טשערידי קאמפיינס; איז דאס גערעכט?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 67

טשערידי קאמפיינס; איז דאס גערעכט?

פאוסט דורך שכל הישר »

די לעצטע פאר יאר איז שטארק פארשפרייט געווארן די געדאנק און מהלך פון א טשערידי קאמפיין, וואס אנשטאט גיין קלעטערן נדבות ביי נגידים אדער מאכן א דינער פאר די וואס האבן א שייכות מיט דעי ארגענעזאציע, מוסד, בית מדרש, וכו'... נעמט מען צאם א גרויסע מספר אינגעלייט וואס נעמען א גאול און מאכן משוגע אלע זייערע באקאנטע זאלן אריינלייגן אויף זייער פעיזש...

יעצט ווען מען רעדט פון אן אלטוועלטליכע ארגענעזאציע ווי למשל בוני עולם וכו וכו' מאכט עס סענס... און דאס איז די מהלך וויאזוי זיי גרייכן צו יעדער יחיד...

אבער ביי די אנדערע קאמפיינס ווי למשל דיין מוסד אדער דיין בית מדרש... מיט וועלכע רעכט גייט מען משוגע מאכן משפחה חברים און באקאנטע אויף א צוועק וואס האט נישט קיין שום שייכות צו זיי און זיי זענען בעצם בכלל נישט איטערסירט צו געבן... נאר אז זייער נאנטע רופט זיי אן פילן זיי אז זיי דארפן געבן...

וואס האלט די עולם??
אוועיטער
טראמפ
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 4:53 pm
x 9

Re: טשערידי קאמפיינס; איז דאס גערעכט?

פאוסט דורך טראמפ »

ס'נישט קיין פראבלעם ווייל ווען ער גייט האבן א קאמפיין פאר זיין בית מדרש וועט ער אים צוריק קאלן בעטן געלט פאר זיין צוועק... אין ער וועט געבן "ווייל" מיט צוויי מאנאטן צוריק האט ער אים געגעבן! איז דען א פראבלעם צו מרבה זיין ביי כלל ישראל צדקה ומעשים טובים???
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1904

Re: טשערידי קאמפיינס. איז דאס גערעכט?

פאוסט דורך ווינטעלע »

נאך א פינטעל וואס מקען דא עדען,
חוץ פון דעם אז די דארפסט געבן, ווייל ביים זיידענס יארצייט טרעפן ענק זיך יעדע יאר,
די רופער וואס שיקט דיר דעם לינק איז אויך א געצווינגענע, ער וויל זיך פלעין נישט טרעפן ביים גרויסן טאוועל אין זיין סמעדריש און זען אז נאר זיין נאמען פעלט דארט.

אבער סזיכער א פאזיטיווע ריק. די צדקה געלטער וואס קומען אריין איז יעדעס מאל א פרישע wow.
אין היסטאריע איז נאכנישט געווען אזעלכע נאמבערס!

נישט פארגעסן צי געבן אויפן לינק דא אינטען...
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: טשערידי קאמפיינס; איז דאס גערעכט?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שכל הישר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:36 am אבער ביי די אנדערע קאמפיינס ווי למשל דיין מוסד אדער דיין בית מדרש... מיט וועלכע רעכט גייט מען משוגע מאכן משפחה חברים און באקאנטע אויף א צוועק וואס האט נישט קיין שום שייכות צו זיי און זיי זענען בעצם בכלל נישט איטערסירט צו געבן... נאר אז זייער נאנטע רופט זיי אן פילן זיי אז זיי דארפן געבן..

איך פארשטיי נישט די שאלה.

ווען איך גיי נאך געלט אין שול, מיינט עס אז די אלע מענטשן צו וועמען איך גיי זענען באמת ווארעם פאר די צוועק? אודאי איז דא א רוב וואס גיבן נאר ווייל זיי קענען מיר.

סוי וואס איז אנליין/קראוד פאנדינג אנדערש?

נאר וואס יא, ביי מיר איז פארקערט ווי דו זאגט. מיר מאכט מער נערוועז די גרויסע ארגאניזאציעס, ווייל זיי נעמען אזא מאסע פון "2000 רעיזערס" (וואס ווילן מיטהאלטן א פלעי אין א הטעל וכדו'...) און ס'קומט אויס אז יעדער האט 7 חברים און משפחה מיטגלידער וואס זענען רעיזערס.

מענטשן ווערן ערנסט משוגע און נערווירט פון איין חבר נאכן צווייטן וואס בעט.
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 67

Re: טשערידי קאמפיינס; איז דאס גערעכט?

פאוסט דורך שכל הישר »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:39 am

ווען די גייסט אין בית מדרש באקומסטו א פינעווער אדער א צענער, דא דארף מען געבן 20, 30, 50, 100 ועוד ועוד... ווענטציך ווי גוט יענער פעגערט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: טשערידי קאמפיינס; איז דאס גערעכט?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אמת, ווייל ס'איז נישט דומה צו זאמלען דאלארס אין שול, ס'איז מער דומה צו ווי ווען א חבר קאלט מיר אז זיין טאטע מאכט חתונה.

אבער למאי נפק"מ? מ'רעדט דא אין יסוד. דאס צו דער נתבע איז ווארעם פאר'ן צוועק איז נישט די אישו.
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 61

Re: טשערידי קאמפיינס; איז דאס גערעכט?

פאוסט דורך בעריש סגל »

איך געב טאקע נישט אויב איך האב נישט קיין שעבוד אדער געפיל צום צוועק זעלבסט. אפילו ווען גאר נאנטע, ווי געשוויסטער, שיקן א לינק. סיידן אויב זיי האבן פערזענליכע שייכות און עס איז א כבוד פאר זיי ווען מ'געבט אויף זייערע פעידזש.
אוועיטער
דזשארדזש וואשינגטאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:23 am
x 55

Re: טשערידי קאמפיינס; איז דאס גערעכט?

פאוסט דורך דזשארדזש וואשינגטאן »

ווי הרב להשיג זאגט, איינמאל מקען זאגן ניין ווען מוויל נישט, איז עס מער נישט קיין פראבלעם.
בעסער געזאגט, דער פראבלעם איז נישט די קאמפיינס, די פראבלעם איז מיט מיר, אז איך האב נישט קיין קאנטראל ווען יא און ווען ניין.
פאר די באקוועמליכקייט פון יעדער, ביטע נוצט ! ? , ; : " ' - . , ווי עס פעלט זיך אויס.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: טשערידי קאמפיינס; איז דאס גערעכט?

פאוסט דורך וואוילער »

דזשארדזש וואשינגטאן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:21 am ווי הרב להשיג זאגט, איינמאל מקען זאגן ניין ווען מוויל נישט, איז עס מער נישט קיין פראבלעם.
בעסער געזאגט, דער פראבלעם איז נישט די קאמפיינס, די פראבלעם איז מיט מיר, אז איך האב נישט קיין קאנטראל ווען יא און ווען ניין.
אוודאי דארף מען קענען זאגן ניין, אבער דעס נעמט נישט אוועק די פראבלעם פון דרייען א קאפ פאר מענטשן.

די פראבלעם איז צווי-פאכיג:
מען פייניגט יעדער ווס שיקט אין א מוסד / דאווענט אין א ביהמ״ד / איינגעשטעלט ערגעץ וכדו' צו ווערן א פאנדרעיזער.
יא, ער קען טאקע זאגן ניין, אבער עס קאסט אים אסאך עגמת נפש.

און אן אלגעמיינער מענטש באקומט אסאך קאללס פון נאנטע (אדער געוועזענע נאנטע וואס כ'האב שוין כמעט פארגעסן) וואס זענען איבער נאכט געווארן פאנדרעיזערס.
ס'נישט ריכטיג אריינצולייגן יעדעם אין א טשעלענדז יעדן טאג, ס'גענוג ווען די אפעציעלע פאנדרעיזער בעט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 61

Re: טשערידי קאמפיינס; איז דאס גערעכט?

פאוסט דורך בעריש סגל »

מיין כלל איז אזוי, אויב איז עס א טעקסט\אימעיל פון איינם וואס זיין לעצטע טעקסט\אימעיל איז געווען ביים פריערדיגן קאמפעין, מאך איך זיך ניטאמאל וויסנדיג. טאמער נעמט יענער די מי אנצוקלינגן, נעם איך די מי צו זאגן, "אנטשולדיגט אבער איך קען נישט יעצט."
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 67

Re: טשערידי קאמפיינס; איז דאס גערעכט?

פאוסט דורך שכל הישר »

בעריש סגל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:27 pm מיין כלל איז אזוי, אויב איז עס א טעקסט\אימעיל פון איינם וואס זיין לעצטע טעקסט\אימעיל איז געווען ביים פריערדיגן קאמפעין, מאך איך זיך ניטאמאל וויסנדיג. טאמער נעמט יענער די מי אנצוקלינגן, נעם איך די מי צו זאגן, "אנטשולדיגט אבער איך קען נישט יעצט."
אויב איינער שיקט א לינק אויף אימעיל אדער טעקסט געב איך קיינמאל נישט...

אויב יענער רופט איז א צווייטע מעשה
כ'מיין אז נישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 10:28 am
x 14

Re: טשערידי קאמפיינס; איז דאס גערעכט?

פאוסט דורך כ'מיין אז נישט »

איך האב שוין עטליכע מאל געהאט פרעשור, אבער נישט נאר צו געבן געלט (דעס פארשטייט זיך אויך).
נאר פאר מיר איז געווען שווערער, ווען מיין בית מדרש/מוסדות/אלטע ישיבה, האט אנגערופן מיטן חוב קדוש צו נעמען א פעידזש אויפן וויכטיגע קאמפיין.
גיי ווייס וואס איז געשען מיט די געלט פון א האלבע יאר צירוק...😂
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: טשערידי קאמפיינס; איז דאס גערעכט?

פאוסט דורך טראפקעלע »

פארוואס נישט? אסאך געלט גייט פאר צדקה,
און אז דו בוסט נישט ווארעם פאר די צוועק מוזטו נישט בדרך כלל געבען (אויב יא, איז עס דיין פראבלעם),
און ווען מ'ווערט ממש געצווינגען צו געבן, איז עס נאר צדקה...

כ'רעד נישט פון רויבער קאלס,
מצוה הבא בעבירה.
פינטל.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3730

Re: טשערידי קאמפיינס; איז דאס גערעכט?

פאוסט דורך נקודות טובות »

דזשארדזש וואשינגטאן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:21 am ווי הרב להשיג זאגט, איינמאל מקען זאגן ניין ווען מוויל נישט, איז עס מער נישט קיין פראבלעם.
בעסער געזאגט, דער פראבלעם איז נישט די קאמפיינס, די פראבלעם איז מיט מיר, אז איך האב נישט קיין קאנטראל ווען יא און ווען ניין.
שכח! איך ווייס אז מען קען זאגן ניין. די פראבלעם איז אז יענער ווייסט אז איך בין שוואך, ווייל ער איז אויך שוואך. און דו ביסט אויך שוואך, און הרב להשיג איז אויך שוואך. ווען הרב להשיג'ס נעפיו רופט אים אן בעטן פאר די מקוה פון זיין נייע שוהל זאגט ער אים סארי אבער איך האב גארנישט מיט די שוהל? ער האט דאך עפעס מיט זיין נעפיו, ער גייט אים געבן 36 דאלער. און ווען די נעקסטע טאג רופט אים זיין אלטע שכן מיט וועמען ער איז זיך גוט דורך געקומען פאר זיין זונ'ס מוסד, גייט ער פלעין זאגן ניין? די פראבלעם פון די קאמפיינס איז אז מען ווייסט יענעמס שוואכקייט, און מען ניצט עס אויס. קיינער וויל נישט שטיין און זאגן ניין פאר יעדן. און הרב להשיג וויל אויך נישט.

איך ווייס אז פאר מארקעטינג פערפעסיס איז זייער שיין מסביר צו זיין אז די פראבלעם איז דער נתבע און נישט דער תובע. אבער אין מציאות איז דאס נישט ריכטיג. דאס איז די דרך העולם, יעדער וויל זיין א גוטער און נישט זאגן ניין, נאר ווען עס מאכט זיך צוויי מאל א וואך איז עס פשוט נישט נארמאל. ווער עס רייט אויף די נאטורליכע גוטסקייט פונעם עולם איז דער פראבלעם.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9374

Re: טשערידי קאמפיינס; איז דאס גערעכט?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2024 2:03 am
דזשארדזש וואשינגטאן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:21 am ווי הרב להשיג זאגט, איינמאל מקען זאגן ניין ווען מוויל נישט, איז עס מער נישט קיין פראבלעם.
בעסער געזאגט, דער פראבלעם איז נישט די קאמפיינס, די פראבלעם איז מיט מיר, אז איך האב נישט קיין קאנטראל ווען יא און ווען ניין.
שכח! איך ווייס אז מען קען זאגן ניין. די פראבלעם איז אז יענער ווייסט אז איך בין שוואך, ווייל ער איז אויך שוואך. און דו ביסט אויך שוואך, און הרב להשיג איז אויך שוואך. ווען הרב להשיג'ס נעפיו רופט אים אן בעטן פאר די מקוה פון זיין נייע שוהל זאגט ער אים סארי אבער איך האב גארנישט מיט די שוהל? ער האט דאך עפעס מיט זיין נעפיו, ער גייט אים געבן 36 דאלער. און ווען די נעקסטע טאג רופט אים זיין אלטע שכן מיט וועמען ער איז זיך גוט דורך געקומען פאר זיין זונ'ס מוסד, גייט ער פלעין זאגן ניין? די פראבלעם פון די קאמפיינס איז אז מען ווייסט יענעמס שוואכקייט, און מען ניצט עס אויס. קיינער וויל נישט שטיין און זאגן ניין פאר יעדן. און הרב להשיג וויל אויך נישט.

איך ווייס אז פאר מארקעטינג פערפעסיס איז זייער שיין מסביר צו זיין אז די פראבלעם איז דער נתבע און נישט דער תובע. אבער אין מציאות איז דאס נישט ריכטיג. דאס איז די דרך העולם, יעדער וויל זיין א גוטער און נישט זאגן ניין, נאר ווען עס מאכט זיך צוויי מאל א וואך איז עס פשוט נישט נארמאל. ווער עס רייט אויף די נאטורליכע גוטסקייט פונעם עולם איז דער פראבלעם.
גערעכט. אבער...למעשה קענסטו זיך נישט פארהוילן פונעם פאקט אז דו ביסט יעצט סך הכל מקיים מצוות המלך, און פון געבן צדקה דערלייגט מען נישט.

איך פארשטיי אז אויפן מינוט באדערט דיר עס אפשר, און מיר קוועטשט עס אויך. אבער ווען דער פאנדרעיזער טראכט צי ער זאל אונטערנעמען אזא סארט קאמפיין, האט ער אלע רעכטן צו טראכטן אויף דעם - די אמת'ע - וועג, אז ער מאכט דיר גארנישט שאדן, ס"ה צווינגט ער דיר צו טון א מצווה.

אבער, אזויווי אנדערע האבן שוין ערווענט, זעה איך א גרעסערע פראבלעם אין די חלק פון פרעשורן מענטשן צו ווערן רעיזערס. דעי קאמפיין גייט אים למעשה ברענגען היבשע אומבאקוועמליכקייט, נישט יעדער קען דאס פארנעמען.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: טשערידי קאמפיינס; איז דאס גערעכט?

פאוסט דורך וואוילער »

איך זאג כסדר א ניין, און אויך אסאך מאל יא.
אבער די פאקט אז צדקה איז א מצות המלך מאכט נאכנישט אז איך זאל דארפן העלפן בויען יעדע מקוה ארום די וועלט, אפילו מיין קוזין האט מחליט געוועהן עס צו טוהן לזכות זיין חבר פון ישיבה.

לעצטנס באקום איך יעדע פאר וואכן א רוף פון א צוויטן א"י איד, בעטענדיג געלט פאר זיך אדער א משפחה זיינע.
ניין! ס'איז נישט ריכטיג אז יעדער וואס האט אפיר דערווישט א ליסט זאל מיך מעגן קוועטשן די נערוון, אפילו איך קען זאגן ניין, אבער כ'טרעף מיך אין א טשעלענדז יעדן צווייטן טאג, וואס ס'איז נישט גערעכט אריינצולייגן מענטשן אין דעם טשעלענדז.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
שרייב פאוסט