רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל, דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 686
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1988

רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל, דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך מירון »

ב"ר: יצחק באראן ז"ל משב"ק ר"ר בער ממעזריטש ז"ל. נולד שנת תקע"ה. רבותיו: רבי משה לייב מסאסוב, החוזה מלובלין, המגיד מקאזניץ, אפטער רב ז"ל. רב בעיר: ראדישיץ יצ"ו.

דער סבא קדישא האט בחיים חיותו געשאָקעלט די וועלט מיט זיינע הפלא'דיגע מופתים, ער איז געווען אן אבן שואבת פאַר כלל ישראל, בכל עת ועידן פלעגן אידן אהינקומען צום צדיק זיך מזכיר זיין פאר'ן צדיק, להפּקד בדבר ישועה ורחמים. ביים דעם סבא קדישא האבן זיך געווארפן מופתים אונטערן טיש! דער 'תפארת שלמה' האט אים אמאל געפרעגט פארוואס ער פראוועט אזויפיל מופתים, איז דען נישט ענדעשער צו לערנען חסידות מיט די אינגעלייט ווי פראווענען מופתים?האט דער סבא קדישא: זאלסט וויסן, איך בין אראפגעקומען אויף דער וועלט צו לאזן וויסן פאר יעדן אז עס איז דא באשעפער אויף דער וועלט!

מעשה: ווען דער סבא קדישא האט נאך געוואוינט אין חמעלניק, איז ער געווען אן עני ואביון מגזלו, ער האט ממש געהונגערט גאנצטער טעג. איין טאג ווען ער איז זיך געגאנגען טובל'ן אין דעם דענעבענדיגן טייך, קומט אים קעגן א גוי, א קליין דארפ'ס אינגל מיט אן אנגעפילטן טעפל פון גאלדענע רענדלעך. דער קליינער האט נישט געהאט קיין אהנונג וואס-פאר אן אוצר געפונט זיך אין זיין האנט. דאס קינד פרעגט דעם סבא קדישא אויב ער וויל אפקויפן דעם טעפל? ער האט אים תיכף געענפערט יא, אזא אוצר! ער האט געטראכט ביי זיך יעצט וועט ער מער זיך נישט דארפן זארגן פאר פרנסה.

ער גייט אזוי נאך עטליכע טריט און הייבט אן רעדן צו זיך: "בערל, בערל דער שטן האט דיר געכאפט, מיט א טעפל גאלדענע רענדלעך דארף מען זיך שוין נישט פארלאזן אויפן אויבערשטן"? ער גייט צוריק צו דעם קליינעם און זאגט, אז ער וויל חוזר זיין פונעם מקח. דער סבא קדישא האט נישט געוואלט אז דער אוצר זאל אריינפאלן אין די הענט פון א גוי האט ער צוגעפירט דעם קליינעם צו א איד אן עני וואס האט דאס אפגעקויפט און שטארק נתעשר געווארן פון דעם.

מדבריו הקדושים: דער סבא קדישא האט געפרעגט אויף די באקאנטע משנה אין סוף מסכת עוקצין (ג, יב), "אמר רבי יהושע בן לוי, עתיד הקדוש ברוך הוא להנחיל לכל צדיק וצדיק שלש מאות ועשרה עולמות, שנאמר (משלי ח) "להנחיל אוהבי יש ואוצרתיהם אמלא", וואס וועט א צדיק טוען מיט אזויפיל וועלטן? נאר יעדער צדיק וועט האבן די מעגליכקייט צו ברענגען זיינע מענטשן אין די אלע עולמות! (דברי בינה פ' לך ד"ה ויעל).
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 686
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1988

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל - דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך מירון »

אוהל הקדוש בראדשיץ
פיילס
אוהל הקדוש בראדשיץ.jpg
אוהל הקדוש בראדשיץ.jpg (145.61 KiB) געזען געווארן 250 מאל
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 419

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל - דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך דער ידען »

דער "סבא קדישא" הרה"ק רבי ישכר בער פון ראדאשיץ זי"ע איז געבוירן אין יאר תקכ"ה, צו זיין טאטע גאר א דערהויבנע איד רבי יצחק ז"ל, וואס איז געווען די משמש ביי דער הייליגער מעזריטשער מגיד זי"ע. איינמאל האט דער גרויסער מגיד געלאזט רופן דעם משמש ר' יצחק, און אים אנגעטראגן צו שליסן א שידוך מיט די משרתת. ר' יצחק האט זיך זייער דערשראקן פונעם גרויסן מגיד'ס פארלאנג און ער האט ארויסגעשטאמלט: רבי, אלעס וואס דער רבי בעט טו איך בשלימות, אבער די שידוך וועט פאר מיר זיין אזעלכע בושות, אז כ'ווייס נישט צי איך וועל דאס קענען דערטראגן. האט אים דער גרויסער מגיד געזאגט: "אויב דו וועסט טון דעם שידוך וועסטו האבן א קינד וואס וועט באלייכטן די גאנצע וועלט!"
אויף דעם איז שוין דער משמש ר' יצחק איינגעגאנגען, און מען האט באלד געשלאסן שידוך און עס איז צו זיי געבוירן געווארן דער הייליגער ראדאשיצער וועמען מען האט גערופן דער "סבא קדישא פון ראדאשיץ".
דער הייליגער ראדאשיצער איז געווען א תלמיד מובהק פונעם הייליגן חוזה פון לובלין זצוק"ל. איינמאל ווען דער הייליגער חוזה זי"ע איז געזעצן מיט זיין חבריא קדישא, האט ער זיך אויסגעדרייט צום תלמיד דער הייליגער ראדאשיצער און געוויזן פאר די תלמידים און געזאגט, בזה"ל "הראיתם הזה האברך שהוא מלא יצר הרע מכף רגלו ועד קדקדו" ווען די תלמידים האבן זיך געוואונדערט אויף די ווערטער פון זייער רבין האט ער אויסגעפירט "אבל אינו שומע לו אפי' כחוט השערה".
די הייליגער ראדאשיצער איז במשך זיין לעבן געפארן צו אריבער 120 רבי'ס בעלי רוח הקודש, זיינע נסיעות זענען געווען פארבינדען מיט מסירות נפש ממש. צווישן זיינע רבי'ס זענען געווען: הרה"ק רבי משה לייב פון סאסוב זי"ע, הרה"ק רמ"מ מרימנוב זי"ע, דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע, און נאך צדיקים וקדושים...
סוף יאר תקע"ה ווען זיינע הייליגע רבי'ס האבן שוין פארלאזט די וועלט, איז געווען זיין רבו המובהק די "זקן הצדיקים" דער הייליגער אפטא רב זי"ע. און נאכן פטירה פונעם אפטא רב האט רבי ישכר בער אנגעהויבן פירן א עדה אין די שטעטל "ראדאשיץ".
רבי ישכר בער איז געווען ברייט באקאנט מיט זיינע געוואלדיגע מופתים, וואו עס פלעגן קומען צו פארן אידן פון איבעראל געהאלפן צו ווערן מיט ישועות און רפואות, ער איז געווען קודש הקדשים, בקי בנגלה ובנסתר, א בעל רוח הקודש, און א בעל מופת, ער האט זיך כסדר מסגף געווען. טויזנטער אידן זענען געקומען נעמען ברכות פון דעם צדיק, טויזנטער אידן זענען געהאלפן געווארן מיט ישועות חוץ לדרך הטבע, רבים הלכו לאורו, צווישן זיי צדיקים בדורו.
בשנת תר"ג ח"י סיון ערב שבת קודש בהעלותך פאר זיין הסתלקות, האט דער צדיק געבעטן מען זאל ברענגן די צדקה פושקעס פון רבי מאיר בעל הנס און די פושקע פון חברה ביקור חולים, און דער צדיק האט ארויס גענומען אפאר מטבעות און געגעבן צדקה צו מקיים זיין וואס עס שטייט "צדק לפניו יהלך וישם לדרך פעמיו". ער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים - י"ח סיון תר"ג ערב שבת קודש פרשת בהעלותך.
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 419

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל - דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך דער ידען »

היינט נאכט די יארצייט

זי"ע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל - דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך ניקל »

ער איז געבוירן אין שטאט ראדישיץ, בשנת תקכ"ה, צו זיין טאטע הרה"ק רבי יצחק זי"ע, דער משמש פון הרה"ק ממעזריטש זי"ע, און צו זיין מאמע הצדקת מרת מרים ע"ה, א שוועסטער מיט הגה"ק רבי זונדיל דיין בראדאשיץ זי"ע, און פון די גרויסע תלמידים פון הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,

ער איז געווען א צדיק אמת קודש הקדשים, אספקלריא המאירא דומה למלאך ד' צבקות ומנורה והטהורה, ער איז געווען א גאון הגאונים און א בקי בתורת הנגלה והנסתר, ער איז געווען א בעל רוח הקודש אמיתי, און א בעל מופת גדול ונורא, און א גרויסע פועל ישועות, ער האט זיך זיין גאנץ לעבן מסגף געווען מיט סיגופים קשים און בכלל נישט הנאה געהאט פון די וועלט, טויזנטער אידן זענען געקומען נעמען ברכות פון דעם צדיק, און טויזנטער אידן זענען געהאלפן געווארן מיט ישועות חוץ לדרך הטבע, ורבים הלכו לאורו, אידן פון גאנץ פולין זענען זיך געקומען מסתופף זיין בצלו פון דעם צדיק וקדוש און צווישן זיי זענען געווען אסאך צדיקים בדורו ובתוכם זיין גרעסטע תלמיד הרה"ק בעל תפארת שלמה מרדומסק זי"ע,



ביי די 7 יאר האט זיך שוין דער הייליגע קינד געפירט מיט א געוואלדיגע קדושה, זיין גאנצע הנתנהגות איז געווען מיט א קדושה וטהרה, ער האט זיך שוין דאן אלס קינד אסאך מסגף געווען, ער איז כמעט נישט געשלאפן ביינאכט, נאר עוסק געווען יעדע רגע בתורה ועבודת השם, ער פלעגט יעדן טאג גיין זיך טובל'ן אין מקו' אפילו אינמיטן ווינטער ווען עס איז געווען אייז קאלט, האט ער זיך מוסר נפש געווען פאר קדושה מיט א מוראדיגע באהאלטענקייט,

עס איז געווען א חבר וואס האט באמערקט ווי אזוי דער הייליג קינד פירט זיך צו גיין אין מקוה, האט דער קינד מחמת קנאה געוואלט נאכטאן ווי דער קינד פירט זיך, איז דער קינד אויך געגאנגען אין מקוה אפילו אין די גאר קאלטע טעג,

איין טאג האט זיך דער אנדערע קינד זייער פארקילט, און אריינגעפאלן אין בעט און קראנק געווארן, עד כדי כך אז ער איז געווען אין א געפערליכע סכנה, ווען די מאמע זיינער איז געוואר געווארן ווי אזוי איר קינד איז קראנק געווארן, איז זי מרוב צער אריבער צום קינד ישכר בער, און אויס געגאסן איר כעס פארוואס ער ווייזט אזעלכע זאכן פאר איר קינד, עס האט אבער דעם רבין גארנישט געהאלפן צו ענטפערן אז ער האט אים דאס נישט געהייסן טון,

אבער ווען די רבי האט געהערט דעם מצב פון דעם אנדערן קינד, האט זיך דערוועקט אין אים א רחמנות אויפן קינד, איז ער ארויף אויפן בוידעם פון זייער שטוב, און זיך מתבודד געווען און געזאגט תהילים מיט בכיות ביז ער האט אנגעפילט א קריגל מיט זיינע טרערן וואס ער האט געלאזט ביים תהילים זאגן, דאן האט ער גענומען א קאצקא ציקער און דאס איינגעטונקען אין די טרערן, און דאס אריינגעלייגט אונעם מויל פון דעם קינד דער חולה, און תיכף איז דעם קינד בעסער געווארן, און נאך אביסל צייט איז דער קינד אינגאנצען געזונט געווארן.

ער איז געווען א תלמיד פון גרויסע צדיקי הדור, ובתוכם.
הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,
הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע,
הרה"ק המגיד מקוזניץ זי"ע,
הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע,
הרה"ק היהודי הקדוש מפשיסחא זי"ע,
הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע,
הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע,
הרה"ק רבי ישעי' מפשעדבורז זי"ע,
און ווי דער צדיק האט מעיד געווען, אז בחייו האט ער זוכה געווען צו משמש זיין הונדערט און צוואנציג תלמידי חכמים צדיקים בעלי רוח הקודש.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל - דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך ניקל »

אין די יונגע יארן האט ער געוואוינט אין שטאט חמעלניק דארט האט ער אסאך באדינט הרה"ק רבי אליעזר ליפא ווייסבלוים זי"ע, דער זוהן פונעם הייליגען צדיק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,

שפעטער האט ער געוואוינט אין שטאט טאמאשוב, און דארט האט ער געלעבט אין א מוראדיגע דחקות, די מענטשן אונעם שטאט האבן נאך דאן נישט געוויסט זיין גדלות, מען האט אים גערופען "בערל בטלן", און ער איז געווען א הצנע לכת, איין יאר איז ער געווען אין אזא גרויסע דחקות אז ער האט שוין אפאר טאג פאר יו"כ געפאסט, און מוצאי יו"כ האט ער אויסגעפאסט אויף א שטיקל ברויט און וואסער,

ווען עס איז אנגעקומען דער יו"ט סוכות האט דער צדיק נישט געהאט גארנישט אויף יו"ט, דערפאר ווען עס איז אנגעקומען דאס ערשטע נאכט יו"ט סוכות נאך מעריב, איז ער געבליבן אין בית הכנסת און נישט אהיים, ווייל ער האט דאך סיי ווי נישט קיין עסן, אבער דער צדיק האט נישט געוויסט אז זיין רעבעצין די צדקת האט פארקויפט א שטיקל צירונג, און פון דעם געקויפט ליכט און חלות און אביסל פאטעטאס לכבוד יו"ט,

ווען דער צדיק האט מרגיש געווען אז יעדער האט שוין גענדיגט די סעודה, איז ער אויך אהיים געגאנגען, און ווען ער איז אריין אין די סוכה און געזען די ליכט און די חלות, האט זיך דער צדיק זייער געפרייט אז ער וועט קענען מקיים זיין די מצוות סוכה, ער האט קידוש געמאכט און זיך געוואשן און זיך געזעצט עסן, אבער גלייך האט דער צדיק ביי זיך געטראכט "אוי וויי בעריל, די זיצט דאך נישט אין די סוכה, נאר די זיצט אינעם טעלער".

איין יאר ערב פסח ביי חצות איז ביים צדיק נישט געווען גארנישט פאר יו"ט, איז דער צדיק געגאנגען אין ביהמ"ד און עוסק געווען אין תורה און געלייגט זיין בטחון נאר אונעם גרויסן באשעפער, וואס ער ווייסט וואס יעדער ברויך, נאכן זמן ווען יעדער איז אהיים, האט דער צדיק געמאכט די וועג אהיים, האפענדיג אז ער וועט האבן עפעס מיט וואס צו מקיים זיין די מצוות היום,

אזוי ווי דער צדיק קומט אריין אין שטוב, זעהט ער אז די טיש איז אנגעגרייט פון אלעם גוטן, האט ער געפרעגט די רעבעצין פון ווי די אלע זאכן קומען, האט די רעבעצין פארציילט אז נאך חצות היום זענען אנגעקומען צוויי געסט וואס זענען געקומען פון א ווייטע שטאט, און זיי האבן געזיכט ווי איין צו שטיין, האבן זיי אריין געקלאפט ביי אונז אין שטוב, און געפרעגט אויב זיי קענען זיין ביי אונז אויף יו"ט, האב איך זיי געזאגט, אז זיי קענען גערען קומען איינשטיין ביי אונז, אבער מיר האבן נישט גארנישט קיין עסן אדער צרכי יו"ט,

האבן די צוויי אידן געזאגט אז זיי האבן מיט זיך מיט געברענגט אלע צרכי יו"ט און מצות וואס זענען שמירה משעת קצירה, און דאס איינציגסטע וואס זיי ברויכן איז צו האבן ווי צו איינשטיין, דעם צדיק'ס פנים האט אויפגעלאכטן און ער איז צו געגאנגען צום סדר מיט א מוראדיגע שמחה, און געדאנקט דעם גרויסן באשעפער פארן ווייזען זיינע חסדים און אז ער פארלאזט אים קיינמאל נישט,

אבער מוצאי יו"ט ווען דער צדיק האט געוואלט באדאנקען זיינע געסט, האט ער געזען אז זיי זענען שוין נעלם געווארן, ער האט זיי ארומגעזיכט אונעם גאנצן שטאט אבער קיינער האט נישט געוויסט ווי זיי זענען אהין געקומען, דאס איז געווען א גרויסע וואונדער ביים צדיק,

ווען עס איז געקומען די יו"ט שבועות איז דער צדיק געפארן צו זיין רבין דער הייליגער חוזה זי"ע, און דער רבי האט זיך אויף אים נאכגעפרעגט ווי אזוי אלעס גייט, האט דער צדיק פארציילט פארן רבין וועגן די געסט וואס זענען צו אים אנגעקומען אויפן יו"ט פסח, און מיט געברענגט אלעס אויף פסח, און פארציילט אז די זענען נעלם געווארן גלייך מוצאי יו"ט,

האט דער חוזה געזאגט, וויסן זאלסטו אז די צוויי געסט זענען געווען "מלאך מיכאל און מלאך גבריאל", וואס דער גרויסער באשעפער האט געשיקט צו מאכן פאר דיר א עונג יו"ט, אשריך וטוב חלקך שזכיתי לכך, און דער חוזה האט אים געזאגט אז פון יעצט און ווייטער וועט דיר גיין גרינגער, כך הוה אז נאכדעם האט די גדלות פונעם הייליגען ראדאשיצער אנגעהויבן מפורסם ווערן, און אידן האבן אנגעהויבן קומען צו דעם צדיק.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל, דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע האט דערציילט אז ווען דער הייליגער ראדאשיצער זי"ע איז געווען נאך די חתונה ביים שווער, איז דאן געווען שווערע צייטן ביי אידן, ווייל די גוים האבן אפ געטון רשעות פאר די אידן, איז געווען א איד וואס האט געוואוינט אין א דערנעבענדיגע שטאט, און עס איז זיי בשעטומ"צ געבוירן געווארן א בן זכר, און זיי האבן געברויכט מאכן א ברית מילה, אבער מען האט נישט געקענט טרעפן קיין מוהל, וואס זאל מסכים זיין צו קומען מאכן די ברית,

דער איד האט זיך מייאש געווען פון טרעפן איינער וואס זאל קומען מאכן דעם ברית פארן קינד, און דער טאטע האט זיך געלייגט שלאפן, אבער די פרוי בגודל צדקתה האט נישט געוואלט אויפגעבן, האט זי מיט מסירת נפש געשיקט איר קינד זאל גיין זיכן א מוהל, און דער קינד איז ארויס, און ער איז אנגעקומען צום שטאט פונעם הייליגען ראדאשיצער, ווען דער צדיק האט געהערט אז עס רעדט זיך פון א ברית, האט ער תיכף מסכים געווען צו גיין מאכן די ברית,

ווען זיי זענען אנגעקומען, און געוואלט מאכן דעם ברית האט מען געברויכט א סנדק, מען האט פראבירט צו אויפוועקען דעם טאטן, מען האט אבער נישט מצליח געווען אים אויף צו וועקן, ווען דער צדיק האט ארויסגעקוקט פונעם פענסטער, האט ער געזען א אלטן איד מיט שטיוועל, האט ער געפרעגט דעם אלטן איד, אויב ער וואלט געקענט זיין סנדק ביים ברית, און דער אלטער איד האט מסכים געווען, און מען האט ב"ה געמאכט דעם ברית,

נאכן ברית האט זיך דער אלטער איד פאר'עקש'נט, אז מען זאל דעם טאטן אויפוועקן און מאכן א לחיים לכבוד דעם ברית, און נאך שוועריקייטן האט מען מצליח געווען אויפצווועקן דעם טאטן, און מען האט געטרינקן א לחיים און געוואונטשן מזל טוב, און גלייך איז דער אלטער איד נעלם געווארן,

דאן האט דער הייליגער ראדאשיצער געזאגט פאר די עלטערן "מיר האבן זוכה געווען צו זען אליהו הנביא מיט שטיוועל", ווייל דער זקן איז געווען אליהו הנביא וואס איז געקומען זיין סנדק, אונעם זכות וואס די מאמע האט זיך מוסר נפש געווען אריינצוברענגען איר קינד בבריתו של אברהם אבינו.

דער צדיק האט זיך געפירט יעדן טאג צו גיין צום טייך אויסער דעם שטאט זיך צו טובל'ן, איין טאג ווען ער איז אנגעקומען צום טייך, האט ער דארט געטראפן א גוי'שע קינד וואס האט געהאט א כלי פיל מיט דינרים, און ער האט אן געטראגן צו פארקויפן דאס גאנצע שיסל פאר 10 גאלדענע רענדליך, האט די צדיק געזאגט אז ער האט נאר 5 גאלדענע רענדליך, דער קליינער גוי האט מסכים געווען און דאס פארקויפט פארן צדיק,

דער צדיק האט זיך זייער געפרייט אויף די מציאה וואס דער גרויסער באשעפער האט אים צו געפירט, וואס ער קען פון דעם האבן עשירות אויף דורי דורות, און וועט קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש ראיגערהייט, אבער דער צדיק האט זיך בארעכענט און געזאגט צו זיך, בערל בערל דער בעל דבר האט דיך פארכאפט, ווייל פון יעצט און ווייטער וועסטו זיין פארנומען מיט די געלט, און עס וועט דיך אוועק נעמען פון דיין עבודת השם, און ביי זיך געטראכט, צו נעמען פאר זיך איז נישט קיין אפציע, ווייל עס וועט אים שטערן פון זיין עבודת השם, און ארויס ווארפן דאס געלט איז דאך בעל תשחית,

האט דער צדיק געבעטן דעם גוי אז ער וויל צוריק צוען פון דעם געשעפט, און צוריק געגעבן דאס גאנצע געלט פאר דעם גוי, און צוריק גענומען זיינע 5 גאלדענע רענדליך, און אים געזאגט אז ער זאל אריינגיין אין שטאט און ער וועט זיכער טרעפן דארט א איד וואס וועט קויפן דעם שיסל מיט געלט, כך הוה דער גוי האט דארט געטראפן איינער וואס האט דאס אפ געקויפט, און יענער איז זייער נתעשר געווארן, פון דעם קען מען זעען ווי דער צדיק האט געקענט באשטיין צו לעבן אין דחקות, נאר כדי ער זאל קענען דינען דעם באשעפער.

דער צדיק האט געהאט א מנהג יעדן שבת ביינאכט איז ער אויף געווען די גאנצע נאכט און זיך נישט געלייגט, און געזאגט בזה"ל, "אויב די גאנצע וועלט שלאפט, דאן ווער וועט אויף זיין און לערנען, און דערפאר ברויך איך בלייבן אויף די גאנצע נאכט".

דער צדיק וקדוש איז געווען מפורסם אלס א בעל מופת עצום און א גרויסע פועל ישועות, אידן האבן געזען גרויסע מופתים בי דעם צדיק און זענען געהאלפן געווארן מיט גרויסע ישועות חוץ לדרך הטבע, דער צדיק האט זיך אמאל אויס געדריקט צו זיין תלמיד דער הייליגער תפארת שלמה מראדומסק זי"ע בזה"ל "אז ער איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, צו ווייזן אז עס איז דא א באשעפער", און דער תפארת שלמה זי"ע האט אמאל געזאגט, "אז זיין רבי מראדושיץ איז דער צווייטער בעל שם",

דער צדיק דער הייליגער ראדושיצער זי"ע איז געווען א גרויסע מתנגד פון די אלע תפילות וואס אידן האבן אליין מחבר געווען און נישט פון א מקור פון א צדיק מדורות הראשונים, דערפאר האט דער צדיק אליין איבער געזעצט דעם תפילה פונעם נועם אלימלך זי"ע אויף אידיש, כדי זיינע טעכטער און אייניקלעך זאלן האבן א תפילה וואס האט א מקור פונעם הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל, דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך ניקל »

ער האט געהאט תלמידים גדולים וצדיקי הדור ובתוכם,

תלמיד מובהק הרה"ק רבי שלמה בעל תפארת שלמה מראדומסק זי"ע,
הרה"ק רבי נתן דוד משידלובצא זי"ע,
הרה"ק רבי חיים מאיר יחיאל השרף ממוגלניצא זי"ע,
הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע,
הרה"ק רבי יוסף ברוך דער גוטער איד מניישטאט זי"ע,
הרה"ק רבי ארון קראקאווער זי"ע,
הרה"ק רבי יחזקאל בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע,
הרה"ק רבי יששכר דוב בעריש טורנהיים בעל עבודת יששכר מוולברוז זי"ע,
הרה"ק רבי יעקב צבי מפוריסוב זי"ע,
הרה"ק רבי אלימלך שפירא מגרודז'יסק זי"ע,
הרה"ק רבי יעקב בידערמאן מאפטא זי"ע,
הרה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע,
הרה"ק רבי יהושע אשר מזעליחוב זי"ע,
הרה"ק רבי עמנואל מפשעדבורז זי"ע,
הרה"ק רבי הלל מראדושיץ זי"ע,
הרה"ק רבי ירחמיאל מפשיסחא זי"ע,
הרה"ק רבי חיים דוד דאקטאר מפיעטרקוב זי"ע,

אויך האט זיך דער צדיק וקדוש מסתופף געווען אסאך בצלו פון הרה"ק היהודי הקדוש מפשיסחא זי"ע, דארט האט ער אסאך געלערנט תורה ביין הייליגען צדיק מפשיסחא, דער יהודי הקדוש האט זיך אמאל נאכן פאר לערנען א טיפע פלפול אויס געדריקט בזה"ל, "אין הימל איז אסאל מער חשוב דאס תהילים פון בערל בטלן, מער ווי אלע אונזערע פלפולים חריפים בתורה",

בשנת תקפ"ה נאכן פטירה פון זיין פעטער רבי זונדל מראדושיץ זי"ע איז ער געווארן רב אין שטאט ראדושיץ, און נאכן פטירה פון הרה"ק רבי ישעי' מפשעדבורז זי"ע איז ער אויך געווארן רב אין שטאט פשעדבורז, אבער ער איז געבליבן וואוינען אין ראדאשיץ ביז צו זיין פטירה, דער צדיק איז גאר שנעל געווארן מפורסם, טויזענטער אידן זענען געהאלפן געווארן דורך א ברכה פון דעם צדיק, טויזנטער מעשיות זענען דא פון מענטשן וואס האבן געזען אפענע מופתים ביי דעם צדיק,

צדיקי דורו האבן געשיקט אידן צו גיין נעמען א ברכה, און אפילו נאר זען דעם צורת קדשו פון דעם צדיק, און ווי מען זעהט די ווערטער וואס הגה"ק רבי משה יעקב שארף אב"ד אושפיצין זי"ע שרייבט אין זיין ספר שערי יושר, בזה"ל "כל מי שיש לו גיד ישראלי יכתת רגליו ואף להלוך על כפיו למקום המקודש הלזה ולראות בנועם זיו קדושת אדמו"ר",

הרה"ק רבי מענדעלע מקאצק זי"ע וואס איז געווען א מתנגד פון חסידות, האט געשיקט א שליח מיט א קוויטל צום צדיק זיך מזכיר זיין פאר א רפואה, ווען ער איז געווען קראנק, אויך להבדיל גוים האבן געוויסט צו זאגן פון דעם צדיק, און זענען געקומען זיך מזכיר זיין ביי דעם צדיק וקדוש,

נישט אימזינסט האט מען דעם צדיק גערופען "סבא קדישא" און אויך מיטן נאמען "דער צווייטער בעל שם", ווייל מען האט געזען מופתים ביי דעם צדיק אזוי ווי אין די צייטן פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע, און ווי דער צדיק האט אמאל מעיד געווען מרוב ענוותנותו, אז די מופתים וואס מען זעט ביי אים, זענען ענליך צו וואס מען האט געזען ביים הייליגען בעש"ט זי"ע, און זיין גאנצע קומען אויף די וועלט איז נאר "לגלות את אלקותו יתברך בעולם",

ביי די גרויסע חתונה אין שטאט אוסטילא וואס מען האט גערופען "דער אוסטילער חתונה", ווי די אייניקל פון הרה"ק מאפטא זי"ע האט חתונה געהאט מיט די אייניקל פון הרה"ק רבי מרדכי מנעשכיז זי"ע, זענען דארט געווען איבער זיבעציג גדולי הדור, און וויבאלד דער הייליגער אפטא רב איז דאך געווען פון די זקני הדור, האט מען אים אפ געגעבן גרויס כבוד,

נאך די חתונה איז דער אפטער רב איינגעשטאנען אונעם זעלבן גאסט הויז ווי זיין תלמיד דער ראדעשיצער זי"ע, האט ער געהערט ווי זיין רבי דער אפטער רב זאגט צו זיך בלב נשבר "איך האב מורא, ווער ווייסט אויב מיט די גרויסע כבוד וואס מען האט מיר צוגעטיילט יעצט דא ביים חתונה, האב איך שוין באקומען מיין חלק אין עולם הבא",

האט דער הייליגער ראדעשיצער געזאגט פאר זיין רבין בזה"ל, "לויט ווי דער רבי האט אונז געלערנט ווי גוט דער אויבערשטער איז, גלייב איך נישט אז ער זאל אזוינס טון מיטן רבין" האט זיך דער אפטער רב בארואויגט און הנאה געהאט פון די תשובה פון זיין תלמיד.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל, דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך ניקל »

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,

הרה"ק רבי ישראל יצחק מראדושיץ זי"ע, ממלא מקום אביו,
הרה"ק רבי מאיר משידלובצא זי"ע,
הרה"ק רבי ברוך זי"ע,
בתו הרבנית הצדקת מרת פרלה ע"ה, אשת ביווג ראשון הרה"ק רבי יצחק פינקלר מראדושיץ זי"ע,
בתו הרבנית הצדקת מרת מרים ע"ה, אשת בזיווג שני הרה"ק רבי יצחק פינקלר מראדושיץ זי"ע,

דער הייליגער ראדושיצער איז איינמאל קראנק געווארן, האט ער געזאגט אז די דרך העולם איז אז ווען א מענטש ווערט חלילה קראנק, דארף מען זיך מתוודה זיין און מאכן א חשבון הנפש וואס מען דארף מתקן זיין, האט ער געזאגט "אויב וועל איך זאגן אז איך האב געזינדיגט" טאר מען דאך נישט זאגן קיין ליגענט, אויב וועל איך זאגן אז איך האב ממעט געווען אין עבודת השם, דאס קען איך אויך נישט זאגן, ווייל איך האב געטון אלעס וואס איז געווען אין מיין יכולת צו דינען דעם גרויסען באשעפער,

נאר איין זאך וואס איך קען יא טון איז, איך קען אויף מיר מקבל זיין, אז מהיום והלאה וועל איך דינען דעם גרויסן באשעפער בלתי לד' לבדו, ווייל דאס איז אן עבודה וואס האט נישט קיין סוף, ווייל אנקומען צו משיג זיין דעם גדלות הבורא איז דאך אן קיין סוף, און דאס נעם איך מיך אינטער פון יעצט און ווייטער, כך הוה דער צדיק איז טאקע געזונט געווארן און נאך געלעבט 20 יאר.

בשנת תר"ג ח"י סיון ערב שבת קודש בהעלותך פאר זיין הסתלקות, האט דער צדיק געבעטן מען זאל ברענגן די צדקה פושקעס פון רבי מאיר בעל הנס און די פושקע פון חברה ביקור חולים, און דער צדיק האט ארויס גענומען אפאר מטבעות און געגעבן צדקה, צו מקיים זיין וואס עס שטייט "צֶדֶק לְפָנָיו יְהַלֵּךְ וְיָשֵׂם לְדֶרֶךְ פְּעָמָיו",

נסתלק לגנזי מרומים ח"י סיון בשנת תר"ג ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, די לוי' איז פאר געקומען זונטאג כ' סיון, צדיקי דורו זענען געקומען באגלייטן דעם צדיק למקום מנוחתו אין ביה"ח אין ראדושיץ,

נאכן פטירה האט מען אונעם אוהל אריין געברענגט דעם טיש וואס דער צדיק האט גענוצט בחייו צו מקבל זיין דעם קהל, און אידן האבן פון דעם טיש אראפ גענומען שטיקלעך, און מען האט פון דעם געזען גרויסע ישועות, ליידער האט א שריפה אויס געבראכן אונעם אוהל אפאר יאר בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה און דער טיש איז אינגאנצן פארברענט געווארן.

צדיקים האבן דאן געזאגט "ווער ווייסט וואסערע שווערע צייטן קומט אויף כלל ישראל, און ליידער האט טאקע אפאר יאר שפעטער אויס געבראכן די צווייטע וועלט מלחמה, ווי מיליאנען אידן זענען ליידער אומגעקומען אויף קידוש השם.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל, דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך ניקל »

בעפאר די הסתלקות האט דער הייליגער ראדאשיצער זי"ע געזאגט בזה"ל, "יום יבוא ויגיע שאנשים יגיעו, יבקשו ישועה, לא ישמעו תשובה ויוושעו", האבן די צדיקים געזאגט אז די כוונה פונעם צדיק איז געווען, אז נאך זיין פטירה, זאל מען וויסן אז די וואס וועלן קומען צו זיין ציון, אפילו עס וועט אויסזעהן ווי ער הערט זיך נישט צו, וועלן אבער אידן זעהן ישועות ונפלאות עד אין סוף,

עס איז מקובל פון צדיקים אז אנצינדן א ליכט לעילו נשמת הרה"ק רבי ישכר בער ב"ר יצחק מראדושיץ זי"ע, און געבן 19 פרוטות פאר צדקה, און זאגן דעם פסוק "כִּי גוֹי אֹבַד עֵצוֹת הֵמָּה וְאֵין בָּהֶם תְּבוּנָה", איז א סגולה צו פטור ווערן פון א גוי וואס מאכט אן צרות וכדומה, אויך ברענגט מען פון צדיקים אז דאס איז א סגולה לכל מיני ישועות.

איינמאל האט א מקורב וואס האט כסדר באדינט דעם צדיק מראדושיץ, געבעטן פאר א סגולה אויף פרנסה, האט דער צדיק געזאגט אז דאס איז מרומז אין די תורה "וַעֲבַדְתֶּם אֵת ד'-וּבֵרַךְ אֶת לַחְמְךָ וְאֶת מֵימֶיךָ וַהֲסִרֹתִי מַחֲלָה מִקִּרְבֶּךָ", זאגט דער צדיק "וַעֲבַדְתֶּם אֵת ד'", איז קעגן תפלה און עס שטייט דאך בלשון רבים, וואס דאס מיינט דאווענען בציבור, און דאן שטייט וּבֵרַךְ אֶת לַחְמְךָ וואס דאס מיינט אז עס ברענגט פרנסה און א ברכה פונעם באשעפער, און דאן שטייט וַהֲסִרֹתִי מַחֲלָה מִקִּרְבֶּךָ אז דאס ברענגט אויך ישועות און רפואות.

אויך פארציילט מען הונדעטער ישועות וואס דער צדיק האט משפיע געווען, איינעם דורך געבן שיריים, און איינעם דורך געבן וואסער פונעם קוואל פונעם חצר פונעם צדיק, ווען דער צדיק האט געזעהן ווי דער עולם וואונדערט זיך אויף די אלע מופתים, האט דער צדיק געזאגט מיט א פשטות, עס שטייט דאך, "וַעֲבַדְתֶּם אֵת ד'-וּבֵרַךְ אֶת לַחְמְךָ וְאֶת מֵימֶיךָ וַהֲסִרֹתִי מַחֲלָה מִקִּרְבֶּךָ", אז אויב דינט מען דעם גרויסן באשעפער אזוי ווי עס שטייט אין די תורה, דאן בענטשט דער באשעפער די וואסער און די עסן, און דאס ברענגט ישועות און רפואות.

איינמאל איז א פרוי געקומען זיך מזכיר זיין פאר א ישועה און געזאגט, אז קודם איז דער באשעפער און דערנאך קומט דער רבי, האט דער צדיק א שריי געגעבן בזה"ל, "השי"ת מקודם, השי"ת באמצע, והשי"ת בסוף" אלעס אלעס איז דער אויבערשטער,

הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זי"ע, האט דערציילט בשם זיין זיידע הרה"ק רבי שלום השר שלום מבעלזא זי"ע וואס האט געזאגט אויפן הייליגען ראדעשיצער זי"ע, "ער איז א פלאם פייער פארן אויבערשטען", און הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע האט געזאגט פאר אידן וואס זענען געקומען זיך מזכיר זיין, "עטץ מיינטס אז איך בין אזוי ווי דער צדיק רבי ישכר בער מראדושיץ זי"ע",

א חשוב'ער איד וואס האט נישט געהערט צו די חסידים, ער איז געווען פון די מתנגדים צום דרך החסידות, איז אמאל געקומען צום "סבא קדישא" פון ראדאשיץ, בשעת ער האט געפירט א סעודת ראש חודש מיט זיינע חסידים, האט דער צדיק געפרעגט דעם "מתנגד", פארוואס פירן זיך נישט די "מתנגדים" צו פראווען א סעודת ראש חודש, ס'איז דאך א בפירוש'ע הלכה אין שולחן ערוך (אורח חיים סימן תי"ט), "מצוה להרבות בסעודת ראש חודש",

דער "מתנגד" האט געשוויגן און נישט געענטפערט, האט דער צדיק געזאגט, איך וועל דיר זאגן דעם טעם, דער חילוק צווישן א חסיד און א מתנגד איז, דער מתנגד, ווען ער טוט א מצוה, ווייסט ער אז ער האט געטוען א מצוה, און ער לייגט דאס אוועק צווישן די מצוות. און אויב חלילה פאלט ער דורך מיט אן עבירה, ווייסט ער אז ער האט געזינדיגט, און ער לייגט עס צווישן די עבירות,

אבער דער חסיד איז שטענדיג פול מיט ספיקות, שטענדיג דאכט זיך אים אז ער זינדיגט, און אפילו ווען ער טוט א מצוה, צווייפלט ער צי ער האט דאס געטוען בשלימות, אפשר האט ער געהאט א פניה, אפשר האט ער נישט געהאט די ריכטיגע כוונה, חז"ל זאגן דאך (חגיגה כז.), "בזמן שבית המקדש קיים המזבח מכפר, ועכשיו שולחנו של אדם מכפר עליו, ווען דאס בית המקדש איז געשטאנען, האט דער מזבח מכפר געווען, און יעצט, איז דער טיש פון א מענטש, וואו ער עסט זיינע סעודות, מכפר אויף אים,

עס איז דאך א בפירוש'ע משנה אין מסכת שבועות (פ"א מ"א), "שעירי ראשי חדשים מכפרים על שאין להם ידיעה לא בתחילה ולא בסוף" אז די קרבנות פון ראש חודש זענען מכפר אויף די עבירות וואס מען ווייסט נישט פון זיי, נישט פאר דעם און נישט נאכדעם, דערפאר זענען די חסידים מער אפגעהיטן אין סעודת ראש חודש, כדי מכפר צו זיין אויף זייער זינד וואס זענען פאר זיי אומבאקאנט, דער "מתנגד" האט הנאה געהאט פון דעם הסבר, און ער איז געווארן א גרויסע חסיד פונעם הייליגן ראדאשיצער זי"ע, און יעדן ראש חודש בשעת ער פלעגט אפרעכטן די סעודה, פלעגט ער איבער זאגן דעם דבר תורה פונעם ראדאשיצער זי"ע,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל, דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך ניקל »

אין א שטעטל, נישט ווייט פון לובלין, האט געוואוינט א איד ר' נחום דער ר' נחום האט געהאט א ביטערע צרה, די קינדער וואס זענען ביי אים געבוירן, האבן נישט איבער געלעבט זייער ברית, עטליכע קינדער זענען ביי אים אוועק פון די וועלט, ווען זיי האבן אויסגעבלוט נאכן זיי אריין ברענגען בבריתו של אברהם אבינו ע"ה,

ווען עס איז צו ר' נחום נאכאמאל געבוירן געווארן א יונגל, איז ר' נחום אריין געגאנגען צום הייליגן חוזה פון לובלין און זיך געבעטן, רבי, העלפט מיר אז כ'זאל קענען אריין ברענגען מיין זון תחת כנפי השכינה, מיט'ן מקיים זיין די מצוה פון ברית מילה, און עס זאל אים גארנישט שאדן,

דער הייליגער חוזה האט אים געזאגט, אויב מיין תלמיד ר' בערל דער ראדאשיצער רבי וועט זיין דער סנדק פונעם קינד ביים ברית, וועט דאס קינד איבערלעבן דעם ברית, און אלעס וועט זיין גוט, אבער יענע צייט איז דער הייליגער ראדאשיצער נאכנישט געווען מפורסם אלץ א צדיק, דעריבער האט ר' נחום געוואוסט אז עס וועט אים נישט אזוי לייכט אנקומען אז ר' ישכר בער זאל אן נעמען צו זיין סנדק,

נאכדערצו אויב ער וועט וויסן אז דורך אים דארף ארויס קומען א מופת מיט'ן קינד. דעריבער, איז ר' נחום געגאנגען צו דער יוד הקדוש פון פשיסחא זי"ע, וואס ער איז אויך געווען פון די תלמידים פונעם חוזה, און ר' נחום האט געבעטן אז דער יהודי הקדוש זאל איינבעטן רבי ישכר בער אז ער זאל זיין סנדק אויפ'ן ברית פון זיין ניי געבוירן קינד,

דער יהודי הק' האט געזאגט פאר ר' נחום, אז ער וועט אים צוליב טון, און ווען עס איז געקומען די נאכט פאר'ן ברית, איז דער יהודי הק' געקומען צו רבי ישכר בער, און אים געזאגט אז ער דארף ארויספארן צו א ברית פון א איד, וואו מען דארף אויפטון גרויסע זאכן, און ער האט אים געבעטן אז ער זאל מיט אים מיט פארן, רבי ישכר בער האט מסכים געווען נישט וויסנדיג אז מען ווארט טאקע אז 'ער' זאל אויפטון גרויסע זאכן,

ווען דער 'קוואטער' האט אריינגעברענגט דאס קינד צום ברית, האט זיך דער יוד הק' געוואנדן צו רבי ישכר בער און געזאגט, ר' בערל, אצינד וועל איך אייך זאגן, וואס איז די גרויסע זאך וואס מען דארף דא אויפטאן, איר וועט דא זיין דער סנדק, און אזוי ווי איך גיב אייך איבער א לעבעדיגע קינד, זאלט איר צוריק געבן דאס קינד לעבעדיג,

רבי ישכר בער האט זיך אנגעהויבן איינ'טענה'ן אז ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים, און ער איז נישט ראוי צו זיין סנדק, אבער דער יהודי הק' האט אים געזאגט אז דער רבי פון לובלין האט געהייסן אז ער זאל זיין סנדק, האט ער בלית ברירה מסכים געווען,

בשעת דער מוהל האט גע'מל'ט דאס קינד אויפ'ן שויס פונעם הייליגן ראדאשיצער, זענען צוויי שנירלאך פון טרערן געפלאסן אן א אויפהער, פון די הייליגע אויגן פונעם ראדאשיצער, און די טרערן האבן נאכאנאנד געוואשן דאס פנימ'ל פונעם רך הנימול און די בלוט האט זיך אפ געשטעלט, נאכ'ן ברית האט דער ראדאשיצער געוואונטשן 'מזל טוב' פאר'ן אבי הבן, און אים געזאגט אז עס איז שוין נישט דא אויף וואס זיך צו זארגן,

בשעת די צדיקים זענען געזעצן ביי די סעודת ברית, איז די מאמע פונעם קינד אריינגעלאפן מיט א יאמערליכן געוויין, אז עס האט זיך ווידער גענומען שטראמען בלוט פונעם קינד און אט אט גייט ער אויס, ווי זיינע עלטערע ברודער, דער הייליגער ראדאשיצער האט צוגעמאכט זיינע אויגן און זיך שטארק פאר'דביקות'ט פאר עטליכע מינוט, און דערנאך זיך אנגערופן, זייט רואיג אלעס וועט זיין גוט, אזוי איז טאקע געווען דאס קינד האט מאריך ימים ושנים געווען געזונטערהייט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל, דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך ניקל »

א מעשה וואס איז געשען אפאר יאר צוריק, א איד האט געהאט דריי קינדער אין די יארן פון שידוכים, צוויי בחורים און איין מיידל, די קינדער וואקסן ארונטער אבער דערווייל איז שא שטיל אויפן טעלעפאן טרייבל, קיין שדכנים רופן נישט, די צייט ריקט זיך און דער איד ווייסט נישט ווי זיך אהין צו טאן,

האט אים א גוטער חבר מציע געווען, רבי איד כאפט אייך אריבער צום ציון פונעם ראדעשיצער צדיק, אידן זעהן דארט גרויסע ישועות, נאך אסאך קווענקעלנישן האט די אמונת צדיקים גובר געווען, און דער איד האט זיך איינגעהאלדענט טיקעטס קיין ראדאשיץ, אבער ווי עס איז באקאנט קומט יעדע גוטע זאך אן שווער, און דער איד האט געהאט פראבלעמען ביים גרעניץ ארויס צו גיין, און די איינגעשטעלטע האבן אים נישט געוואלט לאזן גיין צוליב פראבלעמען מיט זיין פאספארט,

דער איד האט געוויסט דעם סגולה פונעם ראדעשיצער, אז ווען מען האט א פראבלעם מיט א גוי זאל מען געבן 19 פריטות לעילו נשמת דעם צדיק און זאגן די פסוק "כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבונה", האט דער איד געטון דעם סגולה, און וואונדער איבער וואונדער דאן האט זיך געטוישט דער לופטפעלד שטאב, און דער גוי גיבט אים א פרעג, וואס טוסטו נאך דא איר זענט דאך באשטעטיגט אריבער צו גיין, גייט ארויף אויפן פליגער,

שטייענדיג דארט ביים ציון האט דער איד געטראפן דעם גבאי קודש פונעם ציון הרה"ח ר' ישראל יושע מענצער נ"י, און ר' ישראל יושע דערציילט אים אז פאר א סכום געלט צינט ער יעדע וואך א ליכט און דערמאנט אלע משתתפים וואס זענען מחזק דעם ציון הקדוש פונעם צדיק, דער איד האט גלייך זיך אנגעשלאסן מיט א שיינעם סכום להחזקת מקום קדוש, און זיין נאמען ווערט דערמאנט יעדע וואך ביים ציון קדשו, אייניגע וואכן נאכן צוריק קומען האט דער איד געבראכן טעלער פארן ערשטען זוהן בשעה טובה ומוצלחת למזל טוב, און עס איז נישט אריבער עטליכע חדשים און דער איד ברעכט טעלער ביים צווייטען זוהן בשעה טובה ומוצלחת,

די קומענדיגע כ"א אדר איז דער איד געפארן צום יארצייט פונעם הייליגען נועם אלימלך זי"ע און פארשטענליך האט ער זיך אריבער געכאפט צום הייליגען ראדאשיצער, און דארט אפ געגעבן א שבח והודאה פארן גרויסע באשעפער אויף די וואונדער, און פארשטייט זיך אויך תורם געווען א שיינע סכום להחזקת ציון קודשו פונעם הייליגען ראדאשיצער זיך צו באדאנקען פאר די ישועה און בעטענדיג א ישועה אויך פארן טאכטער זאל א כלה ווערן, לפלא דעם קומענדיגן ח"י סיון איז דער איד געפארן צו ציון פונעם הייליגען ראדאשיצער, שוין אפגעבענדיג א יישר כח פאר די שידוך פונעם טאכטער בשעה טובה ומוצלחת.

ווערט דערציילט א מעשה נפלא, א איד האט ליידער געהאט א קינד וואס איז אים אראפ פון אידישן וועג און ער איז ליידער אזוי פארקראכן אז ער איז אנטלאפען פון שטוב, מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער פון דעם טאטען און מאמע, פאר א לענגערע צייט האבן די עלטערן נישט געוויסט ווי דאס קינד איז, צו ער לעבט אדער נישט, איין טאג טרעפט אים א חבר זיינער און דער איד רעדט זיך אויס זיין הארץ מיט די צרה וואס האט אים באטראפן מיטן זון,

זאגט אים דער חבר זיינער, יעצט ח"י סיון גייט זיין די יארצייט פונעם הייליגען סבא קדישא מראדושיץ זי"ע, אידן זעהן ביי דעם ציון גרויסע ישועות און מופתים, כאפ דיך אריבער צום יארצייט און וויין דיך גוט אויס פאר א ישועה, דער איד האט זיך אריבער געכאפט קיין ראדושיץ צום יארצייט פונעם צדיק און ער האט זיך דארט אויס געגאסען דאס הארץ מיט די צרה וואס האט אים ליידער באטראפן, און ער האט איינגעריסן ביים ציון פונעם צדיק פאר א ישועה,

נישט צום גלייבן, אבער שטייענדיג ביים ציון פונעם צדיק וקדוש, קלינגט די טעלעפאן ביי אים אין שטוב, און אויף די אנדערע זייט פונעם טרייבל איז זייער זון, ער פרעגט די מאמע'ן "ווי איז טאטי יעצט", די מאמע גלייבט נישט וואס זי הערט, ווי לאנג וארטן שוין די עלטערן אז דער זון זאל פרעגן די פראגע, זאגט די מאמע פארן זון, אז טאטי איז געפארן קיין ראדושיץ מתפלל זיין, זאגט דער בחור פארן מאמע, אז ער וויל זייער גיין אפ נעמען טאטי פונעם עירפארט,

דער טאטע קומט אראפ פונעם פלעין און זיין בחור ווארט אים אפ אנגעטון גאנץ לאטיש, און וואונטשט אן דעם טאטן, אז ער זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס, וואונדער איבער וואונדער נישט לאנג נאכדעם איז דער בחור נתהפך געווארן צו א אנדערע מענטש, און אפאר יאר שפעטער האט ער ב"ה חתונה געהאט און אויף געשטעלט א אידיש שטוב, אלעס מיטן גרויסן כח פון סבא קדישא מראדושיץ זי"ע וואס האט בחייו און עד היום מבטל געווען גזירות און געברענגט ישועות חוץ לדרך הטבע,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל, דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע האט פארציילט אז אין ווארשא איז געווען א איד ליידער א משכיל, וואס איז קראנק געווארן אויף די אויגן און עס איז געווארן ערגער און ערגער, מען האט דעם איד צו גערעדט אז ער זאל אריבער גיין צום הייליגען ראדאשיצער זי"ע, און ער וועט געהאלפן ווערן מיט א ישועה, פארשטייט זיך אז דער משכיל האט בשום אופן נישט געוואלט גיין, אבער נאך אסאך בעטן האט ער מסכים געווען און אריבער צום צדיק,

ווען ער איז געקומען האט דער צדיק געהייסן, אז ער זאל קומען בשעת דער צדיק עסט ארוחת ערב, איז דער איד געקומען צום צדיק, האט דער צדיק אים געפרעגט, אויב ער גלייבט אז עס איז דא א בורא עולם וואס קען אים אויסהיילן די אויגן אין איין רגע און אים מאכן צוריק זעהן, דער משכיל האט נישט געענטפערט, האט דער צדיק גענומען א פריסת חלה און אריבער געפירט אויף זיינע אויגן, און לפלא יענע רגע האט דער איד אנגעהויבן זעהן כאחד אדם,

אבער נאך אפאר מינוט האט דער צדיק נאכאמאל אריבער געפירט דעם פריסת חלה אויף זיינע אויגן, און דער איד איז צוריק בלינד געווארן, און דער צדיק האט געזאגט, איך האב דיר נאר געוואלט ווייזן אז עס איז דא א בורא עולם וואס פירט די וועלט, אבער וויבאלד די ווילסט נישט גלייבן אונעם באשעפער, וועסטו נישט זוכה זיין צו א רפואה.

עס איז געווען א נגיד וואס האט באקומען א מכה אויף זיין קאפ, און די דאקטורים האבן געזאגט אז דאס איז א שרעקליכע סכנה וויבאלד עס קען צו קומען צום מח, און זיי האבן נישט געקענט געפינען קיין רפואה דערפאר, איז דער איד געפארן צום הייליגען ראדאשיצער זי"ע, און ווען דער צדיק האט געזען דעם מכה, האט ער גענומען פונעם שאפע א זאלב וואס דער צדיק האט גערופען "מוש", און דער צדיק האט אנגעשמירט דעם זאלב אויף א שמאטע, און געהייסן דעם איד דאס ארום בינדען אויף די מכה און עס לאזן דארט פאר א מעת לעת,

די קומענדיגע טאג איז דער איד צוריק געקומען און מען האט דעם שמאטע אראפ גענומען און עס האט שוין אויס געזעהן אסאך בעסער, האט דער צדיק געזאגט אז ער זאל דאס לאזן פאר נאך א טאג, און די קומענדיגע טאג האט מען געזען אז די מכה איז אינגאנצן פארהיילט געווארן,

איז דארט געווען הרה"ק רבי נתן דוד משידלובצא זי"ע, און ער האט געבעטן דעם הייליגען ראדאשיצער, אז ער וויל האבן אביסל פון די זאלב "מוש" ווייל עס העלפט אויס היילן אן אויסשלאג, האט דער הייליגער ראדאשיצער געזאגט, און דעם זאלב געפינט זיך גארנישט ספעציעל אדער א געמיש פון רפואות, נאר אזוי ווי עס איז א מנהג צו עסן ראש השנה ביינאכט עפל מיט האניג, האב איך צעריבן די איבער געבליבענע עפל, און מיט דעם האב איך געמאכט די רפואה.

ווי באקאנט ווען דער הייליגער סבא קדישא מראדושיץ זי"ע האט נאך געוואוינט אין שטאט טאמשוב, האט קיינער נישט געוויסט זיין גדלות און זיין גרויסע כוח, און דערפאר האט מען דעם צדיק געריפן מיטן נאמען "בערל דער בטלן", צדיקים האבן אויף דעם מליץ יושר געווען און געזאגט, אז דער נאמען מיינט "אז דער צדיק מראדושיץ איז געקומען אויף דער וועלט צו "מבטל" זיין גזירות קשות פון אויף אידישע קינדער",

איינמאל איז א איד וואס האט ליידער זייער געליטן אויפן מאגן און ער איז געווען שטארק קראנק, געקומען צום הייליגען סבא קדישא מראדושיץ זי"ע, און דער איד האט זיך מזכיר געווען פארן צדיק אז ער זאל האבן א רפואה, האט דער הייליגער ראדושיצער זי"ע געזאגט, עס שטייט אין די תורה (דברים י"ח ג') הַזְּרעַ וְהַלְּחָיַיִם וְהַקֵּבָה, האט דער צדיק אריין געטייטשט אזוי, וְהַלְּחָיַיִם מען קען לעבן געזונט, וְהַקֵּבָה אפילו מיט אזא מאגן, לפלא האט דער איד גלייך געהאט א רפואה שלימה און געזונט געווארן,

איינמאל איז דער הייליגער ראדעשיצער זי"ע געווען אין שטאט לובלין, האט מען אים געברענגט א זייגער פונעם הייליגען חוזה מלובלין זי"ע, האט דער ראדעשיצער געזאגט, עטץ הערט נישט וואס דער זייגער זאגט, עס האלט און איין שרייען "נאך א מינוט נענטער צו ביאת המשיח",
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל, דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך ניקל »

איינמאל איז הרה"ק רבי יצחק מווארקא זי"ע קראנק געווארן, האט ער געשיקט א קוויטל צום ראדאשיצער זי"ע און זיך מזכיר געווען פאר א רפואה, האט דער ראדאשיצער געשיקט מיטן שליח א שטיקל קאצקא צוקער און געהייסן, אז דער רבי יצחק זאל פון דעם עסן און ער וועט האבן א רפואה,

דער רבי יצחק האט גענומען דעם צוקער און געזאגט בזה"ל "הנני מוכן ומזומן לקיים מצות עשה, לשמוע דברי חכמים" און ער האט געגעסן א שטיקל פונעם צוקער, גלייך איז אים בעסער געווארן, און אזוי האט ער געגעסן דעם צוקער, און ווען ער האט גענדיגט אויפעסן דעם גאנצן צוקער איז ער אינגאנצן געזונט געווארן.

הרה"ק השרף ממאגלניצא זי"ע איז אמאל קראנק געווארן, און ער האט געשיקט אז מען זאל אים מזכיר זיין ביים הייליגען ראדאשיצער זי"ע, האט דער ראדאשיצער געזאגט אז ער נעמט אויף זיך די מחלה, און דער הייליגער מאגלניצער איז טאקע געזונט געווארן, אבער דער ראדאשיצער איז קראנק געווארן,

אבער נאך א שטיק צייט איז דער ראדאשיצער אויך געזונט געווארן, האט דער רבי יצחק מווארקא זי"ע געזאגט אויף דעם פשט אונעם ברכה, "בָּרוּךְ פּוֹדֶה וּמַצִּיל" וואס מיינט אז קודם האט דער צדיק פּוֹדֶה געווען דעם מאגלניצא רבי, און דערנאך וּמַצִּיל האט דער צדיק דער ראדאשיצער זיך מציל געווען.

איינמאל איז א איד פון שטאט קאצק געקומען צום רבין פון ראדאשיץ און זיך זייער באקלאגט אז ער האט נישט קיין פרנסה, און וואס ער פראבירט איז ער נישט מצליח, דער צדיק האט גלייך געפרעגט דעם איד אויב ער איז נזהר צו זאגן תחנון יעדן טאג, דער איד האט זיך געשעמט און נישט געוואלט עטפערן, אבער דער צדיק האט נאכאמאל איבער געפרעגט, און דער איד האט מודה געווען אז ער זאגט נישט קיין תחנון ביים דאווענען שחרית,

האט דער צדיק געפרעגט דעם איד פון ווען ער זאגט שוין נישט קיין תחנון, האט דער איד מודה געווען אז נאך פון זיין יוגענט האט ער אויף געהערט זאגן תחנון, האט דער צדיק געהייסן דעם איד מאכן א חשבון פונקטליך וויפיל מאל ער האט אויס געלאזט תחנון, און ער זאל דאס אלעס משלים זיין, און אויך זאל ער זיך פארנעמען, אז מהיום והלאה וועט ער יעדן טאג זאגן תחנון, און ער וועט אי"ה מצליח זיין אין פרנסה,

דער איד האט שווער געארבעט פאר אפאר וואכן צו משלים זיין אלע טעג וואס ער האט נישט געזאגט קיין תחנון, און כך הוה ווען ער האט דאס אלעס משלים געווען האט זיין הצלחה אנגעהויבן שיינען און ער האט געהאט פרנסה ברווח און געבליבן א חסיד פונעם צדיק פון ראדאשיץ זיין גאנץ לעבן.

דער צדיק וקדוש דער סבא קדישא מראזושיץ זי"ע, פלעגט צוליב זיין גרויסע קדושה און טהרה גאר שטארק מקפיד זיין, אז יעדער איד וואס איז אריין געקומען צו אים, זאל האבן געווען יענעם טאג אין מקוה, עס ווערט דערציילט, אז עס האט זיך אמאל געמאכט, אז א איד פון אן אנדערע שטאט איז געקומען צום הייליגען ראדאשיצער זי"ע, און ווי געווענליך האבן אים די גבאים געפרעגט צי ער איז געווען היינט אין מקוה. האט דער איד געענטפערט אז יא, און ער האט גענומען שלום ביים רבי'ן און געבעטן א ברכה,

נאכדעם וואס דער פרעמדער איד איז ארויס פון רבי'נס צימער, האט דער רבי געבעטן אז מ'זאל אים באגלייטן צו די מקוה, דאס אז דער רבי זאל גיין אינמיטן טאג אין מקוה איז נישט געווען קיין געווענליכע ערשיינונג, און עס איז געווען א גרויסער חידוש, מ'האט פארשטאנען אז עס האט צו טוען מיט דעם פרעמדן איד, און די שטוב מענטשן האבן זיך פארלייגט אויף דעם איד, וואס קען זיין די סיבה אז דער רבי האט דוקא יעצט געוואלט גיין אין מקוה, ביז ער האט מודה געווען אז ער איז געווען פויל צו גיין אין מקוה איידער ער איז אריין צום רבי'ן, און ווי עס זעט אויס האט דער הייליגער צדיק גלייך מרגיש געווען, אז ער איז נישט געווען אין מקוה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל, דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך ניקל »

אמאל איז געשען אז די רעבעצין פונעם הייליגען ראדעשיצער זי"ע האט ל"ע באקומען א געשוואלענעם פיס, און איז געווארן געפערליך קראנק, מ'האט געברענגט דאקטוירים, און די דאקטוירים האבן אן געמאכט א מורא, אז ס'איז פארגיפטעט און עס פארשפרייט זיך, און ממילא מוז מען חלילה ל"ע אראפ נעמען דעם פיס, כדי עס זאל זיך חלילה נישט מער פארשפרייטן, מ'האט אפילו געברענגט דאקטוירים פון אנדערע שטעט, און אלע האבן געזאגט פה אחד, אז מען מוז אראפ נעמען דעם פיס,

האט דער מאן דער הייליגער ראדאשיצער געזאגט, עס איז דאך דא דער גרויסער דאקטאר, דער בעל תשובה רבי חיים דוד דאקטאר פון פיעטריקוב, ער איז מער דאקטאר ווי אלע גרויסע דאקטוירים. האט ער געשיקט צוויי מענטשן קיין פיעטריקוב, אז רבי חיים דוד דאקטאר זאל שוין קומען צו פארן, ער איז געקומען, און ווען ער האט איר אונטער געזוכט, האט ער באשטעטיגט אז די אלע דאקטוירים זענען גערעכט, ס'איז א פארגיפטונג וואס איז גאר געפערליך, און מען מוז ל"ע אראפ נעמען דעם פיס, ס'איז נישטא קיין ברירה, און ער זאגט, "איך מוז אהיימפארן נאך די כלים כדי צו אפערירן",

איז געווען דארט, רבי ישראל הלוי, אן ערליכער איד, א גרויסער חסיד און מקורב ביים ראדאשיצער, און ווען ער האט געהערט, אז דער רבי חיים דוד דאקטאר, איז אהיים געפארן ברענגען די כלים צו מאכן אזא אפעראציע אראפצונעמען דעם פיס, איז ער אריין צום רבי'ן און ער האט אנגעהויבן צו מאכן קולות, "רבי, טויזנטער אידן קומען צום רבי'ן, און דער רבי איז א פועל ישועות פאר אלע אידן, און דעם רבינ'ס רעבעצין אליין וויל מען אראפ נעמען א פוס, איך וועל נישט אריינלאזן דעם דאקטאר, דער רבי מוז ראטעווען די רעבעצין", און ער האט אנגעהויבן צו וויינען, "מיר וועלן נישט לאזן", האט דער הייליגער ראדאשיצער געזאגט, "גייטס, לאזט מיך אליין",

דער רבי איז דאן אריין געגאנגען צו זיך אין שטוב, און ער איז דארט געזעסן א גאנצן טאג מיט טלית און תפילין פארמאכט, אוון אזוי האט ער געדאוונט שחרית, און נאכדעם האט ער געדאוונט מנחה און מעריב, ער איז געזעסן פארמאכט א גאנצן טאג, און ווען ער איז ארויס געקומען, האט ער געזאגט פאר ר' ישראל הלוי,

גיי ארויס אויפ'ן בית החיים, דארט, ביי די און די מצבה, וואקסט דארט גראז מיט אזעלכע בלומעלעך, גיי אהין, און דאן האט דער ראדעשיצער גענומען זיין חלה מעסער מיט וואס מען הייבט אן די חלה אין שבת, און ער האט עס אים אהין געגעבן, און ער האט געזאגט, מיט דעם מעסער זאלסטו אפשניידן די גראז מיט די בלומעלעך וואס וואקסן דארט, נאכדעם זאלסטו אלעס אריינלייגן אין א זעקל, און עס אהיים ברענגען, און דאס וועט זיין די רפואה,

זאגט ר' ישראל, "רבי, איך מוז זאגן דעם אמת. איך האב מורא אליין צו גיין אויפ'ן בית החיים ביינאכט", האט דער הייליגער ראדאשיצער גענומען זיין שטעקן און האט אים געזאגט, "דא האסטו מיין שטעקן, זאלסט גארנישט מורא האבן פאר קיין שום נברא, דו גייסט מיט מיין שטעקן",

רבי ישראל האט שפעטער דערציילט, אז אזוי ווי דער רבי האט אים געגעבן דעם שטעקן אין די האנט אריין, האט ער באקומען אזא כח, אז ער האט טאקע גארנישט קיין מורא געהאט, ער איז געגאנגען אליין אהין מיט אזא התחזקות, און ער האט באלד געטראפן די בלומעלעך מיט'ן גראז, אזוי ווי דער רבי האט אים אנגע'משל'ט, און ער האט עס אהיים געברענגט,

דאן האט דער הייליגער ראדאשיצער געהייסן אז מען זאל דאס אפקאכן, מען האט באלד געקאכט די גראז מיט די בלומען, מען האט דאס איינגעפאקט אין א פאטשיילע, און ער האט דאס הייסערהייט געהייסן צו לייגן צום פיס, מען האט דאס צו געלייגט, און זי האט אנגעהויבן באלד צו זאגן אז זי פילט שוין בעסער, דאס איז נאך געווען אינמיטן די נאכט, און אינדערפרי האט זי שוין געזאגט, אז עס דאכט זיך איר אז זי איז שוין אינגאנצן געזונט,

ווען רבי חיים דוד דאקטאר איז געקומען, און ער האט אונטער געזוכט די רעבעצין, האט ער געזען, אז זי איז אינגאנצן אויס געהיילט, דורך די גראז וואס איז אפגעקליבן געווארן אין בית החיים, האט רבי חיים דוד געבעטן רבי ישראל ער זאל אים גיין ווייזן די גרעזעלעך, און ער וועט אים גוט באצאלן, אבער ווען מען איז דארטן אהין געגאנגען האט מען גארנישט געפונען,

זאגט רבי חיים דוד, "הערט, א צדיק וואס האט אזא כח אין הימל, א מענטש וואס האט געהאט א בלוט פארגיפטונג, מען האט געברויכט אראפ נעמען א פיס, און אלע דאקטוירים האבן דאס געזען, און ער האט געמאכט אין איין טאג אז ס'זאל נתהפך ווערן, בלייב איך שוין דא זיצן איבער שבת", און דער רבי חיים דוד, איז שוין דאן געבליבן אין ראדושיץ און געווארן א גרויסער חסיד פון דער הייליגען צדיק וקדוש רבי ישכר בער מראדושיץ זי"ע,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל, דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך ניקל »

א חסיד איז אמאל געקומען צום סבא קדישא מראדושיץ זי"ע, און ער האט זיך אויסגעגאסן פאר אים זיין ווייטאג אז די קינדער האלטן זיך נישט ביי אים ל"ע, און ווען זיינע קינדער זענען נאך גאנץ יונג, גייען זיי שוין ל"ע אוועק פון די וועלט, האט דער סבא קדישא אים געהייסן אז ווען זיין פרוי וועט געבוירן נאך א קינד, זאל ער קומען צו אים, דער חסיד האט אזוי געטוען און ביים קומענדיגן קינד האט ער זיך צוגעאיילט צו פארן קיין ראדאשיץ,

דער צדיק האט אים געפרעגט זיין טאטנ'ס נאמען, האט דער חסיד געענטפערט, "ירמי'", האט דער רבי באפוילן אז מ'זאל א נאמען געבן פאר'ן קינד, "חיים ירמי' ", איידער ער איז אוועק געפארן פון ראדאשיץ איז דער איד נאכאמאל אריין צום רבי'ן זיך צו געזעגענען, דער צדיק האט אים נאכאמאל אנגעוואונטשן אז דאס קינד זאל בלייבן לעבן, און דער רבי האט פארענדיגט זיין ברכה מיט די ווערטער פונ'ם פסוק "ובני דן חושים", ר' יעקב יצחק האט זיך נישט געוואגט איבער צו פרעגן וואס איז דער פשט פון די ווערטער, און ער איז אהיים געפארן און האט טאקע א נאמען געגעבן חיים ירמי',

שפעטער איז דער חסיד געווארן שטארק נייגעריג, וואס דער סבא קדישא מראדושיץ האט געמיינט מיט די ווערטער "ובני דן חושים", האט ער דאס דערציילט פאר עטליכע תלמידי חכמים און חסידים אין זיין שטאט, יעדער האט געזאגט אן אנדערע פשט אין דעם, אבער די אלע פשטים זענען אים נישט אריין אין די אויערן, האט ער זיך מיישב געווען, און ער האט געשריבן דעם ענין צו זיינ'ס א שוואגער וועלכער איז געווען רב אין פרשיסחא, אבער אויך ער און זיינע חברים האבן נישט געקענט פארשטיין די כוונה פונ'ם צדיק,

אזוי איז אריבער א גאנץ יאר, צום צווייטן יאר האט ער דאס נאכאמאל פאר געלייגט פאר די תלמידי חכמים און חסידים אין זיין שטאט, האט איינער דעמאלט געזאגט פשט וואס אלע האבן מסכים געווען דערצו, אז דער צדיק האט געוואלט מרמז זיין אז אפילו אז דן האט נאר געהאט איין זון חושים, שטייט אבער אין פסוק א לשון רבים "ובני", וויבאלד פון דעם איינעם זון זענען ארויס געקומען אסאך קינדער, און שבט דן איז געווען א גרויסער שבט, ווי חז"ל זאגן אין בבא בתרא (קמג:),

דערמיט האט דער צדיק געמיינט מרמז צו זיין אז ר' יעקב יצחק וועט טאקע האבן נאר דעם איינעם זון, און מער נישט קיין אנדערע קינדער, אבער פון דעם איינציגן זון וועלן ארויס קומען אסאך קינדער, כך הוה, דער חיים ירמי' איז געווען א בן יחיד צו זיינע עלטערן, אבער די משפחה איז זיך שפעטער גאר שטארק צואוואקסן,

דער הייליגער סבא קדישא מראדושיץ זי"ע פלעגט יעדעס יאר ראש השנה דערציילן די מעשה בדמעות שליש,

אמאל איז געווען א איד וואס איז ליידער געווען א גרויסער פעפער, ער פלעגט יעדן טאג שלאפן ביז שפעט אין טאג אריין, איין יאר ראש השנה צופרי האט אים דאס ווייב אויף געוועקט און געזאגט, שטיי שוין אויף מען גייט שוין דאווענען, אבער דער מאן שלאפט ווייטער, איז זיין פרוי וואס איז געווען א ערליכע אידישע אידענע געלאפן אין ביהמ"ד, ביים ליינען איז די ווייב צוריק געקומען קוקען וואס די קינדער מאכן, זעהט זי ווי דער מאן שלאפט נאך, זי האט נאכאמאל פראבירט אים צו וועקן, אבער עס גייט נישט,

בעפאר תקיעת שופר איז די ווייב אהיים געקומען און געשריגען פארן מאן, מען האט שוין געענדיגט ליינען און מען גייט שוין בלאזן שופר, וועק דיך שוין אויף און לויף אין ביהמ"ד, דער מאן האט זיך שוין דאן אויף געוועקט, און מיט א יאגעניש זיך אנגעטון א חאלאטל און זיין טלית און מיט ציפלויגענע פיאות געלאפן אין ביהמ"ד צו תקיעת שופר, פארשטייט זיך אז אזוי ווי ער איז אריין אין ביהמ"ד, און מענטשן האבן געזען דעם איד אזוי ציפלויגען אריין קומען, האט מען דעם איד אויס געלאכט און ער איז געווארן גוט פארשעמט,

זאגט דער הייליגער ראדושיצער זי"ע, אין הימל האט מען פאר דעם איד גערעכנט די בושה וואס ער האט מיט געמאכט, און מען האט גע'פסק'נט אז ער זאל האבן אין דעם זכות א גוט געבענטשט יאר, האט דער הייליגער סבא קדישא מראדושיץ זי"ע אויס געפירט מיט גרויסע בכיות בזה"ל, "רבוש"ע, קוק די בושה וואס מיר אידישע קינדער האבן, אז מיר קומען צו אזא טאג ווי ראש השנה מיט עוונות און פשעים, און רעכן פאר אונז אויך די בושה, אז אלע אידישע קינדער זאלן האבן א גוט געבענטשט יאר מיט השפעות און געזונט",
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל, דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך ניקל »

דער הייליגער חוזה מלובלין האט געהאט א מנהג, אז יעדן שבת קודש ביי מנחה איז ער ארויף אויפן בוידעם פון זיין הויז, און צו ארויף גיין דארט האט ער געברויכט גיין 13 טרעפ, און יענעם שטוב איז געווען חושך טונקעל און גאר א שמאל שטוב, קיינער פון די חסידים האבן נישט געוויסט וואס דער צדיק טוט דארט יעדן שבת,

איין וואך האט איינע פון די חסידים געהאט חשק צו זעהן וואס דער רבי טוט דארט, איז ער ארויף צום שטוב בעפאר מען האט גענדיגט מנחה, און ער האט זיך דארט אין שטוב באהאלטן, ווען דער הייליגער חוזה איז ארויף געקומען, האט דער חסיד געזען ווי דער חוזה עפענט אויף דעם ספר יד החזקה פונעם הייליגען רמב"ם זי"ע, און עס איז געווארן גאר שטארק לעכטיג אז מען האט ממש געקענט בלינד ווערן, און גלייך נאכדעם האט דער חסיד געשפירט א בלינדקייט, און מיט שוועריקייטן איז ער אנגעקומען צוריק אראפ פון דעם שטוב,

ווען ער איז אראפ געקומען האט ער געשפירט אז עס איז נאך טאג אינדרויסן, אבער ער קען גארנישט זעהן, דער חסיד האט נישט געוויסט וואס ער זאל דא טון, מוצאי שבת איז דער חסיד אריין צום חוזה מלובלין, און זיך מזכיר געווען אז עס האט אים פלוצלונג אויף געהערט ארבעטן די אויגן און ער קען נישט זעהן, האט דער הייליגער חוזה געזאגט פאר דער חסיד, איך קען דיר נישט העלפן, גיי צום צדיק רבי דוב בער הסבא קדישא מראדושיץ זי"ע, וואס ער איז א גרויסע פועל ישועות און ער וועט דיר אפשר קענען העלפן,

איז דער איד געגאנגען צום הייליגען ראדעשיצער, און זיך מזכיר געווען אז ער איז געווארן בלינד, און דער הייליגער ראדעשיצער האט אים געגעבן א סגולה וואס זאל אים אויסהיילן, און ווען דער איד איז צוריק געקומען, האט אים דער ראדעשיצער געגעבן אן אנדערן סגולה, אבער ווען דער ראדעשיצער האט געזען אז די סגולות העלפן נישט, האט ער געזאגט פארן איד, די אלע סגולות וואס איך האב דיר געגעבן קען מאכן אפילו א שטיין זעהן, און אויב דאס ארבעט נישט, האט דא געמיזט געשען עפעס אויסער געווענליך,

דאן האט דער איד דערציילט די מעשה ווי אזוי ער איז געווארן בלינד, האט זיך דער הייליגער סבא קדישא מראדישיץ אנגערופען, "צו זעהן דעם לעכטיקייט פונעם אור הגנוז איז נאר דער הייליגער חוזה ראוי, און קיינער אנדערש מיט די פליישיגע אויגן קען דאס נישט דורך טראגן, ווייל מען איז נישט ראוי דערצו", און אויף דעם קען איך דיר נישט העלפן, און דער איד איז ל"ע געבליבן בלינד זיין גאנץ לעבן,

הרה"ק רבי יחיאל צינמן מפאקשווינצא זי"ע האט דערציילט, אז ביים הייליגען סבא קדישא מראדושיץ זי"ע איז געווען א גוי א גרויסע עושר וואס פלעגט אסאך קומען צום צדיק זיך מזכיר זיין, וואס ווי באקאנט האבן אפילו די גוים פון שטאט געוויסט צו זאגן פון זיין געוואדליגע כח און הייליגקייט, איין טאג האט זיך דער גוי מזכיר געווען ביים צדיק, אז ער האט נאכנישט זוכה געווען צו א קינד, און דער גוי האט געזאגט, אז ער איז מסכים צו געבן פארן רבין א גרויסע סכום געלט, און ער איז מסכים צו טון יעדע רפואה אויף די וועלט אז ער זאל זוכה זיין צו א קינד,

האט דער צדיק מראדושיץ זי"ע געזאגט פארן עולם וואס איז דארט געשטאנען, און צווישן זיי איז געווען דער רבי יחיאל, מיין רבי דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע, ווען א גוי איז צו אים געקומען בעטן א ברכה אויף קינדער, האט דער קאזניצער מגיד געזאגט בזה"ל, "רבוש"ע, אזוי פיל גוים דרייען זיך אויף די וועלט, וואס ארט דיך אז עס וועט זיין נאך א גוי", אבער איך, זאגט דער הייליגער ראדעשיצער, האב נישט די כח וואס מיין רבי האט געהאט, און דערפאר ברויך איך אוועק שטיפן דעם גוי, אבער עס ברויך זיין מיט א חכמה כדי עס זאל נישט ארויס קומען קיין חילול השם ח"ו,

האט דער הייליגער ראדעשיצער זי"ע געזאגט פארן גוי, גיי אהיים אין שטוב, און נעם יענעם און יענעם פרוכט וואס איז גאר שטארק ביטער, און מען קען דאס נישט עסן, און זאלסט דאס קאכן אין א נייעם טאפ, און דאס זאל קאכן פאר 6 שעה, נישט ווייניגער און נישט מער, און די זאלסט דעם טרינק טרינקען פאר 30 טאג, און דאן וועסטו געהאלפן ווערן מיט א קינד,

פארשטייט זיך אז דער צדיק האט געהאלטן אז דער גוי וועט זיכער נישט קענען איין האלטן די אלע תנאים וואס ער האט געהייסן, און דאן וועט ער נישט געהאלפן ווערן מיט א קינד, אבער עס וועט נישט ארויס קומען קיין חילול השם, ווייל דער גוי וועט ביי זיך שוין וויסן אז זיין ישועה איז נישט געקומען, נאר ווייל ער האט נישט געפאלגט וואס די רבי האט געהייסן,

אבער דער גוי האט נישט געוויסט פון קיין חכמות, זיין אמונה אינעם הייליגען צדיק איז געווען אזוי שטארק, אז ער איז אהיים געגאנגען און אויס געפאלגט אלעס וואס די רבי האט אים געהייסן, ממש מיט יעדע זאך וואס דער צדיק האט געהייסן, און צום יאר איז ביי דעם גוי געבוירן געווארן א קינד,

דער גוי האט פארשטייט זיך מקיים געווען דעם תנאי, ער האט גאר אסאך געלט געגעבן פארן צדיק, אויך פאר די אידן פונעם שטאט ראדושיץ האט דער גוי פארגיטיגט, און דער גוי פלעגט כסדר ארום גיין מיט זיין קינד אויף די אקסל און געוויזן פאר די אידן און אויך פאר די גוים פון שטאט, קוקט אויף דעם קינד, דאס האט מיר דער ראבינער געגעבן מיט זיין ברכה, און דאס האט געברענגט א געוואלדיגע קידוש השם,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: רבי ישכר בער מראדישיץ ז"ל, דער סבא קדישא - י"ח סיון תר"ג

פאוסט דורך ניקל »

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל
שרייב פאוסט