קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6662
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15377

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פרוק ית ענך האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 6:57 pm למעשה נאך 6 חדשים פין די העקעריי, האבן זיי ענדליך מודה געווען דערין , און ארויס געשיקט צעטליך פאר אלע באטרעפענדע, מיט אינפארמאציע וויאזוי זיך צי באהיטן פין identity theft,

נאך 6 חדשים? ס'איז גלייך דעמאלס געווען ברייט באשריבן, דענק איך נישט צו אין היימשטאט אדער אין הקרי'.

און דו האסט ציטירט א תגובה וואס האט געהאט א פאללאו אפ איין טאג דערויף:

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:41 pm יאפ, ס'האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט אז ס'איז 'יא' געווען א געהעריגע העקינג אטאקע.
כ'בין זיכער אז האסט עס געטון עפ"י טעות...
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 687
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1328

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

די בריוו האבן זיי לעגאל געדארפט ארויסשיקן און זעהט אויס סאיז דא א דעדליין ביז ווען מדארף לאזן וויסן די באטראפענע.

@דער תהלים איד, יא סאיז געווען באשריבן בערך צוויי וואכן נאך וואס זייער סיסטעם איז געווען דאון און מהאט געקענסלט אפוינטמענטס רעכטס און לינקס. און אויך דעמאלטס איז נישט געווען קיין שום מעלדונג אדער אנטשולדיגונג מטעם די העלט סענטער, נאר געווען א נייעס אין א צייטונג.

דו האסט דעמאלטס געשריבן אז זיי קלאר אז סאיז נישט קיין העקעריי נאר א קרעש…

אלס מענטשליכקייט און קאמיוניקעישן מעג מען ווען זאגן פאר די אפעקטירטע קליענטן אז מ׳ליידט פון א העקעריי און מען פרובירט דאס בעסטע וואס מעגליך צו היטן די פריוואטקייט פון די קליענטן און מען האפט וואס פריער אז אלעס וועט זיין צוריקגעשטעלט. און נישט זיך פארשטעקן אין מייזן לאך און זיך ארויסדרייען פון ענטפערן וואס איז געשעהן.

איך בין זיי דן לכף זכות אז פון פארלוירנקייט האבן זיי נישט געוויסט וויאזוי עס צו הענדלען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3030
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8840

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

בן תורה האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 12:00 am די בריוו האבן זיי לעגאל געדארפט ארויסשיקן און זעהט אויס סאיז דא א דעדליין ביז ווען מדארף לאזן וויסן די באטראפענע.

@דער תהלים איד, יא סאיז געווען באשריבן בערך צוויי וואכן נאך וואס זייער סיסטעם איז געווען דאון און מהאט געקענסלט אפוינטמענטס רעכטס און לינקס. און אויך דעמאלטס איז נישט געווען קיין שום מעלדונג אדער אנטשולדיגונג מטעם די העלט סענטער, נאר געווען א נייעס אין א צייטונג.

דו האסט דעמאלטס געשריבן אז זיי קלאר אז סאיז נישט קיין העקעריי נאר א קרעש…

אלס מענטשליכקייט און קאמיוניקעישן מעג מען ווען זאגן פאר די אפעקטירטע קליענטן אז מ׳ליידט פון א העקעריי און מען פרובירט דאס בעסטע וואס מעגליך צו היטן די פריוואטקייט פון די קליענטן און מען האפט וואס פריער אז אלעס וועט זיין צוריקגעשטעלט. און נישט זיך פארשטעקן אין מייזן לאך און זיך ארויסדרייען פון ענטפערן וואס איז געשעהן.

איך בין זיי דן לכף זכות אז פון פארלוירנקייט האבן זיי נישט געוויסט וויאזוי עס צו הענדלען
סיריעסלי...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 687
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1328

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

יאפ סיריעסלי
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:59 am כהאב יעצט איבערגעפרעגט, ס'איז נאכנישט אינגאנצן מסודר, אבער ס'שוין נאנט צו ווערן מסודר. די טעקנישן טיעם האט נעכטן געארבעט 15 שעה ברציפות, און זיי האפן אז היינט אינמיטן טאג זאלן זיי דערגרייכן דעם פולן דורכברוך.

נאכאמאל, זיי זאגן אז ס'איז קלאר 'נישט' קיין העקעריי, נאר א קרעש.

יעצט ארבעט די פאון סיסטעם אז אנשטאט זאלסט אויסוועלן אויטאמאטיש א עקסטענשן, הייבט פשוט א מענטש אויף (כמובן מערערע מענטשן) און יענער פרעגט דיר וועלכע דעפארטמענט דו זכוסט און ער טרענספערט.
אבער נישט דאס איז מיין עיקר נקודה בכלל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3030
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8840

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

בן תורה האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 12:21 am יאפ סיריעסלי
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:59 am כהאב יעצט איבערגעפרעגט, ס'איז נאכנישט אינגאנצן מסודר, אבער ס'שוין נאנט צו ווערן מסודר. די טעקנישן טיעם האט נעכטן געארבעט 15 שעה ברציפות, און זיי האפן אז היינט אינמיטן טאג זאלן זיי דערגרייכן דעם פולן דורכברוך.

נאכאמאל, זיי זאגן אז ס'איז קלאר 'נישט' קיין העקעריי, נאר א קרעש.

יעצט ארבעט די פאון סיסטעם אז אנשטאט זאלסט אויסוועלן אויטאמאטיש א עקסטענשן, הייבט פשוט א מענטש אויף (כמובן מערערע מענטשן) און יענער פרעגט דיר וועלכע דעפארטמענט דו זכוסט און ער טרענספערט.
אבער נישט דאס איז מיין עיקר נקודה בכלל
האסט באמערקט אז מיין צוגעברענגטע תגובה איז פון נאך דיינס. יא?

איך פארשטיי דו האסט א פוינט אז זיי זענען שפעט מיט'ן בריוו, און איך אגרי צו דעם. עס איז אומפראפעסיאנאל - אין בעסטן פאל - זייער באהאנדלונג.

איך גלייך פשוט נישט ווען מטרייבט איבער מיט רעטאריק... ער האט אליינס געזאגט ס'נישט קיין העקערי!! בעעעהההעע!!!
ער האט דאך איין טאג שפעטער געזאגט אז למעשה איז עס יא. וואר? אנהייב האט מען געמיינט אז נישט, און נאכדעם געזען אז יא.
וואס האקסטו אין קאפ?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6662
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15377

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שכוח @פופציגער, איך בין נישט דא געווען זייט נעכטן נאכמיטאג.

ס'איז קלאר אז די בריוו איז א לעגאלע זאך. אז נישט איז נישטא קיין סיבה פארוואס זיי שיקן עס. ס'איז מער א בחינה ווי דאס שניידן ביימער ביז אויגוסט, ועוד כהנה.

@בן תורה און @פרוק ית ענך וואס זענען זייער באזארגט וועגן די גע'גנב'טע אינפארמאציע, בין איך נייגעריג צו הערן וואס זיי האבן געטון זאפארט ביין ערהאלטן דעם צעטל :roll: . יעצט האבן ענק שוין זיכער געטוישט בירט דעיט און סאשעל! רייט?...

ס'איז א פארמאלע פראסעס וואס זיי זענען אריבער, גענוי ווי די אנדערע צענדליגער העלט צענטערן און שפיטעלער וואס זענען געהעקט געווארן לעיטלי.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 687
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1328

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

אקעי, לאמיך מיך מסביר זיין.
איך האב געשריבן א לאנגע תגובה איבער זייער לעק אוו קאמיוניקעישן בשעת די קאטעסטראפע. איך האב זייער קלאר ארויסגעברענט אז ׳אלס מענטשליכקייט און קאמיוניקעישן׳ קומט צו קאמיוניקירן מיט די קליענטן וואס ווערן אפעקטירט מיטן נישט באקומען קיין אפוינטמענטס, געקענסלטע אפוינטמענטס, ליעקטע אינפארמעישן און אלעס ארום וואס די קאטעסטראפע האט צוגעברענגט.

נאכן דרוקן שיק, האב איך געזעהן אז תהלים איד האט געהאט נאכגעברענגט פון זיי אז סאיז נישט קיין העקעריי, האב איך דאס צוגעלייגט צום תגובה ארויסצוברענגען אז זיי זענען אנטלאפן און זיך באהאלטן. אבער די שורה איז בכלל נישט געווען מיין פוינט, נאר אז זיי האבן נישט קאמיוניקירט מיטן ציבור.

צו איך האב עפעס געטוהן צו היטן מיין אינפארמאציע? אויסדרוקליך אז נישט! איז וועגן דעם איז מיין פוינט נישט וואליד?

@פופציגער אגריט אויך אז סאיז געווען אומפראפעסיאנאל, ער האט זיך נאר באצויגן צו די שורה וואס איך האב צוגעלייגט. אקעי, יענע שורה איז טעות, יעצט קען מען איבערליינען מיין פאוסט אן יענע שורה.
פרוק ית ענך
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 8:44 pm
x 52

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

פאוסט דורך פרוק ית ענך »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 10:20 am שכוח @פופציגער, איך בין נישט דא געווען זייט נעכטן נאכמיטאג.

ס'איז קלאר אז די בריוו איז א לעגאלע זאך. אז נישט איז נישטא קיין סיבה פארוואס זיי שיקן עס. ס'איז מער א בחינה ווי דאס שניידן ביימער ביז אויגוסט, ועוד כהנה.

@בן תורה און @פרוק ית ענך וואס זענען זייער באזארגט וועגן די גע'גנב'טע אינפארמאציע, בין איך נייגעריג צו הערן וואס זיי האבן געטון זאפארט ביין ערהאלטן דעם צעטל :roll: . יעצט האבן ענק שוין זיכער געטוישט בירט דעיט און סאשעל! רייט?...

ס'איז א פארמאלע פראסעס וואס זיי זענען אריבער, גענוי ווי די אנדערע צענדליגער העלט צענטערן און שפיטעלער וואס זענען געהעקט געווארן לעיטלי.
אינעם בריוו איז דא אסאך אינפארמאציע וועגען זיך אויפסייען פאר identity theft protection, וואס כהאב שוין געטין פאר מיינע קינדער
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6662
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15377

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך האב נישט קיין אנונג וואס די נארמאלע פראסעס איז, קען זיין אז זיי זענען געווען נאכגעלאזט מיט קאמיוניקעישן, איך ווייס נישט.

אבער א שנעלע סיורטש אויף די לעצטיגע סייבער אטאקעס צייגט מיר אזא משל:

UHG has not yet provided a formal breach notification to HHS following the cyberattack. In an April 22 update, UHG stated that the review of impacted data is "likely to take several months of continued analysis before enough information will be available to identify and notify impacted customers and individuals."

איך גיי נישט יעצט קאמפעירן עזר צו טשעינדזש העלטקעיר, אבער איך גיי אויך נישט האבן טענות אויף פאפירענע נושאים וואס איך און ענק ווייסן נישט וואס און פארוואס זאכן גייען. ס'איז לדעתי פלעין נאריש.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 687
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1328

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

איך האב קיין רגע נישט געהאט די מינדעסטע טענה אויף זיי. איך בין נישט נעכטן געבוירן און איך ווייס אז די זאכן פאסירן יעדן איינציגן טאג אין אמעריקע.

איך האב גערעדט פון זייער לעק אוו קאמיוניקעישן בשעת די קאטעסטראפע.

זעמיר קלאר?
אוועיטער
לחידודא
פרישער באניצער
פאוסטס: 93
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:36 am
x 142

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

פאוסט דורך לחידודא »

אויב איך געדענק גוט, איז דעמאלט געשטאנען אין היימשטאט אז עזר האט געמאכט א אפמאך מיט די העקערס און זיי באצאלט א סומע געלט אז מען זאל נישט ארויסגעבן די אינפארמאציע. און דאס מיינט אז עס ליגט נישט אויף דארק וועב. נאר אפילו אזוי דארף מען חושש זיין אז אפשר וועט עס איינמאל ארויסקומען און פארדעם האט מען געשיקט די בריוו.
#מען דארף זיך נישט זארגן.
איך טראכט נאר הויעך...
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 227
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 415

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

פאוסט דורך לאקאלער רב »

איך האב דורכגעליינט דעם בריוול, און וואס זיי שרייבן איז אז די אינפארמאציע וואס איז גע'גנב'ט געווארן באשטייט פון די פולע לעגאלע נאמען, אדרעסס, מעדיקל רעקארדס, אינשורענס אינפארמעישאן און דעם קרעדיט קארטל.

עס שטייט נישט געבורט דאטום און נישט דעם סאושעל סעקיוריטי נומער.
(איך גלייב נישט אז די DOB איז נישט אויף די פאפירן ווייל יעדע דאקטערישע פאפיר קומט מיטן DOB, אבער וואס עס איז לכאורה זעכער איז צום סס נומער זענען זיי נישט צוגעקומען).

יעצט, פאר סיי וועלכע אידענטעטי פראוד שטיקעס ווי עפענען קק, לאונס אא"וו דארפן זיי האבן דעם סס נומער, אן דעם קען מען גארנישט טוהן.
מיינע מעדיקל רעקארדס? איך פלאן זיך נישט צו משדך זיין מיט קיינעם פון זיי און נישט מיט וועם זיי דיעלן, און אפי אויב יא, מעג יעדער וויסן אז איך האב גלעזער, איך האב נישט גענומען די קאווויד שאט, און איך האב געהאט די פלו אלץ קינד...
קיין קק אן פייל האב איך נישט און אויב עס געלונגט זיי צו נוצן מיין מעדיקעיד זאלן זיי עס נוצן פאר א פסיכיאטער...

איז דא נאך עפעס צו חושש זיין פון מיין זייט?
שרייב פאוסט