סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
ציבורא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 142
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:15 pm
x 237

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך ציבורא »

פרייזן האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 12:25 pm unnamed - 2024-06-11T122453.495.jpgunnamed - 2024-06-11T122455.692.jpgunnamed - 2024-06-11T122457.048.jpg
פארוואס איז נישט די חתונה אין וומסב"ג? די די צד הכלה וואינט דאך אין שטאדט?
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 781
פארבינד זיך:

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

"יום שכלו תורה" נעכטן זונטאג ווי הונדערטער לומדי כוללינו "כולל ברך משה" זענען ארויסגעפארן צו די קעטסקילס כהכנה צו מתן תורה
פיילס
15056.jpeg
15056.jpeg (55.89 KiB) געזען געווארן 1139 מאל
15057.jpeg
15057.jpeg (77.58 KiB) געזען געווארן 1139 מאל
15054.jpeg
15054.jpeg (57.55 KiB) געזען געווארן 1139 מאל
סומקא
פרישער באניצער
פאוסטס: 77
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:51 am
x 35

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך סומקא »

סאטמאר מאנסי האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 1:53 pm 🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

"יום שכלו תורה" נעכטן זונטאג ווי הונדערטער לומדי כוללינו "כולל ברך משה" זענען ארויסגעפארן צו די קעטסקילס כהכנה צו מתן תורה
מאנסי איז נישט דאס גרעסטע סאטמאר קהילה, וויליאמסבורג בארא פארק קרית יואל זענען גרעסער, אבער דאס ארגענעזירט קייט דארף מען זיך לערנען פון זיי, חבורה פאר בחורים פאר פרויען דאס איז נישט דא אין קיין אנדערע סאטמאר קהילה
אוועיטער
גרינגראז
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 256

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך גרינגראז »

ברם זכור לטוב די הנהלת הקהלה אין קרית יואל, פארן זיך רעכענען מיט די הונדערטער געסט וואס קומען אויף יו"ט און צאלן שוין שווערע געלטער פאר דינגן דירות און זיצן, פארן נאר בעטן אין ביהמ"ד הגדול די ביליגע פרייז פון $10 פאר מקוה געלט פאר צוויי טעג יו"ט.

אשריך עיר החסד קרית יואל.
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 781
פארבינד זיך:

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

בתי מדרשינו איבער די שטאט הערליך באצירט לכבוד חג השבועות

=בית מדרש הגדול=
פיילס
IMG_20240611_170257_237.jpg
IMG_20240611_170257_237.jpg (464.44 KiB) געזען געווארן 1036 מאל
IMG_20240611_170234_249.jpg
IMG_20240611_170234_249.jpg (445.07 KiB) געזען געווארן 1036 מאל
IMG_20240611_172709_114.jpg
IMG_20240611_172709_114.jpg (245.28 KiB) געזען געווארן 1036 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 781
פארבינד זיך:

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

בתי מדרשינו איבער די שטאט הערליך באצירט לכבוד חג השבועות

=בית מדרשינו ישמח משה בשכונת טשעסנאט רידזש=
פיילס
IMG_20240611_174906_321.jpg
IMG_20240611_174906_321.jpg (191.98 KiB) געזען געווארן 1035 מאל
IMG_20240611_174905_886.jpg
IMG_20240611_174905_886.jpg (220.53 KiB) געזען געווארן 1035 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 781
פארבינד זיך:

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

בתי מדרשינו איבער די שטאט הערליך באצירט לכבוד חג השבועות

=בית מדרשינו שכונת רעמסען=
פיילס
IMG_20240611_174910_114.jpg
IMG_20240611_174910_114.jpg (214.02 KiB) געזען געווארן 1033 מאל
IMG_20240611_174909_772.jpg
IMG_20240611_174909_772.jpg (224.98 KiB) געזען געווארן 1033 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 781
פארבינד זיך:

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

בתי מדרשינו איבער די שטאט הערליך באצירט לכבוד חג השבועות

=בית מדרשינו שכונת דזשיל=
פיילס
IMG_20240611_174914_529.jpg
IMG_20240611_174914_529.jpg (188.79 KiB) געזען געווארן 1031 מאל
IMG_20240611_174914_325.jpg
IMG_20240611_174914_325.jpg (203.65 KiB) געזען געווארן 1031 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 781
פארבינד זיך:

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

בתי מדרשינו איבער די שטאט הערליך באצירט לכבוד חג השבועות

=בית מדרשינו ברך משה בשכונת טווין=
פיילס
IMG_20240611_174918_508.jpg
IMG_20240611_174918_508.jpg (233.1 KiB) געזען געווארן 1031 מאל
IMG_20240611_174918_594.jpg
IMG_20240611_174918_594.jpg (211.41 KiB) געזען געווארן 1031 מאל
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 764
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1397

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך דעת קדשי »

טויזענטער זיצן אין ביהמ''ד הגדול
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
אשרי מי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 12:12 am
Location: אמעריקא
x 115

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך אשרי מי »

די גאלערי אינעם פאליש האט נישט געקענט זיין גרעסער?
image (35).png
image (35).png (268.74 KiB) געזען געווארן 777 מאל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 978
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1411

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

8 באווארפנ'ס בבית מדרשינו הגדול אין ק"י קע"ה
פיילס
Screenshot_20240614_132439_Gmail.jpg
Screenshot_20240614_132439_Gmail.jpg (217.44 KiB) געזען געווארן 725 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 358
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 566

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך Joel »

unnamed (67).jpg
unnamed (67).jpg (308.07 KiB) געזען געווארן 660 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3602
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9406

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

מעמד נעילת החג און ברכת הקודש.
פיילס
aHSd5EQ_wide_m (1).jpg
aHSd5EQ_wide_m (1).jpg (31.85 KiB) געזען געווארן 628 מאל
a6PGdFu_wide_m.jpg
a6PGdFu_wide_m.jpg (50.34 KiB) געזען געווארן 628 מאל
aFc2GR0_wide_m.jpg
aFc2GR0_wide_m.jpg (59.25 KiB) געזען געווארן 628 מאל
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 535
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 910

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פייל און בויגן »

אשרי מי האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 12:04 pm די גאלערי אינעם פאליש האט נישט געקענט זיין גרעסער?

image (35).png
זיכער וואלט עס געקענט זיין גרעסער, עס פעלט פשוט נישט אויס, עס איז נישטא ווער זאל עס אנפילן... קוים וואס די גאלעריע האט זיך אנגעפילט מיט עטליכע קינדער...

דאס ווילסטו הערן, רייט??


איך פארשטיי.
אבער די טעמע איז דעגנעזירט פאר חסידי מהר"א, אויב ביסטו אין די מאוד פון מאכן פראוואקאציעס, קענסטו עס טוהן אינעם כומעיני טעמע, נישט דא פליז.

טענקס.
א געזונטע ווינטער.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6087

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פופציגער »

איז אזוי.

איך וויל זיך באציען צו מיין מוצאי יום טוב תגובה וואס מאנכע האבן געזען ווי א נעגאטיווע אויפרייס, נישט אין פלאץ, נאך אזא געהויבענע יום טוב, און מאנכע האבן עס גאר גענומען ווי אן אטאקע אויף קהלתינו הק'.

מיינע פריינט, איך בין א שטארקע פאטריאט פאר די קהלה... בארואיגט אייך... אבער פארט גלייך איך נישט דעם סארט צוגאנג פון אוועקמאכן טענות כלאחר יד, ביסט א שווארץ-קוקער, אומצופרידן, קיינער איז דיר גארנישט מחויב, ביי. סארי @דער תהלים איד , קיינער איז מיר טאקע גארנישט שולדיג, אבער אויב וועט נישט זיין קיין קאנסטרוקטיווע קריטיק וועלן מיר נאך אויסזען צען יאר ארום ווי צען יאר צוריק.

מיין נקודה מיט'ן אויבנדערמאנטע תגובה, און דאס זעלביגע מיט דעם לג בעומר תגובה איז איין זאך: עס פעלט א ברוך ליפא לעווי ביי די פרויען!

מען דארף זוכן עפעס א מרת ברכה ליבא לעווי תחי' זאל מאכן סדר דארט...

טראכט אריין וואס פארא טויש דא איז פארגעקומען לעצטנס דורך די פרישע כוחות אין די קהלה, די גרויסע קאנאנען ווי ברוך ליפא לעווי, נפתלי יצחק כהנא, און מיט זיי די גאנצע גרופע עסקנים, אינגעלייט וועלכע האבן פשוט גענומען פאר א מיסיע צו אויפארבעטן די טישן בצל הקודש פון א פראקטישן זין.

נאך יעדע טיש קענסטו אפשטעלן ברוך ליפא, אדער אויב טרעפסטו פונקט סיי וועם פון די קבוצה עסקנים קענסטו אים אויך פרעגן, פונקטליך, אויפן האר, וואס האט געפעלט ביי דעם טיש און וואס קען זיין בעסער נעקסטע יאר, און די זאכן נעמט מען ערנסט אין באטראכט.

אנגעהויבן האבן זיי פשוט אלס אינגעלייט מיט ענערגישע אמביציעס, אן קיין נאמען אדער לאגא, און היינט זענען זיי שוין טייל פון די קהלה, און שפילן זאגאר א הויפט ראלע אין די אקטיוויטעטן פון קהל פאר אלע טישן און מאורעות בצל הקודש, קודאס פאר זיי.

אלע טישן, אלע יומי דפגרא, ווערן אויפגעארבעט גאר שטארק, און עס ווערט אלס פראקטישער און געשמאקער צו מיטהאלטן. דאס רעכנט אריין פשוטע זאכן ווי צולייגן פלאץ, בעסערע עיר קאנדישאן, און מער טרונקען, אבער עס נעמט אויך אריין דער גרעסערער חידוש, פון מאכן ערנסטע סורוועיס און שטודיעס, און טוישן סטאטוס קווא זאכן וואס אמאל האט מען געמיינט אז "אזוי קומט עס". ואכמ"ל.

עניוועי, צוריק צום ענין...

למעשה ביי די פרויען האט מען קיינמאל גארנישט געהעריג געטוישט, און דאס פארלאנגט זיך אן ערנסטן שימת לב.

איך געדענק ווען אפאר יאר צוריק האב איך געשריגן דאס (עה, נישט געשריגן, כהאב גערעדט שעמעדיג...) ביי א מיטינג פאר ל"ג בעומר, און איך האב געזאגט אז מ'דארף טון ממש וואס מען טוט יעצט, מ'גייט איבער אלע דעטאלן פון פאריאר, נאר נעמען פרויען זאלן עס טון מיט די פרויען זייט... מיר זיצן דא, אינגעלייט וואס האבן זיך ארומגעדרייט דעקן יעדן ווינקל ביי די מענער און אויפכאפן יעדן דעטאל... מיר האבן טאקע א גוטע בליק וואס טוט זיך ביי די מענער, אבער ביי די פרויען פארלאזט מען זיך אויף שאצונגען...

מען דארף האבן פרויען עסקניות וועלכע זאלן טון די ארבעט ביי די פרויען.

איך בלעים נישט קיינעם, אבער מיינע ווערטער זענען דאן דיסמיסט געווארן. ס'געווען וויכטיגער צו אויסארבעטן צי מ'דארף 8 אדער 9 וואסער סטאנציעס ביי די מענער, ווי אויסארבעטן די בעיסיק הומאניטערישע געברויכן ביי די פרויען...

יעדע יאר נאך לג בעומר הערט מען מענטשן קרעכצן איבער וואס די ווייבער דערציילן און קאמפלעינען, נאך יעדע יום טוב קאמפלעינען די פרויען, אבער ס'ווערט נישט גענומען מיט קיין ערנסטקייט.

איך געדענק פאריאר נאך שבועות איז געווען אסאך טענות, די ווייבער שוהל איז געווען איבערגעפולט עד אפס מקום, און עפעס איז געווען אפגעשפארט, איך געדענק נישט גענוי די דעטאלן, אבער אזויפיל יא, אז די עסקנים האבן נאך יום טוב געזאגט אז ס'געווען א טעות און נעקסטע יאר גייט מען זען וואס מען קען טון.

איך האב דאן געטראכט מיט אויפברויז, מ'האט ארויסגעבויט די ביהמ"ד פון ביידע זייטן, צוגעלייגט מאסן זיצן ביי די מענער, און פון צובויען די ווייבער שוהל האט מען נישט געטראכט? פארוואס? זאג מיר נישט יעצט אז ווייל די ווייבער שוהל איז רוב שבתים ליידיג... הער אויף... מגייט יעצט בויען א ריזן ביהמ"ד מיט טויזנטער זיצן אויך מיט'ן חשבון פאר די שיינע שבתים און ימים טובים... פארוואס איז די ווייבער שוהל אנדערש? פארוואס דארט רעכנט מען זיך נישט מיט די צייטן וואס מ'שטייט אין די דורכגענג - וואס דארט איז עס פיל ארגער ווי ביי די מענער! פרעגט אייך נאך! מען שטייט ביז אויפן גאס! יא יא! אזויווי ביי די מענער ביי אקדמות, אזוי קוקט דארט אויס אגאנצע דאווענען!

עניוועי, גייט אריבער א יאר, מיין מיידעלע איז אונטערגעוואקסן, און מיין ווייב האט איר געדארפט נעמען צו די הדלקה... געווען א גרויסע טעות, אבער לאמיר נישט יעצט רעדן פון דעם, אז ס'שוין אזוי, וויל איך פארשטיין אפאר זאכן וואס כהאב נאכדעם צוריקגעהערט.

ווער האט אויסגערעכנט אז 18 באסעס, פיצי באסעס, וועלן זיין גענוג אהיימצוטראגן די טויזנטער פרויען?
ווער האט געטראכט, און וואס האט ער געטראכט, ביים ארומנעמען די קאמיוטער פארקינג לאט מיט געיטס און לאזן א קליינע ארויסגאנג? פארוואס אויף דער וועלט?
פארוואס איז נישט געווען קיין איין עסקן ביי די פרויען וועמען צו פרעגן פראגעס וועגן טראנספארטאציע וכו'? ביי די מענער איז דא א טוץ מיט עסקנים, רעדיאס, גאלף קארס, וכו'. פרויען דארפן עס נישט?

איי, פארוואס טראכט איך נישט אז מהאט עס גענומען אין באטראכט, טאקע געווען א דורכפאל, און נעקסטע יאר גייט עס זיין בעסער?
קען זיין. טאקע. אבער למעשה ביז היינט איז נישט אזוי געווען, סא קען מען עס נישט איגנארירן און טראכטן אז "מסתם נעמט מען שוין קעיר"... כהאף מנעמט טאקע קעיר, און אויב יא, וויל איך שוין יעצט באדאנקען די עסקנים דערפאר.

סא יעצט איז געווען שבועות. הער איך אז די נייע חלק פונעם ווייבער שוהל איז געווען פארמאכט, איין זייט ביה"כ איז געווען פארשפארט, און פרויען זענען געשטאנען אגאנצן דאווענען צודרוקט אין די דורכגענג, און מ'איז געשטאנען די גאנצע טרעפ אראפ ביזן גאס!!

איך האף ס'נישט אמת, אדער אז סהאט א געהעריגע עכטע סיבה און נישט סתם פארשפארט, הגם כהאב עס געהערט פון אן אנוועזנדע פרוי, אבער כהאף נאך אז זי האט נישט פונקטליך געכאפט וואס גייט פאר, ווייל איך קען פשוט נישט גלייבן דאס. אבער הערנדיג דאס האב איך זיך פשוט דערמאנט אז פאריאר האט מען געהערט ענליכע קאמענטארן... בין איך נייגעריג, איז דא א סיבה פארוואס מ'קען נישט מאכן סדר אין ווייבער שוהל?

פארוואס איז נאכנישט דא אן אפיציעל אויפגענומענע גרופע עסקניות ביי די פרויען זיך אפצוגעבן מיט די געברויכן אין ווייבער שוהל? אזא פשוטע זאך וואלט קיינמאל נישט געטארט פארזען ווערן.

אינטערסאנט צו באמערקן, אז איין זאך האט מען יא מסדר געווען אין ווייבער שוהל... א פלאץ פאר קערידזשעס שמחת תורה... ווייסט פארוואס? ווייל ווען נישט לאזן עס די פרויען אונטן אין די דורכגאנג וואו ס'שטערט "פאר די מענער"...

עניוועי, קיינער קומט מיר גארנישט. איך שרייב עס נאר ווייל איך האף ס'גייט אויפטון.

טענות האב איך אויף קיינעם נישט! איך בין מקנא די זכותים פון די עסקנים, ישלם ה' פעלם ותהי משכרתם שלימה מעם ה'.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6087

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פופציגער »

פייל און בויגן האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:47 pm
אשרי מי האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 12:04 pm די גאלערי אינעם פאליש האט נישט געקענט זיין גרעסער?

image (35).png
זיכער וואלט עס געקענט זיין גרעסער, עס פעלט פשוט נישט אויס, עס איז נישטא ווער זאל עס אנפילן... קוים וואס די גאלעריע האט זיך קוים אנגעפילט מיט עטליכע קינדער...

דאס ווילסטו הערן, רייט??


איך פארשטיי.
אבער די טעמע איז דעגנעזירט פאר חסידי מהר"א, אויב ביסטו אין די מאוד פון מאכן פראוואקאציעס, קענסטו עס טוהן אינעם כומעיני טעמע, נישט דא פליז.

טענקס.
זייער גוט געזאגט!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 677
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1233

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

@פופציגער דאס אז פרויען זענען צווייטע קלאס בירגער, איז אן אלטע זאך, און דאס גייט נישט ווערן אזוי שנעל געטוישט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9593

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:50 pm מיינע פריינט, איך בין א שטארקע פאטריאט פאר די קהלה... בארואיגט אייך... אבער פארט גלייך איך נישט דעם סארט צוגאנג פון אוועקמאכן טענות כלאחר יד, ביסט א שווארץ-קוקער, אומצופרידן, קיינער איז דיר גארנישט מחויב, ביי. סארי @דער תהלים איד , קיינער איז מיר טאקע גארנישט שולדיג, אבער אויב וועט נישט זיין קיין קאנסטרוקטיווע קריטיק וועלן מיר נאך אויסזען צען יאר ארום ווי צען יאר צוריק.

מיין נקודה מיט'ן אויבנדערמאנטע תגובה, און דאס זעלביגע מיט דעם לג בעומר תגובה איז איין זאך: עס פעלט א ברוך ליפא לעווי ביי די פרויען!
כ'בין ח"ו נישט מחולק איבער קאנסטרוקטיוו קריטיק. וגם אני נווהג כן.

ווען ס'איז ריכטיג איז עס וויכטיג. (קוק גאנץ אונטן פון יענע תגובה, וועגן נומער 3)

בנוגע די ווייבערשול ווייס איך באמת נישט, הגם מיין רביצין האט נישט קאמפלעינט.

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:50 pm מען דארף זוכן עפעס א מרת ברכה ליבא לעווי תחי' זאל מאכן סדר דארט...
:lol: :lol: :lol:
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6087

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פופציגער »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:56 pm @פופציגער דאס אז פרויען זענען צווייטע קלאס בירגער, איז אן אלטע זאך, און דאס גייט נישט ווערן אזוי שנעל געטוישט.
און אויף דעם פארפיר איך.

כ'פיל פשוט פאני אז כהאב חתונה געהאט צו א צווייטע קלאס בירגער... כ'וויל עס טוישן פשוט פאר מיין כבוד...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
סומקא
פרישער באניצער
פאוסטס: 77
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:51 am
x 35

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך סומקא »

אשרי מי האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 12:04 pm די גאלערי אינעם פאליש האט נישט געקענט זיין גרעסער?

image (35).png
מ'האט נישט געוואלט פארדעקן די פארטש גאלעריע
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6087

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פופציגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:58 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:50 pm מיינע פריינט, איך בין א שטארקע פאטריאט פאר די קהלה... בארואיגט אייך... אבער פארט גלייך איך נישט דעם סארט צוגאנג פון אוועקמאכן טענות כלאחר יד, ביסט א שווארץ-קוקער, אומצופרידן, קיינער איז דיר גארנישט מחויב, ביי. סארי @דער תהלים איד , קיינער איז מיר טאקע גארנישט שולדיג, אבער אויב וועט נישט זיין קיין קאנסטרוקטיווע קריטיק וועלן מיר נאך אויסזען צען יאר ארום ווי צען יאר צוריק.

מיין נקודה מיט'ן אויבנדערמאנטע תגובה, און דאס זעלביגע מיט דעם לג בעומר תגובה איז איין זאך: עס פעלט א ברוך ליפא לעווי ביי די פרויען!
כ'בין ח"ו נישט מחולק איבער קאנסטרוקטיוו קריטיק. וגם אני נווהג כן.

ווען ס'איז ריכטיג איז עס וויכטיג. (קוק גאנץ אונטן פון יענע תגובה, וועגן נומער 3)

בנוגע די ווייבערשול ווייס איך באמת נישט, הגם מיין רביצין האט נישט קאמפלעינט.

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:50 pm מען דארף זוכן עפעס א מרת ברכה ליבא לעווי תחי' זאל מאכן סדר דארט...
:lol: :lol: :lol:
מיין רביצין האט אויך נישט קאמפלעינט. זי איז נישט געווען דארט...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
שיטתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:46 pm
x 208

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שיטתי »

@פופציגער
דאכצעך מיר אז ל״ג בעומר איז געווען עט וואס עסקנים ביי די פרויען.
עפעס געלע דזעקעטס האט מען געזעהן דארט.
ווייל איך האלט אזוי, מיז נישט זיין אז ס׳איז אזוי. ס׳איז נאר שיטתי.
דער נייער אורח
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6087

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פופציגער »

שיטתי האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 4:12 pm @פופציגער
דאכצעך מיר אז ל״ג בעומר איז געווען עט וואס עסקנים ביי די פרויען.
עפעס געלע דזעקעטס האט מען געזעהן דארט.
קאנטראלירן טרעפיק ביי די פרויען זייט. נישט צו האלטן סדר ביי די פרויען
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 379
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 277

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך יאנטשי »

אשרי מי האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 12:04 pm די גאלערי אינעם פאליש האט נישט געקענט זיין גרעסער?

image (35).png
פאריאר האט מען נאר געלייגט א גאלעריע אין פאליש, היי יאר האט מען נאר געבויט די
אין פארטש, האט מען נישט געוויסט ווי גוט מען וועט קענען הערן אין פארטש אויב איז דא דא ביידע גאלעריען (די יאר וואס איז געווען אין פארטש האט יעדן נישט גוט געהערט דארט).

די ראשי קהילה האבן זיך ארומגעדרייט פרעגן צו מען הערט גוט אין די פארטש, אי"ה קומעדיגע יאר וועט שוין זיין ביידע, סיי אין פארטש און סיי אין פאליש..
שרייב פאוסט