דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:55 am
נפתלי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 10:03 pm
ענותן האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 9:50 pm
יעדע שטיק צייט גייט מען דא זיך נעמען צו צאמזעצן און דן זיין צו קהל האט יא גענוג געלט צו נישט, קהל בעט יא צו סאך בעט נישט
נערישע קינדער, קיינער מאכט נישט קיין פראפיט אויב קהל האט א גרעסערע אינקאם. אלע קהל'ס ארבעטער באקומען וועידזשעס. און קיינער קען לעת עתה נישט נעמען קיין איבריגע דאלאר אינטערן טיש,
אזוי איז אין קר"י, אנדערע מקומות ווייס איך נישט.
די גאנצע שמועס אז קהל נעמט געלט אין טאש איז געווארן אויפגעברענגט פון די וואס ווילן פארענטפערן קהל, און זיכן צו אוועקפירן די שמועס כאילו איינער איז דא חושד קהל
דא איז מען נאר געקומען אויפברענגען א זאכליכע טענה און פארטיג, אדרבא קוק נאך ווער עס האט די ערשטע באלאסן אז די רעדע איז איבער געלט נעמען אין טאש
בעסער מסביר צו זיין פאר @ענותן:
@נפתלי טענה'ט נישט אז קהל נעמט געלט אין טאש. ער טענה'ט נאר אז דאס וואס קהל נעמט געלט פאר זיצן, איז א אומדערהערטע זאך וואס איז נתחדזש געווארן אין קרית יואל, און היות אידן האבן נישט קיין פרנסה, איז עס ממש א רשעות.
קיין אנדערע עצה צו דעקן די הוצאות האט ער נאכנישט, ביזדערווייל, ווייל פאנדרעיזינג טוט מען דאך עניוועי, אבער אזא רשעות צו טשארדזשן געלט פאר זיצן, און ניטאמאל געבן אנשטאט דעם אומזינסטע מעמבערשיפ, דאס איז דאך אומדערהערט לכל הדיעות.
בנוגע די רשעות פון די מוסדות אז זיי טשארדזשן שכר לימוד, און די רשעות פונעם מקוה איד ביי די וויין, וועט ער נאכפאלגן אין א צווייטע געלעגנהייט...
#פיר פעידזשעס אויף אידטיש
דו פראבירסט ארומדרייען מיינע ווערטער איינמאל און נאכאמאל, אבער כמדומה בין איך נישט מחויב יעדע מאל קלארצושטעלן נאכדערצו ווען ב"ה די ארומיגע ניקים, העלפן צו און שטעלן קלאר, וואס איך האב געמיינט צו שרייבן וואס יעדער אן א נגיעה זעט עס קלאר.
צום ענין האב איך נעכטן גערעדט מיט איינעם וואס האט בפועל פאריאר אויסגערעכנט וויפיל עס קומט אריין יעדע זיץ זיין סכום, און ער זאגט אז עס איז געווען קרוב צו א מיליאן!! זייער זייער ווייט פון די הוצאות, אפילו לפי דברי פישפיקאלאדיין, אז עס איז קרוב צו 300 טויזענט
אגב, פאריאר האט מען גענומען א טייערע קאמפעני אויפצושטעלן די סטעיזשעס, אבער די יאר, האט די מוסדות, אויך אויפגעשטעלט די זעלבע סארט סטעיזשעס ביים דינער, און איך האב בשעות געהערט פון די עסקנים אז די פרייז איז געווען שפאט ביליג, א מוגזמדיגע חילוק, און איך גלייב אז די קהלה האט דאס יאר שוין אויך גענומען ביי די ביליגערע קאמפעני, איך האב קיינעם נישט געפרעגט ספעציפיש אבער אזוי גלייב איך.