בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

נייעס אין אונזער קווארטאל
חיים הלוי
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 11:19 am
x 2

בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך חיים הלוי »

ויהי נועם במוצאי שבת.

אידן האבן אויפגענומען מיט שוידער די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון די עסקן ואיש החסד ר' חיים בער ע''ה

ר' חיים בער איז געווען א יחיד בדורו מיט צדקה וגמ''ח

דער איד האט אויסגעטיילט מיליאנען בעפאר ימים טובים.
אלפים ורבבות טאג טעגליך

א שמייכל צו יעדער איד, צובראכענע און גאנצע צוגלייך.
אן אבידה שאין לו תמירה

נישטא קיין ווערטער

---

א מעסעדזש וואס פארט יעצט ארום פון א יאר צוריק
5bae71f47d5e48d7ff0358af285cc13791ba162d-1.jpg
5bae71f47d5e48d7ff0358af285cc13791ba162d-1.jpg (57.35 KiB) געזען געווארן 1798 מאל
---

א לינק צו עטליכע ווידאוס פון די לעצטע שטיק צייט

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=I ... W7R21zozQT
פענסטער
חבר המערכת
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:21 pm
x 3

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך פענסטער »

אוי ר' חיים בער. אזא פארלוסט.

דער באשעפער זאל טרייסטן גאנץ כלל ישראל און ספעציעל די צובראכנע אידן וואס ער האט געהאלפן.

און ספעציעל זיין משפחה וואס אגב האב איך האב מיר לעצטענס באקענט מיט זיי, לעכטיגע קינדער, אוי טאטע!
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 791
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 844

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

אוי, בד"ה.

איז דאס א זון פון רבי ליפא ב"ר דוד מרדכי פון קרית יואל?

און, וואס איז געווען מיט אים?
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 362

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך וואסאפשט »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 12:59 pm אוי, בד"ה.

איז דאס א זון פון רבי ליפא ב"ר דוד מרדכי פון קרית יואל?

און, וואס איז געווען מיט אים?
יא
די לוי און קרית יואל האט זיך יעצט גענדיגט עס האבן מספיד געווען
אב"ד בראד שליט"א
הרב ר אשר מאנן שליט"א
הגה"צ די רב שליט"א
רבינו שליט"א איוף א הוק אפ צוליב א חולשה
ר יצחק ברוך שפיטצער
זיין איידעם
צוויי זין
ר שלמה אליעזר -ברידער
שנשמע ונתבשר בשורות טובות אמן
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 791
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 844

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

אוי טאטע, א חשובע משפחה, וואוילע אידן, טעטיגע אידן.

וואו איז געווען די לוי'?

געלייגט האט מען מסתמא ביי מהרי"י. יא?

זאל מען שוין הערן נאר בשורות טובות! (וואס איז געווען מיט אים?)
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 362

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך וואסאפשט »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 2:03 pm אוי טאטע, א חשובע משפחה, וואוילע אידן, טעטיגע אידן.

ביהמ"ד הגדול 5
יא ביי מהרי"י
זיך ליידער געפלאגט מיט יענע מעשה
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 362

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך וואסאפשט »

וואסאפשט האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 2:06 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 2:03 pm אוי טאטע, א חשובע משפחה, וואוילע אידן, טעטיגע אידן.

וואו איז געווען די לוי'?

געלייגט האט מען מסתמא ביי מהרי"י. יא?

זאל מען שוין הערן נאר בשורות טובות! (וואס איז געווען מיט אים?)
ביהמ"ד הגדול 5
יא ביי מהרי"י
זיך ליידער געפלאגט מיט יענע מעשה
אויפן פעלד האבן מספיד געווען ר חיים שמעון לעפקאוויטש
הגאון בעל אגלי דבש שליט"א פעטער פונעם נפטר
ר הערשל רויטמאן פון ירושלים
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 791
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 844

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

וואסאפשט האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 5:54 pm הגאון בעל אגלי דבש שליט"א פעטער פונעם נפטר
וויאזוי איז ער א פעטער?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1342
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2694

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

באקומען אין אימעיל פון מיינס א חבר איבער רבי חיים בער עליו השלום. ס'איז אפשר אביסל ביים גרעניץ פון פארפארן, אבער צו א שטארקע מעסעדזש - פאר "יעדעם" - אז ס'זאל נישט געזאגט ווערן הויעך!

אחר מטתו של איש החסד המשמח אלקים ואנשים ר' חיים בער מייזעלס ע"ה

גוט מארגן חברים יקרים

כ'וויל נישט מאכן קיין הספדים, לא להספד קאתינא, כ'בין נישט געווען עפעס מוראדיג באקאנט מיט דעם נפטר, כ'האב אים מער געקענט פון זען און הערן דא דארט.

כ'געדענק אבער אין די אנפאנג ס' יארן, דאן וואס נפלגה הארץ ביי אונז אין קהלת סאטמאר, ווען ס'האט זיך אויסגעשפילט די מחלוקה, און זייענדיג קרוב אל החלל אלס מתפלל אין אין ראדני ביהמ"ד האבן מיר אלעס מיטגעהאלטן.

איין שיינעם טאג איז ערשינען א פרישער אינגערמאן, א כינאקישער אינגערמאן מיט שווארץ ווייסע ברילן, מלא ענערעדזשי און חיות, ער איז אפיציעל געקומען צו זיין פון די וואס קומען דא לטובת דעם ניי געקומענען רב אין ראדני, ס'איז געווען דא דארט אזעלכע העפטיגע שמועסן-אויסטוישן, ס'האט זיך געטון.

ס'גייט דורך אפאר יאר און דער אינגערמאן האט באשלאסן אז יא ער באלאנגט וואו ער באלאנגט, אבער! נישט זיין פארטיי איז זיין אידישקייט, נישט ער איז אחראי וועמען מ'דארף יא דאער נישט שטעלן אין פלאץ, נישט דאס איז א מענטש'ס ציל אין לעבן, ער האט גענומען זיין ענערעדזשי און זיין טאלאנט פון האבן א זעלטענע געשמאק און סענס אוו הומער, און עס אריינגעלייגט ראשו ורובו צו העלפן אידישע קינדער!!! נישט קיין חילוק ווער, יעדער איד איז ער געווען גרייט צו העלפן.

יעצט ווען ער איז געגאנגען נעבעך אזוי אינג בדרך כל אדם רופט עס מיר צו חשבון הנפש.

שטעל זיך פאר ווען דער נוצט ווען זיינע כוחות צו די שטותים וואס געוויסע האבן זיך געוואונטשן ער זאל טון?
ווען ער ניצט זיינע כוחות פאר די פארטייאישע זאכן?
וואס וואלט ער יעצט געהאט דערפון? וואס וואלט די וועלט געהאט פון אים?

א איד האט געהאט די זכיה זיך צו ווארפן אויף חסד! צו טון פאר אנדערע אידן! משמח זיין אידן! און דאס האט אים נעכטן באגלייט, וואס קיין חילוק ווי מ'באלאנגט אין "יענע מחלוקה" פון די ס' יארן, ווייסט מען צו זאגן פון דעם איד'ס גוטע טאטן, פון זיין שלעפן שווערע געלטער פאר צדקה, פון גיין משמח זיין אידן, פון מחזק זיין אידן אין שווערע מצבים, און אסאך עסקנות לטובת אידישע קינדער.

אידן! האט שכל! האסט א טאלאנט, האסט די יכולת אויפצטון, ניץ עס פאזעטיוו! העלף נאך א איד! זיי מחזק נאך א איד! רעדט דיר נישט איין אז ביים רודערן און איבערדרייען וועסטו עפעס אויפטון, טוה אויף פארן יחיד וועסטו אויפטון פארן כלל!!!

יהא זכרו ברוך
אוועיטער
מיילעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 208
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:41 am
x 218

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך מיילעך »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:41 am
וואסאפשט האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 5:54 pm הגאון בעל אגלי דבש שליט"א פעטער פונעם נפטר
וויאזוי איז ער א פעטער?
זיין שווערס ברודער.
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 362

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך וואסאפשט »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:58 am באקומען אין אימעיל פון מיינס א חבר איבער רבי חיים בער עליו השלום. ס'איז אפשר אביסל ביים גרעניץ פון פארפארן, אבער צו א שטארקע מעסעדזש - פאר "יעדעם" - אז ס'זאל נישט געזאגט ווערן הויעך!

היילג גערעכט
יעצט 20 יאר שפעטער קענסט עס זאגן אבער דאמאלטס בשעת מעשה האט יעדער און נאכאמאל יעדער געהאלטן
-יעדער לפי שיטתו-
אז מדארף ווען טון די אלע מעשים שלא יעשו ואכמ"ל וד"ל
אבער וואס מקען ארויסנעמען איז פאר היינט ווען סמאכט זיך עפעס זאל יעדער פרובירן צו שטיין און א זייט
און נאר טון גוטס ווייל דאס געדענקט מען
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 362

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך וואסאפשט »

aibH1xq_wide_m.jpg
aibH1xq_wide_m.jpg (89.37 KiB) געזען געווארן 1009 מאל
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
גמילות חסדים
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:04 pm
x 12

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך גמילות חסדים »

וואסאפשט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:24 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:58 am באקומען אין אימעיל פון מיינס א חבר איבער רבי חיים בער עליו השלום. ס'איז אפשר אביסל ביים גרעניץ פון פארפארן, אבער צו א שטארקע מעסעדזש - פאר "יעדעם" - אז ס'זאל נישט געזאגט ווערן הויעך!

אחר מטתו של איש החסד המשמח אלקים ואנשים ר' חיים בער מייזעלס ע"ה

גוט מארגן חברים יקרים

כ'וויל נישט מאכן קיין הספדים, לא להספד קאתינא, כ'בין נישט געווען עפעס מוראדיג באקאנט מיט דעם נפטר, כ'האב אים מער געקענט פון זען און הערן דא דארט.

כ'געדענק אבער אין די אנפאנג ס' יארן, דאן וואס נפלגה הארץ ביי אונז אין קהלת סאטמאר, ווען ס'האט זיך אויסגעשפילט די מחלוקה, און זייענדיג קרוב אל החלל אלס מתפלל אין אין ראדני ביהמ"ד האבן מיר אלעס מיטגעהאלטן.

איין שיינעם טאג איז ערשינען א פרישער אינגערמאן, א כינאקישער אינגערמאן מיט שווארץ ווייסע ברילן, מלא ענערעדזשי און חיות, ער איז אפיציעל געקומען צו זיין פון די וואס קומען דא לטובת דעם ניי געקומענען רב אין ראדני, ס'איז געווען דא דארט אזעלכע העפטיגע שמועסן-אויסטוישן, ס'האט זיך געטון.

ס'גייט דורך אפאר יאר און דער אינגערמאן האט באשלאסן אז יא ער באלאנגט וואו ער באלאנגט, אבער! נישט זיין פארטיי איז זיין אידישקייט, נישט ער איז אחראי וועמען מ'דארף יא דאער נישט שטעלן אין פלאץ, נישט דאס איז א מענטש'ס ציל אין לעבן, ער האט גענומען זיין ענערעדזשי און זיין טאלאנט פון האבן א זעלטענע געשמאק און סענס אוו הומער, און עס אריינגעלייגט ראשו ורובו צו העלפן אידישע קינדער!!! נישט קיין חילוק ווער, יעדער איד איז ער געווען גרייט צו העלפן.

יעצט ווען ער איז געגאנגען נעבעך אזוי אינג בדרך כל אדם רופט עס מיר צו חשבון הנפש.

שטעל זיך פאר ווען דער נוצט ווען זיינע כוחות צו די שטותים וואס געוויסע האבן זיך געוואונטשן ער זאל טון?
ווען ער ניצט זיינע כוחות פאר די פארטייאישע זאכן?
וואס וואלט ער יעצט געהאט דערפון? וואס וואלט די וועלט געהאט פון אים?

א איד האט געהאט די זכיה זיך צו ווארפן אויף חסד! צו טון פאר אנדערע אידן! משמח זיין אידן! און דאס האט אים נעכטן באגלייט, וואס קיין חילוק ווי מ'באלאנגט אין "יענע מחלוקה" פון די ס' יארן, ווייסט מען צו זאגן פון דעם איד'ס גוטע טאטן, פון זיין שלעפן שווערע געלטער פאר צדקה, פון גיין משמח זיין אידן, פון מחזק זיין אידן אין שווערע מצבים, און אסאך עסקנות לטובת אידישע קינדער.

אידן! האט שכל! האסט א טאלאנט, האסט די יכולת אויפצטון, ניץ עס פאזעטיוו! העלף נאך א איד! זיי מחזק נאך א איד! רעדט דיר נישט איין אז ביים רודערן און איבערדרייען וועסטו עפעס אויפטון, טוה אויף פארן יחיד וועסטו אויפטון פארן כלל!!!

יהא זכרו ברוך
היילג גערעכט
יעצט 20 יאר שפעטער קענסט עס זאגן אבער דאמאלטס בשעת מעשה האט יעדער און נאכאמאל יעדער געהאלטן
-יעדער לפי שיטתו-
אז מדארף ווען טון די אלע מעשים שלא יעשו ואכמ"ל וד"ל
אבער וואס מקען ארויסנעמען איז פאר היינט ווען סמאכט זיך עפעס זאל יעדער פרובירן צו שטיין און א זייט
און נאר טון גוטס ווייל דאס געדענקט מען
ממש דאס געטראכט.

איינער האט מיר דערציילט איבער די טראגישע פטירה, אבער איך האב אים נאר געדענקט פון 'יענע' ראדני יארן... האט מיין חבר זיך גענומען דערציילן אותות ומופתים פון זיין צדקה וחסד.
האב איך געטראכט צו מיר צוויי נקודות:
  • אפי' אויב האסט דיך גע'טובל'ט אין פארטייאישע זאכן, קענסטו אלעמאל אנהייבן א נייעם קאפיטל, און בלייבן פאראייביגט מיט דיינע געוואלדיגע מעשי צדקה וחסד.
  • אויב האסט זיך 'נאכנישט' גע'טובל'ט דערין, הייב נישט אן!!! אנדערע וועלן 'נאר דאס' געדענקען...
יהא זכרו ברוך.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

0.jpg
0.jpg (104.67 KiB) געזען געווארן 797 מאל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3132
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4173

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך וואוילער »

באקומען פון איינעם:

ווי באקאנט האט הצדיק חיים בער געהאט א מבצע התעוררות דו לעצטע שטיק צייט אז מ’זאל מחזק זיין איינער דעם צווייטן, מ'ווייסט דאך נישט וואס יענער גייט אריבער, מ'זאל געבן א קלאפ אין רוקן ווען מ'זעהט א יוד וואס ס'פעלט אים סיפוק.

פארציילט מיר א ידיד, אז אן אומבאקאנטער פרישער סעילסמאן איז געקומען צו אים אין אפיס פארקויפן עפעס, יענער איז נישט דווקא געווען דער ריכטיגער געגאסענער סעילסמאן, און פארקויפט א פראדוקט וואס יענער האט נישט בדווקא געברויכט. ער האט זיך דערמאנט און חיים בער'ס מבצע זאגט ער פאר דעם סעילסמאן, איך ברויך נישט דעם פראדוקט אבער איך האב שטארק הנאה פון אייך, איר האט די קוראזש צו קומען צו מיר אין אפיס אן א בושה, חזק ואמץ, ביסט אויף די גוטע רעלסען וכו'.

דער יונגערמאן ווערט שטיל, און נעמט זיך אויסגיסן די הארץ צו מיין ידיד, אז דו האסט נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט צו מיר, מהאט מיך ארויסגעווארפן היינט פון צוויי אפיסעס מיט בושות און פארנט פון אלע ארבעטער, וויאזוי קען איך אזוי אהיימקומען צו מיין ווייב און קינדער? כ'בין געווען צוקלאפט און אנגעזעצט! יעצט נאך דיינע ווערטער גיי איך גלייך אהיים! כ'שפיר מיך פיינעלי ווי א מענטש.

מיין ידיד קלינגט אן חיים בער צו פארציילן די עובדא בתורת קאמפלימענט אויף זיין מבצע, חיים בער'ס קאפ איז אינגאנצן אויף א אנדערע פלאנעט. 'פארשאף מיר שוין יענע יונגערמאן'ס סעלל נומבער, אויב ער איז אזוי צובראכן מיינט ער האט נישט קיין פרנסה, כ'וויל אים שוין שיקן אפאר אלפים' וכך הוה פארשטייט זיך.

ווערטער זענען איבעריג. א גאון הגאונים אין חסד, במלוא מובן המילה!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
חושי הארכי
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 4:47 pm
x 17

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך חושי הארכי »

איך מוז זאגן א ווארט לטובת נשמתו פון דעם נפטר.

איך האב בחייו קיינמאל נישט געהערט פון אים און אים זיכער נישט געקענט, אבער עטליכע יאר צוריק בין איך אריבער א שווערע מצב און איך האב זיך אפגערעדט צו א חבר. א וואך צוויי שפעטער האט דער חבר מיר געברענגט אריבער צען אלפים. איך האב אים טויזענט מאל באדאנקט. איך האב געוויסט ער האט נישט די סארט געלטער אבער ער האט מיר געזאגט אז ער האט עאס געשאפט.

יעצט רופט ער מיך אן און זאגט מיר, זאלסטו וויסן אז די געלט דעמאלס האב איך געשאפט פון איין מענטש. חיים בער מייזעלס ז"ל, וואס איז די וואך אוועק.

זאל דער זכות אים ביישטיין.
אוועיטער
מיילעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 208
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:41 am
x 218

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך מיילעך »

unnamed.png
unnamed.png (134.42 KiB) געזען געווארן 621 מאל
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 791
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 844

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

WOW

דער אויבערשטער זאל זיי טרייסטן!
ובחרת בחיים
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 7:04 pm
x 7

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך ובחרת בחיים »

חושי הארכי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 2:42 am איך מוז זאגן א ווארט לטובת נשמתו פון דעם נפטר.

איך האב בחייו קיינמאל נישט געהערט פון אים און אים זיכער נישט געקענט, אבער עטליכע יאר צוריק בין איך אריבער א שווערע מצב און איך האב זיך אפגערעדט צו א חבר. א וואך צוויי שפעטער האט דער חבר מיר געברענגט אריבער צען אלפים. איך האב אים טויזענט מאל באדאנקט. איך האב געוויסט ער האט נישט די סארט געלטער אבער ער האט מיר געזאגט אז ער האט עאס געשאפט.

יעצט רופט ער מיך אן און זאגט מיר, זאלסטו וויסן אז די געלט דעמאלס האב איך געשאפט פון איין מענטש. חיים בער מייזעלס ז"ל, וואס איז די וואך אוועק.

זאל דער זכות אים ביישטיין.
אומגלויבליך! ש'כח פארן מיטטיילן!
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 791
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 844

Re: בד''ה איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ע''ה

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! "עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!"
שרייב פאוסט