דער שטן און דער יצר טוב, היינט אדער מארגן

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
פאָליש
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 10:42 am
x 21

דער שטן און דער יצר טוב, היינט אדער מארגן

פאוסט דורך פאָליש »

זאגט מיר היינט א ידיד א זיסע געדאנק (אפשר שטייט עס שוין):

"היום אומר לו עשה כך ומחר אומר לו עשה כך". דאס גאנצע שפיל פונעם מלחמת היצר וואס א מענטש האט כל ימי חייו, דרייט זיך ארום די צוויי ווערטער "היינט" און "מארגן". דער שטן וויל אז אים זאלסטו פלאגן "היינט", און תשובה טון וועסטו שוין "מארגן". ווידער דער גוטער וועג איז גענוי פארקערט: דעם יצר טוב פאלג "יעצט", די גוטע עצות פונעם יצר הרע לייג אוועק אויף מארגן!

אלעס ליגט אין די היינט / מארגן, נאר מיט'ן דאס פארטוישן קען דער שטן חלילה אנקומען צום 'לך עבוד עבודה זרה'.

כהאב אים מוסיף געווען אז לפי זה דאס האט השי"ת געזאגט פאר די אידן פאר קבלת התורה: אז ענק ווילן מצליח זיין, מקבל זיין די תורה און זיך האלטן ערליך, אפילו מיט א שווערע יצר הרע, געדענקטס איין זאך, "וקדשתם היום ומחר", דער היינט און דער מארגן זאל גיין אויף די הייליגע וועג...
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 736
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1217

Re: דער שטן און דער יצר טוב, היינט אדער מארגן

פאוסט דורך ווירקליך »

הייליגער געדאנק!

א יישר כח פאליש’ל פאר’ן אונז שטייגערליך מהנה זיין מיט דיינע געדאנקען!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
שרייב פאוסט