Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 9:52 pm
אוי לעניים שכך רואות. כָּל שמעיו [שֹׁמְעָהּ] תִּצַּלְנָה שְׁתֵּי אָזְנָיו.
מאנכע צייכענען אן אז ס'איז א פאליטיש געמאכטע זאך און איז פאלש.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 13, 2025 4:59 pmא פרישע זמירות איז ערשינען, פון אזא סארט חסידות/ע"זדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:57 pm ס'איז באקאנט דאס ווארט: "שירו לה' שיר חדש", מ'דארף זינגען א נייעם שיר פאר השי"ת, ווייל "תהלתו בקהל חסידים", אלע לויב ווערטער אויף השי"ת כביכול, ווערן שוין פארנוצט דורך די חסידים פאר זייערע רבי'ס...
איך מיין אבער אז דאס איז אלעמאל געווען נאר איבער גרויסקייט און הייליגקייט, "תהלתו".
דאס וואס מען זעט לעצטנס, אפשר נאר אין איין קהלה אבער פארט שפירט זיך ווי עס ווערט ח"ו נארמאל, איז אין מיינע אויגן געהעריג עבודה זרה בשותף. דהיינו, אז מען נוצט דאס גט'ליכקייט אויף א רבי. איך מיין אז דאס איז גענצליך ניי, און שפרייזט אריבער די אידישע אמונה, טאטאל.
מ'זאגט נאך אז דער חזו"א אט געזאגט אויף די מזרחי אז זיי זענען "א גלויבן וואס איז די מערסטע ענדליך צו די אידישע". צו קען מען דאס שוין ח"ו זאגן אויף געוויסע חסידים?
איך בעט זייער, אלס פותח הטעמע, מ'זאל נישט דערמאנען דא קיין נעמען, נאר בארירן די קאנצעפט.
עטליכע אויסצוגן:
להתודע ולהיגלות:שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 13, 2025 9:54 pm אגב, @דער תהלים איד, איינער זאגט מיר פריער א טעאריע אז א צווייטע חסידות האט עס ארויסגעגעבן בשמם... וד"ל. כ'האף אז ס'איז אמת.
שמח האט אויך אזוי געהערט און האקט.
דעמאלטס איז די צווייטע חסידות די זעלבעשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 13, 2025 9:54 pm נוסח אחר...Screenshot 2025-01-13 215219.jpg
---
אגב, @דער תהלים איד, איינער זאגט מיר פריער א טעאריע אז א צווייטע חסידות האט עס ארויסגעגעבן בשמם... וד"ל. כ'האף אז ס'איז אמת.
שמח האט אויך אזוי געהערט און האקט.
'האטס אמונה אין הייליגען רבי'ן' איז לכאורה נישט קיין פראבלעם שטייט דאך 'ויאמינו בה' ובמשה עבדו', אזוי אויך 'אמונת צדיקים'שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 13, 2025 9:52 pm אוי לעניים שכך רואות. כָּל שמעיו [שֹׁמְעָהּ] תִּצַּלְנָה שְׁתֵּי אָזְנָיו.Screenshot 2025-01-13 214119.jpg
בינעך נייגעריג צו די אלע אדמורי''ם ורבנים וואס נעמען אויף אט די מנהיג, ווייסן אפילו וואס דא טוט זיך, עד היכן הדברים מגיעים,פנים חדשות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:39 pm און אט האט איר א זמירות וואס איז יא קראנט. עובדי עבודה זרה ה"י.
זמירות ליום אידם.pdf
(איך האב עס באקומען אזויווי ס'איז, איך האב נישט צוגעלייגט די הערות וכו')
זעה איך נישט דארט קיין זאך וואס גרעניצט זיך מיט עבודה זרה, ס''ה פאריקטפנים חדשות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:39 pm און אט האט איר א זמירות וואס איז יא קראנט. עובדי עבודה זרה ה"י.
זמירות ליום אידם.pdf
(איך האב עס באקומען אזויווי ס'איז, איך האב נישט צוגעלייגט די הערות וכו')
זיכער אז נישט.אינטערעסאנט האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:51 pm בינעך נייגעריג צו די אלע אדמורי''ם ורבנים וואס נעמען אויף אט די מנהיג, ווייסן אפילו וואס דא טוט זיך, עד היכן הדברים מגיעים,
איינע פון די דרייצן אני מאמין'ס איז אז מ'דאווענט בלויז צום באשעפער.
וועלעכע?פנים חדשות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:58 pmאיינע פון די דרייצן אני מאמין'ס איז אז מ'דאווענט בלויז צום באשעפער.
אמונה אז וואס? אפילו די מתנגדים גלויבן (האבן אמונה) אז ער עקזיסטירט... נישט דאס טייטשט אמונה. דו ווילסט דא אז איך זאל דא גלויבן 'עפעס' מער, נו שמועס אויס דעי 'עפעס'...שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 2:51 pm'האטס אמונה אין הייליגען רבי'ן' איז לכאורה נישט קיין פראבלעם שטייט דאך 'ויאמינו בה' ובמשה עבדו', אזוי אויך 'אמונת צדיקים'שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 13, 2025 9:52 pm אוי לעניים שכך רואות. כָּל שמעיו [שֹׁמְעָהּ] תִּצַּלְנָה שְׁתֵּי אָזְנָיו.Screenshot 2025-01-13 214119.jpg
די פיפטע.שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:59 pmוועלעכע?פנים חדשות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:58 pm איינע פון די דרייצן אני מאמין'ס איז אז מ'דאווענט בלויז צום באשעפער.
אן אתרוג פושקע שמעקט פון אתרוגים. געצן דינער שמעקן פון עובדי עבודה זרה! דיני עובדי ע"ז וועלן מיר איבערלאזן פאר די סנהדרין מהרה יבנה המקדש. וואס מיר ווייסן איז, דינען דעם אויבערשטען בשיתוף אמצעי איז עבודה זרה גמורה!פנים חדשות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:09 pm להתודע ולהיגלות: איך פסק'ען נישט ח"ו אז זיי האבען א דין עובדי ע"ז ה"י, נאר אז ס'שמעקט פון דעם גאר שטארק.
וואס מיינט דאס?נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:14 pmדינען דעם אויבערשטען בשיתוף אמצעי איז עבודה זרה גמורה!פנים חדשות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:09 pm להתודע ולהיגלות: איך פסק'ען נישט ח"ו אז זיי האבען א דין עובדי ע"ז ה"י, נאר אז ס'שמעקט פון דעם גאר שטארק.
דו גלייבסט אז די תלמידי הבעש''ט האבן געהאט א כח אין הימל זיי האבן געוואווסט וואס דארט טוט זיך זיי האבן געהאט א כח איבערצודרייען זאכן דארטןמסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:03 pmאמונה אז וואס? אפילו די מתנגדים גלויבן (האבן אמונה) אז ער עקזיסטירט... נישט דאס טייטשט אמונה. דו ווילסט דא אז איך זאל דא גלויבן 'עפעס' מער, נו שמועס אויס דעי 'עפעס'...שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 2:51 pm'האטס אמונה אין הייליגען רבי'ן' איז לכאורה נישט קיין פראבלעם שטייט דאך 'ויאמינו בה' ובמשה עבדו', אזוי אויך 'אמונת צדיקים'שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 13, 2025 9:52 pm אוי לעניים שכך רואות. כָּל שמעיו [שֹׁמְעָהּ] תִּצַּלְנָה שְׁתֵּי אָזְנָיו.Screenshot 2025-01-13 214119.jpg
איך האב פארמעקט וואס איך האב געשריבען אין מיין ערשטע תגובה דאהי.פנים חדשות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:09 pm להתודע ולהיגלות: איך פסק'ען נישט ח"ו אז זיי האבען א דין עובדי ע"ז ה"י, נאר אז ס'שמעקט פון דעם גאר שטארק, י"ל שאין דין ע"ז כשעובדים לבשר ודם, ועוד יל"ע אם באמת חושבים לעבוד לרבם, ולכאו' תלוי בין הצעירים ליותר מבוגרים, ועכ"פ לא פוסקים שאלות כאלו בלתי עיון נמרץ.
אין פורום אוצה"ח ברענגט איינער אז ער איז געווען צוזאמען מיט איינע פון די רבי'ס פון דעם גזע ביי איינער'ס שטוב, און יענער האט א בילד פון דער מנהיג, און די פלאץ וואס די בעה"ב האט אוועקגעשטעלט פאר די רבי איז געווען קעגן איבער די בילד, און ער האט נישט מסכים געווען זיך אוועקצוזעצן קעגן דעם בילד, זאגענדיג עפעס וועגן ע"ז (די לשון געדענק איך נישט), און ווען יענער האט נישט אראפגענומען די בילד, האט ער זיך אוועקגעזעצט מיט די רוקען צום בילד.
איך האב נישט קיין נערווען יעצט פאר אריכות, נאר פאלגענד איז די לשון הרמב"ם ביסוד החמישי. שהוא יתברך הוא הראוי לעבדו ולגדלו ולהודיעו גדולתו ולעשות מצוותיו. ושלא יעשה כזה למי שהוא תחתיו במציאות, מן המלאכים והכוכבים והגלגלים והיסודות ומה שהורכב מהם. לפי שכולם מטובעים, ועל פעולתם אין משפט ולא בחירה אלא לו לבדו השם יתברך. וכן אין ראוי לעובדם כדי להיותם אמצעים לקרבם אליו, אלא אליו בלבד יכוונו המחשבות, ויניחו כל מה שזולתו. וזה היסוד החמישי הוא שהזהיר על עבודה זרה, ורוב התורה מזהרת עליו.שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:18 pmוואס מיינט דאס?נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:14 pmדינען דעם אויבערשטען בשיתוף אמצעי איז עבודה זרה גמורה!פנים חדשות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:09 pm להתודע ולהיגלות: איך פסק'ען נישט ח"ו אז זיי האבען א דין עובדי ע"ז ה"י, נאר אז ס'שמעקט פון דעם גאר שטארק.
וואס מיינט אמונת צדיקים?נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:14 pmוואס מיינט האבן א כח אין הימל? ווען איך דאווען האב איך א כח אין הימל, דאס איז דאך פון די יסודות הדת. סא ווילסט מיר זאגן אז דער רבי איז ריינער פון מיר און מער לב נשבר ווי מיר, ממילא גייען זיינע תפילות ארויף האט עס א גרעסערע כח? אקעי. דאס מיינט נישט אמונה אינעם מענטש, דאס איז אמונה אין כח התפילה, וואס דאס איז ווייטער אמונה בהשם יתברך. דער מענטש האט זיראו כח! עס איז דא אן אחד יחיד ומיוחד, און דער גרעסטער צדיק וקדוש איז בטל ומבוטל לפני הבורא יתברך. כאין ואפס!שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:34 pmדו גלייבסט אז די תלמידי הבעש''ט האבן געהאט א כח אין הימל זיי האבן געוואווסט וואס דארט טוט זיך זיי האבן געהאט א כח איבערצודרייען זאכן דארטן
דאס וויל מען דארט מען זאל גלייבן אויף זייער רבי'ן
ביי נאך אסאך מקומות וויל מען דאס נאר מען זאגט עס נישט ארויס אזוי גראב..
אוודאי 'צדיק גוזר והקב''ה מקיים'נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:20 pmאיך האב אביסעל געדיט מיין פריערדיגע פאוסט, קוק עס איבער. ניין, איך גלייב אבסעלוטלי נישט אז דער בעל שם הקדוש ותלמידיו הקדושים כשלעצמם האבן געהאט סיי וואספארא כח.זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:15 pmוואס מיינט אמונת צדיקים?נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:14 pm
וואס מיינט האבן א כח אין הימל? ווען איך דאווען האב איך א כח אין הימל, דאס איז דאך פון די יסודות הדת. סא ווילסט מיר זאגן אז דער רבי איז ריינער פון מיר און מער לב נשבר ווי מיר, ממילא גייען זיינע תפילות ארויף האט עס א גרעסערע כח? אקעי. דאס מיינט נישט אמונה אינעם מענטש, דאס איז אמונה אין כח התפילה, וואס דאס איז ווייטער אמונה בהשם יתברך. דער מענטש האט זיראו כח! עס איז דא אן אחד יחיד ומיוחד, און דער גרעסטער צדיק וקדוש איז בטל ומבוטל לפני הבורא יתברך. כאין ואפס!
כווייס נישט, כווייס וואס שטייט אין די תורהזאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:15 pmוואס מיינט אמונת צדיקים?נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:14 pmוואס מיינט האבן א כח אין הימל? ווען איך דאווען האב איך א כח אין הימל, דאס איז דאך פון די יסודות הדת. סא ווילסט מיר זאגן אז דער רבי איז ריינער פון מיר און מער לב נשבר ווי מיר, ממילא גייען זיינע תפילות ארויף האט עס א גרעסערע כח? אקעי. דאס מיינט נישט אמונה אינעם מענטש, דאס איז אמונה אין כח התפילה, וואס דאס איז ווייטער אמונה בהשם יתברך. דער מענטש האט זיראו כח! עס איז דא אן אחד יחיד ומיוחד, און דער גרעסטער צדיק וקדוש איז בטל ומבוטל לפני הבורא יתברך. כאין ואפס!שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:34 pm
דו גלייבסט אז די תלמידי הבעש''ט האבן געהאט א כח אין הימל זיי האבן געוואווסט וואס דארט טוט זיך זיי האבן געהאט א כח איבערצודרייען זאכן דארטן
דאס וויל מען דארט מען זאל גלייבן אויף זייער רבי'ן
ביי נאך אסאך מקומות וויל מען דאס נאר מען זאגט עס נישט ארויס אזוי גראב..
דער אויבערשטער איז דער וואס טוט און באשליסט אויף זיינע טערמינען. פון די סאמע יסודות אין אמונה איז אז קיינער, אבער קיינער, האט נישט קיין כח און שליטה מצד עצמו חוץ דער אויבערשטער אליינס. ווער עס איז שגוי' בזה איז שגג אין עבודה זרה ממששבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:22 pmאוודאי 'צדיק גוזר והקב''ה מקיים'נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:20 pmאיך האב אביסעל געדיט מיין פריערדיגע פאוסט, קוק עס איבער. ניין, איך גלייב אבסעלוטלי נישט אז דער בעל שם הקדוש ותלמידיו הקדושים כשלעצמם האבן געהאט סיי וואספארא כח.