פארוואס איך גיי וועלן פאר _ אום 2024

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4849
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14475

פארוואס איך גיי וועלן פאר _ אום 2024

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פאר וועם פרעגסטו? אויב יא ביסטו נישט קיין היגער, אדער האסטו פשוט נישט קיין בלאסן אנונג וואס אזוינס ס'גייט.

איך רעד פון דעם איינציגסטן קאנדידאט וואס איז בכלל געמאכט צו פארנעמען אזא מאכטפולע פאזיציע, ווי ער האט שוין אויפגעוויזן לעין כל זיינע קוואליפיקאציעס זיצענדיג בעבר אין דעם אפיס. ער האט עס, ער גייט עס מאכן, און אונז אלע וויל מיר אים.

און ניין, איך פלאן אינגאנצן נישט צו אנהייבן יעצט א וויכוח מיט דיר אדער סיי וועם איבער דעם נושא, איך בין קלאר באשלאסן און שטייף אפגעמאכט, קיין איינע פון דיינע און דיינע חברים'ס גג-על-גג סברות בארירן מיר נישט קיין כל שהוא, און טיף ביי דיר ווייסטו אויך אז איך בין גערעכט.

לכאורה דארף איך דיר נישט מסביר זיין פארוואס איך גיי וואוטן פאר אים, אבער איך וועל יא פרובירן אין א קורצע ניסל שאלעכץ דיר אראפצוגעבן דעם בילד וויאזוי איך זע עס.

עס רעדט זיך פון א מאן וואס האט אין די יארן פון זיין קאדענציע דעליווערט וואס קיינער בעפאר, אונטער זיין זייגער זענען פארגעקומען שינוים לטובה וואס קיינער האט ניטאמאל גע'חלומ'ט איבער דעם, און טראץ אלע שוועריקייטן איז ער געבליבן שטייף פאוקעסירט און באוויזן אויפצוארבעטן יעדע הינזיכט וואס ער האט נאר אנגערירט.

אויב דאס איז דיר נישט גענוג, לאמיר רעדן פשוט הכרת הטוב שפראך, מ'רעד מיר דא פון איינער וואס האט ארויפגעברענגט אונזער לעבנס קוואליטעט גאר הויעך אויפן מעסטער, מ'קען רעדן אגאנצן טאג וויפיל טוישונגען אונז האבן געזען אין אינפרוסטרוקטור, זיכערהייט (ווער געדענקט די לינקע "דיפאנד די פאליס" געשרייען...), מאראל, און אפילו הילפס פראגראמען. אלעס אדאנק אים און זיינע פאליסיס.

ווער רעדט נאך פון א אידישן פערספעקטיוו, אלע זיינע יארן אין אמט האבן מיר אידן שטענדיג געטראפן ביי אים אן אפענעם אויער און א ווארעמע הארץ צו אונזערע געברויכן. פארמאגנדיג אידישע אייניקלעך האט ער אלעמאל געהאט א ספעציעלע ווינקל אין הארץ צו פארשטיין און ארויסהאבן פונקטליך וואס מיר ווילן און פארלאנגען, און איז שטענדיג ארויס פון זיין וועג א טובה טאן פאר א איד.

און אז מ'רעדט שוין יא, וואס איז פשט פון אזא טענה אז ער איז אלט? פונקט פארקערט. אין מיינע אויגן איז דאס איינע פון זיינע גרעסטע מעלות אז ער איז שוין נישט קיין יונגער שנוק וואס ווערט אוועקגעבלאזן פון יעדע לייכטע ווינטל און אפערירט אויף א יונגע צוהיצטע טעמפא, אונז ברויך מיר ביים שפיץ געריבענע מענטשן מיט א רייכע לעבנס ערפארונג. ס'גייט מיר בכלל נישט אין קאפ פארוואס דאס זאל בכלל זיין א חסרון.

איי די פראבלעמען? זע איך ווי דו ווילסט פרעגן. נו הער'זשע אויס וואס א קלוגע חבר האט צו זאגן. פראבלעמען זענען אלס געווען און וועט אלעמאל עקזיסטירן ביזן תיקון השלם. נישטא קיין וועג אלעס זאל אייביג גיין גלאטיג, דאס איז א דמיון. פראבלעמען איז "פארט אוו לייף" און איז נישט קיין סיבה צו שטימען פאר איין קאנדידאט איבערן צווייטן. און לאמיך דיר אויסזאגן א סוד, די אלע פראבלעמען וואס דו רעדט פון, האבן זילטש שייכות מיט אים אדער זיינע פאליסיס, דאס זענען נאר זיינע און אונזערע שונאים וואס זענען אויסן אנצומאכן פראבלעמען ווען זיי האבן נאר דעם געלעגנהייט.

תכלית, איך זע נישט קיין שום קאנדידאט וואס זאל בכלל זיין אין פארמעסט קעגן אים! אפילו ס'שמעקט דיר נישט וועסטו לבסוף אויך מוזן איינזען אז ער איז די איינציגע אפציע אויפן שטים בלעטל פאר וועם צו וועלן.

טראכט דיך נאכאמאל איבער און דאסמאל מיט אן אפענעם קאפ, הער יענעמ'ס מיינונג און זיי אויפן געווינער זייט.

כ'האב אביסל מאריך געווען, אבער איך האף אז יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס איך גיי וואוטן אין נאוועמבער פאר ר' אברהם ווידער אלס קרית יואל'ע מעיאר. איך זע פשוט נישט קיין אנדערע אפציע.

א לעכטיגן תמיד און א פרייליכן וואל סעזאן!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2942
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8425

Re: פארוואס איך גיי וואוטן פאר _ אום 2024

פאוסט דורך פופציגער »

😂😂😂
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שרייב פאוסט