על דא ועל הא

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 677
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1236

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 6:05 pm בוני עולם האט שוין געמאכט עטליכע מאל (ליידער)
פרויען טארן נישט מיטהאלטן אווענטס ווי פרויען פראפורמען??
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3334
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4830

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך וואוילער »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 6:06 pm

עס פאסט נישט צו עדווערטייזן פאר אונזער ציבור אז פרויען (נישט קיין גאר היימישע) וועלן זיך אונטערהאלטן / זינגען וכו'

אויסער דעם קען עס ברענגען מכשולות.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 6:09 pm

מיינסט צו זאגן אז די אדוועטייזען איז דער פראבלעם.

איך הער.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3334
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4830

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך וואוילער »

מ'קען עס עדווערטייזן אין פלעטבוש.

די פראבלעם איז אז מ'ברענגט אריין די סארט זאכן ביינונז
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9958

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אודאי איז דער פראבלעם די אדווערטייזן.

ס'שטייט קלאר אז נאר נשים זאל קוקן? אהא... דאס איז שוין ממש כל כבודה'דיג. ס'דא אייער און די בחורים זאלן נישט ווארפן...
אוועיטער
אשרי מי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 12:12 am
Location: אמעריקא
x 115

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אשרי מי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 6:15 pm אודאי איז דער פראבלעם די אדווערטייזן.

ס'שטייט קלאר אז נאר נשים זאל קוקן? אהא... דאס איז שוין ממש כל כבודה'דיג. ס'דא אייער און די בחורים זאלן נישט ווארפן...
די פראבלעים איז אז למשל קאמפיינען צו קאלעקטן אויף אינטערנעט איז נאר א אישו ביי ערליכע מוסדות מיט פרומע מנהיגים וואס זיי דארפן לייגן צוימונגען אויף וועלכע אופן וויאזוי צו קאמפיינען אויף א אויסגעהאלטענע וועג

אנדערע צדקה ארגענעזאציעס האבן באקומען עפעס א גרינע ליכט, אז זיי מעגן אלעס, און דערווייל קוקט אויס ווי עס איז נישטא ערגעץ ווי א רויטע ליניע פאר דעם, הלוואי זאל מען קענען האבן א ווארט אויף די וואוילטעטיגע לעבנסוויכטיגע ארגענעזאציעס אז זיי זאלן אויכעט מוזן האבן א שעבוד.
מענדל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:35 pm
x 124

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך מענדל »

אשרי מי האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 7:09 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 6:15 pm אודאי איז דער פראבלעם די אדווערטייזן.

ס'שטייט קלאר אז נאר נשים זאל קוקן? אהא... דאס איז שוין ממש כל כבודה'דיג. ס'דא אייער און די בחורים זאלן נישט ווארפן...
די פראבלעים איז אז למשל קאמפיינען צו קאלעקטן אויף אינטערנעט איז נאר א אישו ביי ערליכע מוסדות מיט פרומע מנהיגים וואס זיי דארפן לייגן צוימונגען אויף וועלכע אופן וויאזוי צו קאמפיינען אויף א אויסגעהאלטענע וועג

אנדערע צדקה ארגענעזאציעס האבן באקומען עפעס א גרינע ליכט, אז זיי מעגן אלעס, און דערווייל קוקט אויס ווי עס איז נישטא ערגעץ ווי א רויטע ליניע פאר דעם, הלוואי זאל מען קענען האבן א ווארט אויף די וואוילטעטיגע לעבנסוויכטיגע ארגענעזאציעס אז זיי זאלן אויכעט מוזן האבן א שעבוד.
דארף מען רעדען מיט a time אז זיי זאלן מסכים זיין צו מאכן די מעמד אויף פדפ איך בין זעכער אז זיי וועלען מסכים זיין
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 677
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1236

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

מענדל האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 7:35 pm
אשרי מי האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 7:09 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 6:15 pm אודאי איז דער פראבלעם די אדווערטייזן.

ס'שטייט קלאר אז נאר נשים זאל קוקן? אהא... דאס איז שוין ממש כל כבודה'דיג. ס'דא אייער און די בחורים זאלן נישט ווארפן...
די פראבלעים איז אז למשל קאמפיינען צו קאלעקטן אויף אינטערנעט איז נאר א אישו ביי ערליכע מוסדות מיט פרומע מנהיגים וואס זיי דארפן לייגן צוימונגען אויף וועלכע אופן וויאזוי צו קאמפיינען אויף א אויסגעהאלטענע וועג

אנדערע צדקה ארגענעזאציעס האבן באקומען עפעס א גרינע ליכט, אז זיי מעגן אלעס, און דערווייל קוקט אויס ווי עס איז נישטא ערגעץ ווי א רויטע ליניע פאר דעם, הלוואי זאל מען קענען האבן א ווארט אויף די וואוילטעטיגע לעבנסוויכטיגע ארגענעזאציעס אז זיי זאלן אויכעט מוזן האבן א שעבוד.
דארף מען רעדען מיט a time אז זיי זאלן מסכים זיין צו מאכן די מעמד אויף פדפ איך בין זעכער אז זיי וועלען מסכים זיין
:lol: לץ
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3334
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4830

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך וואוילער »

היינט 7:03 פארנאכטס באקום איך א קאל, און א פרוי לאדנט מיך איין צו מיטהאלטן די היינט נאכטיגע Show...
א ריקארדינג אראפגעלייגט מיט אלע קאלירן ווי אינטערעסאנט ס'גייט זיין.

איז דעס נארמאל?
נאך פאר די פאקט אז מ'רופט מיך צו לאדענען מיטהאלטן דעם איווענט, די מעסעדז אליינס איז א קול באשה נושא.

כ'בין גרייט אז @נקודות טובות וועט אריינקומען מיט א בירור אז ס'איז נישט קיין הלכה שאלה.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10882

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 11:40 pm היינט 7:03 פארנאכטס באקום איך א קאל, און א פרוי לאדנט מיך איין צו מיטהאלטן די היינט נאכטיגע Show...

פאר די פרויען פארטי אין קרית יואל האב איך באקומען אפאר מאל א טאג די ראבא קאלס וואו א מיידל לאדנט דעם עולם צום פארטי מיט אינטערשפילנדע מוזיק צו דער זייט.
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 11:40 pm איז דעס נארמאל?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3334
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4830

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך וואוילער »

ניין! נישט!!

אויך נישט ווען זיי לאדענען צו א שיך סעיל.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2445

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אנדערער »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 11:40 pm היינט 7:03 פארנאכטס באקום איך א קאל, און א פרוי לאדנט מיך איין צו מיטהאלטן די היינט נאכטיגע Show...
א ריקארדינג אראפגעלייגט מיט אלע קאלירן ווי אינטערעסאנט ס'גייט זיין.

איז דעס נארמאל?
נאך פאר די פאקט אז מ'רופט מיך צו לאדענען מיטהאלטן דעם איווענט, די מעסעדז אליינס איז א קול באשה נושא.

כ'בין גרייט אז @נקודות טובות וועט אריינקומען מיט א בירור אז ס'איז נישט קיין הלכה שאלה.
איך ברויך געבן א עקסטרע לייק פאר די קליינע ווערטער
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1193
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4009

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

און מוזיק אין ספירה איז אויך מותר?
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2445

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אנדערער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 12:50 am און מוזיק אין ספירה איז אויך מותר?
מען קען טרעפן א היתר...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6552

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 12:50 am און מוזיק אין ספירה איז אויך מותר?
מוזיק ספירה איז פון די זאכן וואס זענען טאטאל פארגעסן געווארן מיט די היינטיגע אדווערטייזמענט וועלט
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3842

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שמח »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:15 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 12:50 am און מוזיק אין ספירה איז אויך מותר?
מוזיק ספירה איז פון די זאכן וואס זענען טאטאל פארגעסן געווארן מיט די היינטיגע אדווערטייזמענט וועלט
האסט פארפעלט צוצולייגן ''ליידער''.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3334
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4830

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך וואוילער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 12:50 am און מוזיק אין ספירה איז אויך מותר?
אפשר גיי מיר ווייטער...
מוזיק א גאנץ יאר?

מ'קען טרעפן א היתר.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1193
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4009

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:42 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 12:50 am און מוזיק אין ספירה איז אויך מותר?
אפשר גיי מיר ווייטער...
מוזיק א גאנץ יאר?

מ'קען טרעפן א היתר.
קען זיין אז איך בין ראנג, אבער מיין דעת בעל הבית זאגט אז אויב וועט מען גיין מיט די מהלך אז א גאנץ יאר איז אזוי הארב ווי ספירה, דאן וועט ארויסקומען א פארקערטע מעסעדזש, אז פונקט ווי טראץ דעם איסור א גאנץ יאר, איז מען זיך מיקל מיט פארשידענע התירים, דאס זעלבע איז ספירה און די דריי וואכן וועט מען אויך מקיל זיין מיט אט די התירים, דארף מען דעת תורה דערצו וואס איז ענדערש.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1193
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4009

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

וואו קען איך באקומען א טשארט איבער בארעכטיגטע פאר פודסטעמפס און מעדיקעיד, ביז וויפיל מען איז בארעכטיגט אויף וויפיל?
די כלליות'דיגע וועבסייד'ס ווייס איך אויך, איך וויל וויסן וואו עס איז דא א קלארע טשארט.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10882

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 12:50 am און מוזיק אין ספירה איז אויך מותר?
אסאך מער מותר ווי ארומקאלן מענער צו א פרויען איווענט...

ערנסט גערעדט, דער איסור פון מוזיק אום ספירה האט נישט קיין קלארע מקור אין די פריערדיגע פוסקים, זינט דער שו"ע אסר'ט עס אויף אגאנץ יאר.

פארוואס די התירים פון אגאנץ יאר גילט נישט אויף ספירה ווייס איך נישט. און כ'האב שוין געפרעגט עטליכע מורי הוראה און זיי האבן נישט געהאט קיין קלארע תירוץ דערויף.

@נקודות טובות אלערט...

עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ס'איז דא מנחת יצחק לאיסור, איך רעד פון די פריערדיגע פוסקים.

איך שיהא, ביטע נישט אויסמישן @וואוילער'ס פראבלעם מיט אנדערע קפידות.

דיסקלעימער: איך הער נישט קיין מוזיק אום ספירה
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 692

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך וואלף »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 12:32 pm וואו קען איך באקומען א טשארט איבער בארעכטיגטע פאר פודסטעמפס און מעדיקעיד, ביז וויפיל מען איז בארעכטיגט אויף וויפיל?
די כלליות'דיגע וועבסייד'ס ווייס איך אויך, איך וויל וויסן וואו עס איז דא א קלארע טשארט.
אין ק"י ליגט עס געווענליך אין די הקרי' און היימשטאט דאכט זיך
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1193
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4009

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

נישט לעצטנס
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 5:58 pm איז דא "עני" גדר אדער גיידליין ביי היימישע חרדישע מוסדות ביז ווי ווייט אמעריקאניש נגד התורה זיי מעגן גיין?

#סתם נייגעריג

עטליכע וואכן צוריק איז געווען א אוקשען פאר רינועל, און טייל רעיזערס האבן געלייגט בילדער פון "פארפעלקער" אויף זייער פראפייל, וואס מ'האט געזען אויפ'ן האום פעידזש. און אינגעווייניג האבן די דאזיגע רעיזערס געהאט ספעציעלע בענערס פונעם מוסד וואס אנטהאלט נשים.

יעצט זע איך אז עיטיים מאכט א לייוו עווענט, מיט לייוו סטריעמינג, וואו "נשים" גייען פערפארמען, און עס ווערט ארומגעשיקט לינקס דערפאר צו אלע חרדישע אימעילס.

#תש24?
איך האף אז איר זענט נישט ערענסט מיט דעם וואס איר זענט דאס מדמה צו אנדערע וואס לייגן בילדער פון נשים. לייגן בילדער פון נשים פארשטייט איר אליינס אז דאס גרעניצט זיך מיט אסורי דרבנן ודאורייתא, משא''כ דא איז עס א השקפה פראבלעם, אדער אין ערגסטען פאל געבראכען א גדר ביים היימישען עולם. אבער ביטע ביטע פראבירט אליינס צו מאכן די חילוק אן דעם וואס איך זאל דארפן ספענדען צייט אויף מיין קיבארד.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 6:09 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 6:06 pm
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 6:05 pm בוני עולם האט שוין געמאכט עטליכע מאל (ליידער)
פרויען טארן נישט מיטהאלטן אווענטס ווי פרויען פראפורמען??
עס פאסט נישט צו עדווערטייזן פאר אונזער ציבור אז פרויען (נישט קיין גאר היימישע) וועלן זיך אונטערהאלטן / זינגען וכו'

אויסער דעם קען עס ברענגען מכשולות.
דאס איז טאקע א געפירליכע זאך! הישמע כזאת? פרויען זאלן זיך אונטערהאלטען? דאס איז נאר געמאכט פאר די מאדערענע אידן. חסידישע פרויען זאלן זיך אונטערהאלטען? חלילה, נאר מענער מעגן!

אה, ס'קען ברענגען מכשולות? אז וואס? אז אפשר וועט א מאן קוקן? דער מאן וואס קוקט איז א שייגאץ! מען רעדט דא פון זיך אראפשטעלן ברחוב העיר וליכא דרכה אחרינא? איינער צווינגט צו קוקען? די אינערנעט איז פיל מיט מיט ראיות אסורות, ווער עס וויל דארף נישט צוקומען צו אן אויסצוג פון אן אקשען! איך מיין אלע פרויען געשעפטען זאלן זיך פארמאכען, ווייל אפשר וועט א מאן אריינוואקען און חלילה נכשל ווערן!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 11:40 pm היינט 7:03 פארנאכטס באקום איך א קאל, און א פרוי לאדנט מיך איין צו מיטהאלטן די היינט נאכטיגע Show...
א ריקארדינג אראפגעלייגט מיט אלע קאלירן ווי אינטערעסאנט ס'גייט זיין.

איז דעס נארמאל?
נאך פאר די פאקט אז מ'רופט מיך צו לאדענען מיטהאלטן דעם איווענט, די מעסעדז אליינס איז א קול באשה נושא.

כ'בין גרייט אז @נקודות טובות וועט אריינקומען מיט א בירור אז ס'איז נישט קיין הלכה שאלה.
@נקודות טובות קומט נישט אריין מיט קיין שום בירור אויף גארנישט! איך פרעג נאר איין קלייניקייט. איז דא אפי' איין ראשון אדער אחרון וואס אסר'ט צו הערן דאס קול פון א פרוי? איך בעט דיר נאר איינס!
איך האב נישט געהערט די ראבאו קאל, סא איך ווייס נישט פונקטלעך פון וואס דו רעדסט. אבער אויב איז עס כדוגמת טוביה מאיר ניימאן, נאר בקול נשים אפשר גאר זאל ארויסקומען אן איסור אריינצורופען טשעיס באנק, ווייל רוב פון זייער רעפרעסענטעטיוו'ס זענען נשים!
שרייב פאוסט