הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע - ט' סיון

אונזער היסטאריע
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 419

הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע - ט' סיון

פאוסט דורך דער ידען »

שבת קודש ט' סיון, פאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי יצחק אייזיק פון זידיטשוב זי"ע,
ער איז געבוירן צו זיין טאטע הרה"ק רבי בעריש'ל פון זידיטשוב זי"ע אין יאר תקס"ה.

ער איז געווען א תלמיד פון זיין פעטער (אחי אביו) הרה"ק המפורסם רבי צבי הירש פון זידיטשוב זי"ע, באקאנט אלס דער "שר בית הזוהר".

ער האט פארמאגט גאר אסאך תלמידים צדיקים וקדושים וגאונים.

ער איז נסתלק געווארן ט' סיון תרל"ג - ומנו"כ אין זידיטשוב..

רבי יצחק אייזיק איז געווען באקאנט פאר א קדוש עליון, ער פלעגט זאגן זאכן וואס ער האט געזען אין הימל,
דער הייליגער צאנזער רב זי"ע דער "דברי חיים" האט אמאל געזאגט אז ער זיצט אין הימל.

זי"ע
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 419

Re: הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע - ט' סיון

פאוסט דורך דער ידען »

מען פארציילט אז אמאל האט הרה"ק רבי יצחק אייזיק זי"ע געזאגט - אז די וועלט שטייט אויף אח"ד
דאס איז אייזיק פון זידיטשוב - חיים פון צאנז - דוד פון דינוב..

ווען מען האט עס געזאגט פאר רבי דוד'ל דינובער זי"ע האט ער געזאגט בדרך צחות, אז דאס וואס ער איז די לעצטע - אות ד' - פארשטייט ער, אבער פארוואס האט רבי אייזייק'ל זיך געלייגט די ערשטע????
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 686
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1988

Re: הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע - ט' סיון

פאוסט דורך מירון »

אוהל הקדוש
פיילס
זידיטשויב.jpg
זידיטשויב.jpg (209.93 KiB) געזען געווארן 102 מאל
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 419

Re: הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע - ט' סיון

פאוסט דורך דער ידען »

מציבת קדשו
פיילס
20180103_011914.jpg
20180103_011914.jpg (189.38 KiB) געזען געווארן 94 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע - ט' סיון

פאוסט דורך ניקל »

ער איז געבוירן אין שטאט זידיטשוב, בשנת תקס"ה. צו זיין טאטע הרה"ק רבי ישכר בעריש אייכנשטיין מזידיטשוב זי"ע, בן הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב/קאמארנא זי"ע, מגזע הגה"ק רבי יום טוב ליפמאן העללער בעל תוספות יו"ט מקראקא זי"ע,

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת עטיא ע"ה,
בת הרה"ק רבי אליהו לאנגענויער זי"ע,
תלמיד מובהק פון דעם פעטער הרה"ק רבי צבי הירש בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע,

ער איז געווען א איש קדוש וטהור נורא מאוד, א בעל מקובל, און א עובד השם במסירת נפש, אויך איז ער געווען א גדול בתורה, בקי בש"ס ופוסקים און ד' חלקי שו"ע, ער האט כסדר גע'חזר'ט דפים גמרא רש"י תוספות בעל פה, ער האט פון די וועלט נישט נהנה געהאט און נישט הנאה געהאט פון קיין גשמיות, עס איז באקאנט דאס עבודת הקדוש פונעם צדיק שבת קודש ווען ער האט אסאך מתקן געווען, איז ידוע אז דער הייליגער רבי אייזיק'ל פלעגט דאווענען מנחה ער"ש זעקס שעה, אנגעהויבן פון אינמיטן טאג וואס דאן האט ער מתקן געווען פולע נשמות.

דער זוהן הרה"ק רבי שלמה יעקב זי"ע פארציילט, אז זייענדיג א יונג קינד האט ער נישט פארמאגט קיין שיך פון גרויס ארימקייט וואס עס האט געהערשט ביים טאטן אין שטוב, איינמאל האט אים דער טאטע אויפגעוועקט ביי חצות לילה און געבעטן אז ער זאל קומען מיט אים אין מקו', דאן האט אים די טאטע געגעבן זיינע שיך און דער טאטע איז געגאנגען בארפעס ביזן מקו', דער טאטע האט זיך גע'טובל'ט אונעם מקו' אפילו עס איז געווען אייז קאלט.

אויפן וועג אהיים כדי מען זאל זיך דערווארעמען, האט דער טאטע מיט זיין געוואלדיגע אהבת התורה, גע'חזר'ט מיט מיר גמרא מיט רש"י בעל פה און אונז האבן בכלל נישט געפילט די קעלט, און אזוי ווי אונז זעמיר אנגעקומען אהיים, האט זיך דער טאטע געזעצט לערנען מיט א התמדת התורה די גאנצע נאכט,

איינמאל איז הגה"ק רבי יצחק שמעלקיש אב"ד לעמבערג זי"ע געווען ביים רבין רבי אייזיק'ל זי"ע אויף שבת, און ביים טיש האט דער רבי געזאגט א מימרא פון א גמרא און דער רבי האט געזאגט אז דאס איז אויף דף ו', אבער רבי יצחק שמעלקיש זי"ע האט געזאגט אז ער געדענקט אז עס איז אויף דף ה',

אבער דער צדיק רבי אייזיק'ל האט זיך געהאלטן ביי זיינס אז עס איז אויף דף ו', האט מען געברענגט א גמרא און מען האט געזעהן אז עס איז אויפן דף ו' אזוי ווי רבי אייזיק'ל האט געזאגט, האט דער גאון רבי יצחק שמעלקיש געזאגט בדרך צחות איך בין זיכער אז פון הימל האט מען געלייגט יעצט דעם דף ווי דער רבי אייזיק'ל האט געזאגט נאר לכבוד אים,

הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע האט מעיד געווען אז יעדן טאג רופט מען אויס אין הימל "יצחק אייזיק בן עטיא לערענט תורה לשמה", און בשעת ווען רבי אייזיק'ל זאגט זיינע דברי תורה, קומען צו אים נשמות מעולם העליון, און דער הייליגער רבי אייזיק'ל האט בשעת זיינע דברי תורה געזאגט "רבי שמעון בר יוחאי און זיין חבריא זענען דא, און די גאנצע פמליא של מעלה איז דא", ער פלעגט אסאך רעדן פון וואס ער האט געהערט אויבן אין הימל, און דער הייליגער דברי חיים האט געזאגט אויף אים "ער זיצט דאך אין הימל",

נאכן פטירה פונעם פעטער הרה"ק צבי הירש בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע י"א תמוז בשנת תקצ"א, האט קיינער נישט אפיציעל איבער גענומען דאס רבנות אין זידיטשוב, די חסידים זענען אריבער צו די דריי צדיקים הרה"ק רבי משה מסאמבור זי"ע, און הרה"ק רבי יהודה צבי מראזלא זי"ע און אויך דעם טאטן פון רבי אייזיק'ל הרה"ק רבי ישכר בעריש זי"ע,

אינטערעסאנט אז פונעם פטירה פונעם עטרת צבי זי"ע האט זיך קיינער נישט געוואלט זעצן אויף זיין בענקל, ביז דער הייליגער שר שלום זי"ע איז נסתלק געווארן ז"ך אלול תרט"ו, יענעם טאג האט זיך ר' אייזיקל אראפגעזעצט אויפן בענקל פון עטרת צבי, און דאן איז ער געווארן דער ממלא מקום פונעם הייליגען פעטער הרה"ק רבי צבי הירש בעל עטרת צבי זי"ע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע - ט' סיון

פאוסט דורך ניקל »

ער איז געווען מפורסם מיט זיין התמדת התורה, אויך איז ער געווען א קדוש וטהור און ווייניג הנאה געהאט פון די וועלט, ער האט כמנהג זידיטשוב אסאך עוסק געווען בתורה הנסתר, זיינע ספרים זענען געווען געווידמעט אויף תורת האר"י ז"ל, זיין עבודת התפלה איז געווען מיט א געוואלדיגע נעימות כמנהג זידיטשוב, טויזנטער אידן זענען נתעורר געווארן צו תיקון המעשים דורך זיינע תפילות,

ער האט נישט געוואלט נעמען קיין מתנת בשר ודם, ווי באקאנט האט א חסיד זיינער אים געברענט א קליינעם טישל פון גאלד אלס מתנה, אבער דער צדיק האט בשום אופן נישט געוואלט נעמען דעם מתנה, ביז דער זוהן הרה"ק רבי אלי' זי"ע האט מסביר געווען פארן טאטן, אז די טישל קען זיין א שיינע זאך פאר די מנורה און עס וועט זיין זה קלי ואנוהו, דאן האט דער צדיק מסכים געווען צו נעמען דעם טישל, אבער האט נישט געלאזט זיך באניצען מיטן טישל נאר פאר חנוכה,

ער האט געהאט א מנהג קדוש אז יעדע נאכט האט ער פארשריבן יעדע דיבור וואס ער האט גערעדט יענעם טאג און געמאכט א חשבון הנפש, איין טאג נאך אינמיטן טאג האט ער אויף געהערט רעדן און געמאכט א תענית דיבור, ווען מען האט אים געפרעגט וואס איז פשט, האט דער צדיק געזאגט אז ער האט א חשבון וויפיל ווערטער ער רעדט יעדע טאג, און היינט איז ער שוין אן געקומען צום סכום און דערפאר רעדט ער שוין נישט היינט,

זיינע הייליגע דברי תורה און סיפורים זענען געדריקט געווארן אין די ספרים.
פירוש מהרי"א, על מדרש רבה וילקוט שמעוני,
ליקוטי תורה, על התורה וש"ס,
ספר פאר יצחק, תולדותיו וסיפורים.

ווען די ספר פאר יצחק איז ארויס געקומען לאור עולם, איז דער צדיק הרה"ק רבי אברהם שלום מסטראפקוב זי"ע דורך געגאנגען דעם גאנצן ספר פון דעקל צו דעקל, און געזאגט אז דער צדיק רבי יצחק אייזיק'ל זי"ע איז געווען א יוצא מן הכלל מיט זיין געוואלדיגע עבודה בקדושה, און ער האט נישט געהאט קיין התנגדות, ווייל אלע צדיקים בדורו האבן אין דעם איד געזעהן א צדיק קדוש וטהור, און רבי אברהם שלום האט מיט א צובראכענקייט געזאגט "איך האב אים געקענט קענען, און איך האב אים נישט געקענט",

ער האט יארן נישט זוכה געווען צו קיין קינדער, ביז ס'איז איין מאל געקומען אן אורח און פונקט האט ר' אייזיקל אויסגעגעבן דאס גאנצע פארמעגן פאר פדיון שבויים, און נישט האבנדיג מיט וואס מכבד זיין דעם גאסט, האט דער צדיק וקדוש געהאט גרויס צער און חלישת הדעת, דער אורח זעענדיג דעם מצב האט ער זיי אנגעוואונטשן זש"ק און אזוי איז ער געהאלפן געווארן,

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער, קדושים צדיקי הדור און בעלי מקובלים גבורי חיל,

הרה"ק רבי אלכסנדר סענדר יו"ט ליפא מזידיטשוב זי"ע, ממלא מקום אביו, חתן הרה"ק רבי לייבוש יאלעס זי"ע,
הרה"ק רבי שלמה יעקב מסטרי זי"ע, חתן הרה"ק רבי יוסף מקוזיבה זי"ע,
הרה"ק רבי ישכר בעריש מדולינא זי"ע, חתן הרה"ק רבי אברהם מסטרעטין זי"ע,
הרה"ק רבי אליהו בעל זכרון אליהו מזידיטשוב זי"ע, חתן הרה"ק רבי יהודה לייבוש ערליך מראזלא זי"ע,
הרה"ק רבי מנחם מענדל בעל ליקוטי מהר"ם מזידיטשוב זי"ע, חתן הרה"ק רבי חיים אברהם ממיקולייב זי"ע,
בתו, הצדקת מרת סאשע רייזל ע"ה, אשת הרה"ק רבי ישראל יוסף רובין זי"ע,

נסתלק לגנזי מרומים ט' סיון בשנת תרל"ג, ומנוחתו כבוד איז אונעם אוהל אין שטאט זידיטשוב,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע - ט' סיון

פאוסט דורך ניקל »

דער תלמיד פונעם צדיק רבי אייזיק זי"ע, הרה"ק רבי יוסף ווייס בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע האט פארציילט פארן טאכטער פון הגה"ק מגלינא זי"ע, אז ער האט געקענט א פרוי וואס האט בדרך הטבע נישט געקענט האבן קיין קינדער לויט אלע דאקטורים,

די טאטע האט געשיקט מען זאל מזכיר זיין דעם טאכטער ביי הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע, דער צדיק האט געגעבן א ברכה אז די טאכטער זאל זוכה זיין צו זש"ק, און די פרוי האט געהאט א פאר קינדער חוץ לדרך הטבע ממש,

ווען דער הייליגער אמרי יוסף זי"ע פלעגט דערציילן די מעשה האט ער מיט א מוראדיגע התלהבות אויסגעפריט מיט דעם פסוק "אב הרחמים שוכן מרומים, ברחמיו העצומים הוא יפקוד ברחמים החסידים והישרים והתמימים וג"ו יזכרם אלוקינו לטובה עם שאר צדיקי עולם" און ער פלעגט מיט דעם כח פון זיין רבין ממשיך זיין גרויסע ישועות,

ווען הרה"ק רבי יצחק אייזיק זי"ע האט געהאט א שווערקייט ווען ער האט געלערנט דעם הייליגען זוהר הקדוש, האט ער ארויפגעלייגט זיינע ידיו הקדושים אויפן פושקע פון רבי מאיר בעל הנס, און געזאגט דא ריעט די קדושת ארץ ישראל, און דורך די צדקה פאר תלמידי חכמים און עניי ארץ ישראל, איז דא אין די פושקע אוירא דארץ ישראל וואס איז מחכים, און עס איז אים פאר ענטפערט געווארן די שווערקייט אונעם זוהר הקדוש,

אויך האט ער געזאגט אז די קופת הצדקה פון רבי מאיר בעל הנס האט א מוראדיגע כח און יעדער איד זאל דאס אריינעמען אין זיין שטוב און דורך דעם ברענגט מען אריין די אוירא און קדושת ארץ ישראל און דאס ברענגט ישועות.

הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאמארנא זי"ע האט אמאל געשיקט זיין זוהן הרה"ק רבי אליעזר צבי מקאמארנא זי"ע אויף שבת פרשת במדבר צו הרה"ק רבי אייזיק'ל מזידיטשוב זי"ע, שבת ביינאכט ביים טיש האט ער געהערט ווי דער צדיק רבי אייזיק'ל זאגט ביי די תורה "הנני גדול כמו רבי שמעון בר יוחאי בדורו" און די זעלבע איז געווען ביים טיש שבת צופרי און אויך ביי שלש סעודת,

נאך שבת ווען רבי אליעזר צבי זי"ע איז געגאנגען זיך געזעגענען פונעם צדיק, האט דער צדיק געזאגט פאר אים פארצייל נישט פארן טאטן אז איך האב געזאגט אז איך בין א גדול הדור, האט דער רבי אליעזר צבי געזאגט פארן צדיק עס שטייט דאך אין די תורה. נָשֹׂא אֶת רֹאשׁ בְּנֵי גֵרְשׁוֹן גַּם הֵם לְבֵית אֲבֹתָם לְמִשְׁפְּחֹתָם,

האט דער צדיק רבי אליעזר צבי זי"ע געזאגט, קען מען טייטשן "נשא את ראש בני גרשון", אויב וויל מען אויפהייבן אידישע קינדער אין גלות, דאן "גם הם לבית אבותם למשפחותם" מעג מען זאגן אז דו בוסט אזוי גרויס ווי די אבות, און דער הייליגער רבי אייזיק'ל האט פון דעם זייער הנאה געהאט און געזאגט "אויב אזוי מעגסטו יא זאגן פארן טאטן וואס איך האב געזאגט.

כידוע האט הרה"ק רבי אברמ'טשע סטרעטינער זי"ע געהאקט אויף זיין מחותן רבי אייזיקיל, האט זיין איידים הרה"ק רבי בעריש מדאלינא בן רבי אייזיקיל געפרעגט זיין שווער, פארוואס האקט ער אויף זיין טאטע, האט אים דער הייליגער סטרעטינער געענטפערט, ווייל ער קען ברענגען משיח און ער ברענגט אים נישט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע - ט' סיון

פאוסט דורך ניקל »

אין זיינע יונגע יארן אמאל אין א טונקעלע קאלטע נאכט, ווען ס'איז געגאנגען א שלאק'ס רעגן, איז ר' אייזיק'ל זידיטשובער געפארן אונטערוועגס, אבער צוליב דעם שווערן וועטער האט מען נישט געקענט ממשיך זיין צו פארן, און זייענדיג דורך געווייקט נאס, האט ער באמערקט א האטעל, און געהייסן דעם גבאי זיך אפשטעלן, און זעהן צו מ'קען אריין גיין,

איז דער גבאי אראפ, און געטראפן דעם טיר פארמאכט, האט ער אריינגעקלאפט, און קיינער האט נישט אויף געמאכט, האט רבי אייזיק'ל באפוילן פארן גבאי'ן שטארק צו קלאפן, און אז דער איד וועט נישט וועלן עפענען זאל ער אים זאגן, אז כופין על מדת סדום, און אז ער וועט נישט עפענען פון זיין אייגענעם ווילן, וועט מען אויפברעכן דעם טיר, דער גבאי האט אזוי געטון, און דער איד האט אים אויף געמאכט דעם טיר, אבער גלייך אריין געלאפן אין א אינעווייניגסטע צימער, לאזנ'דיג דעם הייליגן זידיטשוב'ער רבי מיט זיין גבאי, אינעם פאדערשטן צימער,

ווען רבי אייזיק'ל איז געקומען צו זיך, האט ער זיך אומגעקוקט, און ארויס געהערט ווי דער בעל הבית זיצט אינעם צווייטן צימער און לערנט מיט א געשמאק, האט ער געעפנט דעם טיר אין אריין אין יענעם צימער, און האט געטראפן דעם בעל הבית זיצן און לערנען פלייסיג נישט אויפהייבנדיג די אויגן פון די גמרא,

דאס האט שטארק פארדראסן פאר ר' אייזיק'ל, און האט געפרעגט דעם בעל הבית, ווי אזוי פאסט דאס פאר א איד ווי דיר, וואס זיצט און לערנט די הייליגע תורה, אז ער זאל אין אזא שווערע נאכט, נישט עפענען דאס טיר פאר געסט, האט אים דער בעל הבית געענטפערט, איך האב פארמאכט דאס טיר, ווייל איך האב פיינט די רבי'ס, ווייל זיי זענען אלע פאָפעֶרס,

ווען רבי אייזיק'ל האט דאס געהערט, האט ער אים געפרעגט מיט א ווייכע שטימע, זאג מיר מיין ליבער, וואס און ווען האב איך דיר פארנארט, אדער אויס געשפילט אמאל, איך האב דיר דאך קיינמאל פאר יעצט נישט געזען,

האט אים דער בעל הבית געזאגט, אייך קען איך טאקע נישט, אבער איך קען אייער הייליגע חבורה, אין אייער געגנט האט געוואוינט א רבי ר' הערש פון רימאנוב, און איך בין אסאך מאל געווען זיך פראווענען ביי אים איך זאל געהאלפן מיט קינדער, איינמאל האט ער פארלאנגט פון מיר איך זאל אים געבן צוויי און פופציג רובל, און איך האב אים דאס געגעבן, אבער וואס ווער ווען, איך בין נישט געהאלפן געווארן,

דער רבי ר' אייזיק'ל, האט זיך צוגעשטאפט די אויערן, נישט צו הערן ווי א איד רעדט אויף צדיקים, און ווען דער איד האט אויפגעהערט צו רעדן אויפן הייליגער רימינובער זי"ע, האט ער ווייטער דערציילט, אז נאך צען יאר, האט אים זיין שווער געבעטן ער זאל נאכאמאל פארן צום רימאנוב'ער צדיק זיך אויספויעלן א ישועה, איך האב שוין נישט געגלייבט אין צדיקים – זאגט דער איד – אבער מיין שווער האט מיר געזאגט, אדער פאר איך, אדער דארף איך געבן א גט פאר מיין טאכטער,

האב איך מיך בלית ברירה ווידער אויפגעהויבן און געפארן, דאס מאל איז די נסיעה געווען אסאך שווערער, איך האב געדארפט שווערצן א גרעניץ, און נאך אסאך שוועריגקייטן ביז איך בין אנגעקומען קיין רימאנוב, ווען איך בין אריין צום צדיק, האט ער מיר געבעטן נאך צוויי און זיבעציג רובל, האב איך אים געזאגט, רבי איך האב שוין געגעבן פאר צען יאר צוריק צוויי און פופציג רובל און איך בין נישט געהאלפן געווארן, וואס איז יעצט נאכאמאל געלט, אבער דער רבי האט נישט נאכגעלאזט, און פארלאנגט די פרישע צוויי און זיבעציג רובל,

און איך האב נישט געהאט קיין ברירה, נאר דאס אהין צו געבן מיין אויסגעהארעוועטע געלט, און דער רבי האט מיר צו געזאגט, און ווי איך זאג דיר, אלע רבי'ס זענען גנבים, איך האלט שוין יעצט נאך אסאך יאר, און איך בין נאך אלץ נישט געהאלפן געווארן מיט א בן זכר,

ווען דער רבי ר' אייזיק'ל האט דאס געהערט, האט ער אים געזאגט, געב אכטונג נישט צו רעדן אויף דעם הייליגן צדיק, ווייל דו ביסט א נער, און דו ווייסט גארנישט וואספארא טובה דער צדיק האט דיר געטון, מיטן נעמען דאס געלט, און מיטן אפ האלטן דערווייל די ישועה.

וויסן זאלסטו האט ר' אייזיק'ל ממשיך געווען, אז דיר איז נישט באשערט צו לעבן אויף דעם וועלט מיטן קינד, און דעריבער האט דער צדיק דיר אויסגעפויעלט מיט די געלט, אז מ'זאל דיר קודם געבן א שיינע פאר יאר צום לעבן, זאלסט קענען לערנען און דאווענען און דינען דעם אויבערשטן, און נאר שפעטער, זאלסטו געהאלפען ווערן, ווייל דעמאלט'ס וועסטו מוזן גיין פון די וועלט,

אבער יעצט אז דו רעדסט אזוי אויף דעם צדיק, און פארשוועכסט דאס כבוד פון אלע צדיקים וואס האבן דיר קיינמאל קיין שלעכט'ס נישט געטון, זאג איך דיר צו אז ביז א יאר וועסטו געהאלפן ווערן, דערווייל האט דאס רעגן נאך געלאזט, און ר' אייזיק'ל האט זיך אפגעטראגן פון דארטן, און ביז א קורצע צייט, נאך פארן געבורט פונעם קינד, איז דער טאטע אוועק פון די וועלט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16203

Re: הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע - ט' סיון

פאוסט דורך ניקל »

אין די צייטן פון דעם רבי'ן ר' אייזיק'ל זידיטשוב'ער האט מען געטראפן נאפט קוועלער אין שטאט בוריסלב (א שטאט אינעם גאליציע פראווינץ, נישט ווייט פון לבוב), און אסאך פון די זידיטשובער חסידים וואס האבן דארט געוואוינט, זענען שטארק נתעשר געווארן,

האט דארט אויך געוואוינט א חסיד וואס האט געהאט א שטוב מיט קינדער, אבער ער איז געווען א בלוטיגער ארימאן, פארמאגנדיג נאר זיין קליין הויז און דאס גארטן ארום, וואס ער האט נאך געהאט ירושה פון זיין טאטע,

איז ער אמאל געקומען צו פארן צום רבי'ן קיין זידיטשוב אויף פרשת תולדות, און דער רבי – וואס פלעגט אלעמאל ליינען אין די תורה – האט אים אויסגערופן אויף א עליה, און האט פאר אים געליינט ממש נאר אפאר פסוקים, צוענדיגנדיג מיטן פסוק "ויחפרו עבדי יצחק בנחל וימצא שם באר מים חיים" וואס דער רבי האט שטארק געדריקט דעם פסוק,

נאך שבת ווען דער חסיד איז אהיים געפארן, האט ער געשפירט ביי זיך אין גארטן א ריח פון נאפט, האט ער אראפ גערופן איינע פון די גרויסע מומחים, וואס איז שנעל געקומען, און אנגעהויבן גראבן צו זעהן וואס דאס איז, און צו זיין וואונדער, האט ער אים געזאגט, אז ס'האט דא אנגעהויבן צו קוועלן, א נאפט קוואל, דער חסיד האט אנגעהויבן גראבן און ארויסשעפן פון דארט נאפט, און ביז א קורצע צייט איז ער שטארק נתעשר געווארן,

אמאל ווען דער הייליגער רבי אייזיק'ל איז געווען אין סיגוט אויף שבת, האט אים דער הייליגער ייטב לב געבעטן, אז היות עס זענען דא אין שטאט געוויסע מענטשן וועלכע פארופן זיך אלס זידיטשובער חסידים, אבער זיי פירן זיך בקלות און זענען מזלזל במצוות, און יעצט אז ער איז דא זאל ער זיי זאגן מוסר און מעורר זיין לתשובה,

האט דער הייליגער רבי אייזיק'ל געזאגט, "מיר פירן זיך נישט צו זאגן קיין דברי תוכחה, נאר בשעת מיר זאגן שבת אינדערפרי "הכל יודוך" איז ווער עס ווערט נישט דעמאלט נתעורר איז נישטא וואס צו טוהן מער מיט אים",

יענעם שבת אינדערפרי ווען דער הייליגער זידיטשובער האט געזאגט "הכל יודןך" האט זיך דער הייליגער ייטב לב אויסגעדרייט קוקן אויף די פראסטע מענטשן, און ער האט געזען ווי פון אלעמענ'ס אויגן גיסן זיך טרערן, דער ייטב לב איז מורא'ידג נתפעל געווארן פון דעם גרויסן קדושה פונעם הייליגען זידיטשובער און פון זיין שטארקע כח התפלה.

מען פארציילט אז ווען מען האט אויף גענומען רבינו הקדוש הדברי יואל זי"ע אלס רב אין ארשיווע, איז געקומען אים מקבל זיין אן אלטער גלח פון די שטאט, און ער האט דערציילט, אז יונגערהייט פלעגט ער אסאך אויסטיילן צרות פאר אידישע קינדער, איז אמאל געקומען צו אים אין חלום ביינאכט א אידישער ראבינער מיט א געוואלדיגע צורה, און האט אים געשלאגן זאגענדיג אז ער זאל אויף זיך מקבל זיין מער נישט מצער צו זיין קיין אידן, און ווען דער גלח האט אים דאס צו געזאגט האט ער אים אפ געלאזט, זאגט דער גלח אז נאכדעם איז ער געוואר געווארן אז דאס איז געווען דער זידיטשובער צדיק הרה"ק רבי אייזיק'ל זי"ע.

זכותו יגן עלינו
שרייב פאוסט