דברי צחות בדברי תורה

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4337

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1814. ברוך רופא חולים? ולמה לא פתח או קמץ?

1) משום פתגם העולם, פינטל אונטן – חירוק, אינמיטן – מלאופם – אויבן – חולם, דהיינו בעל גאוה, וזה אמרו השבטים על יוסף הנה בעל החלומות זה בא, דהיינו שהחזיקו אותו לבעל גאוה, וזה רופא חולם דהיינו הטפשות של גאוה,

2) משום דבמערבא אמרו מצא או מוצא, וזה רופא חולם שלום בית שמרומז במוצא, וזה מה שכתוב בפרשת ויקרא, והביאה אל בני אהרן הכהנים וקמץ משם מלא קמצו, כי כהן אינו יכול לישא גרושה , לכן צריך שמירה יתירה שיהא מיד מלא קומצו – מצא אשה מצא טוב...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4337

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1612. הרה"ח ר' אלי' דוד טירנויער שאל מהדברי יואל אם לדריוון לצורך פרנסה – והשיב ואם שלש אלה לא יעשה לה (דריי"וון) ויצאה חנם אין כסף....(משפטים)

על שלש דברים העולם עומד - אויף דרייען שטייט די וועלט... ואם שלש אלה לא יעשה לה - דאן איז ויצאה חנם אין כסף...

כפרה בגי' דאלער, און וועגן דעם דרייעט מען עס ארום דעם קאפ...

און פורים איז גימ' דריי מאל די ווארט געלט

און דאס איז דער עם תליתאי פון מס' שבת פארוועם מען האט געגעבן די תורה, ווייל אם אין קמח אין תורה...

וועגן דעם חנוכה וואס איז ווייזט אויף אור תורה, דרייעט מען מיט א דריידל...

און עס קען זיין אז וועגן דעם דארף מען טרונקן פורים ווייל הדר קבלוה בימי אחשורוש און אזוי וועט זיך די וועלט דרייען...

און וועגן דעם דארף א בית דין באשטיין פון דריי דיינים, ווייל מען האנדלט מיט 'דריי קעפ'...

און סתם אזוי איז על שלשה דברים העולם קיים, על הדין ועל האמת ועל השלום...

און לפי זה פארשטייט מען שוין אויך דעם האשה נקנית בשלשה דברים... ווייל מיט א פרוי קענסטו נישט גיין גראד... און טאקע תיכף אונטער די חופה דרייעט זי שוין פארן חתן ביז ער שווינדלט...

און דאס האט טאקע ר' יודא מרמז געווען מיט דצך עדש באחב קאנצעטרירט אין דריי ווערטער, ווייל די מכות האט זיי געמאכט שווינדלען און זיך דרייען...

און טאקע די שלש רגלים דארף מען טאקע דרייען מיט געלט... עס קאסט אסאך...

און מצה שטייט פון ספרים איז מסוגל פאר פרנסה, וועגן דעם נעמט מען דריי מצות...

און געלט איז א גלגל החוזר בעולם, וועגן עס דרייעט זיך... אזוי ווי יענער וואס האט מתפלל געווען אויף א פלעט טייער - ווייל יעצט איז ער אויבן פונעם רעדל...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3360
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4893

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך וואוילער »

👍🤣
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4063
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11265

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

לפי זה מיושב היטיב המשנה באבות . על "שלשה" דברים העולם עומד: על התורה(צולערנען פראגראמען) ועל העבודה(להלכה ולא למעשה) ועל "גמ"ח". (אויף דעם זאגט די וועלט, גיי לערן מיט א גוי "ברטנורא" דייקא, והבן.)
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4337

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

און דאס איז דער פשט פונעם המן טאש
ווייל דער גאנצער מו"מ מיט די עשרת אלפים, און הכסף נתון לך איז געווען עפעס א דריידל אונטערן טיש, האט ער דאך געהאט געלט, האט ער געהאט המנ'ס טאש מסוגל פאר פרנסה, וועגן דעם האט עס דריי עקן

אבער אסתר האט געזאגט 'כי אין הצר שוה בנזק המלך, און ער האט אסאך מער פארדינט אויפן דיעל ווי אחשורוש, וועגן דעם האט זיך אחשורוש אזוי אויפגערעגט
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4063
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11265

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

חיים מענדלס ווערטלאך אויף די סדרה:
חיי שרה:לויט די דעה אז אברהם האט געהאט א טאכטער "בכל", פארוואס האט ער נישט חתונה געמאכט יצחק'ן מיט איר? האט ער פיר תירוצים 1.פשוט פשט 2.פראקטיש 3.בעל בית'יש 4.לומדיש
פשוט פשט, וויל ער האט געהאלטן ווי די מאן דאמר אז אברהם האט נישט געהאט אזא טאכטער. פראקטיש, ער האט זיך נישט געוואלט מישן אין מחלוקת. בעל בתיש, ער האט נישט געוואלט טוהן א שידוך מיט איינע וואס מ'שמועסט אז זי עקזיסטירט נישט. און לומדיש, ווייל על צד אז אברהם האט נישט געהאט אזא טאכטער, איז די קידושין נישט חל...

ויצא: יעקב האט געבעטן "לחם לאכול ובגד ללבוש", ווייל אויב עס איז דא צו אכל'ען דארף מען רחמים צו קענען אנטון די בגדים...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4337

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

און עס קען זיין אז וועגן דעם ווען המן איז געווארן באגאסן, לכאורה איז שווער? זי האט געמאכט א טעות! זי האט אינזין געהאט לטוב! דאן פארוואס האט זי זיך גענומען דאס לעבן?
נאר לפי זה מיושב שפיר, ווייל איינמאל זאכן האבן אנגעהויבן גיין סאוט, האבן זיי דאך געפלאשט קעש, אבער המנ'ס טאכטער האט דאס אלעס נאכנישט געוויסט, זי איז געגאנגען צו איין סטאנציע אין די סוער סיסטעם און גענומען סחורה צו ווארפן, ווען המן האט געזען דאס האט ער פארשטאנען אז מען גייט זעהן וואס עס ליגט דארט און אלע סודות וועלן ארויסקומען, האט ער ארויפגעשריגן ברמז אז דאס מוז מען באהאלטן סאאן, האבן די שטוב מענטשן געכאפט דעם בראך, געהייסן שנעל טאנץ ווייל עס איז צרות, דיר גייט מען סייווי באשולדיגן - כדרכם פון די גענגסטערס - טו כאטש א טובה פאר טאטי און אז דו וועסט אליינס שטארבן וועסטו כאטש נישט געפייניגט ווערן אין ארעסט, האט זי זיך גענומען דאס לעבן.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4337

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

@שאינו יודע לשאול
דו קומסט אריין פיין!!!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4337

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

און מיט דעם פארשטייט מען פארוואס מען האט געדארפט צוקומען צו דעם ספר הזכרונות כדי זיך צו דערמאנען די מעשה פון מרדכי, הלמאי, פארוואס האט דער אייבערשטער נישט געמאכט אז ער זאל זיך אליינס דערמאנען?

נאר דער באשעפער האט אזוי צוגעפירט, אז ווען אסתר האט געזאגט כי אין הצר שוה בנזק המלך, האט אים אויפגעבליצט , א רגע! די בני המן זיצן מיר אויף די ביכער! זיי מאכן דארט פאטאש! זיי זענען זיכער אגענטן פון זייער טאטע מיך צו באראבעווען!" און דאס האט אים ארויפגעברענגט דאס גרימצארן מיט נאך עטליכע שטאפלען!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4337

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

און מ'ווייס מער טאקע אז יוסף הצדיק האט שוין געדרייעט מיט פרעה, ווען ער האט געזאגט אז די שבטים זענען פאסטוכער, און דערפאר האבן זיי באקומען סעקשאן 8 - אין גאושען...
דעריבער שטייט טאקע אויפן דריידל גשנ"ה... כדלעיל...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 880
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1489

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

פארוואס האט מען געהאנגען נאר צען קינדער פון המן? ווען מ'זעהט אין מדרשים אז ער האט געהאט אזויפיל ווי 208 צו 210 קינדער?

די תירוץ איז ווי פאלגענד: ס'שטייט אין גמרא אז א הויעכע מענטש זאל חתונה האבן מיט א נידעריגע מענטש און א נידעריגע מיט אן הויעכע און א בינוני מיט א בינוני.

ווייל אויב נישט וועט מען האבן אדער גאר הויעכע קינדער אדער גאר נידעריגע קינדער און אויב טוט מען ווי ס'שטייט אין גמרא וועלן די קינדער זיין בינונים.

מ'זעהט אז המן איז געוועהן מורא'דיג הויעך, ווייל אויב נישט פארוואס האט מען געדארפט האבן אזא הויעכע האלץ איהם צו הענגען דערויף.

און פון די צווייטע זייט זעהט מען אז זרש איז געוועהן זייער קליין, ווי ס'שטייט "זרת ארכה וזרת רחבה".

קומט דאך אויס אז המן'ס קינדער זענען געוועהן בינונים.

און מ'זעהט דאך אז ראש השנה פארשרייבט מען די צדיקים לאלתר לחיים און די רשעים לאלתר למיתה.

און די בינונים זענען "תלוים ועומדים עד עשרה" און צוליב דעם האט מען נאר געהאנגען צען, ודפח"ח...

(הגה"ק בעל תורת הבטן מליעגענעימיהאלי שליט"א)
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4337

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1833. לכאורה קשה! בפרשת משפטים כתיב עזוב תעזוב עמו, ולמה לא יעזוב את אביו?
וא"ת שאין צריכים לעזוב את אביו, והכתיב בפרשת ויגש ועזב את אביו?!
וי"ל דהוי שני כתובים המכחישים זה את זה עד שיבא הכתוב השלישי בפרשת בראשית על כן יעזב איש את אביו ואת אמו ויכריע ביניהם,
וא"ת למה לי קרא דועזב את אביו?
וי"ל דבא ללמד שלעזוב אביו קודם לעזיבת אמו,
וא"ת למה לי קרא דעזוב תעזוב עמו?
וי"ל דעמו פירוש "מיט אים" ולא לשון "מאמע" והראיה, דכתיב וכרות עמו הברית, ונשים כתיב במס' קידושין דאינם מצוום במצוות מילה, אלא מאי מיינט עס מיט אים.
(עפ"י הרב מפונט)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4063
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11265

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נעכטן אין ק"י ביי די שבע ברכות אין אבני צדק איז כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר אנגעקומען אינמיטן די דרשה פון גיסו אב"ד סאטמאר מאנטריאל, דער רב האט זיך געשטעלט אויף "כשמחך יצירך בגן עדן" און געפרעגט "וואס איז שוין געווען די גרויסע שמחה דארט?" האט די רבי אריינגעהאקט און נאכגעזאגט בדרך הלצה (שכחתי ממי) אז אין גן עדן איז נישט געווען קיין רבנים וואס זאלן האלטן דרשות... אויף דעם האט דער רב רעאגירט און נאכגעזאגט " תנו רבנן" אויב די רבנים האלטן דרשות ביי די שבע ברכות, "כיצד מרקדין לפני הכלה" ווי בלייבט נאך צייט פאר שמחת חתן כלה?... ודפח"ח.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4063
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11265

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

די גמרא פארציילט אז מ'האט געוואלט אויפנעמען ר' אלעזר בן עזריה פאר נשיא, האט ער געפרעגט זיין ב"ב צו ער זאל עס אננעמען האט זי אים געזאגט 1. מארגן בעטן זיי זיך איבער מיטן אלטן נשיא און דו וועסט זיין חוזק 2. דו ביסט נאך צו יונג, למעשה האט ער עס אנגענומען און ס'איז אים ארויסגעוואקסן אכצן שורות ווייסע האר, צום סוף האט מען זיך טאקע איבערגעבעטן מיט ר' גמליאל און ער איז צוריק געווארן נשיא

פון די מעשה נעמט מען ארויס פיר שלום בית לעקציעס, 1. יעדע זאך וואס מ'טראגט דיר אן, רעד דיך דורך מיט דיין ווייב 2. זאלסט איר נישט פאלגן 3.די טאג וואס דו וועסט איר נישט פאלגן וועט דיין בארד ווייס ווערן 4. און צום סוף וועט זי נאך זיין גערעכט...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4337

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. לכאורה איז שווער א קושיא אויף אחשורוש
דא איז דא א ושתי וואס האט נישט געפאלגט דעם קעניג 1) דער קעניג איז געווען שיכור 2) ער האט פארלאנגט א נישט נארמאלע זאך 3) ובפרט פאר אזא מיוחסת ווי זי 4) און זי האט געהאט א וויידל און קרעץ, אלע תירוצים נישט צו קומען אבער אחשורוש קומט צו א ווילדע מסקנה "אראפ מיטן קאפ"!!!

אסתר המלכה, ער בעהט איר א קאממאן נארמאלע זאך זאג מיר דיין נאמען! זאג מיר דיין יחוס! איך בין דאך דיין מאן! והנחה למדינות עשה, ויתן משאת כיד המלך, און מיט א אומדערהערטע חוצפה איז אין אסתר מגדת מולדתה ואת עמה... אחשורוש וואלט איר געדארפט פאר די חוצפה צורייבן אונטערן ראד, אנטון די שפאנישע שטיוול, לייגן אויפן לעקטעריק טשעיר, פאר'סמ'ען און ארויסווארפן פון פענסטער!!! פארוואס איז ער דא אזוי וואויל???

אה... צוויי ווערטער - סעקאנד מערידזש...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שמעון סאמעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:03 pm
x 111

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך שמעון סאמעט »

וואס איך זאג
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 6:41 am
x 74

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך וואס איך זאג »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:48 pm נעכטן אין ק"י ביי די שבע ברכות אין אבני צדק איז כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר אנגעקומען אינמיטן די דרשה פון גיסו אב"ד סאטמאר מאנטריאל, דער רב האט זיך געשטעלט אויף "כשמחך יצירך בגן עדן" און געפרעגט "וואס איז שוין געווען די גרויסע שמחה דארט?" האט די רבי אריינגעהאקט און נאכגעזאגט בדרך הלצה (שכחתי ממי) אז אין גן עדן איז נישט געווען קיין רבנים וואס זאלן האלטן דרשות... אויף דעם האט דער רב רעאגירט און נאכגעזאגט " תנו רבנן" אויב די רבנים האלטן דרשות ביי די שבע ברכות, "כיצד מרקדין לפני הכלה" ווי בלייבט נאך צייט פאר שמחת חתן כלה?... ודפח"ח.
עצי חיים
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 479
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 651

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך שמייכלדיג »

ס'איז מיר שוין לאנג קשה געווען פארוואס איז מען נישט מקיים ביי היימישע אידן מדקדקים בקלה כבחמורה דעם רמב"ם צו מאכן התעמלות (עקסערסייז בלע"ז) ובפרט פארן עסן

ביי גוים להבדיל איז איינגעפירט אז ווען מען שטייט אויף טוט מען א שעה עקסערסייז

וואס טוען מיר די שעה צופרי? לערנען און דאווענען אז מען לערנט מיט א יגיעה און מען דאווענט ווי ס'דארף צו זיין כל עצמותי תאמרנה, איז נאכן דאווענען אלע ביינער אויסגעקנאקט א מחי', דארף מען נישט גיין אין דזשים

דאס איז דער פשט, מודה אני לפניך ששמת חלקי מיושבי ביהמ"ד ולא שמת חלקי מיושבי קרנות (חז"ל בכל מקום קראו לזוית גא"ם, 'היו לה שתי דפנות זו בצד זו כמין גאם' ג'ים / דזשי"ם בלע"ז) אנו משכימים והם משכימים, אנו עמלי"ם והם עמלי"ם (אונז מאך מיר עקסערסייז און זיי מאכן עקסערסייז), אנו עמלים בדברי תורה ומקבלין שכר, והם עמלים בדברים בטלים ואינם מקבלין שכר..

וגם בזה יל"פ ע"ד דמתאמרא משמי' דהגאון מיארמע, אלה ברכב ואלה בסוסים, זיי טאנצן מיט עקסערסייז בייקס וכו' ואנחנו וגו' המה כרעו ונפלו וכו' והבן

אבער ה"מ בדורות הראשונים, אבל בדורות האחרונים אז מ'שלאפט ביים דאווענען אויך דארף מען טאקע גיין צו עקסערסייז אויך...

די ליטווישע מאכן עס שנעלער, מ'זאגט נאך פונעם חפץ חיים זצ"ל אז מ'איז יוצא מיט טאנצן 3 מאל ביי קדוש...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4337

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

107. מבטלין תלמוד תורה מפני מקרא מגילה, ווייל חש בראשו יעסוק בתורה (עירובין נד ע"א), און אחשורוש זאגט די גמרא אין מגילה דף יא ע"א, רבי יוחנן אמר כל שזוכרו אמר אח לראשו, קומט אויס אז אויב וויל מען האבן אחשורוש וואס קומט אינאיינעם מיט קאפוויי קען מען נישט לערנען קיין תורה וואס נעמט אוועק קאפוויי...
(מאיר אקער)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4337

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

222. איש מצוה ללמוד תורה מנלן? משום דכתיב בקדיש "וכל 'מאן' דעוסקין באורייתא" וכן כתיב במשנה בפרקי אבות "אם אין קמח" – אויב עס איז נישטא קיין 'מעיל' "אין תורה... "(תורא)
קרעדיט: משה שווארטץ
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4337

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

כ'האב אמאל געפרעגט מיין דעת תורה, וואס איז די גדר פון בני עשאוני ככינור און מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, אויף וואס עס שטייט גאר הארבע זאכן, פון די אנדערע זייט ווייסן מיר יא צדיקים וואס האבן גערעדט צחות בדברי תורה?

ער האט מיר געפרעגט לדוגמא? כ'האב אים געזאגט "ומי מספר את רובע ישראל" ווער קען ציילן די קוואדערס וואס אידן געבן פאר צדקה...(עס איז געווען מיט בערך 10 יאר צוריק דעמאלס פלעגט מען נאך געבן קוואדערס...)

האט ער מיך געזאגט דעם הגדרה, אויב ברענגסטו ארויס א ריכטיגע געדאנק, א געשמאקע געדאנק, א ערליכע געדאנק, אויך אויב די טייטש איז פאני איז נישט קיין פראבלעם.

אויב אבער ברענגט עס ארויס תאוות און נארישקייטן און דאס לייגסטו אריין אין די תורה איז עס זייער הארב.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4337

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

237. יענער וואס האט געגעסן כדי עס זאל זיין א גרויסער קידוש ה' ווען ער וועט ברענען אויף קידוש ה' – ער האט מקיים געווען דעם גמרא אין מס' חולין פט ע"א, מה אומנותו של אדם בעולם הזה ישים עצמו כאלם (אולם – א זאל...) מיטן שיטת הארי – ארי' דורס ואוכל...

מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוק אין תהלים קאפיטל נח, האמנם אלם – הגם עס איז אמת אז ער בויעט זיך א זאל, צדק תדברון, עס מאכט זיך אז זיי זאלן זיין גערעכט, יענער איז מעגליך א פרעסער, אבער מישרים תשפטו בני אדם, משפט'ן יענעם, זאלט עטס אז מעגליך איז ער א איש ישר און האט אינזין גראדע זאכן ביים עסן ווצב"ש קידוש ה'...

מיט דעם האב איך אמאל געהערט הוה דן את כל האד"ם, ר"ת אויך דעם משוגענער / מלמד / מנהל / משגיח / מעמבער / ממלא מקום / מסדר מנינים / מוסר זאגער / מסור קעצי / מחותן וכו' לכף זכות...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4337

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

"...מיט דעם פארשטייט מען שוין זייער גוט פארוואס מען זאגט ביי די שבע ברכות יוצר האדם, איי טוב לו שלא נברא משנברא? אבער לויט דעם שיחת דקלים איז עס פארשטענדליך, לענינינו, אונז שטיי מיר דא ביי די שבע ברכות פון סרולי, איך בין 10 יאר געשלאפן מיט אים אין איין צימער! ממש איך קען מעיד זיין מען קען זאגן אויף אים טוב לו שלא נברא משנברא..."
-----------------------------
א געוואלדיגע מדריגה די חמורו של ר' פנחס בן יאיר! ער האט זיך געדרייעט ביי א צדיק און נישט געוואלט עסן פון גזל, ער האט נישט געוואלט עסן קיין דמאי!!! דאס זיך דרייען נעבן א צדיק לאזט איבער א געוואלדיגע השפעה!!! איך קוק מיך ארום איך זעה דא די לעכטיגע בחורים! געהויבענע אינגעלייט! ערליכע בעלי בתים! ממש מען קען זאגן יעדער איז א שטיק חמורו של ר' פנחס בן יאיר...!!! (האדמו"ר מחאצאצק שליט"א)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4337

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

74. דער מחבר שרייבט אין הלכות פורים סימן תר"צ סעיף יא "יש למחות ביד הקוראים לנשים המגילה בלשון לעז, אף על פי שכתובה בלשון לעז."
שרייבט דער טורי זהב "יש למחות כו'. שאין להניח הדרך שדרכו בו אבותינו הקדושים ולילך בדרך צר ודוחק בהכשר:" דאס הייסט אין אנדערע ווערטער "ווייז נישט קיין קונצן, זיי נישט פארקערט ווי יעדעם..."

איז שווער ווייל חז"ל זאגן (בל"נ גיימער עס שפעטער ציטירן) אז עס איז א פאזיטיווע זאך אז א תלמוד חכם טוט קאנטראווערסיע, צוליב וואס ער ווייזט אז ער איז זיכער מיט זיך אז אזוי איז די הלכה, אויב אזוי, דאן פארוואס פונקט ביי די יום טוב ונוהפוך הוא איז מען אזוי שטרענג צו גיין גראד, אנדערש ווי אנדערע מקצועות בהלכה?

האט מיר איינער מסביר געווען אז פונקט קאפויער, גראדערהייט וואלט זיך פארשטאנען אז דייקא אין דעם יום טוב פון ונהפוך הוא זאל מען זיין אן אויבער חכם און טון אנדערש ווי נארמאל און זיך נאכדעם אויפטון אז מען האט געטון כהלכה.
טאקע דערפאר טוט מען פארקערט און מען הייסט יא זיין נארמאל, און דאס איז די ריכטיגע ונוהפוך הוא...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4337

Re: דברי תור"א לכבוד פורים ושבע ברכות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב פארוואס דוקא אן הלכה און נישט קיין גזירה?
כדי ער זאל האבן א יצר הרע וואס זאל אים צוריקהאלטן...
מיט דעם פארשטייט מען פארוואס עכו"ם ששבת חייב מיתה! ווייל אויב הייבט ער אן זיין פרום איז א סכנה ווי אזוי עס קען זיך ענדיגן ה"י...
און ביי ישמעאל שטייט טאקע ידו בכל (קויל) ויד כל (קויל) בו...
ויה"ר שיתקיים והיו למשיסה שוסייך - דיינע שיסערס זאלן זיין געשאסענע...

קרעדיט: משה שווארטץ
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
שרייב פאוסט