גדר מהו?!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
notes
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 5:37 pm
x 23

גדר מהו?!

פאוסט דורך notes »

וואס איז די פשוטע בליק ווי אזוי מענטשן קוקן אן א גדר?!

מענטשן קוקן אן א גדר ווי א שומר און א העלפער, וואס אזוי ווי אסאך מאל קענען זיי נישט אליינס אבאכט געבן, דארפן זיי א גדר וואס זאל זיי העלפן אבאכט געבן צו שטיין ווייט פון די זאכן וואס זייער גוף וויל, אבער מען טאר נישט!! (צ.ב.ש.נישט עסען געוויסע מאכלים אפי' עס איז כשר/ א פילטער אויף א כלי/ נישט גיין צו געוויסע פלעצער/
אדער סיי וואספארא גדר איר מאכט זיך, אין אייער פריוואטע לעבן)

וואס איז טאקע דער ציל פון א גדר??

איז א גדר טאקע א זאך וואס איז געמאכט צו אפהאלטן דעם מענטש און א פאל ווען ער איז נישט גענוג שטארק זיך אליינס איינצוהאלטן,
אדער איז פשוט די מטרה צו געבן א געוויסע מעסעדזש פארן מענטש??
-----

כדאי ארויסצוהאבן דעם ענין, לאמיר זעהן וואס חכמינו ז''ל לערנען אונז אויף דעם נושא, און וויאזוי זיי האבן עס אנגעקוקט מיט זייערע הייליגע אויגן...

לאמיר ציזאמען אפלערנען א שטיקעלע גמרא אין מסכת נזיר, זאגט די הייליגע גמרא:

"הרואה סוטה בקלקילה יזיר עצמו מן היין"

לאמיר זיך ציזאמען פארשטעלן אזא מעשה...

עס האט פאסירט א שרעקליכע מעשה, די שטאט קאכט זיך, די קאווע שטובלעך ווירבלען,
ווי אזוי האט אזא מעשה נבלה געקענט פארקומען אין אונזער שטאט?!
פארוואס האמיר אונז געמוזט מיטהאלטן אזא שרעקליכע מעשה??
וואס קענען מיר טון פון אונזער זייט, עס זאל נישט קענען פאסירן נאכאמאל?!

די עסקנים מיט די ראשי קהלה נעמען זיך צוזאם, מ'זעצט זיך אויף אן אסיפה צו זעהן וואס מען קען איינפירן דא אין שטאט כדאי עס זאל מער נישט פאסירן אזא אינצידענט..

איינער רופט זיך אן, אז ער האלט אז מ'ברויך מאכן עקסטערע גאסן פאר מענער און פאר פרויען!!

רופט זיך אן א צווייטער אז ער האלט אז מען דארף איינפירן אז נאך עלעף אזייגער טאר זיך נישט קיין שום פרוי געפינען אינדרויסן פון שטוב!!

א דריטער שרייט אז צניעות ביי די קליידער איז די פראבלעם!!

און איינער שרייט א פערטע געדאנק!!

און אזוי טענה'ט מען זיך ארום פאר אפאר שעה, ביז דער ראש הקהל רופט זיך אן, אז אזוי ווי איך זעה אז מען קען זיך נישט דורכקומען דא, טראכט איך אז מ'זאל אריינגיין צום רב פרעגן וואספארא גדרים מ'קען אוועקשטעלן כדי עס זאל נישט קענען פאסירן אזאנס נאכאמאל,

מיט אנגעצויגענע טריט גייען זיי אריין צום רב, אין זיי דערציילן אים וואס דא האט פאסירט, ווען דער רב הערט זיך צו מיט א צובראכנקייט,

די ראש הקהל נעמט איבער דאס ווארט, און ער דערציילט פארן רב, אז די קהלה וויל טון עפעס א השתדלות כדי עס זאל מער נישט פאסירן אזאנס, און ער לייגט פאר פארן רב אלע געדאנקען וואס מען האט אויסגעשמועסט ביים וויכטיגן אסיפה, און ער ענדיגט צו מיט שאלה צום רב, וועלעכע גדר האלט דער רב איז די וויכטיגסטע איינצופירן?

דער רב פארמאכט זיינע הייליגע אויגן פאר א וויילע, און ער רופט זיך אן,

איך האב א געדאנק!!

מיט א נייגעריגן געזיכט פרעגט די ראש הקהל, אויב מעג איך פרעגן בין איך נייגעריג צי הערן וועלעכע פון די אפציעס האט דער רב געפילט אז דאס איז עס?

דער רב לאזט זיי נישט לאנג ווארטן, און ענטפערט זיי מיט א ווארעמקייט, איך האב גאר א צווייטע געדאנק, וואס קיינער פון ענק דא האבן נישט פארגעשלאגן, אבער פאר דעם וויל איך אז די גאנצע שטאט זאל זיך צוזאמנעמען אין די גרויסער שול אויף דעם קומענדיגע זינטאג.....

מיט נייגעריגע טריט גייען די ראשי קהלה ארויס, ווען זיי וואונדערן זיך, וועלעכע געדאנק האמיר אינז געקענט דא פארזעהן?!

וואספארא גדר האלט דער רב אז דאס איז וואס מ'ברויך איינפירן?!

-------------------------------------

עס איז זונטאג דריי אזייגער, די גאנצע שטאט שטייט מיט א ערנסטקייט, פארנט פונעם בימת הכבוד ווי דער רב שליט"א וועט אויפטרעטן און די קומענדיגע פאר מינוטן, און פארלייגן די וויכטיגע דיבורים לדעת אשר יעשון...

עס איז פינעף נאך דריי, דער רב קומט אריין אין שול ווען א ערנסטקייט איז אויסגעשפרייט אויף זיין הייליגן געזיכט, און הייבט אן רעדן מיט א צעבראכענע שטימע: היות עס האט פאסירט במחנינו אזא שרעקליכע מעשה, און פארשטייט זיך אז עס טוט יעדן איינעם וויי,
פארוואס עס האט אזאנס געדארפט פאסירן דא אין אינזער שטאט?!
פארוואס האמיר אינז געדארפט מיטהאלטן אזאנס?!

ע"כ פירט דער רב אויס וויל איך בעטן אין פאדערן פון אלע אנ''ש, אז פון היינט און ווייטער,

"זאל קיינער מער נישט אריין נעמען קיין טראפ וויין אין מויל!!"

אלע וויין שטובלעך שפארן זיך היינט!!...

-------------------------------------

מיט א פשוט'ע בליק זעהט די מעשה אויס אביסל אינטערסאנטליך,

די גמרא איז שיין מסביר דארטן וואספארא שייכות האט טרינקען וויין מיט עריות,
אבער אויבן אויף איז וויין נישט די ערשטע זאך וואס קומט ארויף און קאפ, ווען מען טראכט פון א גדר לעריות..

און לאמיר זאגן אז ביי געוויסע מענטשן איז טרינקען וויין יא די גורם, איז פארוואס שטעלט עס די גמרא אוועק אלץ א בכלליות'דיג זאך אז וויין איז אייביג גוט פאר א גדר?!

פארוואס זאגט נישט די גמרא אז יעדער זאל טראכטן פאר זיך, און זיך פארנעמען א
גדר אויף א זאך וואס ער פיהלט, אז פאר אים איז דאס א גורם?!

פון די גמרא'ס ווערטער זעהט אויס, אז אפילו איינער וואס ווייסט פאר זיך אז ער האט גאר א אנדערן גורם, און פאר אים איז וויין בכלל נישט קיין פראבלעם, אזא מענטש קען אויך מאכן וויין פאר זיין גדר...

לכאורה דארף מען דא אביסל מער הסברה!!

-------------------------------------

האב איך געטראכט צו מיר, אז דא ליגט באהאלטען גאר א וויכטיגע אין טיפע נקודה, וואס אונזער הייליגע חכמים האבן אינז געוואלט לערנען בנוגע מסכת גדרים...

אונזערע הייליגע חכמים האבן זייער גוט ארויסגעהאט וואספארא עפעקט א גדר האט אויפן מענטש, און זיי האבן געוואלט אז א מענטש זאל זיך מאכן א גדר וואס ווייזט אים "שטארקייט" און נישט א גדר וואס ווייזט אים ח"ו שוואכקייט..

זיי האבן פארשטאנען אז די אמת'ע מטרה פון א גדר, איז נישט דיך צו העלפן זיך אפהיטן ווען דו קענסט נישט אליינס,

נאר זיי האבן געוויסט אז נאר "דיין החלטה" וואס דו מאכסט ביי דיר, אז דו האסט די כוחות זיך אליינס איינצוהאלטן, אין אז דו קענסט זיך אליינס האלטן שטארק, נאר דאס וועט דיר קענען האלטן,
"און קיין שום גדר איז נישט שטערקער פון דעם!!"

נאר וואס דען איז די תפקיד פון א גדר??

א גדר איז א פעולה וואס א מענטש טוט "זיך" צו געבן א מעסעדזש, אז איך אליין בין קעגן די זאך, וואס איך האב געמאכט א גדר אויף, און איך מיט אים האבן נישט קיין שום שייכות!!

וואס געשעהט אבער ווען איך מאך צו מיר א גדר, אן וויסן וואס די תכלית פון א גדר איז?

ווען איך מאך מיר א גדר פשוט ער זאל מיר העלפן זיך אפהיטן, באקומט מיין מח פונקט א פארקערטער מעסעדזש!!

אנשטאט צו באקומען א מעסעדזש אז איך קען מיך אליינס איינהאלטן, טוט דא דער מענטש בפועל א פעולה וואס צייגט אים אז ער איז נישט גענוג שטארק אליינס זיך צו האלטן, קומט אויס אז די גדר איז א זאך וואס צייגט אים שוואכקייט ..

איי, וואס איז אזוי שלעכט אז די גדר צייגט מיר אביסל שוואכקייט, ווי לאנג עס היט מיר ווייטער אפ?

ווען קומט אבער ארויס די עכטע פראבלעם!!
וואס ס'געשעהט איז אז אנשטאט די גדר זאל זיין א זאך וואס גיבט דיר בלויז די קאנצעפט אין דיין מח, און א קאנצעפט איז א זאך וואס בלייבט אויף אייביג, גייסטו און דו לייגסט אריין די גדר אין א "ממשות'דיגע זאך" וואס דאס קען שוין איינמאל אוועק פאלן....
(צ.ב.ש א מענטש קען זיך טרעפן אז זיין פילטער איז אראפגעפאלן, אבער א קאנצעפט אין מח קען נישט אוועקפאלן..)

און ווען די גדר פאלט אוועק, (צ.ב.ש. ער טרעפט זיך מיט א אפענעם קאמפיטער..)
און זיין מח זאגט אים אז ער איז נישט גענוג שטארק אליינס זיך איינצוהאלטן, והא ראי' איך דארף דאך א גדר וואס זאל מיר העלפען זיך אפהיטן,
און וואס געשעהט איז ....................כ'מיין אז איר קענט אליינס אויספירן!!


ווען ער זאל ווען קלאר ארויסהאבן וואס די עכטע מטרה פון א גדר איז, און אז איך דארף נישט קיין גדר זאל מיר אפהיטן, נאר איך מאך מיר א גדר ווייל איך וויל מיר אליינס ווייזן, אז איך מיט דעם האבן נישט קיין שייכות!,
דעמאלטס וואלט גארנישט פאסירט ווען די גדר פאלט אוועק פאר אפאר מינוט, פאר צוויי סיבות,
איינס, ווייל די גדר איז נישט קיין "ממשות'דיגע זאך" נאר די גדר איז א "כללות'דיגע קאנצעפט וואס די לייגסט אריין אין דיין מח"
וואס דאס קען קיינמאל נישט אוועקפאלן,

און צוויי, ווייל איך ווייס דאך אז איך בין דער שטארקער בעל הבית וואס האט געהייערט דעם גדר נאר כדאי מיך צו ווייזן אז איך בין קעגן די זאך, און נישט דער גדר איז די גרויסער טאטע וואס היט מיך אפ, ווייל איך קען נישט אן אים!!

און ווען דו קוקסט עס אן אזוי, פילסטו נישט ווי דו האסט דא עפעס א שטרענגע גדר וואס לאזט דיך נישט עפעס טון, נאר דו קוקסט עס ליבערשט אן ווי א זאך וואס דו האסט אוועקגעשטעלט, ווייל דו ווילסט האבן א הרחקה פון אזאלעכע זאכן,

אין יעצט צוריק צו די הייליגע גמרא,

"הרואה סוטה בקלקליה יזיר עצמו מן היין"

אפילו וויין איז נישט די ערשטע זאך וואס קומט ארויף ביים טראכטן פון א גדר לעריות, און אפילו דו ווייסט אז ביי דיר איז וויין בכלל נישט דער גרעסטער גורם, נאכאלץ זאגט די גמרא יזיר עצמו מן היין עס איז גענוג אז דו מאכסט יין פאר דיין גדר......

ווייל די עיקר נקודה פון א גדר, איז נישט דיך אפצוהיטן,
נאר די נקודה איז אז איך נעם א זאך, און מיט דעם ווייז איך ארויס "אפשיי" צו די זאכן וואס איך וויל נישט...

( אוודאי איז בעסער צו מאכן א גדר וואס האט יא צוטון מיט די זאך, ווייל דאס וועט דיך דערמאנען און העלפן פון וואס די ווילסט דיך אפהיטן, אבער ווען דו מאכסט דיין גדר, דארפסטו וויסן ביי דיר, אז נישט די גדר איז וואס היט דיר אפ, נאר די קאנצעפט אין קאפ אז דו האסט נישט קיין שייכות מיט די זאך, דאס איז וואס היט דיר אפ..)


און ווען דו וועסט אנקוקן אזוי א גדר, דעמאלטס וועט דיר די גדר טאקע אפהיטן.....
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 832
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 2994

Re: גדר מהו?!

פאוסט דורך Spa 42 »

הייליג!!!
אוועיטער
משה יצחקי
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 12:36 am
Location: א סוד!
x 366

Re: גדר מהו?!

פאוסט דורך משה יצחקי »

Wow wow
פעינטיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 150

Re: גדר מהו?!

פאוסט דורך פעינטיג »

הייליג פלאס!!!

דאס ארטיקל איז מיר א שטארקע גדר...
דעמאקראטיע - גוד ביי
אויסגעשארפטע בליי
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 238

Re: גדר מהו?!

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

זייער שטארק...
א שרייבער איז א בויער. זיין בוי געצייג איז די פענע, און זיין מוח איז די אינזשעניר.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 713
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 762

Re: גדר מהו?!

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

הערליך! שטארק ארויסגעברענגט @notes קומסט אריין מיט גוטע נאטיצן.
איך וועל אייך באפייפען
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2833
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3369

Re: גדר מהו?!

פאוסט דורך וואוילער »

שיין אראפגעלייגט.

חז"ל זאגן יא אז מ'דארף מאכן א משמרת למשמרת, און ס'איז משמע אז מ'דארף פשוט אוועקשטיין פון שערי היתר כדי נישט צו אנקומען צו שערי איסור ח"ו.
גאר אסאך גזירות און גרדים האבן די חכמים געמאכט, אסאך תקנות זענען אוועקגעשטעלט געווארן, איז אלעס אויף דיין מהלך?
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
פיקאפ טראק
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 7:33 pm
x 36

Re: גדר מהו?!

פאוסט דורך פיקאפ טראק »

שטארקע נקודה!
גוטן פעדער!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1481
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 3401

Re: גדר מהו?!

פאוסט דורך פופציגער »

זייער גוט! זייער שיין געשריבן!

אבער ווי @וואוילער פרעגט שוין, איז אלעמאל דאס דער קעיס?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

גראַג דעם גראַגער!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4388
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6727

Re: גדר מהו?!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הערליך! הערליך שבהערליך! תפארת שבתפארת.

גאר גאר גאר א שיינע צו ריכטיגע געדאנק!

און צו @וואוילער @פופציגער איך פארשטיי אז ער זאגט דא א רעיון, נישט א פשוט'ע פשט וואס איז מכריח אז דאס מיינען אלע גדרים. ס'איז א רעיון! פארוואס מן היין דוקא? ווייל דער עיקר, ווייז שטארקייט! ווייז קאנטראל! מורא'דיג.

אגב, ס'איז דא פון פריערדיגע אויך גאר אסאך רעיונות פארוואס דוקא "יזיר עצמו מן היין".
notes
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 5:37 pm
x 23

Re: גדר מהו?!

פאוסט דורך notes »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:53 pm שיין אראפגעלייגט.

חז"ל זאגן יא אז מ'דארף מאכן א משמרת למשמרת, און ס'איז משמע אז מ'דארף פשוט אוועקשטיין פון שערי היתר כדי נישט צו אנקומען צו שערי איסור ח"ו.
גאר אסאך גזירות און גרדים האבן די חכמים געמאכט, אסאך תקנות זענען אוועקגעשטעלט געווארן, איז אלעס אויף דיין מהלך?
דאס איז אמאל זיכער אז א גדר איז גאר א וויכטיגע זאך, און איך בין נישט ח"ו געקומען פארמינערן די וויכטיגקייט פון דעם ענין, נאר איך בין פשוט געקומען צולייגן, אז די שלימות פון א גדר ענדיגט זיך נישט דא, נאר מען דארף אנקומען צו א פלאץ וואס די גדר זאל ווערן א קאנצעפט ביי דיר, און נישט בלויז א פיזישע אביעקט......

כ'האף ס'איז גענוג קלאר!!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1562
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 3529

Re: גדר מהו?!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

גאר שטארק!

האסט מיר געגעבן חומר למחשבה.

ווי וואנט מאר.
נישט יעדער וואס רעדט אסאך, ווייסט אסאך...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1562
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 3529

Re: גדר מהו?!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:53 pm שיין אראפגעלייגט.

חז"ל זאגן יא אז מ'דארף מאכן א משמרת למשמרת, און ס'איז משמע אז מ'דארף פשוט אוועקשטיין פון שערי היתר כדי נישט צו אנקומען צו שערי איסור ח"ו.
גאר אסאך גזירות און גרדים האבן די חכמים געמאכט, אסאך תקנות זענען אוועקגעשטעלט געווארן, איז אלעס אויף דיין מהלך?
ווען מ'רעדט פון גדרים וואס חכמינו ז"ל האבן אוועקגעשטעלט קומט נישט אריין די נקודה פון @notes, וויבאלד די רגע זיי האבן עס גע'אסר'ט טוסטו עס שוין נישט ווייל דו ווילסט ווייזן שטארקייט נאר ווייל די מוזט.
די משל וואס ער האט געברענגט איז דייקא א זאך וואס זיי האבן נישט אוועקגעשטעלט נאר דו מאכסט עס אליינס אפ פאר דיר, און אויף דעם קומט אריין צו זאגן אז ס'איז צו ווייזן שטארקייט.

אין אנדערע ווערטער, די זאכן וואס חכמינו האבן איינגעזען אז אסאך מענטשן זענען נישט גענוג שטארק זיך צו קאנטראלירן אויף דעם האבן זיי געהייסן שטיין ווייט, אבער אויף די אנדערע נסיונות ביסטו יא גענוג שטארק, והא ראיה אז זיי האבן נישט גוזר געווען אויף דעם.
די וועג וויאזוי דו קענסט דיר אליין פראווען אז דו ביסט גענוג שטארק איז דורכן זיך ווייזן אז דו קענסט זיך אליין מאכן גדרים. דאס איז לכאורה די נקודה.
נישט יעדער וואס רעדט אסאך, ווייסט אסאך...
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2833
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3369

Re: גדר מהו?!

פאוסט דורך וואוילער »

ער האט לכאורה געוואלט ארויסברענגען אז די עיקר איז די מחשבה, און בשעת'ן מקיים זיין די גדר האלט קאפ און פארשטיי פארוואס דאס איז געמאכט געווארן.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
מיילעך פריילעך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 916
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: 5 sanz ct.
x 2314

Re: גדר מהו?!

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

הערליך גאר שיין אראפגעלייגט!!!

איבער אלעס דערפרייט עס מיר (און לכאורה יעדעם דא) אז 'אידטיש' ווערט פיל מיט געלונגענע שרייבער'ס וואס זענען מהנה די עולם!!!
העסט נישט פרעגן. העסטו נישט וויסן.
שרייב פאוסט