די הויפט פראקסקיוטער פון די אונטערנאציאנאלע געריכט האט היינט און א אינטערוויו אויף סי-ען-ען געמאלדן אז ער האט אריינגעגעבן אן אפליקאציע בעפאר די געריכט, פאר א קרימינאלע ארעסט ווארענטס קעגן מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו און זיכערהייט מיניסטער יואב גאלאנט.
אזוי אויך האט ער פארלאנגט ארעסט ווארענטס קעגן כאמאס פירער יחיא סינוואר, מוכאמעד דעף דער קאמאנדיר פון די אל קאסעם בריגאדעס, און כאמאס פאליטישער פירער וואס געפינט זיך אין קאטאר איסמאעל האניא.
ניקל האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 20, 2024 9:54 am
די הויפט פראקסקיוטער פון די אונטערנאציאנאלע געריכט האט היינט און א אינטערוויו אויף סי-ען-ען געמאלדן אז ער האט אריינגעגעבן אן אפליקאציע בעפאר די געריכט, פאר א קרימינאלע ארעסט ווארענטס קעגן מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו און זיכערהייט מיניסטער יואב גאלאנט.
אזוי אויך האט ער פארלאנגט ארעסט ווארענטס קעגן כאמאס פירער יחיא סינוואר, מוכאמעד דעף דער קאמאנדיר פון די אל קאסעם בריגאדעס, און כאמאס פאליטישער פירער וואס געפינט זיך אין קאטאר איסמאעל האניא.
ביידען אייסערט זיך קעגן די אינטערנאציאנאלער געריכט:
מיר שטייען צו די זייט פון מדינת ישראל אין אירע באמיאונגן צו עלימינירן יחיא סינוואר און די אנדערע קצבים פון חאמאס.
ביידען: מיר ווארפן אפ דעם פראקוראר'ס פארלאנג אינעם האג טריבונאל, פאר באשולדיגונגען קעגן מדינת ישראל פירער. עס איז נישטא קיין פלאץ צו פארגלייכן צווישן מדינת ישראל און חאמאס. פארקערט צו דעם וואס זיי פריוון צו טענה'ן קעגן מדינת ישראל ביי דעם אינטערנאציאנאלן געריכט פון יוסטיץ – וואס איז געשען אין עזה איז נישט קיין 'גענאסייד'.
=
עס קוקט אויס אז עגיפטען האט געהאט א יד אין די החלטה פינעם האג געריכט, עס קען אנברענגען א גרויסע אנטיסעמיטיזעם אין די וועלט אויב אידן ווערן אפגעמאלן ווי די כאמאס.
די אנטיסמעטיזעם איבער די וועלט איז אין לשער און דאס איז דער איינציגע שולד פון די איזרעילי'ס אומאחריות'דיג אויפפירונג אין עזה.
דאס אז א גרויס חלק וועלט זאל אנקוקן דעם איד ווי א רודף און רוצח. און איינער וואס איז אומשטאנד צו דורכפירן גענסייד אויף א גאנצע פאלעסטינע פאלק און מיט דעם צייטוויליג בארעכטיגן היטלער ימ''ש.. דאס אז מ'זעהט 1939 סצענע'ס אויפן גאס דאהי אין אמעריקא און אין אייראפעאישע לענדער איז נאר אין רעזאלאט פון זייער מופקר'דיגע התנהגות וואס באדערט נישט אז זייערע מעשים אין מיטל מזרח גייט אפעקטירן גאנץ כלל ישראל איבער די גאנצע וועלט, און אונז אלע לייגן אין טיילווייזע סכנה.
און צו די זעלבע צייט שיקן זיי אריין אידישע קינדער זיך צו לאזן הרג'נען אין עזה אלעס פאר נקמה, און ווי כאילו זיי האלטן נאך אז דא גייט זיך טעראר אין מיטל מזרח ענדיגן קעגן אידן, די אלע שטעכערייען אין מדנ''י וואס איז געווארן מער זייט די מלחמה וואס האט שוין רעזאלטירט אין גרויסע מספרים טויטע איז אויך נאר צוטליב זייער מעשים.
וויאזוי האבן זיי נאר געזאגט?? איינמאל מ'גייט ענדיגן מיט צפון גייט זיין שלום אין מדנ''י.. איינמאל מ'ענדיגט כאן יוניס.. איינמאל מ'ענדיגט דזשאבאליע.. -אינצווישן אפאר טעראר אטאקעס אין מדנ''י זעלבסט, אינצווישן העסליכע פאסירונגען איבער די גארער וועלט- איינמאל מ'ענדיגט רפיח גייט זיין שלום.. עודך צוריק קיין צפון עזה.. צוריק קיין דזשאבאליע... ס'גייט הערשן שלום אין מדנ''י...
און דערווייל איז שוין געווען צענדליגע טויטע פון טעראר אטאקעס אין מדנ''י זעלבסט, הונדעטער טויטע יונגע זעלנער, הונדערטער אנטיסעמיטישע אטאקעס אלוועלטליך, פילע טויזענטער סטודענטן האבן באקומען א שלעכטע בליק אויף כלל ישראל וואס קען גאר אסאך שאטן אין די צוקונפט.

טרייבט מען נישט איבער דא מיט די נייעס?
איך האב פארשטאנען אז ס'איז ס"ה געווען יעצט א מאושן פון א פראסעקיוטער.
די צה"ל האט היינט ארויסגעשטעלט דראון פוטידזש פון בערך א חודש צוריק, ווי מ' זעהט אן אבווערזאציע דראון באמערקט עטליכע באוואפנטע טעראריסטן וואס ווארטן איבערצופאלן מדנ"י סאלדאטן.
ווען די טעראריסטן האבן באמערקט די דראון, האבן זיי עס געוואלט אראפשיסן, אבער אן ערפאלג.
דערנאך איז געקומען צו פליען א דראון וואס שיסט בּאָמבּעלעך, און אוועקגעלייגט די טעראריסטן.