ב"ר: יוסף . נולד: בערך שנת. רבו: רבי יעקב מנירנבערג. רב בעיר: פראג, לובלין, רב הכולל בקראקא.
רבי יעקב פאלאק האט מחדש געווען בשעתו א נייע דרך הלימוד. דאס איז דער דרך פון פולפול, ער ווערט טאקע וועגן דעם אנגערופן, דער בעל החילוקים. ער איז קודם געווען רב אין הויפט שטאט פראג. צוליב א פסק וואס ער האט ארויסגעבגעבן בענין א מיאון פאר קטנה, איז געווארן א גרויסע מחלוקה און רבי יעקב האט געמוזט אנטלויפן קיין פולין. דארט אין פולין האט רבי יעקב געמאכט א מהפיכה, ער האט מחזיר געווען עטרה ליושנה. די תורה איז כמעט נשתכח געווארן אין פולין בימים ההם, ועלה 'רבי יעקב' ויסדה (לשון ע"פ גמרא מסכת סוכה כ.). עס איז דא וואס ווילן זאגן אז זיין נאמען פאלאק (פלק) איז על שם וואס עס איז נוטריקון: פראג, לובלין, קראקא. די אלע שטעט וואו ער איז געווען רב.
פאר די קריג איז געווען א גאר שטארקע קבלה אז מ'זאל נישט צו גיין נענטער ווי ד' אמות צו זיין קבר. זיין מצבה איז לכאורה די עלצטע ארגינעלע מצבה אין גאנץ אייראפע! מנוחתו כבוד בעיר לובלין. זכותו הגדול יגן עלינו
רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ"ג סיון ש"א
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 714
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2161
Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - ”ג סיון ש”א
ויצב יעקב מצבה
- פיילס
-
- רבי יעקב פולק.jpg (59.95 KiB) געזען געווארן 117 מאל
Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ”ג סיון ש”א
פון די ראשונים איז נישט דא ארגינעלע מציבות, דעם מהר"ם מרוטנבורג איז נישט ארגינעל?מירון האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 19, 2024 1:45 pm ב"ר: יוסף . נולד: בערך שנת. רבו: רבי יעקב מנירנבערג. רב בעיר: פראג, לובלין, רב הכולל בקראקא.
רבי יעקב פאלאק האט מחדש געווען בשעתו א נייע דרך הלימוד. דאס איז דער דרך פון פולפול, ער ווערט טאקע וועגן דעם אנגערופן, דער בעל החילוקים. ער איז קודם געווען רב אין הויפט שטאט פראג. צוליב א פסק וואס ער האט ארויסגעבגעבן בענין א מיאון פאר קטנה, איז געווארן א גרויסע מחלוקה און רבי יעקב האט געמוזט אנטלויפן קיין פולין. דארט אין פולין האט רבי יעקב געמאכט א מהפיכה, ער האט מחזיר געווען עטרה ליושנה. די תורה איז כמעט נשתכח געווארן אין פולין בימים ההם, ועלה 'רבי יעקב' ויסדה (לשון ע"פ גמרא מסכת סוכה כ.). עס איז דא וואס ווילן זאגן אז זיין נאמען פאלאק (פלק) איז על שם וואס עס איז נוטריקון: פראג, לובלין, קראקא. די אלע שטעט וואו ער איז געווען רב.
פאר די קריג איז געווען א גאר שטארקע קבלה אז מ'זאל נישט צו גיין נענטער ווי ד' אמות צו זיין קבר. זיין מצבה איז לכאורה די עלצטע ארגינעלע מצבה אין גאנץ אייראפע! מנוחתו כבוד בעיר לובלין. זכותו הגדול יגן עלינו
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 714
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2161
Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ”ג סיון ש”א
אזוי האב איך געהערט פון עטליכע חוקרים און יעדניםוואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 19, 2024 2:28 pmפון די ראשונים איז נישט דא ארגינעלע מציבות, דעם מהר"ם מרוטנבורג איז נישט ארגינעל?מירון האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 19, 2024 1:45 pm ב"ר: יוסף . נולד: בערך שנת. רבו: רבי יעקב מנירנבערג. רב בעיר: פראג, לובלין, רב הכולל בקראקא.
רבי יעקב פאלאק האט מחדש געווען בשעתו א נייע דרך הלימוד. דאס איז דער דרך פון פולפול, ער ווערט טאקע וועגן דעם אנגערופן, דער בעל החילוקים. ער איז קודם געווען רב אין הויפט שטאט פראג. צוליב א פסק וואס ער האט ארויסגעבגעבן בענין א מיאון פאר קטנה, איז געווארן א גרויסע מחלוקה און רבי יעקב האט געמוזט אנטלויפן קיין פולין. דארט אין פולין האט רבי יעקב געמאכט א מהפיכה, ער האט מחזיר געווען עטרה ליושנה. די תורה איז כמעט נשתכח געווארן אין פולין בימים ההם, ועלה 'רבי יעקב' ויסדה (לשון ע"פ גמרא מסכת סוכה כ.). עס איז דא וואס ווילן זאגן אז זיין נאמען פאלאק (פלק) איז על שם וואס עס איז נוטריקון: פראג, לובלין, קראקא. די אלע שטעט וואו ער איז געווען רב.
פאר די קריג איז געווען א גאר שטארקע קבלה אז מ'זאל נישט צו גיין נענטער ווי ד' אמות צו זיין קבר. זיין מצבה איז לכאורה די עלצטע ארגינעלע מצבה אין גאנץ אייראפע! מנוחתו כבוד בעיר לובלין. זכותו הגדול יגן עלינו
- אלטערנעסייד פארקינג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 871
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
- Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
- x 1432
Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ”ג סיון ש”א
ער איז געווען אין חרם צוליב די נייע מהלך הלימוד עד סוף ימיו און צוליב דעם מגן נאר אייניקלעך צוגיין נאנט צום מציבה סתם מענטשן מעגן נאר זיין ביז 4 אמות אוועק מיין איך.
Re: רבי יעקב הלוי פאלאק (פולק) ז"ל - כ”ג סיון ש”א
ער איז געווען אין חרם צוליב די מיאון פרשה ווען ער האט מתיר געווען מיאון בזמן הזה.אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 19, 2024 4:22 pm ער איז געווען אין חרם צוליב די נייע מהלך הלימוד עד סוף ימיו און צוליב דעם מגן נאר אייניקלעך צוגיין נאנט צום מציבה סתם מענטשן מעגן נאר זיין ביז 4 אמות אוועק מיין איך.
ז"ל המהר"י מינץ בשו"ת סי"ג: "אם חוזר בו (בנדון המיאון) מוטב, כיוון שהנידוי היה על תנאי זה עד שיחזור, ואם ח"ו שאינו חוזר, ראוי להורידו מגדולתו"