשאנען אין וועג, איך רעד אבער פון רוב כלליות'דיגע זאכן. תורה, תפלה, לבוש, עסן, וכדו')

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 6:13 pm
דורך גדליה
פאר ווער ס'צווייפלט נאך אין די ''הימלישע לויטערע'' טענה פון @לויטערע הימל אז מ'האט געמוזט אנטלויפן קיין קאלאמביע ווייל די עסקנים האבן געוואלט צונעמען די טייערע קינדער זייערע, איז כדאי צו דערמאנען די שטארקע זארג און מסירות נפש וואס טאקע @לויטערע הימל אליינס האט געהאט צו זיין קינד אז ער אפי' געווען גרייט זיין קינד זאל בלייבן 8 חדשים אין שעלטער אבי ס'זאל נישט אנקומען צו די ערב רב
דאס קען אביסל פארשטיין געבן און אילוסטרירן די געוואלדיגע זארג וואס איז געווען אז די עסקנים זאלן חלילה נישט צונעמען די קינדער

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 6:18 pm
דורך מנחם גאלד
@לויטערע הימל איז נישט ארויפגעקומען דא קיינעם צו טשעפענען, סך הכול אביסל צו...

אויב איינער האלט אז מען טאר נישט אים לאזן שרייבן, זאל ער עס שרייבן דא, אדער לאזן וויסן פאר די הנהלה, אבער ער איז איינער וועלכע האט קיינמאל קיינעם נישט פערזענליך וויי געטון, און ביטע רחמנות האבן אויף אים און אים נישט טשעפענען אדער וויי טון.