נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 5:08 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 4:53 pm
איך האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 4:40 pm
יעדע שול האלט זיך אויף אין קען זיך אויפהאלטן פון נדרים ונדבות אין טאקע אויך פון פארדינגען זיצן
אבער פארדיגען מיט 2000 זיצן מער וויפל די ביהמ"ד פארמאגט רעגלמעסיג איז שוין מער ווי ריווח, נאכדערצו פאר אזוי טייער.....
בעפאר מ'זאגט "זיכער" דארף מען טשעקן אין קוויקבוקס.
האסט שוין אמאל געראנט עני פראיעקט מיט הוצאות?
די אמת עס איז בכלל נישט קיין נפקא אמינא
פארוואס דווקא די אינגעלייט וואס האבן נישט קיין געקויפטע זיצן, און ווילן דאווענען אין גרויסן בהמ"ד, פונקט אויף זיי ליגט די געוואלדיגע חיוב אז מען זאל זאל נעמען 1 אהאלב מיליאן דאלאר יעדע יאר און עס צוטיילן און ארויפלייגן א שטייער??? און ניצן די מיטל פון א זיץ וואס ער איז געצווינגען צו נעמען?
אלע אנדערע מתפללים קענען רוהיג ניצן אלע סערוויסעס און זענען נישט מחויב צו נעמען א טייל און דעם ?
עס איז דא גענוג וועגן וויאזוי צו זאמלען נאך געלט, און עס איז נישט מסתבר, אז די יאר למשל וואס עס ווערט צוגעלייגט נאך 600 זיצן דארף קהל פלוצלינג נאך 120000 3 מאל א יאר... זיי קלאר עס איז בסך הכל א גוטע מהלך און די גרינגערע וועג וויאזוי שנעל צו איינקאסירן געלט פון ציבור וואס האט עס נישט.
קרית יואל איז א טייער שטיקל פלאץ, סיי צו וואוינען און סיי צו דאווענען
דיין זעלבע שאלה קען געפרעגט ווערן, הלמאי אידן וואס האבן געקויפט דירות פאר 25-30 יאר צוריק האבן געצאלט 75 דאלער א סקווער פיס, און היינט איז שוין זייער מארגעטש אויסגעצאלט, און די היינטיגע יונגעלייט צאלן עטליכע הונדערט דאלער א סקווער פיס, אזוי גייט עס
און אמת איז נישט גערעכט די דירות פרייזן
און אויך נישט גערעכט די זיצן פרייזן
אבער מען קען נישט מער ווי קלאגן אויפן מצב
(און ווען קהל וועט זאגן פארן יונגערמאן בעט נישט קיין טייער רענט פאר דיין דירה אויף שבועות, ווייסט דער יונגערמאן אויך וואס ער האט צו טון)