נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
בלומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 274
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:34 am
x 265

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומען »

א איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:04 am
בלומען האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 10:51 am
א איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 10:50 am

פאריאר נישט. אבער לויט וואו איך פארשטיי גייט עס היי יאר יא ארויף גיין

מען האט געמאכט א מיטינג וועגען דעם און געפעסיט די בילל קעגן רוב אנטייל נעמער
אן א סאורס איז נישט אינטערעסאנט וואס די שרייבסט, ווי האסטו דאס געהערט? ווען האט מען געפעסט די בילל?

איך ברויך עכו נישט ענטפערן ווייל די ווייסט עס אבער די מיטינג איז געווען 3/11/2024 8:00 PM
איך ווייס עס נישט און איך קען עס טרייען אויסצוטשעקן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5147
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9217

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@בלומען האסט אודאי נישט געמיינט אז די טענות זענען הלמאי מען נעמט נאך א טאג גארבעדזש.

די טענות זענען געווען פארוואס מ'דאפלט די חודש'ליכע ביל אן פרעגן דעם ציבור צו מען איז גרייט דערויף.
א איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:57 pm
x 67

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך א איד »

בלומען האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 10:59 am
א איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 6:27 pm
בלומען האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:29 pm
די רעדסט פון א פרישע ווילעזש העכערונג אדער די פאריאריגע העכערונג?

די פאריאריגע האבן זיי יא געשריבן סיי בעפאר און שוין עטליכע מאל נאכדעם

און וועגן די העכערונג
די האסט זיך שוין איינמאל געליאמערט קעגן דעם דא
מ'האט דיר שוין דאן געזאגט אז ס'איז הוילע ליגנט
אויף סטענדערט הייזער איז עס ארויף צווישן 200 און 400. ביי מיר איז עס אויסגעקומען ארום 30%, און די ערשטע מאל אין יארן! בעת די סקול טעקסעס איז אין די לעצטע פאר יאר אליין ארויף מיט עטליכע טויזנט דאללאר! און פארגעס נישט אז מ'רעדט דא פון אן ארימע ווילעזש, בעת פון די סקול טעקסעס האט מען כמעט נישט הנאה
פארשטייט זיך אליין אויב קוקסט אויף א ספעציעלע גרויסע אססעסד הויז, אדער אויב מ'איז שולדיג געווען סעניטאציע, איז עס מער
און די צוגעלייגטע גארבעזש, זיי האבן טאקע געבעטן געלט, אבער ווייסטו איינער וואס האט עס געצאלט? אויב האסטו געצאלט קענסטו אפשר האבן טענות (כאטש מ'האט שוין געשמועסט אז ביידע טעג אינאיינעם איז עס נאכאלץ נישט קיין סך מער ווי KJ)

שוין געשריבען ״עטליכע מאל??״ איינמאל ממש באפאר מיט א פאר ווי צעטיל זייער נישט קלאר..
צווישען $300 און 600$ אויב נישט מער

מען צאלט פאר צווי פיקאפס פאר צוויי קענס כמעט $60 און קרית יואל צאלט מען דאס פאר אנלימעטעט סאו פליז קאמפער עס נישט

די סקול העכרונג איז אויך זייער פעינפעיל. אבער זיי נישט א היפקריט
יא, עטליכע מאל האבן זיי געשריבן, בעפאר און דערנאך, זייער קלאר, סא אויב האסטו צוגעמאכט די אויגן האסטו עס טאקע נישט געזען
אין קרית צאלט מען מיין איך $49, דא, אפילו מ'זאל ווען צאלן זייער צוגעלייגטע איז עס $56, צוויי קאנעס איז איבער גענוג, און אפילו מ'זאל מיר צוצאלן וואלט איך נישט געוואלט מער, סא די אנלימיטעד פון קרית יואל איז ביי מיר און ביי רוב איינוואוינער וואס האבן געקליבן צו וואוינען דא א חסרון און נישט קיין מעלה,
ווי אויך קען מען דא לייגן א באלק אייטעם יעדע וואך רוב יאר

אבער איך ווער אביסל צומישט
די טענה אז מ'האט צוגעלייגט א טאג ווען קיינער דארף עס אפילו נישט און איין טאג איז גענוג געווען, שטימט עפעס נישט געהעריג מיט די שטארקע מעלה פון קרית יואל אז מ'נעמט יעדן טאג אנלימיטעד
מ'קען בטעות ארויסלערנען פון דיינע ווערטער אז דו זוכסט זיך סתם צו רעגן אויף זיי

אפשר ווייזטו צו מיט א מקור ווי די גלייכסט אז מען האט געמאלדען אפאר מאל חוץ דעי איין צומישטע באריכט?

ווייז מיר כאטש איינס!!

איך בין אקעי מיט 1 פיק אפ און מיט צוויי אויך אבער פרעג מיך פארדעים נישט צוינג ארויף און נאכדעם זיי מיך מסביר אז איז בערך די זעלבע פרייז וואו קרית יואל …. ווייל אויב יא פיק אויך אויף יעדען טאג אזוי וואו עם
בלומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 274
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:34 am
x 265

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומען »

א איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:13 am

אויב איך וועל האבן נערווען וועל איך מאכן א קאלעקציע

און איך בארעכטיג בכלל נישט דאס וואס זיי האבן פלוצים געטון אן פרעגן וואס באדערט מיר אויך (כאטש אלץ א ווילעזש מעגן זיי עס טון, און איך וויל ניטאמאל דערמאנען אנדערע נעמען פון ווילעזשעס וואס מ'עקספעקט שוין ניטאמאל זיי זאלן עפעס פרעגן בעפאר, און ס'נישטא צו וועם צו רעדן, אבער דאך קומען ניקס פון דארט בארעדן די היזיגע ווילעזש, ס'איז ממש פלאות), איך האב מיר נאר באצויגן צו די מעלות, חסרונות און נאך טעכנישע זאכן ארום דעם
יונה טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 pm
x 203

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יונה טויב »

מען דארף זיך נישט קריגן אויף ממש יעדע זאך, כולי עלמא מודי אז די גארבעדזש פון קרית יואל איז א שם דבר.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5147
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9217

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יונה טויב האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:56 am מען דארף זיך נישט קריגן אויף ממש יעדע זאך, כולי עלמא מודי אז די גארבעדזש פון קרית יואל איז א שם דבר.
איך גראטוליר דיין אויפריכטיגקייט!

א מחי' צו שמועסן מיט אזעלכע אידן.
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 305

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

unnamed - 2024-05-21T143950.912.jpg
unnamed - 2024-05-21T143950.912.jpg (96.92 KiB) געזען געווארן 1857 מאל
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 199
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 149

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך נאך וואס »

דער רבי איז געזונט האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 2:43 pm unnamed - 2024-05-21T143950.912.jpg
איך פיל אז לייגן ציפול צעטליך אין איין צייט נעמט אוועק די חשיבות

שוין געווען בנוגע קידערלאנד בנוגע פארדינגען הייזער פאר גוים און יעצט בנוגע די טעקסיס
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3175
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3650

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

נאך וואס האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 2:51 pm
דער רבי איז געזונט האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 2:43 pm unnamed - 2024-05-21T143950.912.jpg
איך פיל אז לייגן ציפול צעטליך אין איין צייט נעמט אוועק די חשיבות

שוין געווען בנוגע קידערלאנד בנוגע פארדינגען הייזער פאר גוים און יעצט בנוגע די טעקסיס
ס'איז אבער אלעס ''יעצט'' נוגע, מ'קען נישט טראכטן פון חשיבות... ווען מ'דארף עס ''יעצט'' האבן.
דאפּעלט איז שטערקער...
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 305

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

נאך וואס האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 2:51 pm
דער רבי איז געזונט האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 2:43 pm unnamed - 2024-05-21T143950.912.jpg
איך פיל אז לייגן ציפול צעטליך אין איין צייט נעמט אוועק די חשיבות

שוין געווען בנוגע קידערלאנד בנוגע פארדינגען הייזער פאר גוים און יעצט בנוגע די טעקסיס
וואס עפעס?
דער וועד הצניעות טוט צום זאך, און קוקט נישט אויף חצוניות (און זיכער נישט אויף דעם)
יונה טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 pm
x 203

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יונה טויב »

א שאד אבער ווייל די וואס ווייסן אז די פארק איז רובא דרובא צייט ליידיג וועלן נישט מחשיב זיין די טעקסי צעטל אויך נישט מיינענדיג בטעות אז אלע מודעות פון זיי זענען נישט מדיוק.
משה זרח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 152
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 8:48 pm
Location: Kiryas Yoel
x 286

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך משה זרח »

יונה טויב האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:24 pm א שאד אבער ווייל די וואס ווייסן אז די פארק איז רובא דרובא צייט ליידיג וועלן נישט מחשיב זיין די טעקסי צעטל אויך נישט מיינענדיג בטעות אז אלע מודעות פון זיי זענען נישט מדיוק.
א אינגערמאן זאגט מיר אז נאכן הערן פון אידן אז ס'איז נישט דא קיין פריצות און פארק רוב צייט, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב אז זי קען אהין גיין מיט די קינדער, זיין בני בית האט גענומען א טעקסי און איז אהין געגאנגען.
נאכן זיין דארט מיט די קינדער פאר צוויי שעה איז דער אינגערמאן אהין געפארן אויפצופיקן די משפחה, ס'האט זיך אים אנטפלעקט א שרעקליכע בילד פון פילע אידישע קינדער (ליידער), און להבדיל שרעקליכע אויסגעלאסענע ערלים וערלות טאנצן און שפריגען ארום סווינגן ארום וכדו'
דער אינגערמאן פרעגט זיין ווייב פארוואס ביסטו נישט גלייך אהיים? זאגט זי " די האסט מיך געזאגט אז ס'איז אקעי צו גיין און פארק" מיינע פרענדס זענען אויך דא מיט זייערע קינדער.

אינגערמאן! בעפאר די זאגסט פאר איינעם אדער די שרייבסט אז די פארק איז אויסגעהאלטן, טראכט צו די ביסט גרייט צו נעמען אויף זיך די שרעקליכע ראיות אסורות און דעמעדזש וואס דאס קען ח"ו גורם זיין!

הארגע נישט קיין דורות פאר א פאליטישע אגענדע - האב רחמנות אויף דיינע און דיין חבר'ס דורות

כִּ֣י גַ֤ם אֶת־בְּנֵיהֶם֙ וְאֶת־בְּנֹ֣תֵיהֶ֔ם יִשְׂרְפ֥וּ בָאֵ֖שׁ לֵאלֹֽקיהֶֽם׃

"כל המחטיא את הרבים, אין מספיקין בידו לעשות תשובה" (יומא פז.)
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1514
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3151

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

משה זרח ס'גייט דיך נישט העלפן מהאט שוין געפילעמט א קליפ פון ארי סאמעט פאר די פארק... אלעס איז שוין מסודר.
יונה טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 pm
x 203

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יונה טויב »

גייט און קוקט.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2289
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5775

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

יונה טויב האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:24 pm א שאד אבער ווייל די וואס ווייסן אז די פארק איז רובא דרובא צייט ליידיג וועלן נישט מחשיב זיין די טעקסי צעטל אויך נישט מיינענדיג בטעות אז אלע מודעות פון זיי זענען נישט מדיוק.
יע... און אויך די וואס ווייסן אז רוב הייזער אין בלומינגראוו זענען באוואוינט מיט אידן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
ספרינג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:40 pm
Location: new york
x 156

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך ספרינג »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 4:58 pm משה זרח ס'גייט דיך נישט העלפן מהאט שוין געפילעמט א קליפ פון ארי סאמעט פאר די פארק... אלעס איז שוין מסודר.
ווי איז דער קליפ, עס איז געמאכט צו ציען קונדן ?
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 560

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לך לך »

יונה טויב האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:56 am מען דארף זיך נישט קריגן אויף ממש יעדע זאך, כולי עלמא מודי אז די גארבעדזש פון קרית יואל איז א שם דבר.
גערעכט, שוין לאנג באקאנט פאר פרעמדע אז קרית יואל טויגט אויף כפרות מיט גארבעדזש
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2289
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5775

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

ספרינג האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:03 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 4:58 pm משה זרח ס'גייט דיך נישט העלפן מהאט שוין געפילעמט א קליפ פון ארי סאמעט פאר די פארק... אלעס איז שוין מסודר.
ווי איז דער קליפ, עס איז געמאכט צו ציען קונדן ?
אקעי, איך בין געהעריג אווערטייערד... איך ליין דעם מעסעדזש "עס איז געמאכט צו צינדן קיען?"...

כווייס נישט וואס גייט פאר מיט מיר היינט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
ספרינג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:40 pm
Location: new york
x 156

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך ספרינג »

ווי איז דער קליפ
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2182
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2300

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אנדערער »

ספרינג האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:30 am ווי איז דער קליפ
וועלכע?
בלומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 274
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:34 am
x 265

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומען »

פאר די אלע וואס פרעגן וועגן די קליפ, איך וועל ענטפערן סארקאסטיש

די קליפ קומט אי"ה ארויס לכבוד ל"ג בעומר, ווי אויך וועט אי"ה זיין אן הדלקה דארט פאר גאנץ בלומינג גראוו, מ'וועט קענען קויפן די זכותים אנליין אדער אויף וואטס עפפ
ס'וועט זיין מוזיק מיט באלונס און עטליכע זינגערס, ווי אויך פאפ-קארן און קאטאן קענדי
מ'בעט דער עולם צו פארקן ביי די 150 פארקינג ספאטס פון לאנדאס גראסערי און קומען די איבריגע וועג מיט די ספעציעל צוגעשטעלטע באסעס
עס וועט זיין באזונדערע פינקע באסעס פאר די נשים צדקניות, וואס איז אגב נאר פינק צוליב וואס מ'האט עס אין איילעניש אריינגעברענגט אין באנוץ
די קינדער זאלן קומען מלובש בבגדי שבת

עס וועט זיין צוגעגרייט ספעציעלע ליקוי חמה גלעזער פאר די אלע וואס ווילן נישט געוואויר ווערן אז עס בכלל נישט דא קיין גוים דארט רוב צייט, מיט די גלעזער וועלן זיי ווייטער קענען טענה'ן אז ס'איז פול מיט פריצות נאכן נישט געוואויר ווערן אז נישט.
משה זרח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 152
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 8:48 pm
Location: Kiryas Yoel
x 286

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך משה זרח »

די מציאות בנוגע די פארק

ליידער איז טעגליך דא פילע אויסגעלאסענע פרוצות אינעם פארק, נישט קיין חילוק צו ס'איז בלויז דריי שעה א טאג אדער פינעף שעה, אדער אפילו נאר איין שעה א טאג.

גיין צו דעם פארק, ספעציעל יעצט און די הייסע זומער טעג גייט קלאר אריין אינעם גדר פון איכא דרכא אחרינא רשע הוא (בבא בתרא נז:)

פאר די וואס טענה'ן אז מ'לערנט אויס די קינדער צו היטן די אויגן, די רשב"ם אויפן פלאץ זאגט בזה"ל רשע הוא: ואף על פי שעוצם עיניו שלא היה לו לקרב אלא להרחיק מן העבירה.
ספרינג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:40 pm
Location: new york
x 156

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך ספרינג »

אוטש..
עס איז אריין אין א נעקסט לעוול מערכה די אפשטעלן פארדינגען פאר גויים.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2182
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2300

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אנדערער »

ספרינג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:12 pm אוטש..
עס איז אריין אין א נעקסט לעוול מערכה די אפשטעלן פארדינגען פאר גויים.
וואס הייסט?
כתב וקול
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 194
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 2:35 pm
Location: ניו יארק
x 82

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך כתב וקול »

b2e2eba8-b807-40d7-b0f0-2c7cf3c8ad5f.jpeg
b2e2eba8-b807-40d7-b0f0-2c7cf3c8ad5f.jpeg (231.71 KiB) געזען געווארן 2077 מאל
4189dc8c-0f58-46bb-a54d-2e626560bb28.jpeg
4189dc8c-0f58-46bb-a54d-2e626560bb28.jpeg (195.16 KiB) געזען געווארן 2077 מאל
שרייב פאוסט