על דא ועל הא

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נקודות טובות »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 12:50 am און מוזיק אין ספירה איז אויך מותר?
ניין! מוזיק ספירה איז אסור! איך ווייס נישט ווער עס האט געמאכט מוזיק, און ווען דאס איז געווען. אבער פונקטלעך ווען מען האלט די מנהגי אבילות בספירה איז דאך תלוי במנהגא. סא בין איך זיכער דן לכף זכות אז אויב איז ערעגץ געווען מוזיק איז עס נאר געווען אין א צייט וואס די מנהג פון די מארגנים איז שוין מקיל צו זיין במנהגי אבילות.
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:15 am מוזיק ספירה איז פון די זאכן וואס זענען טאטאל פארגעסן געווארן מיט די היינטיגע אדווערטייזמענט וועלט
לויט ווי איך קען דיך דא פון דיינע פאוט'ס קוקסטו מיר אויס צו זיין א לעבעדיגע אינגערמאן. סא עס איז ביי מיר כמעט קלאר אז ווען דו גייסט מאכן א קאפי אינמיטען די ארבעט, און דו קוקסט דארט עפעס אן עדווערטייזמענט קליפ בשעת דו ווארטס אז דיין קאפי זאל זיך אנפילען, כאפסטו א רקידה ביים הערן מוזיק. וממילא פאר דיר איז טאקע יעדע שמץ של מוזיק אסור. אדער דען דעט איז זייער שווער צו זאגן אז די מוזיק וואס מען לייגט צו צו אן עד איז בכלל האיסור. הגם איך פארטיידיג נישט די עוולה, מיינט דאס אבער נישט אז דאס נישט הרען מוזיק איז ממש פארגעסן געווארן.
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 1:44 pm אסאך מער מותר ווי ארומקאלן מענער צו א פרויען איווענט...

ערנסט גערעדט, דער איסור פון מוזיק אום ספירה האט נישט קיין קלארע מקור אין די פריערדיגע פוסקים, זינט דער שו"ע אסר'ט עס אויף אגאנץ יאר.

פארוואס די התירים פון אגאנץ יאר גילט נישט אויף ספירה ווייס איך נישט. און כ'האב שוין געפרעגט עטליכע מורי הוראה און זיי האבן נישט געהאט קיין קלארע תירוץ דערויף.

@נקודות טובות אלערט...

עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ס'איז דא מנחת יצחק לאיסור, איך רעד פון די פריערדיגע פוסקים.
דיסקלעימער: איך הער נישט קיין מוזיק אום ספירה
איך קען נישט די סוגיא פון מוזיק אום ספירה, ווייל ווי געשריבען דא איז ביי מיר נאך גילטיג דאס נישט הערן מוזיק א גאנץ יאר. ממילא איז מיר נישט נוגע די שאלה בנוגע ספירה. אבער אויף וויפיל איך ווייס יא שרייבט די מגן אברהם קעגן ריקודין ומחולות, און דער ערוך השלחן שרייבט אז כלי זמר איז א כל שכן. די מנחת יצחק נעמט אן זייער שארף אז דאס נישט הערן מוזיק בימי הספירה איז א דאורייתא משום נדר. רבי משה פיינשטיין שרייבט אויך אין צוויי תשובות אז בימי הספירה איז אפי' לויט די מתירין בכל השנה אויך אסור. און ער אסר'ט אפי' פאר קטנים. איך קען אפיר זוכען די מקורות נאך שבת. אבער מער ווי דעם ווייס איך נישט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 4:28 pm @נקודות טובות קומט נישט אריין מיט קיין שום בירור אויף גארנישט! איך פרעג נאר איין קלייניקייט.

@נקודות טובות מאכט טאקע ניש קיין שום בירור, נאר אנשטאט ברענגט ער סתם אריין א קאלטקייט אין ענינים פשוטים אשר הנפש היפב סולדות, נוסח השכלה צו זאגן "וואו שטייט עס".

די עבירה פון ATIME איז נישט אז פרויען פערפארמען, ביקור חולים מאכט דאס אויך, און... די לעידיס אקזולערי אויך.

די עבירה איז פון צושטעלן א לייוו לינק דאס צו מיטהאלטן! און דאס אדווערטייזן און שיקן די לינק פאר מענער! יא, ס'איז אן עבירה. RENEWAL האט געטון א גרעסערע עבירה? אקעי. אבער דאס איז אן עבירה. פרעג מיך ביטע נישט וואו עס שטייט. ווייל ס'שטייט אין די עשרת הדברות.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 4:35 pm

אקעי, איך בין א מזרחי'סט, א משכיל, נא וואטס נעקסט?...

איך פרעג נישטא וואו שטייט עס. נאר ווען איינער שרייבט אז עס איז א שאלה פון קול באשה אפי' ווען א פרוי רופט צו א סעיל פון א שיך סטאר דארף ער אריינקומען מיט א מראה מקום! מען קען נישט אליינס מאכן שאלות!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך האב נישט געזאגט ח"ו אז דו ביסט א מזרחיסט, נאר אז דו האסט געשריבן דא מזחיסטישע זאכן...

איך האב זיך באצויגן לגבי די לינקט פון עיטיים אין אימעיל.

לגבי קול באשה, איז עס א גוטע שאלה. אבער לויט ווי איך האב געהערט פון דומ"ץ ק"י שליט"א, איז דער כלל אז אויב די פרוי רעדט אויף א וועג פון פערפארמען, איז עס באיסור ערוה פון קול באשה.

ער האט עס געזאגט לגבי פרויען האטליינס. אז היות א פרוי רעדט ניש דארט נאטורליך, נאר רעדט אויף א וועג צו פערפארמען גוט, איס עס אסור פאר א מאן צו הערן אלס קול באשה ערוה.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 4:50 pm איך האב נישט געזאגט ח"ו אז דו ביסט א מזרחיסט, נאר אז דו האסט געשריבן דא מזחיסטישע זאכן...

איך האב זיך באצויגן לגבי די לינקט פון עיטיים אין אימעיל.

לגבי קול באשה, איז עס א גוטע שאלה. אבער לויט ווי איך האב געהערט פון דומ"ץ ק"י שליט"א, איז דער כלל אז אויב די פרוי רעדט אויף א וועג פון פערפארמען, איז עס באיסור ערוה פון קול באשה.

ער האט עס געזאגט לגבי פרויען האטליינס. אז היות א פרוי רעדט ניש דארט נאטורליך, נאר רעדט אויף א וועג צו פערפארמען גוט, איס עס אסור פאר א מאן צו הערן אלס קול באשה ערוה.
אט אזוי! דאס יא! נישט אויף דעם האב איך געזוכט איינער וואס זאגט אז א קול באשה שאלה. איך האב פארשטאנען אז @וואוילער זאגט אז ווען א פרוי רופט אויפן טעלעפאון איז עס א קול באשה שאלה. און אויף דעם האב איך געבעטען כאטש איין מראה מקום! אבער ח''ו האב איך נישט גערעדט פון א מאן מיטהאלטען א פרויען פערפארמענס!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@נקודות טובות איך האב פארשטאנען אז @וואוילער שרייבט אז ס'איז געווען א "רעקארדינג" אראפגעלייגט מיט אלע קאלירן ווי מעכטיג די פערפארמענטס גייט זיין.

סוי דא האמיר ביידע אישוס.

1) די רעקארדינג אליינס איז געווען פארמאל, אהערגעשטעלט, דורך א פרוי.

2) עס רופט און רייצט מענער צו מיטהאלטן א פרויען סטריעמינג עווענט.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך וואוילער »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 5:26 pm @נקודות טובות איך האב פארשטאנען אז @וואוילער שרייבט אז ס'איז געווען א "רעקארדינג" אראפגעלייגט מיט אלע קאלירן ווי מעכטיג די פערפארמענטס גייט זיין.

יא יא, דעס האב איך געמיינט צו זאגן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10879

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

א מערקוועדיגע טאקטיק דורך א ריסורטש קאמפאני וואס ווייסט אז זייערע בריוון ווערן געווענליך געווארפן אין מיסט נאך בעפארן עפענען... סאיז א עכטע דאלער...
Message_1717915455884.jpg
Message_1717915455884.jpg (239.65 KiB) געזען געווארן 569 מאל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3841

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שמח »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:17 am א מערקוועדיגע טאקטיק דורך א ריסורטש קאמפאני וואס ווייסט אז זייערע בריוון ווערן געווענליך געווארפן אין מיסט נאך בעפארן עפענען... סאיז א עכטע דאלער...
Message_1717915455884.jpg
א געוויסע קאמפעני האט עס אמאל געטון מיט $5.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10879

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שמח האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:23 am

שוין, האבעך נישט זוכה געווען...

אגב, זיי שרייבן (יא, סאיז זיי געלונגען... כ'האב עס געליינט...) אז טאמער ווילסטו אנטיילנעמען אין זייער ריסורטש קענסטו באקומען פאר יעדע פופצן מינוט וואס די גיבסט זיי --- א דאלער!

#געגאנגען
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3841

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שמח »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:27 am
שמח האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:23 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:17 am א מערקוועדיגע טאקטיק דורך א ריסורטש קאמפאני וואס ווייסט אז זייערע בריוון ווערן געווענליך געווארפן אין מיסט נאך בעפארן עפענען... סאיז א עכטע דאלער...
Message_1717915455884.jpg
א געוויסע קאמפעני האט עס אמאל געטון מיט $5.
שוין, האבעך נישט זוכה געווען...

אגב, זיי שרייבן (יא, סאיז זיי געלונגען... כ'האב עס געליינט...) אז טאמער ווילסטו אנטיילנעמען אין זייער ריסורטש קענסטו באקומען פאר יעדע פופצן מינוט וואס די גיבסט זיי --- א דאלער!

#געגאנגען
וואס דארף מען טון?
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10879

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שמח האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:27 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:27 am
שמח האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:23 am

א געוויסע קאמפעני האט עס אמאל געטון מיט $5.
שוין, האבעך נישט זוכה געווען...

אגב, זיי שרייבן (יא, סאיז זיי געלונגען... כ'האב עס געליינט...) אז טאמער ווילסטו אנטיילנעמען אין זייער ריסורטש קענסטו באקומען פאר יעדע פופצן מינוט וואס די גיבסט זיי --- א דאלער!

#געגאנגען
וואס דארף מען טון?
אה, דאס האב איך שוין נישט געליינט...
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2097

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פשוט און גראד »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 5:26 pm @נקודות טובות איך האב פארשטאנען אז @וואוילער שרייבט אז ס'איז געווען א "רעקארדינג" אראפגעלייגט מיט אלע קאלירן ווי מעכטיג די פערפארמענטס גייט זיין.

סוי דא האמיר ביידע אישוס.

1) די רעקארדינג אליינס איז געווען פארמאל, אהערגעשטעלט, דורך א פרוי.

2) עס רופט און רייצט מענער צו מיטהאלטן א פרויען סטריעמינג עווענט.
אפילו ס’רייצט נישט, א פירצה און צניעות איז עס ליידער, בת מלך פנימה איז עס נישט.
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 692

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך וואלף »

הלכות קול באשה פון 'דעהו' אימעיל

קול באשה – אריינפיר
די גמרא זאגט (ברכות כד.) "קול באשה ערוה", דאס קול פון א פרוי איז "ערוה", ד.ה. אז א מאן טאר נישט הערן דאס קול פון א פרעמדע פרוי, און ער טאר נישט לערנען אדער דאווענען ווען ער הערט איר קול, ווי עס שטייט אין פסוק (שיר השירים ב, יד) "כי קולך ערב" - דיין שטימע איז זיס, וואס דאס גייט ארויף אויף כנסת ישראל וואס איז צוגעגליכן צו א כלה. זעען מיר פון דעם, אז דאס קול פון א פרוי איז זיס, עס ציט און ברענגט צו הרהור.
(די פינקטליכע גדרים, ווען עס יא אדער נישט אסור צו הערן דאס קול פון א פרוי, וועלן ברייט ערקלערט ווערן אין קומענדע אימעילס.)

קול באשה
1. עס איז אסור פאר א מאן צו הערן דאס קול פון א פרעמדע פרוי, און דאס ווערט אנגערופן "קול באשה ערוה". (שו"ע או"ח סי' ע"ה, ס"ג; אה"ע סי' כ"א, ס"א)

דער גדר פונעם איסור
2. דער איסור איז צו הערן דאס קול פון א פרוי וואס איז ציענד, צ.ב.ש. דאס קול פון א פרוי וואס זינגט, אבער א פרוי וואס רעדט אויפ'ן געווענליכן אופן, נעמען אן די פוסקים אז עס גייט נישט אריין אין דעם איסור. (דאך דארף מען געדענקען ווען מען רעדט מיט א פרוי, נישט צו רעדן סתם איבעריג, ווי שוין ערקלערט.) (ב"י ורמ"א סי' ע"ה, ס"ב; משנ"ב שם; ב"ש אה"ע סי' כ"א, סק"ד)

3. אויך ווען עס איז מותר צו הערן דאס קול פון א פרוי, צ.ב.ש. ווען זי רעדט אויפ'ן געווענליכן אופן. אבער אויב עס ברענגט הנאה אדער הרהור, איז עס אסור. (משנ"ב סי' ע"ה, סקי"ח)

עטליכע פרויען
4. דער איסור איז אויך צו הערן די שטימעס פון עטליכע פרויען צוזאמען. (שו"ת שבט הלוי ח"ה סי' קצ"ז אות ד'; הליכות שלמה פ"כ דבר הלכה סק"כ; לבושה של תורה סי' ע"ב; הגרי"א פארכהיימער שליט"א מובא בקו' עץ חיים)
5. אזוי אויך איז אסור צו הערן די שטימעס פון פרויען צוזאמען מיט מענער. (עי' שו"ת חת"ם סופר חו"מ סי' ק"צ)

א פרוי וואס האלט א דרשה
6. דער איסור צו הערן דאס קול פון א פרוי איז אויף יעדן סארט קול וואס ציט אדער ברענגט נאנטקייט. (רשב"א ברכות כד.; ב"ש אה"ע סי' כ"א, ס"ד)

7. צוליב דעם שרייבן די פוסקים, אז עס קען זיין אסור פאר א פרעמדן מאן צו הערן ווי א פרוי האלט א דרשה, וויבאלד דער סדר פון א פרוי וואס האלט א דרשה איז צו רעדן אויף אן אופן וואס זאל ציען די צוהערער, און א מאן טאר נישט הערן דאס קול פון א פרעמדע פרוי וואס איז ציענד, ווי ערקלערט. (שו"ת שבט הלוי ח"ג סי' י"ד; ח"ה סו"ס קצ"ח)

8. דערפאר זאל א מאן זיך נישט באטייליגן ביי א קאנפערענץ א.ד.ג. וואו עס ווערן געהאלטן דרשות און לעקציעס, אויב מען ווייסט אז עס זענען דא פרויען צווישן די רעדנערס. אויב עס איז גאר וויכטיג זיך צו באטייליגן דארט, זאל מען פרעגן פון א מורה הוראה ווי אזוי זיך צו פירן.

9. אזוי אויך טאר מען נישט שטעלן א פרוי וואס זאל האלטן א דרשה ביי אן אפיס-צוזאמענקום א.ד.ג., וואו עס באטייליגן זיך אויך מענער.

א פארקויפערין
9. א פרוי דארף זייער אכטונג געבן ביים רעדן צו מענער, אז זי זאל רעדן נאר מיט א געהעריגן און פשוט'ן קול, און נישט אין א ציענדן טאן, וואס א פרעמדער מאן טאר דאס נישט הערן.

10. ספעציעל איז דאס וויכטיג פאר א פארקויפערין ("סעילס לעידי") א.ד.ג., אז זי זאל נישט צו רעדן צו מענער אין א ציענדן טאן.

א רעקארדירונג
11. דער איסור איז נישט נאר ווען מען הערט דאס קול דירעקט פון א פרוי, נאר אויך ווען עס איז דורך א מיקראפאן, אדער אויפ'ן טעלעפאן, און אפילו ווען עס איז רעקארדירט, טאר מען נישט הערן דאס קול פון א פרוי (אין די פעלער וואס עס איז אסור, ווי ערקלערט). (שו"ת חלקת יעקב או"ח סי' ל'; שו"ת באר משה ח"ז סי' ק"ט; שו"ת שבט הלוי ח"ג סי' קפ"א; שו"ת מנחת יצחק ח"ז סי' ע'; עי' בהליכות שלמה פ"כ, סי"ב)

12. צוליב דעם ליגט אן אחריות אויפ'ן אייגנטימער פון א געשעפט אדער אפיס, אז די טעלעפאן-רעקארדירונג וואס מען הערט ווען מען רופט אריין אין אפיס, זאל לכתחלה זיין מיט'ן קול פון א מאן. אויב עס איז נישט מעגליך, זאל עס זיין אויף א וועג ווי מען רעדט געהעריג און נישט אויף א ציענדן אופן.

ווען עס איז נישטא קיין ברירה
13. אויב מאכט זיך א פאל וואס עס איז נישטא קיין ברירה, און מען קען נישט אפשטעלן דאס קול פון א פרוי, מעג מען דאוונען אדער לערנען דארט, אבער מען דארף פארשטאפן די אויערן, אדער צולייגן דעם קאפ און הארץ צום דבר שבקדושה וואס מען זאגט אז מען זאל נישט טראכטן פונעם זינגען, וכדומה. (ווי שוין ערקלערט, איז דאס חוץ פונעם עצם איסור פון הערן א "קול באשה".) (רבינו יונה ברכות יז. ד"ה ערוה; ב"י או"ח סי' ע"ה; שו"ע הגר"ז סי' ע"ה ס"ו; קיצור שו"ע סי' ה' סט"ז; כף החיים סי' ע"ה סקכ"ו; ועי' חייי אדם כלל ד' אות ו'; משנ"ב סי' ע"ה סקי"ז)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער וואונדערקינד האט זיך גענומען איבער מיינע ביינער.

@שמעון יואל 8-)
פיילס
0.jpg
0.jpg (258.78 KiB) געזען געווארן 488 מאל
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1598
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1725

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שבת קודש »

היינט געפאלט די יארצייט פון אומפארגעסליכען מלמד דרקי הרה''ח ר' עקיבא'לע גאנץ זצ''ל
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 536
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 917

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פייל און בויגן »

קיינמאל געוואוסט אז די גרינדונג פון בני ברק האט געהאט א שייכות מיט די משפט רייצעס...
פיילס
בלאט.jpg
בלאט.jpg (393.46 KiB) געזען געווארן 340 מאל
א געזונטע ווינטער.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10879

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דעם דאנערשטאג איז נפטר געווארן רבי יחיא בן יוסף חמדי די לעצט פארבליבענע איד אין תימן
אין תשפ"ב נאך מען האט פארטריבן 13 אידן, אין נאך דריי עלטערע אידן וואס זענען נפטר געווארן איז ער איבערגעבליבן אלץ איינציגסטע איד אין תימן ( אויסער 4 אידן וואס זיצן אין תפיסה)

די קבורה איז פארגעקומען דורך זיינע אראבישע שכנים וואס האבן געהאט א מורא'דיגע רעספעקט פאר ר' יוסף אין זיי האבן אים אנגעטון א טלית ביים לוי'
ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, מען קען זאגן משניות לעילו נשמתו ר' יחיא בן יוסף
@אבימלך
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10879

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

די ארטיקל פון @שוש אשיש איבער חכם שושני דעם שבועות אינעם גליון עונג שבת.
פיילס
20240616_005942.jpg
20240616_005942.jpg (226.33 KiB) געזען געווארן 291 מאל
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1193
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3986

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

היינט איז די יארצייט פון הבחור חיים ב"ר שמואל זאנוויל אליעזר הכהן - כהנא
נפטר בן יג בשנת תשס"ח נאכן ליידן א לענגערע תקופה פון די ביטערע מחלה.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 493

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שוש אשיש »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 5:13 pm די ארטיקל פון @שוש אשיש איבער חכם שושני דעם שבועות אינעם גליון עונג שבת.
זיי האבן געבעטן ערלויבעניש.
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2097

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פשוט און גראד »

שוש אשיש האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 5:43 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 5:13 pm די ארטיקל פון @שוש אשיש איבער חכם שושני דעם שבועות אינעם גליון עונג שבת.
זיי האבן געבעטן ערלויבעניש.
האף איך, אז די האסט געגעבן... און פאר אפאר גראשען..

מעשר אלערט#
איינער מיט א לינק פאר עפעס?
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 880
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1489

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

פייל און בויגן האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 12:41 am קיינמאל געוואוסט אז די גרינדונג פון בני ברק האט געהאט א שייכות מיט די משפט רייצעס...
:lol:
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 880
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1489

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:17 am א מערקוועדיגע טאקטיק דורך א ריסורטש קאמפאני וואס ווייסט אז זייערע בריוון ווערן געווענליך געווארפן אין מיסט נאך בעפארן עפענען... סאיז א עכטע דאלער...
Message_1717915455884.jpg
זאג פאר די כינעזער זיך אפצולאזן פון די באטלעך און אריין גיין ארבעטן אין די פסאט אינדעסטרי...
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 493

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שוש אשיש »

פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 5:53 pm
שוש אשיש האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 5:43 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 5:13 pm די ארטיקל פון @שוש אשיש איבער חכם שושני דעם שבועות אינעם גליון עונג שבת.
זיי האבן געבעטן ערלויבעניש.
האף איך, אז די האסט געגעבן... און פאר אפאר גראשען..

מעשר אלערט#
איינער מיט א לינק פאר עפעס?
חחח...
קיין פרוטה...
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
שרייב פאוסט