דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:54 pm
@שאינו יודע לשאול ער שרייבט דאך אז ער זאגט מיר נאר אויבערפלעכליך אויסנווייניג די פאר ספעציעלע הוצאות.
אבער @נפתלי'ס קראנטע אינפא וועגן מיליאן דאלאר אינקאם פון די זיצן, און @נפתלי'ס פאלשע באשולדיגונג אז אידן דארפן ספענדן $3000, און @נפתלי'ס זינלאזע טענה אז ס'נישט קיין מענטשהייט צו בעטן געלט פאר זיצן, דאס אלעס בלייבט ווייטער אין קראפט.
לערן דיך אויס. 'טענות' מיט 'מציאות' זענען רוב מאל אויף 2 אנדערע פלאנעטן.
פלאי פלאות דיין זיכערקייט און כח און פאדרייען יענעמס ווערטער, דערווייל וועל איך נישט פאלן קיין קרבן נאר פראבירן זיך קלארצושטעלן עד שידי מגעת, ביז דו וועסט נישט האבן קיין ברירה און נאר צוצייכענען תגובות אן ענטפערן זאכליך...
מיין חשבון איז געווען 550.000 פון זיצן, און דאס האב איך געשריבן נאכדעם האב איך געשריבן היינט אז עמיצער האט מיר געזאגט אז ער האט עס אויסגערעכנט א זאך וואס איז זייער גרינג צו טון ווען די מאפעס קומט ארויס, און עס איז געווען בערך א מיליאן עד כאן, און איך האב בכלל נישט געבויעט דערויף און די טענות זענען פונקט אזוי שטארק, ווען מען רעדט פון 600.000
@נפתלי'ס קראנטע אינפא וועגן מיליאן דאלאר אינקאם פון די זיצן, אפגעוואנדן
איך האב נישט געמאכט קיין פאלשטע באשילדוגונג נאר דיך געמאכט א פינקטליכע חשבון פון א איד וואס מוז ארויסנעמען 4 זיצן פשוט ווייל ער וויל דאווענען נארמאל מיט זיינע 5-6 קינדער און די חשבון איז 3000 1+1 אויס דו קענסט רעכענען
@נפתלי'ס פאלשע באשולדיגונג אז אידן דארפן ספענדן $3000, אפגעוואנדן
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מען טאר נישט בעטן קיין געלט פאר זיצן!! איך האב איינמאל און נאכמאל גערעדט פון דריי מאל א יאר, און אויפגעשרויפטע פרייז!!
@נפתלי'ס זינלאזע טענה אז ס'נישט קיין מענטשהייט צו בעטן געלט פאר זיצן, אפגעוואנדן
דאס איז די איינציגסטע ריכטיגע שורה...
לערן דיך אויס. 'טענות' מיט 'מציאות' זענען רוב מאל אויף 2 אנדערע פלאנעטן.