פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 18, 2024 12:15 pm
אויב איינער קויפט מציאות האט ער א קעפ פאר וויפיל ער מעג פארקויפען?
דאס איז געווארפען זאמד אין די אויגען.
ניין. מ'רעדט נישט פון קויפן מציאות און פארקויפן פאר מארקעט וועליו. הגם נארמאל ווען איינער קויפט א מציאה פארקויפט ער עס פאר עטוואס ביליגער ווי די מארקעט, אבער נישט דאס איז די נושא.
מ'רעדט פון א מצב אז ס'ווערט א מבוקש אויף א זאך און עס ווערט טייער, און מ'רעדט פון א זאך וואס איז חיי אדם תלויים בהם (דירות). איז ווען דו שרייסט אויפ'ן דעוועלאפער, דארט ווערט די שאלה, רבי איד, ער לייגט אריין גרויס געלט און ארבעט, פאר דו שרייסט לאמיר זיין קלאר וויפיל ער פארדינט בכלל, לאמיר זען וויפיל מ'קען אים יא אדער נישט אראפרוקן.
אבער ווען מ'רעדט פון שטחים, וואס איז נישט קיין ארבעט און נישט קיין ריסק, פלעין איינער קויפט פאר 10 מיליאן און פארקויפט פאר 20, מען פליפט ארום אויפ'ן חשבון פונעם ציבור, דא איז די ווייגעשריי זייער זייער אקטועל!
און נישט איך זאג עס, נאר דער סאטמאר רבי מהר"א שרייט דאס! קוק איבער די דרשה ביים מעמד קהלא קדישא וועסטו זען אז ממש דאס זאגט דער רבי:
Off Topic
"איך האב געוואלט יעצט רעדן צום ציבור גאנץ א אנדערע זאך, זייער א פארווייטאגט ענין וואס טוט מיר זייער וויי, איך האב אסאך צער און עגמת נפש, און איך האב נישט קיין מנוחה, דאס איז דער ענין פון די פרייז פון דירות אין קרית יואל והסביבה. כי ידעתי את מכאוביו, איך ווייס און איך פארשטיי - כי ידעתי איז טייטש איך פארשטיי - די ווייטאגן פון דעם ציבור.
דער פעטער ז"ל האט מייסד געווען קרתא קדישא הדין קרית יואל, זיין הייליגער רצון איז געווען אז ס'זאל זיין דירות פאר זיינע תלמידים ואנשי שלומו שומעי לקחו, די וואס פירן זיך כרצונו אין אלע ענינים, זיי זאלן קענען צוקומען צו א דירה, יעדע משפחה, נישט נאר גבירים.
ער איז געווען א חכם מחוכם, ער האט פארשטאנען אז אויב פריוואטע מענטשן וועלן קויפן קרקעות-לאנד ארום קרית יואל, וואס די תוצאה וועט זיין דערפון, דורך דעם וואס א יחיד וועט קויפן לאנד וועט ער וועלן מאכן געלט, וויפיל געלט וויפיל ס'איז נאר מעגליך און דורכדעם וועט טייער ווערן, ס'וועט נתייקר ווערן די שער, און ס'וועט ארויפגיין די פרייז.
בשעתו איז שוין געווען אזעלכע וואס האבן געקויפט קרקעות אין די געגנט, און ער איז געווען זייער ברוגז, ס'איז געווען א גרויסע הקפדה איף דעם - אבער במשך פון די צייט האבן עטליכע יחידים געקויפט קרקעות אין די געגנט פון קרית יואל, נאכדעם מיט יארן צוריק האט מען פארברייטערט די גבולות פון די שטאט קרית יואל', און מ'האט אריינגענומען נאך שטחים אין די תחום פון די שטאט
פארקויפן זיי לאנד פאר אויפגעשרויפטע מורא'דיגע הויכע פרייזן, א געוואלדיגע התיקרות, פאר מיליאנען ממש"