וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 138

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

פאוסט דורך בינת הלב »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 6:59 pm
צייטווייליג האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 6:53 pm
בינת הלב האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 5:53 pm עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט אז עס אפעקטירט נישט אז עס פאסירט נישט, אפשר שפירט איר נישט קיין גרויסע זאכן אין אייער היימישע קרעמל פון מעיפל עוועניו ביז פארעסט ראוד ביז בעדפארד עוועניו.. אבער אין די אלגעמיינע גאס פילט מען, די גוי'אישע גאס באבלט, און זיי באבלען נישט אויף לופט, זיי באבלען אויף זאכן וואס זיי שפירן און האלטן מיט אין זייער לעבן, אין זייער הלוך ילך. די פאסירונגען פרעגן אייך נישט קיין סאך צו איר האלט זיי מיט צו נישט.. זיי ווארטן נישט אויף אייך, זיי פאסירן סיי ווי אזוי אפילו אן אייער אדער מיין רשות..

Wow שארף.. אבער גוט.
צו מוסיף זיין. כקוק אן די מצב יעצט אין אמעריקע ווי די אוידיענץ בעפאר א באקסן פארמעסט.. יעדער ווייסט אז דא גייט גיין מכות נאר מווייסט נאר נישט פונקטליך וואס, ווער, וויאזוי, ווען, וכו’ וכו’

איך בין בכלל נישט זיכער אז די זאך גייט בכלל אויספלאצן ערגעץ. לויט ווי אזוי עס איז געגאנגען ביז היינט גייט עס גיין ווייטער מיט עמאוציאנאלע און מאראלישע סופרעשן און מאנופילאציע עד הסוף, די סעלף עסטיעם וועט גיין ווייטער אראפ אן וואס מענטשן זאלן זיך נעמען אמת'ע אינערליכע גאטס צו טוהן עפעס דראסטיש, און אז עס וועט זיך שוין יא מאכן עימיצער צוויי וואס וועט שרייען הויעך וועלן זיי זיין א קול קורא במדבר, קיינער וועט נישש קוקן אויף זייער זייט.

עס איז שוין האלבוועגס אזוי יעצט, און איך זעה נישט קיין סיבה פארוואס עס זאל נישט ממשיך זיין ווייטער אין דיזע ריכטונג.

#גאט ב"ה פירט די וועלט.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 295

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

פאוסט דורך תינוק הבורח »

צפנת פענח האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 5:30 pm
צווייטער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 4:35 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 4:20 pm
די פאונדינג פאודער'ס זענען געווען גאנץ שוואך רעליגיעז, ווייניגער ווי רוב היינטיגע אוואנגליסטן, און וואשינגטאן איז געווען די שוואכסטע פון זיי (מיטן אויסנאם פון טאמעס זשעפערסאן).
אט אזוי, נאך יארן וואס שטייט און שטיל האבן די ליבעראלן באוויזן איבערצושרייבן היסטאריע אויסצושווענקען דעם גארד-טראכטער, קען מען שרייבן אז אז פאונדינג פאטערס זענען געווען קנאפ רעליגיעז. ווער ווייסט וואס נאך קומט?
גלויביג און רעליגיעז זענען צוויי באזונדערע זאכן.

עס איז אמת אז געוויסע פון די פאונדינג פאזערס זענען נישט געווען שטארק רעליגיעז, ד. ה. אז זיי זענען נישט געווען קיין שטארקע קריסטן, (ווייל זיי זענען געווען קליג און האנעסט) אבער עס איז אבסורד צו זאגן אז זיי זענען נישט געווען גלויביג ד. ה. אז זיי האבן קלאר אוועקגעשטעלט דער קאנסטעטיוציע און דער ביל אף רייטס מיט דער מיינדסעט אז "אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן דורכן באשעפער וואס ער גיט די זעלבע רעכטן פאר אלע מענטשן" און "אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן די זעלבע דורך דער באשעפער".

@אסמכתא בעלמא די תקנות לאזט לייגן א לינק צו א ווידאו וואס שמועסט דאס אויס אבער ווערט געזאגט דורך א קריסט?
סיי וואשינגטאן און איבערהויפט דזשעפערסאן זענען שוין באשולדיגט געווארן אין זייער צייט מיטן נישט זיין גענוג רעליגיעז (אין דזשעפערסאן'ס קעיס, אלס זיין א אטעאיסט).
און אפי' די וואס זענען יא אפיציעל געווען רעליגיעז זענען געווען דעאיסטן.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 295

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך תינוק הבורח »

און דזשעפערסאן איז לויט הרב @מסתמא די פארגייער פון די רעפובליקאנע פארטיי.

(איך בין גראדע איינשטימיג אז די פעדערעליסט פארטיי איז די פארגייער פון די דעמאקראטישע פארטיי, און די דעמאקראטיש רעבופלקאנער פארטיי איז די פארגייער פון די רעפובליקאנער פארטיי. איך ווייס נישט פארוואס ביי די היסטאריקער איז אנגעקומען פארקערט)
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 791
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 844

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

צפנת פענח האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 5:30 pm @אסמכתא בעלמא די תקנות לאזט לייגן א לינק צו א ווידאו וואס שמועסט דאס אויס אבער ווערט געזאגט דורך א קריסט?
אודאי געוויס נישט. ס'איז שלא מן נמנע אז דער קריסט רעדט דארט אמונות טפילות. (שלא עפ"י חפץ חיים... :roll: )
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 791
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 844

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

בינת הלב האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 5:53 pm
חיליק פעלדמאן האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 3:35 pm אז דו רעדסט פון א אינטערגעגאנענע אמעריקע, וויל איך פרעגן וואו קען איך עס פערזענליך שפירן און זען אויב איך ליג נישט אין פאליטיק און אין נייעס, וואו אפעקטירט עס מיך פערזענליך אין טאג טעגליכן לעבן?

איך קוק מיך ארום און מיך זעט עס אויס אביסל אנדערש.

אין בית המדרש באקום איך ווייטער מיין ווארעמע מקוה און שאוער, ס'ברייט צוגעשטעלט מיין הייסע קאווע און גאר פרישע מילך, די שמש שטיבל פארקויפט ווייטער פיינע וויין פון יעדע סארט אין דער וועלט פון פראנקרייך ביז קאליפארניע מיט גוטע הכשרים און אויך א ריזיגע אויסוואל פון אלע סארטן טרעוול לעכט, די קידושים און לחיים'ס ווערן מער און מער מיט ריזיגע מעניו'ס א מחיה, מיין קאר פארט פיין און איז אויסגעשטאט מיט אלע באקוועמליכקייטן און אויב עפעס איז עס אזאנס באקוועם וואס מיין טאטע וואלט זיך געווינטשן ער זאל אזאנס האבן פאר צוואנציג יאר צוריק אדער נאר נאנט צו דעם, איזיפעס ארבעט א מחיה, די גראסערי האט היינט עסן וואס פאר צען פופצן יאר צוריק איז געווען א פערטל אזא אויסוואל, קול מבשר מעלדט נייעס יעדע פאר מינוט און עס קומען נאר צו אינהאלטסרייכע קנעפלעך יעדע צווייטע וואך איינס בעסער פון צווייטן, די זשערקי און אייער פלעטערס ווערן גרעסער און ברייטער, וועכענטליכע אויסגאבע'ס ווי דער איד און די בליק וקרוביהם ווערן רייכער און רייכער און דיקער און דיקער, מניני מנחה מעריב ווערן גרעסער און מער שטונדליך לויט די פאפולאציע, חסידות'ן לעבן סאך מער בשלום היינט, קויפן זאכן אנליין ווערט מער און מער צוגעשטעלט פארן קאסטומער, אינטערנעט און סעלפאן סערוויס ווערט שנעלער און שנעלער און ביליגער און ביליגער, איי עי שטעלט צו מיליאנען שטיקלעך אינפארמאציע טשיק טשאק, און נאך אביסל וועט אפילו יעדע פארמעגליכע בירגער קענען רייזן צו ספעיס מיט מאסק'ס לעגאו ספעיס שאטל..

איז אויסער אינפלאציע, וואס איז א זאך וואס געשעט יעדע פאר יאר, זע איך באמת נישט וואו איך בין אפעקטירט, אויב עפעס ווערט נאר די לעבן מער און מער באקוועם, מאך א חשבון פון צען יאר צוריק ביז היינט, ווער רעדט שוין פון צוואנציג יאר צוריק און דרייסיג יאר צוריק, שאל אביך ויגדך וויפיל די לעבן איז היינט באקוועמער און מער צוגעשטעלט אין אלע הינזיכטן, גלייב מיר דו ווילסט נישט צוריקגיין צו יענע עפאכע און זיכער נישט צו פופציג יאר צוריק און פארדעם.

דאס אלעס איז סתם א וועג פאר די מידיע און פרעסע צו מאכן פרנסה דורך שרייען נעגיטיוו און אז די מצב איז עק וועלט און די וועלט איז אויף די וועג צו א באלדיגע זאפארטיגע ענדע.. די אנגעצויגענקייט צווישן רוסלאנד און אמעריקע איז די ערגסטע זינט די קענעדי כרוסטשאוו עפאכע, שוין פאר צען יאר שטייט מען אט אט בעפאר א זאפארטיגע נוקלעארע קריג.. פרעג נאר דיין טאטע/זיידע איבער די צייטן פון די קאלטע קריג וועסטו וויסן וואספארא שטותים דעס איז און וואס ס'מיינט עכטע אנגעצויגענקייט. אנטיסעמעטיזעם האלט יעצט אוודאי די ערגסטע זינט די קרייץ ציגלער אין ווירמייזא און די שפאנישע אינקאוויזיציע אין פארטוגאל... אבער פרעג דיין טאטע וויאזוי עס האט אויסגעזען דרייסיג יאר צוריק אין ווילי און אין מאנהעטן אויפן טרעין.

אלעס איז הוילע בלאף און נאר א מיטל וויאזוי צו האבן וואס צו רעדן אויף די מידיע און ארויפברענגען א מומחה מיט א אאויסגעקראכענע קאפ צו מסביר זיין פארוואס ס'איז אזוי געפערליך יעצט און וואס ס'שטייט אינטער דעם בלא בלא שא! איז זיי טוען עס טאקע לצורך פרנסה וואס אלעס איז מותר פארדעם, אונז דארפן אבער נישט ליידן פון דעם אז זיי דארפן פרנסה און ווערן פארקרומט דורך זיי...

אייביג שרייט מען אז נעכטן איז געווען בעסער, אבער שלמה המלך זאגט שוין 'אל תאמר ימים הראשונים היו טובים מאלה', עס איז א סתם א וועג פון קרעכצן און אפזיפצן און זיך רעגן אויף דעם און יענעם... ב''ה אבער אז עס איז גאר גאר גוטע צייטן, ווער ס'וויל ווערן א ערליכע איד איז עס היינט זייער גרינג... פיינע עירקאנדישאן אין יעדע בית המדרש, הערליכע ספרים צוגעשטעלט פון די שענסטע דריקן און אותיות (קוק דיין טאטע'ס ש''ס וועסטו זען..) מיט אלע סארט פירושים, אלע סארט בתי מדרשים, פיינע קאווע און טיי און אפילו טשאקלעט מילך, ס'פעלט גארנישט נאר אביסל רצון און טון וואס מען קען...

אזא פערספעקטיוו איז אומריכטיג.

די וועלט זינט זי שטייט האט שוין פארמאגט אייגעגעסענע קולטורן און גלויבונגען וואס עס האט אויסגעזעהן אז זיי וועלן שוין פארבלייבן אויף אייביג, אבער די מציאות איז נישט אזוי געווען, נאר ביי א געוויסע נקודה זענען זאכן אונטערגעגאנגען מענטשן האבן זיי אוועקגעווארפן און געקליבן נייע וועגן נייע אידאלאגיעס און גלויבונגען.

יעדער איינער פארשטייט אז די טויש פון איין קולטור צום נעקסטן האט נישט פאסירט איבערנאכט, עס האט נישט פאסירט די מינוט וואס האט אויפגעפלאקערט א רעוואולוציע אדער מלחמה. זאכן אנטוויקלען זיך צושטייטעלעך צוביסעלעך אונטערן וואסער, די לאווע קאכט זיך אין א פארמאכטן בארג במשך יארן, נאך אביסל און נאך אביסל און נאך אביסל, די לעצטע דעטאל וואס ענדיגט בסך הכל צו דאס אריבערטויש איז די רעוואולוציע אדער מלחמה אדער טיילונג אד"ג, דאס איז די לעצטע פאזע, דאס איז נישט אוואו עס פאסירט בעיקר, עס פאסירט אין אסאך קליינליכע פאזעס במשך א לאנגע צייט.

עמציער וועלעכע איז א חכם און לייגט צו קאפ צו ווי אזוי זאכן אנטוויקלען זיך קען רוב מאל פאראויס זעהן וואס עס וועט זיין דער סוף. אין די צייט וואס יעדער שלאפט נאך, די קאווע און די מקוה איז די זעלבע און קיינער זעהט נישט עפעס גרויס און מאסיוו, עס פליען נאכנישט קיין נוקלעארע באמבעס, קען אבער דער וואס לייגט צו קאפ צו די אנטוויקלונגען - צו די קליינליכע און גרעסערע דעטאלן פון די אנטוויקלונגען - אפשאצן און פארשטיין וואס עס קומט.

ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט מען עס שטארק געזעהן, אין די גוי'אישע און אידישע וועלט צוגלייך. געווען מענטשן וואס האבן פארגעזעהן און פארגעשריגן אז זאכן גייען אין א אומגינסטיגע דירעקציע, ווידעראום איז געווען מענטשן (און לכאורה די רוב) וואס האבן געזעהן די זעלבע זון פון יעדן טאג די זעלבע באן פון יעדן טאג די זעלבע צייטונג און קאווע ווי יעדן טאג, הערטס אויף און מאכטס נישט קיינע פאניק. אפילו אין גערמאניע גופא האבן מענטשן נישט געכאפט ביז שפעט.

איר פארשטייט?!

און דא ביי אונז איז עס נאך מער, עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט אז עס אפעקטירט נישט אז עס פאסירט נישט, אפשר שפירט איר נישט קיין גרויסע זאכן אין אייער היימישע קרעמל פון מעיפל עוועניו ביז פארעסט ראוד ביז בעדפארד עוועניו.. אבער אין די אלגעמיינע גאס פילט מען, די גוי'אישע גאס באבלט, און זיי באבלען נישט אויף לופט, זיי באבלען אויף זאכן וואס זיי שפירן און האלטן מיט אין זייער לעבן, אין זייער הלוך ילך. די פאסירונגען פרעגן אייך נישט קיין סאך צו איר האלט זיי מיט צו נישט.. זיי ווארטן נישט אויף אייך, זיי פאסירן סיי ווי אזוי אפילו אן אייער אדער מיין רשות..
איר זענט ביידע הייליג גערעכט ולא פליגי.

@חיליק פעלדמאן זאגט אז די שרעקעדיגע זארגן אז "אט יעצט פאלט אמעריקא צוזאם" מיינט נישט גארנישט.

@בינת הלב זאגט אז פאקטיש מיט די צייט טראנספארמירט זיך א מאסיווע טויש אין מציאות.

זאגטס מיר אויב / וועמען איך האב נישט גוט פארשטאנען.
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 138

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

פאוסט דורך בינת הלב »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 8:06 pm
צפנת פענח האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 5:30 pm @אסמכתא בעלמא די תקנות לאזט לייגן א לינק צו א ווידאו וואס שמועסט דאס אויס אבער ווערט געזאגט דורך א קריסט?
אודאי געוויס נישט. ס'איז שלא מן נמנע אז דער קריסט רעדט דארט אמונות טפילות. שלא עפ"י חפץ חיים... :roll:
חחח..
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3132
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4173

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך וואוילער »

ווי האט יענער געזאגט... ס'וועט קומען א טאג ווען מ'וועט שוין אלעס מעגן, אבער איך וועל שוין זיין צו אלט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 138

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

פאוסט דורך בינת הלב »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 8:11 pm איר זענט ביידע הייליג גערעכט ולא פליגי.

@חיליק פעלדמאן זאגט אז די שרעקעדיגע זארגן אז "אט יעצט פאלט אמעריקא צוזאם" מיינט נישט גארנישט.

@בינת הלב זאגט אז פאקטיש מיט די צייט טראנספארמירט זיך א מאסיווע טויש אין מציאות.

זאגטס מיר אויב / וועמען איך האב נישט גוט פארשטאנען.

ופליגי.. און איך וועל דיר זאגן פארוואס.

ווייל דאס וואס ר' חיליק טראכט איז בעצם די גרעסטע פראבלעם דא, ווייל דאס איז די מהלך ווי אזוי דער 'טויש' גייט צו. פארצייטנס ווען מען האט געוואלט טראנספארמירן קולטור האט עס געדארפט גיין מיט געוואלטאטן מיט אויפשטאנדן מלחמות רציחות פון אלע צען צדדים, וכו'.

היינט איז א מאדערנע וועלט, א שיינע וועלט, א וואוילע יאמי וועלט, קיינער געוואלדעוועט נישט, קיינער שלאגט נישט, און ווער יא פארשטייט יעדער גלייך אז יענער איז א עקסטרעמיסט טעראריסט פאשיסט און א אויפשטענדלער, בקיצור ער איז יעדע זאך וואס נעמט אים אטומאטיש אוועק זיין לעגיטימיטעיט און צוזאמען מיט דעם זיין רעכט בכלל צו עקזעסטירן. עס איז נישט מיטלאלטער מער, מען האט שוין לאנג באלאכטן די טונקלקייט פון יענע פינסטערע אלטמאדישע צייטן, עס איז נייע ליכטיגע דעלישעס צייטן.

ווי אזוי עס גייט היינט צו א קולטוראלע טויש איז דורך 'שלאף פילן'.. קיינער בונטעוועט נישט ווייל קיינער איז דאך נישט קיין משוגענער טעראריסט וכו' וואס בונטעוועט, דא לאזט יעדער יעדן האבן יעדנ'ס מיינונג און קיינער שטערט נישט דעם צווייטן. ממילא, אז דער עולם שלאפט אזוי געשמאק איז דאך דאס די בעסטע געלעגענהייט פארן גנב זיך אריינצוכאפן פון די בעק טיר.

און אזוי טוט מען טאקע.

בשעת דער עולם שלאפט און קיינער זעהט נישט, און ווער עס באמערקט יא גיט מען אים א אנדערע פיל וואס הייסט 'קאנספיראציע טעאריקער'.. אזוי טוט מען דורך די לעגאלע פראסעס אריבערפירן פראפעסיאנאל די קולטור און מיינדסעט און דיפאלט אידאלאגיעס פונעם עולם, און וואס עס איז נישט לעגאל לעגאלעזירט מען, והכל על מקומו יבוא בשלום, און דו - שריי נישט, זיי נישט קיין בהמה, זיי נישט קיין בעל דמיון. האסט אזעלעכע מיסטעריעזע פאראנויעס אז די זאך פארט ערענסט נישט גוט דא?! גיי צוריק אין בעט שלאפן און לאז יעדן ווייטער שלאפן א טיפע און אייביגע שלאף.

איר פארשטייט?!

די מציאות היינט איז, אז די חלק לאנד וואס באבעלט טאקע איז אבער נאר א דריטל פון די באפעלקערונג, די איבעריגע צוויי דריטל איז מיט ר' @חיליק פעלדמאן, זיי האלטן אויך אז גארנישט ערענסט טוט זיך, אקעי איך זאג נישט, עס איז אביסל היציגער ווי געווענליך, אבער נישט מער.

אבער ווער עס קוקט גוט אריין זעהט דא א הירוס הבריאה אין אלע הינזיכטן ממש אשר כמוהו לא נהייתה, זאכן וואס אמאהל אין די אלטמאדישע וועלט וואלט געגאנגען בלוט און אש ותמרות עשן אויף דיע זאכן, ווערן היינט א רעאליטעיט אן א פיפס.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 66

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך רעגנדיג »

@בינת הלב זייער קלאר!

נאר איין קליינע קארעקשאן, ס'איז נישט קיין כלל אז ווער עס בונטעוועט און וואנדאלאזירט ווערט גלייך אן עקסטרעמיסט. ס'ווענדט זיך אויף וועלכע זייט מען שטייט, אויב מאכט מען זיכער צו זיין אויף די גוטע זייט קען מען פארברענען גאנצעטע שטעט און ס'בלייבט 'פרידליכע פראטעסטן'.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 791
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 844

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:29 am @בינת הלב זייער קלאר!

נאר איין קליינע קארעקשאן, ס'איז נישט קיין כלל אז ווער עס בונטעוועט און וואנדאלאזירט ווערט גלייך אן עקסטרעמיסט. ס'ווענדט זיך אויף וועלכע זייט מען שטייט, אויב מאכט מען זיכער צו זיין אויף די גוטע זייט קען מען פארברענען גאנצעטע שטעט און ס'בלייבט 'פרידליכע פראטעסטן'.
:lol: גוט, גוט!

@בינת הלב זאגסט זייער גוט.

אבער צ"ק וואס איז דיין ענטפער? לכאורה: ס'איז אונטערגעגאנגען אינאיינעם מיט די וועלט אונטערגאנג.

דור הולך ודור בא, מציאות הולך ומציאות בא.
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 138

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך בינת הלב »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:41 am
רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:29 am @בינת הלב זייער קלאר!

נאר איין קליינע קארעקשאן, ס'איז נישט קיין כלל אז ווער עס בונטעוועט און וואנדאלאזירט ווערט גלייך אן עקסטרעמיסט. ס'ווענדט זיך אויף וועלכע זייט מען שטייט, אויב מאכט מען זיכער צו זיין אויף די גוטע זייט קען מען פארברענען גאנצעטע שטעט און ס'בלייבט 'פרידליכע פראטעסטן'.
:lol: גוט, גוט!

@בינת הלב זאגסט זייער גוט.
ישר כוח!

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:41 am אבער צ"ק וואס איז דיין ענטפער? לכאורה: ס'איז אונטערגעגאנגען אינאיינעם מיט די וועלט אונטערגאנג.

דור הולך ודור בא, מציאות הולך ומציאות בא.
יא און ניין.

עס איז אמת אז עס איז בעצם די גאנצע וועלט וואס גייט אין די זעלבע קראנקע דירעקציע, אבער עס איז ספעציפיש אמעריקע, ווייל אין אמעריקע איז צוזאמען מיט די אונטערגאנג פון די קולטור גייט אויך אונטער אמעריקע'ס כוח און מאכט אלץ א וועלט'ס פירענדע לאנד, זייער שטאנד אין די וועלט פאלט אויך אראפ למטה.

וואס דיזע צוויי זאכן האבן שייכות קען מען טעאריעזירן, אבער דאס איז עכ"פ די טרוקענע מציאות, אז ווען די לינקע ווערן שטארק ווערט אמעריקע'ס שטאנד שוואך.

און ווער עס קומט אויף אנשטאט קען דאך אויך יעדער זעהן, אוואו כינע ווערט שטערקער און שטערקער. וואס פונקטליך דאס האט שייכות קען מען אויך טעאריעזירן, אבער די הארטע מציאות איז עכ"פ דאס.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 235

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך אלף טויב »

בינת הלב האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 12:26 pm

אין מיינע פאר גראשן
זינט כינע אין אירע באפריינדעטע זענען קאמעניסטיש ווערט קאנטרעלירט אלעס ביזן געדאנקן גאנג ועד בכלל האבן זיי אויבן אויף שטערקערע שאנס, אין ריקן זיך טאקע פאראויס מיט גאר א שנעלן פארנעם.
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 138

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך בינת הלב »

רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:29 am @בינת הלב זייער קלאר!

נאר איין קליינע קארעקשאן, ס'איז נישט קיין כלל אז ווער עס בונטעוועט און וואנדאלאזירט ווערט גלייך אן עקסטרעמיסט. ס'ווענדט זיך אויף וועלכע זייט מען שטייט, אויב מאכט מען זיכער צו זיין אויף די גוטע זייט קען מען פארברענען גאנצעטע שטעט און ס'בלייבט 'פרידליכע פראטעסטן'.

די חילוק בעצם איז נורא פשוט. זיי זענען דאך וויקטעם'ס, און וויקטעם'ס זענען די בעסטע פלייש פאר די נייע קולטור. ווי מער וויקטעם'ס אלץ גרעסער וואקסט די כוח פון די נייע קולטור וואס וויל אז די רעגירונג זאל אונטערלאנען און קעירנעמען פון 'אלעס', ווייל די מענטשן קענען גארנישט אליין, זיי זענען וויקטעם'ס, זיי ליגן אין בעט מיט שלאף פילן, מען דארף זיך אננעמען פאר זיי, זיי זענען פארווייטאגט און דיסקרימינירט פון די נארמאלע וועלט, ברויך מען דאך באקעמפן די נארמאלע וועלט מענטשן וועלעכע פארשקלאפן די נעבעכדיגע וויקטעם'ס וועלעכע קענען נישט זיין א חלק פון די נארמאלע וועלט, טא אראפ מיט די נארמאלע וועלט, פארברען עס. #קענסלד.

ממילא, ווען עמיצער פון די נארמאלע אלטע וועלט שרייעט עפעס און פארלאנגט עפעס איז עס דאך עקסטרעמיזם און פאשיזם, ווייל סיי וועלעכע הצלחה און תוקף מען גיט פאר סיי וועלעכע פארלאנג פון מענטשן פון די נארמאלע אלטע וועלט איז דאס דאך אטאמאטיש א דיסקרימינאציע און סופרעשן פאר די וויקטעם'ס, ממילא ברויך עס ווערן פארשטילט און אונטערגעברענגט.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
חיליק פעלדמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:40 am
x 167

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך חיליק פעלדמאן »

@בינת הלב, איך ווייס נישט וויפיל אונז קריגן זיך, מער ווייניגער בינעך זיך מודה צו דיר אז ס'זיכער דא גרויסע פראבלעמען אין די היינטיגע קולטור און ס'איז א געוויסע דיקטאטורשאפט מיט א שיינע פנים, אבער נאך אלס וועל איך נישט צוריקציען אז ס'איז נאכאלס די בעסטע צייטן פאר כלל ישראל זינט חורבן בית המקדש..

צו וועלכע צייטן פונקטליך בענקסטו זיך? צו די צייטן פון ת''ח ות''ט? צו די צייטן ווען יעדע קינד איז געווארן אריינגעצוואונגען אין ניקאלאי'ס מיליטער? צו די צייטן צווישן די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמה ווען אידן זענען געווארן געפייניגט איבעראל? צו הונדערט יאר צוריק און ארויף ווען מען איז געשטארבן פון יעדע לינגען אנטצינדונג און פארקילעכטס און א מענטש וואס האט דערגרייכט די פינף און זעכציג איז שוין געווען א זקן? צו הונדערט יאר צוריק און ארויף ווען יעדער האט געהאט זיווג שני און שלישי ווייל מען איז געשטארבן ווי גארנישט ביים געבן געבירט און יעדער האט געהאט פיר קינדער וואס מען האט פארלוירן אדער ביים געבוירן אדער ביז די פינף יאר? בענקסט זיך צו צייטן וואס פארן פון איין שטאט צום צווייטן איז געווען דורך א וואלד פיל מיט סכנות? בענקסט זיך צו פופציג יאר צוריק ווען אין די זוממער האט מען געשוויצט ווי א שוויץ באד אן א ווינקל וואו צו כאפן א קילע לופט צו אטעמען?

איך האב אסאך אסאך געליינט היסטאריע און איך האב נישט קיין איין איינציגע תקופה וואס איך וואלט אויפגעטוישט מיט די יעצט. אדרבה, שרייב מיר א געוויסע תקופה וואס דו וואלסט אויפגעטוישט מיטן יעצטיגע עפאכע.

די מציאות איז אז אידן האט געליטן און געליטן און געליטן אין אלע אלע תקופות, פרנסה איז אייביג געווען אין די ערד און מען איז פשוט געשטארבן פון הונגער, פריצים און קעניגן האבן גוזר געווען גזירות, אנטיסעמעטיזם איז אייביג געווען אויף א מאקסימום, מגיפות איז געווען א אפטע ערשיינונג, פייערס וואס פארברענען א גאנצע שטאט ביזן גרונד איז געווען א מעשים בכל יום, פארן אויפן וועג איז געווען כמעט פיקוח נפש, יעדער האט פארלוירן קינדער, רוב מחלות איז נישט געווען קיין רפואות, און וואס נישט. די אלע מעשיות וואס מען דערציילט איז עכט געווען אזוי די מצב, היסטאריע פון די וועלט איז זייער זייער שווארץ און בכלל נישט אנגענעם.

סאו דאס אז יעצט איז אויך דא פראבלעמען דארף מען דאך וויסן אנשטאט וואס דאס איז, עכטע גוטס וועט נאר זיין בביאת משיח און קיינמאל נישט פארדעם, דערווייל אבער שטייען מיר די בעסטע ב''ה, מען קען גיין אויף די גאסן אן קיין שרעק, איך קען זיצן אין בעס מעדרעש מיט א רואיגקייט אן ליידן פון הונגער און היץ אדער קעלט, איך קען מיטהאלטן אלעס וואס טוט זיך אין די וועלט מיט איין טעלעפאן רוף, און אויב בינעך נישט געזונט אביסל באקומט מען אנטיביאטיק און אלעס ווערט מסודר בעזהשי''ת וכו' וכו'. אוודאי קענען זאכן ווערן בעסער, אבער עפעס דארף דאך בלייבן צו קענען ווארטן אויף משיח... אחכה לו בכל יום שיבא.
והיתם נקיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:52 pm
x 34

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך והיתם נקיים »

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 7:36 pm און דזשעפערסאן איז לויט הרב @מסתמא די פארגייער פון די רעפובליקאנע פארטיי.

(איך בין גראדע איינשטימיג אז די פעדערעליסט פארטיי איז די פארגייער פון די דעמאקראטישע פארטיי, און די דעמאקראטיש רעבופלקאנער פארטיי איז די פארגייער פון די רעפובליקאנער פארטיי. איך ווייס נישט פארוואס ביי די היסטאריקער איז אנגעקומען פארקערט)
זענען איר אויך ביי די מיינונג אז די היינטיגע דעמאקראטישע פארטיי איז צו רעכטס פון די היינטיגע רעפובליקאנער פארטיי?
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 295

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך תינוק הבורח »

והיתם נקיים האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 3:32 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 7:36 pm און דזשעפערסאן איז לויט הרב @מסתמא די פארגייער פון די רעפובליקאנע פארטיי.

(איך בין גראדע איינשטימיג אז די פעדערעליסט פארטיי איז די פארגייער פון די דעמאקראטישע פארטיי, און די דעמאקראטיש רעבופלקאנער פארטיי איז די פארגייער פון די רעפובליקאנער פארטיי. איך ווייס נישט פארוואס ביי די היסטאריקער איז אנגעקומען פארקערט)
זענען איר אויך ביי די מיינונג אז די היינטיגע דעמאקראטישע פארטיי איז צו רעכטס פון די היינטיגע רעפובליקאנער פארטיי?
ניין
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 136

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך פנים חדשות »

@בינת הלב קומט אריין גאר קלאר כדרכו.

@חיליק פעלדמאן דו רעדסט פון די מצב פון כלל ישראל, און פון די גשמיות פון די וועלט, בעת @בינת הלב רעדט דאכט זיך בעיקר פון די רוחניות'דיגע שטאפלען פון די וועלט בכללות, נישט אזוי שטארק פון די אידען, וואס דארט איז ער שטארק גערעכט אז די וועלט פלעגט זיין מער געבויעט אויף נארמאלערע יסודות און השקפות, וואס זענען געבויעט אויף אמונה און מסורה, וואס דאס אלץ צופאלט מער און מער.
גרויס בריטאניע
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:01 pm
x 4

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

פאוסט דורך גרויס בריטאניע »

איך ווייס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 4:34 pm
חיליק פעלדמאן האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 3:35 pm אז דו רעדסט פון א אינטערגעגאנענע אמעריקע, וויל איך פרעגן וואו קען איך עס פערזענליך שפירן און זען אויב איך ליג נישט אין פאליטיק און אין נייעס, וואו אפעקטירט עס מיך פערזענליך אין טאג טעגליכן לעבן?

איך קוק מיך ארום און מיך זעט עס אויס אביסל אנדערש.
אויב ווילסטו גיין מיט וויאזוי עס עפעקט מיר, די אמת איז אז טראמפ וכו' עפעקט מיר טאקע נישט. די עקאנאמיע, איז דאך אלעמאל א גלגל החוזר, און מען קען נישט זאגן אז די יעצטיגע מצב הייסט "אונטערגעגאנגען". וואס יא, נארמאלקייט כאפט די לעצטע פאר יאר אריין געפערליכע קלעפ. אפילו אידישע קאמפיניס, אויב זענען זיי גרויס, און זיי האבן פיל נישט אידישע ארבייטער, גיין מיט מיט די שוואנג פון די גוי'שע גאס. צו בע"כ צו מרצונם. די פאקט איז אז נארמאלקייט ליידט שטארק, און דאס אפעקטירט אפשר נישט -דערווייל- מיר פרעזענליך, אפעקטיריט עס אבער יא מענטשען וואס איך בין נאנט מיט.

צום קעפל, וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? ווייל מען האט זיך געבויגן צו די משוגעים איבער די נארמאלע.
אן אלטע קWאוט וואס כ'האב אמאל געזעהן איבער דעם:

6053abcd41a4399cfc6c225c5947ba34c72cc293-1.jpg
6053abcd41a4399cfc6c225c5947ba34c72cc293-1.jpg (17.99 KiB) געזען געווארן 342 מאל
א שיף זיצט זיך שטיל ביים בארטן... אבער נישט פארדעם איז א שיף געמאכט געווארן.
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 488

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך העלדיש »

ווי אזוי איז אמעריקא אינטערגעגאנגען???
אמעריקא איז נישט (נאכנישט) אינטערגעגאנגען.
אבער אויב איז דא עפעס וואס איז גורם פראבלעמען איז עס די הפקר וואס הערשט אויף די גאסן. די גמרא זאגט שוין אז ווען נישט די מורא פון די מלכות וואלט איינער דעם צווייטן איינגעשלינגען, און עס איז נישט קיין גוזמא.

מענטשן ווילן זיך אריינרעדן אז די וועלט איז ציווילעזירט און נארמאל, אבער עס איז שטותים מיט לאקשן, ס'הייבט זיך נישט אן און עס ענדיגט זיך נישט.
זיכער ווען מען רעדט פון מענטשן וואס האבן נישט קיין תורה אדער עכ''פ רעליגיע. א מענטש איז פונקט ווי א בהמה און ער פארמאגט חיה'שה אינסטינקטן און טאמער מען ארבעט נישט אויף זיך בלייבט מען אזוי.

די איינציגסטע זאך וואס קען האלטן די וועלט אין די ראמען, איז א פויסט, אבער א שטארקע, ס'מוז זיין א שטארקע רעגירונג וועלעכע לאזט נישט צו קיין הפקרות, און דאס פעלט.

בנוגע די שמועס איבער ווער ס'שטייט בעסער אונזער תקופה אדער די עלטערע,
עס איז זיכער אז היינט זעמיר אסאך אסאך באקוועמער, אבער צו דען זענען מיר בעסער? לאו דוקא, צופרידענער? דוקא לאו, געזונטער בנפש? איך ווייס נישט.

ווייטער דאס מיינט נישט אז א קריג קען נישט געשען, איך ווייס נישט צו און היסטאריע איז געווען צופיל יאר אן קיין מלחמות, און איך גלייב נישט אז היינט איז אנדערש,
לאמיר לויבן די אייבערשטער אויף יעדער געשמארע טאג וואס אונז האבן, ס'איז גארנישט פארזיכערט...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער קעפל איז געוואלדיג... באלד עפנט @מסתמא אן אשכול: "וויאזוי איז אייוועלט אונטערגעגאנגען"?

ס'איז נישט אונטערגעגאנגען. ס'איז פשוט א פראבלעמאטיש פלאץ. און דאס בלייבט עס.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 235

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך אלף טויב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 4:26 pm דער קעפל איז געוואלדיג... באלד עפנט @מסתמא אן אשכול: "וויאזוי איז אייוועלט אונטערגעגאנגען"?

ס'איז נישט אונטערגעגאנגען. ס'איז פשוט א פראבלעמאטיש פלאץ. און דאס בלייבט עס.
גא"מ
אבער נישט געפערליך מען ברויך סך הכל צולייגן
וויאזוי איז אמעריקע"ס סטאביליטעט/שטאנד" אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.
אוועיטער
בעלזא
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:34 pm
x 5

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך בעלזא »

העלדיש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 4:23 pm ווי אזוי איז אמעריקא אינטערגעגאנגען???
אמעריקא איז נישט (נאכנישט) אינטערגעגאנגען.
אבער אויב איז דא עפעס וואס איז גורם פראבלעמען איז עס די הפקר וואס הערשט אויף די גאסן. די גמרא זאגט שוין אז ווען נישט די מורא פון די מלכות וואלט איינער דעם צווייטן איינגעשלינגען, און עס איז נישט קיין גוזמא.

מענטשן ווילן זיך אריינרעדן אז די וועלט איז ציווילעזירט און נארמאל, אבער עס איז שטותים מיט לאקשן, ס'הייבט זיך נישט אן און עס ענדיגט זיך נישט.
זיכער ווען מען רעדט פון מענטשן וואס האבן נישט קיין תורה אדער עכ''פ רעליגיע. א מענטש איז פונקט ווי א בהמה און ער פארמאגט חיה'שה אינסטינקטן און טאמער מען ארבעט נישט אויף זיך בלייבט מען אזוי.

די איינציגסטע זאך וואס קען האלטן די וועלט אין די ראמען, איז א פויסט, אבער א שטארקע, ס'מוז זיין א שטארקע רעגירונג וועלעכע לאזט נישט צו קיין הפקרות, און דאס פעלט.

בנוגע די שמועס איבער ווער ס'שטייט בעסער אונזער תקופה אדער די עלטערע,
עס איז זיכער אז היינט זעמיר אסאך אסאך באקוועמער, אבער צו דען זענען מיר בעסער? לאו דוקא, צופרידענער? דוקא לאו, געזונטער בנפש? איך ווייס נישט.

ווייטער דאס מיינט נישט אז א קריג קען נישט געשען, איך ווייס נישט צו און היסטאריע איז געווען צופיל יאר אן קיין מלחמות, און איך גלייב נישט אז היינט איז אנדערש,
לאמיר לויבן די אייבערשטער אויף יעדער געשמארע טאג וואס אונז האבן, ס'איז גארנישט פארזיכערט...
אמת.

אין די מאנסיער לוח הציבור אפאר וואכן ציריק איז געוועהן א באשרייבונוג וואס רעדט איבער דעי נושא. אויב די קענסט עס צוברענגען וואלט געווען שיין.
ער ברענגט ארויס די נקודה אז די וועלט שטייט ביי זילטש
איך בין טאקע א בעלזער אבער איך פארטרעט נישט בעלזא
והיתם נקיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:52 pm
x 34

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך והיתם נקיים »

תינוק הבורח האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 3:36 pm
והיתם נקיים האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 3:32 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 7:36 pm און דזשעפערסאן איז לויט הרב @מסתמא די פארגייער פון די רעפובליקאנע פארטיי.

(איך בין גראדע איינשטימיג אז די פעדערעליסט פארטיי איז די פארגייער פון די דעמאקראטישע פארטיי, און די דעמאקראטיש רעבופלקאנער פארטיי איז די פארגייער פון די רעפובליקאנער פארטיי. איך ווייס נישט פארוואס ביי די היסטאריקער איז אנגעקומען פארקערט)
זענען איר אויך ביי די מיינונג אז די היינטיגע דעמאקראטישע פארטיי איז צו רעכטס פון די היינטיגע רעפובליקאנער פארטיי?
ניין
טא וויאזוי גייט עס צוזאמען?

די קאמף קעגן די פעדערעליסטן (ערשט אלס אנטי-פעדערליסטס, שפעטער אין די ראמען פון די אנטי-אדמיניסטראציע פארטיי, און שפעטער אין די ראמען פון די דעמאקראטיש-רעפובליקאנער פארטיי) איז לכולא עלמא געווען א קאמף פון לינקס קעגן רעכטס.
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 488

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך העלדיש »

בעלזא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 4:43 pm
העלדיש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 4:23 pm ווי אזוי איז אמעריקא אינטערגעגאנגען???
אמעריקא איז נישט (נאכנישט) אינטערגעגאנגען.
אבער אויב איז דא עפעס וואס איז גורם פראבלעמען איז עס די הפקר וואס הערשט אויף די גאסן. די גמרא זאגט שוין אז ווען נישט די מורא פון די מלכות וואלט איינער דעם צווייטן איינגעשלינגען, און עס איז נישט קיין גוזמא.

מענטשן ווילן זיך אריינרעדן אז די וועלט איז ציווילעזירט און נארמאל, אבער עס איז שטותים מיט לאקשן, ס'הייבט זיך נישט אן און עס ענדיגט זיך נישט.
זיכער ווען מען רעדט פון מענטשן וואס האבן נישט קיין תורה אדער עכ''פ רעליגיע. א מענטש איז פונקט ווי א בהמה און ער פארמאגט חיה'שה אינסטינקטן און טאמער מען ארבעט נישט אויף זיך בלייבט מען אזוי.

די איינציגסטע זאך וואס קען האלטן די וועלט אין די ראמען, איז א פויסט, אבער א שטארקע, ס'מוז זיין א שטארקע רעגירונג וועלעכע לאזט נישט צו קיין הפקרות, און דאס פעלט.

בנוגע די שמועס איבער ווער ס'שטייט בעסער אונזער תקופה אדער די עלטערע,
עס איז זיכער אז היינט זעמיר אסאך אסאך באקוועמער, אבער צו דען זענען מיר בעסער? לאו דוקא, צופרידענער? דוקא לאו, געזונטער בנפש? איך ווייס נישט.

ווייטער דאס מיינט נישט אז א קריג קען נישט געשען, איך ווייס נישט צו און היסטאריע איז געווען צופיל יאר אן קיין מלחמות, און איך גלייב נישט אז היינט איז אנדערש,
לאמיר לויבן די אייבערשטער אויף יעדער געשמארע טאג וואס אונז האבן, ס'איז גארנישט פארזיכערט...
אמת.

אין די מאנסיער לוח הציבור אפאר וואכן ציריק איז געוועהן א באשרייבונוג וואס רעדט איבער דעי נושא. אויב די קענסט עס צוברענגען וואלט געווען שיין.
ער ברענגט ארויס די נקודה אז די וועלט שטייט ביי זילטש
איך בין נישט קיין מאנסי'ער, אדרבה ברענג
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1003
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 2906

Re: וויאזוי איז אמעריקע אונטערגעגאנגען? אייערע צוויי צענט.

פאוסט דורך עדיטאריעל »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 4:26 pm דער קעפל איז געוואלדיג... באלד עפנט @מסתמא אן אשכול: "וויאזוי איז אייוועלט אונטערגעגאנגען"?

ס'איז נישט אונטערגעגאנגען. ס'איז פשוט א פראבלעמאטיש פלאץ. און דאס בלייבט עס.
דיין לעצטע שורה איז אויף אייוועלט אדער אמעריקא?
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
שרייב פאוסט