אנגעהויבן האט זיך עס ביי של"ס ווען די גבאי האט א קלאפ געטאן אויפן באלעמער און מיט זיין דיקע שטימע געמאלדן אז מ'וועט איצטער מאכן די אויספארקויף פארן זכות הדלקה, און דאן אנגעהויבן, 50 דאלעער די זכות הדלקה... בשעת ווען די ציבור ווערט ווארעם פאר די זאך און רוקט צוביסלעך ארויף די נומערן, מיין חבר רוימט מיר אריין אין אויער אז ער איז גרייט פארן געמבל מיט א טענה אז די ראש הקהל ציעט מילא ארויף די העכסטע, ער וועט סייווי נישט בלייבן אנגעזעצט, און דאן הייבט ער זיין פינגער, און ער האט ארויפגערוקט די נומער צו 600 דאלעער, דער ראש הקהל געבט א הייב די אויגן וואס צילט ווי א שפיציגע שפיז צו מיין חבר, ווי צו שרייען, די מחוצף איינער! אבער זעט אויס ער האט מחליט געווען אז עס פאסט אים נישט צו זיך קריגן מיט די יונגווארג, און מיין חבר איז ערשטוינט געווארן ווען די ציבור ציצקעט אין זיין ריכטונג, און יא, ער איז געווארן אנגעזעצט, אבער ער האט די זכות הדלקה און וועט האבן די זכיה צו אנצינדן די הדלקה צוזאמען מיט די רב
מ'ענדיגט מעריב, מ'דערקענט שוין ווי די געמיטער ווערן ערנסט, און מ'שפאצירט ארויס צום אנגעגרייטע הדלקה, נאך עטליכע ווארעמע ניגונים, איז די רב א באקאנטע משפיע און מלהיב לבבות ישראל לאביהם שבשמים צוגעטראטן פארנט פונעם הדלקה אנכאפענדיג מיין חבר וואס שאקלט זיך מיט מיט א התעוררות בשעת ווען די ציבור זינגט אינאיינעם ריבונו של עולם האב שוין רחמנות, טייכן טרערן גיסן זיך פון די פארזאמעלטע מ'פליעט אריין אין העכערע ספערן, און אט, די רב וואקט צו מיט לאנגזאמע טריט און איז מדליק די הדלקה לכבוד התנא האלוה רבי שמעון בר יוחאי, ווען די ציבור הייבט זיך מיט זעלטענע פרייליכע טענץ, מיט פארמאכטע אויגן כאפט מען זיך אן איינער דעם צווייטן און מ'לאזט זיך ארויס אין פייערדיגע ריקודים לכבוד התנא
די פרייליכע יונגעלייט טאנצן אינדערמיט קעדאטשקע, און די זיידע פון שול מאכט א באזונדערע רינג מיט די קינדער, די רב שפאצירט ארום די רינג מיטן ברענעדעגע סכך וואס איז ארומגעוויקלט געווארן מיט האנטוכער און איז פארוואנדלט געווארן אלס אנצינדער פארן הדלקה, מיט א זעלטענע התעוררות האט זיך די ציבור ווידער א הייב געטון אין די לופטן גענוי ווי ביי לכבוד התנא ביים זינגן יבטל כל הגזירות, אזש, מ'האט געשפירט ווי די ערד וועט זיך עפענען!
ביים ארויסגיין פאר א וויילע פון די טענץ, זיך אפרוענדיג אויף א זייטיגע בענקל, האב איך געשפירט אויף די אייגענע הויט און ביין וויאזוי דער עלטערע בחור וואס פאסט נישט צו טאנצן נאר ער שטייט און די זייט און קוקט צו, ווען יעדע ליאדע סעקונדע כאפט ער א זעץ אין רוקן פון א געשמאקע יונגערמאן וואס טאנצט רויטערהייט ווען איין פיאה פליעט אים אין פארנט און איין פיאה האלט יעצט אינמיטן די לופט, און ער ווייזט אים מיט א זעלטענע געשמאקייט מיט זיינע הענט, ווי צו זאגן, קום אריין טאנצן אין די רינג, און ער דרייט מיט די רוקן, כ'וויל נישט..., כ'מעג מיך נישט אפרוען א סעקונדע? וואס שלעפסטו מיך אריין אין די רינג יעצט?
און יעצט א ווארט צו מיין חשובע יונגל: איך בין נישט בלינד, און איך האב צוגעזען בשעת די גאנצע הדלקה ווי די מיט דיינע חברים רייסן אויף פלעשער סעלצער וואס איז געווען אנגעגרייט פאר די סעודה נאך די הדלקה אין שול, איך האב אויך געזען ווי די האסט בשעת מעריב אריינגעלייגט אן רשות עטליכע באקסעס אין די פייער, און ווי די האסט דערנאך אנטלאפן פון די שמש וואס האט דיר געוואלט אנציפן, איך האב זיך טאקע גארנישט אנגערופן און דיר נישט פארגעהאלטן, אבער מער טו נישט די ווילדע שטיק...
די ביהמ"ד הדלקה
Re: די ביהמ"ד הדלקה
איין זאך פארגעסן
נעווער מיינד איך האב געכאפט די תאווה ווען איך האב געזען ווי דער יונגערמאן מיט א עסקן דזשעקעט שיקט אוועק די קינדער און שרייט, יונגעלע גיי אוועק פון דא! יא, ס'האט זיך מיר געגליסט צו אים איבערנעמען פאר א מינוט...
נעווער מיינד איך האב געכאפט די תאווה ווען איך האב געזען ווי דער יונגערמאן מיט א עסקן דזשעקעט שיקט אוועק די קינדער און שרייט, יונגעלע גיי אוועק פון דא! יא, ס'האט זיך מיר געגליסט צו אים איבערנעמען פאר א מינוט...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6662
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15377
Re: די ביהמ"ד הדלקה
פיין פיין.
די שאלה איז וויאזוי די מעסעדזש צו דיין אינגל קומט אן פון דא... אפשר זיין מלמד ליינט דא?..
די שאלה איז וויאזוי די מעסעדזש צו דיין אינגל קומט אן פון דא... אפשר זיין מלמד ליינט דא?..