לויטערע הימל האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:53 pm
אויב גייסטי זאגן וועגן די קליידער רודפט מען וואס איז יעדער גייט ווי אזוי ער פארשטייט צדיקל וואס איז בעסער די צניעות דיגע שייטלעך און ני יורק אדער די באדעקטע פענמער פון לב טהור ניץ דיין שכל צדיקל מען באקומט נישט קיין געלט און כבוד פארדעם נאר למען שמו
מיר האבן באמת נישט קיין פראבלעם אז איר גייט אזוי אנגעטון.
מיר האבן א פראבלעם ווען מ'איז מחנך א דור אז ס'איז נישט די ריכטיגע וועג צו גיין אנגעטון אזוי ווי אונזערע זיידעס און ווי די צדיקים פון די לעצטע דורות האבן געהאלטן.
אפילו ווען א פרוי גייט אנגעטון זייער פריצות'דיג - וואס ליידער זענען דא אסאך אזעלכע - שטעלט זי נישט אן א פנים אז זי איז די וואס פירט זיך אויף די ריכטיגע וועג און מיר זענען פאלש.
די התנהגות פון לב טהור בכלליות (כ'מיין די חלק המעשה, נישט די השקפה אין קאפ. אויך רעד איך נישט פון די זיך אומגיין מיט אנדערע, כ'רעד נאר די חלק בין אדם למקום יעדער פאר זיך אן די הוראות פון אויבערהארן) איז ווייט נישט אזוי הארב ווי די התנהגות פון אסאך אידן דא אין אמעריקא וואס זענען ליידער פארזינקען אין פריצות, גשמיות וכו'.
אבער דאס קומען מיט א פרומע פנים איז א מורא'דיגע סכנה, אסאך ערגער ווי די טוען אומריכטיגע זאכן זייענדיג אפן מיטן פאקט אז זיי מיינען גשמיות (אפילו זיי רעדן זיך איין אז ס'איז נישט קיין פראבלעם).
הלוואי זאלט איר טון די אלע מעשים בלויז ווייל איר זענעט פשוט באקוועמער בגשמיות אזוי, ס'וואלט קיינעם נישט געשטערט, משא"כ די וואס ברענגען אריין פריצות און גשמיות וואס שטערט אונז זייער שטארק.
(קען זיין אז ס'איז יא דא געוויסע זאכן וואס וואלטן אונז יא געשאנען אין וועג, איך רעד אבער פון רוב כלליות'דיגע זאכן. תורה, תפלה, לבוש, עסן, וכדו')