מיליטערישע פוטש אין נידזשער
מיליטערישע פוטש אין נידזשער
אין די אפריקאנער לענדל 'ניגער' קומט אין די טעג פאר א מיליטערישע פוטש, וואו די ארטיגע מיליטער האבן ארעסטירט דעם פרעזידענט און איבערגענומען קאנטראל פון לאנד. דער פירער פון די פרעזידענטליכע גווארדיע האט זיך דערקלערט אלץ צייטווייליגע פירער, טראץ וואס אמטירענדע פרעזידענט מוכאמעד באזום האט זיך אנטזאגט פון רעזיגנירן.
די אפריקאנער ECOWAS בלאק, פון וועלכע ניגער איז א טייל, האט געמאלדן אז זיי האבן סוספענדירט פארבינדונגען מיטן לאנד, און באשטעטיגט צו נוצן מאכט אויב דער פרעזידענט איז נישט צוריקגעשטעלט אין אמט ביז איין וואך.
די ארטיגע פראנצויזישע אמבאסאדע איז ארומגענומען געווארן דורך פראטעסטירער. דער פראנצויזישער פרעזידענט ווארענט מיט א שארפע רעאקציע אין פאל פראנצויזישע בירגער וועלן געשעדיגט ווערן.

Re: פוטשן ארום דער וועלט
אין א וואשינגטאן פאוסט אפ עד רופט דער נידזשער'ס ארויסגעווארפענע פרעזידענט מוחאמאד באזום אויף אמעריקע און די אינטערנאציאנאלע געמיינדע צוריקצושטעלן קאנסטיטוציעלע ארדענונג אין לאנד, ווארענענדיג אז די גאנצע צענטראלע סאהעל ראיאן קען פאלן אונטער דער רוסישער איינפלוס דורך די וואגנער גרופע
Re: פוטשן ארום דער וועלט
דער נידזשער אמבאסאדאר אין די יונייטעד סטעיטס, מאמאדו קיארי לימאן-טינגויירי האט היינט נאכט געזאגט אז די יעצטיגע מיליטערישע דזשונטא איז "נישט לעגיטים" און פרעזידענט מוחאמאד באזום איז נאך אלץ דער אמת'ער פירער פון נידזשער און אז ער איז אלץ מער באזארגט אז טעראריסטישע גרופעס און רוסישע/וואגנער קרעפטן, וועלן אויסנוצן די סיטואציע אין דער מדינה לטבותם.
אמבאסאדאר לימאן-טינגויירי האט ווייטער געזאגט אז ער וויל נישט זען זיין לאנד פאלן אין די הענט פון שכירי חרב און ער האפט פאר די טובה פון גאנץ נידזשער אז די מיליטערישע דזשונטא וועט זיך צוהערן צו דער אינטערנאציאנאלער געמיינדע און צוריקקערן קאנטראל צו דער דעמאקראטיש-ערוועלטע רעגירונג

ניגעריע (א שכן מיט נידזשער אויף צפון זייט) האט אפגעשטעלט איר סופלייען פאר עלעקטריק פאר נידזשער. אלס א רעזולטאט קומען פאר קורצשלוסן אין עטליכע שטעט.
Re: פוטשן ארום דער וועלט
דער פרעזידענט פון בורקינע פאסא הייבט די גרייטקייט שטאפל פון זיין מיליטער צו 4 - קריגס מצב.
Re: פוטשן ארום דער וועלט
דער פרעזידענט פון ניגעריע האט געבעטן פונעם פארלימענט די אויטאריטעט זיך אריינצומישן מיליטעריש אין די סיטואציע אין נידזשער.
אזוי אויך וויל דער פרעזידענט א גענצליכע בלאקאדע פון די לופטן און די וואסערן ארום נידזשער.
אזוי אויך וויל דער פרעזידענט א גענצליכע בלאקאדע פון די לופטן און די וואסערן ארום נידזשער.
Re: פוטשן ארום דער וועלט
א שפאנישע עיר פארס פליגער האט היינט געלאנדעט אין ניאמיי די הויפטשטאט פון נידזשער צו עוואקואירן שפאנישע דיפלאמאטן, שטאב אדער בירגער וואס זענען געבליבן אין לאנד.
Re: מיליטערישע פוטש און נידזשער.
Wow! what/where is this country
צי באקומען נייעס און באריכטען דורך טעקסט שיקט satmartime @ צי 81010
Re: מיליטערישע פוטש און נידזשער
צפון-מערב אפריקע, דאס לאנד איז א טייל פונעם ריזן מדבר סאהארא.
Niger
https://maps.app.goo.gl/H8kKGX1F9zCwKAbu7
Niger
https://maps.app.goo.gl/H8kKGX1F9zCwKAbu7
הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער
הק' טריסקער
Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער
די ECOWAS זאגט אז די פלענער זיך אריינצומישן אין נידזשער און צוריקשטעלן סדר איז אין פלאץ.
Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער
ECOWAS קאמישיאנער: מיר ווילן אז דיפלאמאטיע זאל ארבעטן, און מיר געבן פאר די נידזשער פוטש פירער אלע מעגליכקייטן צוריקצודרייען וואס זיי האבן אנגעווערטשאפט.
Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער
טשאד (א לאנד אין צענטראל אפריקע מיט א גרעניץ צו נידזשער) זאגט אז זי וועט זיך נישט אריינמישן אין די נידזשער סאמוטאכע.
Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער
דער פרעזידענט פון אלעזשיר א לאנד אין צפון אפריקע זאגט אז זיין לאנד איז קאטעגאריש אנטקעגן זיך אריינמישן מיליטעריש אינעם נידזשער סיטואציע.
Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער
היינט 7:00 איז אפגעלאפן די אלטומאטים וואס די Ecowas אפריקאנע פאראיין האט געגעבן פאר ניידזשער פוטש אנפירער זיך אונטערצוגעבן.
Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער
די יונייטעד סטעיטס אוויאציע אדמעניסטראציע האט ארויסגעשטעלט א נאטעם ( א נאן פליי זאון) אויף אויף נידזשערס עיר ספעיס.
Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער
הונדערטער זעלנער פון ניגעריע זענען געשיקט געווארן צו פארפעסטיגן דעם גרעניץ פון ניגעריע מיט בענין.
Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער
פראנקרייך סוספענדירט הילף צו בורקינע פאסא
Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער
נידזשער זאגט אז זיי וועלכע פריוון צו פארלעצן אירע הימלן וועט געטראפן ווערן מיט א שארפע און באלדיגע ענטפער.
Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער
די דזשונטא פירער רופן צום פאלק צו זיין גרייט צו פארטיידיגן דאס היימלאנד
Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער
די נייע קרוין פרינץ פון ניידשער טריפט אויף אמעריקע.
אמעריקע האט געסטראשעט אז זיי וועלן צוריקהאלטן די הילפס געלטער וואס זיי שיקן וויבאלד די ארטיגע מיליטערישע פירער האט איבערגענומען די מלוכה פון די ערוויילטע פרעזידענט.
די נייע דיקטאטור זאגט אז אמעריקע קען זיך האלטן מיט זייער מתנות לאביונים און זאל עס ענדערש געבן פאר די טויזנטער היימלאזע אין זייער לאנד וויבאלד צדקה הייבט זיך אן אינדעהיים !

דער איטאליענער אויסערן מיניסטער, אנטאניא טאדזשאני, האט געזאגט אין אן אינטערוויו היינט אז ער האט גערעדט מיט די רעגירונגען פון אנדערע אליאירטע פעלקער וואס האבן אלע מסכים געווען צו רופן ECOWAS צו פארלענגערן דעם טערמין פאר די אולטימאטום וואס זי האט געגעבן צו די מיליטערישע דזשונטא אין נידזשער
Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער
די ECOWAS וועט אפהאלטן א שפיצן קאנפערענעץ אין אבוטשא, ניגעריע דעם דאנערשטאג.
Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער
ער זאגטעך גוט...ניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 08, 2023 12:07 am די נייע קרוין פרינץ פון ניידשער טריפט אויף אמעריקע.
אמעריקע האט געסטראשעט אז זיי וועלן צוריקהאלטן די הילפס געלטער וואס זיי שיקן וויבאלד די ארטיגע מיליטערישע פירער האט איבערגענומען די מלוכה פון די ערוויילטע פרעזידענט.
די נייע דיקטאטור זאגט אז אמעריקע קען זיך האלטן מיט זייער מתנות לאביונים און זאל עס ענדערש געבן פאר די טויזנטער היימלאזע אין זייער לאנד וויבאלד צדקה הייבט זיך אן אינדעהיים!
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער
נאכפאלגענדיג דעם באזוך פון דעם אמעריקאנער אקטיווע דעפיוטי סעקרעטערשע אוו סטעיט, וויקטאריע נולאנד זיך צו טרעפן מיט די מיליטערישע דזשונטא אין נידזשער, איז געמאכט געווארן דער באשלוס אפצושטעלן נאך אמעריקאנער עקאנאמישע הילף צום לאנד.
Re: מיליטערישע פוטש אין נידזשער
נולאנד: איך בין נישט געגעבן געווארן די מעגליכקייט צו זעהן דעם זעלבסט געקרוינטן פרעזידענט טיאני.
איך האב געבעטן צו האבן א געלגענהייט זיך צו טרעפן מיט פרעזידענט באסום'. אבער מען האט עס אפגעווארפן.
אין מיינע שמועסן מיט די דזשונטא האב איך ארויפגעברענגט די געפאר וואס די וואגנער גרופע שטעלט פאר.