נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm
איינער וואס וויל קובע מקום זיין לתפילתו און האבן א זיץ במשך דעם גאנצן יאר דארף דינגן "דריי" מאל זיצן, במשך די יאר, און צאלן פאר דעם ריזיגע סכומים געלט
א עווריטש אינגערמאן וואס האט 5 קינדער און איז גרייט אפילו זיך צאמצושטופן, צאלט און עווריטש $3000 דאלאר א יאר פאר זיצן!!!
און די שאלה פרעגט זיך איז דאס יושר???
צו דען ווייל ער ער וויל דאווענען אין גרויסן מוז ער צאלן אזאלכע סכומים??
ביודע ומכירי א איד וואס האט פשוט ארויסגענומען א הלוואה צו קענען האבן זיינע זיצן
און דאס איז שוין אויסער די מעמבערשיפ געלט וכו' וואס מען צאלט
די פאקט איז אז נאך 15 יאר דינגען זיצן, צאלט מען אראפ פאר קהל א נישטיגע 45 טויזענט דאלאר!!! און הערשט איז די זיץ נאך נישט דיינס
די נגידים וואס האבן געקויפטע זיצן, האבן פילפאכיג ווייניגער אראפגעצאלט פאר קהל פאר זייער זיץ ווי דער פשוטער ארימאן וואס וויל סך הכל דאווענען נארמאל נעבן זיינע קינדער
יא, איך ווייס אז פאר קהל איז דאס גרינגע געלט, און מען זעט די געלט פאר די אויגן און די פארלאנג איז גרויס און אז איך וועל נישט דינגען, וועט עס א צווייטער דינגען אבער עס איז נישט קיין יושר!!
פארוואס דארף מען דינגען א זיץ סיי פאר שבועות, נאכאמאל די הייליגע טעג, און נאכאמאל פאר במשך די יאר?????
די חשבון וואס קומט אריין פון די זיצן איז כאטשיג א מיליאן א האלב במשך די יאר אדער פיל מער, און דאס אלעס אויסגעהארעוועטע געלטער פון אינגעלייט וואס פארמאגן דאס נישט!!
איך גיב דא אויס מיין ווייטאג הגם איך גיב שוואכע האפענונג אז דאס וועט העלפן אבער אפשר דאך.