בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 992
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1444

בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

בראשור

די פריער׳דיגע מעזבוזש נסיעה
פיילס
WhatsApp Image 2024-05-07 at 17.01.56_634e27cc.jpg
WhatsApp Image 2024-05-08 at 15.43.05_f19d0ab1.jpg
WhatsApp Image 2024-05-09 at 10.03.17_8d8646ee.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 992
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1444

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

האטעל אין קראקא
פיילס
WhatsApp Image 2024-05-06 at 19.03.29_feb77607.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6052
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13401

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 5:24 pm בראשור

WOWOW!!!

איז דאס א סדר הימים!
אוועיטער
א געזונטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:47 pm
x 46

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך א געזונטער »

ווער קען אלטס מיט גיין מיט די נסיעה?
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 992
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1444

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

א געזונטער האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:14 pm ווער קען אלטס מיט גיין מיט די נסיעה?
די נסיעה איז געמאכט פאר די רעיזער'ס פון די יערליכע קאמפיין, מ'דארף זיך אונטערנעמען צו שאפן $3,600 ביים קומענדיגן קאמפיין, ווער ס'איז נאכנישט געווען קיין רעיזער ביז היינט קען אויך מיטגיין אויב ער נעמט זיך אונטער צו שאפן דעי סכום
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3587
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5776

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך וואוילער »

דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:18 pm

און מ'דארף באצאלן צו מיטקומען, ריכטיג?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
משה יצחקי
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 12:36 am
Location: א סוד!
x 413

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך משה יצחקי »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:26 pm
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:18 pm
א געזונטער האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:14 pm ווער קען אלטס מיט גיין מיט די נסיעה?
די נסיעה איז געמאכט פאר די רעיזער'ס פון די יערליכע קאמפיין, מ'דארף זיך אונטערנעמען צו שאפן $3,600 ביים קומענדיגן קאמפיין, ווער ס'איז נאכנישט געווען קיין רעיזער ביז היינט קען אויך מיטגיין אויב ער נעמט זיך אונטער צו שאפן דעי סכום
און מ'דארף באצאלן צו מיטקומען, ריכטיג?
יא
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6052
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13401

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מה יקר?
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 992
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1444

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

ביליגסטע פרייז $1,510 נאכדעם איז דא אסאך אפגרעידס ווי א אייל זיץ אדער א פענסטער נאך $30, אינשורענס נאך $50 וכו
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 992
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1444

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

די לינק זיך איינצושרייבן
יא אפילו די האסט נישט געהאט קיין פעידזש פאריאר, נעם דיל אונטער $3,600 פאר דאס יאר און געגאנגען
https://app.lalechet.com/tour/MasaHabonim
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 992
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1444

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

כבוד אחי ורעי שותפים במוסד הגדול והקדוש "בוני עולם"

הנה ימים באים, און מיר שטייען קוים צעהן טעג איידער דער גרויסער מסע הבונים, ווען יעדן טאג וואקסט דער עקסטאז און דער ערוואטונג לקראת דעם גרויסען נסיעה בכלל, און דער גרויסען ליל ל"ג בעומר בהילולא דרבי שמעון והרמ"א בפרט, כן יגיענו ה' אלקינו למועדים ולרגלים אחרים הבאים לקראתינו לשלום!

ווי שוין געמאלדן איז איינער פון די גאר שטארקע הויכפונטקען פון דעם מסע הבונים, דער גרויסער מעמד הדלקה רבתי בתופים ובמחולות ליל ל"ג בעומר אין קראקא, וואס וועט זיין בראשות המשפיע המפורסם הרב יוסף חיים גרינוואלד שליט"א בעל פרדס הצדיקים, זענען מיר דאך עוסק אין די עבודה פון ממשיך זיין קדושת מירון ושמחתה קיין קראקא, בבחי' נעקר הר מירון ובא לכאן, טוען מיר טאקע מעלדן מיט פרייד אז מיר וועלן האבן די זכי' און הנאה, אז די וועלט בארימטע יערליכע משמחים ביי די הילולא דרבי שמעון אין מירון, וועלן קומען באשיינען דעם מעמד ההדלקה, און משמח זיין מיט בשירה ובזמרה אויפן מירון'ער נוסח, לכבוד התנא האלקי רשב"י ולכבור רבינו הרמ"א! בראש וראשון דער וועלט בארימטער מירון שפילער רבות בשנים, ה"ה בנש"ק הרב מאיר אדלער הי"ו וואס וועט קומען צופארן משמח צו זיין לכבוד מעמד ההדלקה ואתו עמו דער "קאלרינעט שפילער הידוע" רבי אברהם קלעצקין הי"ו וואס איז משמח יערליך בהילולא דרבי שמעון אין מירון, ועוד ועוד, וואס היות אז בעוה"ר איז ליידער דער הייליגער הר מירון פארשפארט צוליב דעם מצב, קומען די "מירון'ער קלעזמיר" צופארן קיין קראקא, לכבוד ההילולא קדישא ולטובת המוסד הקדוש "בוני עולם".

אויך וועלן מיר האבן די הנאה, צו האבן מיט אונז, א שטארקע ידיד המוסד, דער באקאנטער משמח אלקים ואנשים, הרב ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן וואס וועט קומען זיין דער יושב ראש במשך דעם שבת קודש אין קראקא און אזוי אויך ביי די אנדערע מעמדים במשך הנסיעה, להנאת כל המשתתפים
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
משה יצחקי
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 12:36 am
Location: א סוד!
x 413

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך משה יצחקי »

טייערע חברים!

איך האלט פשוט אביסל מיט פון די נאנט אט די מעכטיגע נסיעה, וויל איך זאגן איין זאך, אזאנס איז נאכנישט געווען!

סיי די רחניות און תוכן איז עד להפליא.

וכן די גשמיות איז אויף א נעקסט לעוועל.

קענט וועיט!
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 992
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1444

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

משה יצחקי האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 9:03 pm טייערע חברים!

איך האלט פשוט אביסל מיט פון די נאנט אט די מעכטיגע נסיעה, וויל איך זאגן איין זאך, אזאנס איז נאכנישט געווען!

סיי די רחניות און תוכן איז עד להפליא.

וכן די גשמיות איז אויף א נעקסט לעוועל.

קענט וועיט!
Wow wow
Can't wait
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 992
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1444

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

עטליכע שותפים פרעגן די זעלבע שאלה

ווי און ווען גייט זיין די הויכפונקט פון די נסיעה?

רבותי, דער שאלה האט אסאך מער ווי איין תשובה, איך וועל פראבירען מפרט צו זיין בלויז עטליכע הויכפונטקען!

די ערשטע הויכפונקט וועט אוודאי זיין דער תפלת רבים, בקודש הקדשים, ביים ציון הקדוש פון דעם הייליגען רבין רבי אלימלך אין ליזענסק, ווי דער שליח פון אזויפיל לבבות נשברות רבי שלמה באכנער הי"ו וועט בתפלה ובתחנונים מעורר זיין רחמי שמים בזכותו פון דעם גרויסען קדוש ישראל, און דענאך וועט מען זאגן אינאיינעם דער תפלה קודם התפלה וואס איז נתחבר געווארן דורך דעם גרויסען צדיק הדורות, און דערנאך פרקי תהלים בהתעוררות רב צוזאמען אויסצובעטן בכח הרבים, כל מיני ישועות טובות למען הכלל והפרט!!

דער תפלת מעריב ליל שישי אין דעם הייליגען אלטער שול אין לאנצוט, מקום שהתפלל בו רבינו, דער הייליגער חוזה פון לובלין זי"ע, וואס האט געואווינט אין לאנצוט איידער ער איז געפארן קיין לובלין, דארט וועט מען הערן דברי התעוררות פון הגה"צ רבי מיכל שטיינמעטץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ב"פ ורב המוסד, ווי דערנאך וועט מען אינאיינעם פוקד זיין דער ציון הקדוש פון דעם הייליגען ראפשיץ'ער רב זי"ע וואס ליגט אין לאנצוט!

דער שבת אין קראקא וועט האבן אין זיך עטליכע גרויסע הויכפונקטען, ביי די תפלות, דרשות און הערליכע סעודות און רעוא דרעוין, וואס וועט אלעס אפגעראכטען ווערן מיט א זעלטענע געשמאק און שטארקע דערהויבענקייט!

מוצאי שבת אנגעהויבן פון מעריב אין די הייליגע רמ"א שול, די דרשת הכנה לעלי' לציון פון דעם באקאנטען ממלל רברבין הרב רבי מאיר צוויבעל שליט"א, די תפלות ביים גרויסען בעל ההילולא, דער הייליגער רמ"א זי"ע הוא וכל קדושיו עמו די שרפי מעלה גאונים וקדושים זכותם יגן עלינו!

דערנאך שמחת תורה מבחוץ, דער גרויסער פייער'דיגער הדלקה רבתי לכבוד התנא רבי שמעון בר יוחאי ולכבוד דער הייליגער רמ"א, משולב מיט רקודי קודש לכבוד ל"ג בעומר, ווען מען וועט האבן די זכי' צו הערן הייליגע דבורים בגודל קדושת הזמן והמקום פון דער מלהיב לבבות ישראל הרב יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, אשרי עין ראתה שמחת קהלינו!

זונטאג בייטאג ווען מען האבן די זכי' נפלאה צו זיין אויף דעם הייליגען מקום, כי שם לבבינו שואף זורח, דער ציון פון דעם הייליגען דברי חיים זי"ע אין צאנז, ווי מען וועט הערן דברי התעוררות פון הרב רבי מאיר צוויבעל אין דעם גרויסען הייליגען אוהל, און דערנאך וועט מען צוזאמען אויסבעטן כל מיני ישועות טובות במקום הקדוש והנורא!! דערנאך א תפלת מנחה אין דעם גרויסען היסטארישען שטאטישע שול אין צאנז ווי דער הייליגער דברי חיים פלעגט צו דאווענען יעדן טאג פון חודש אלול און נאך גרויסע זמנים!

תפלת נעילה וועט זיין ביים הייליגען רבי רבי מענדל'י אין רימנוב, דער צדיק וואס איז משפיע קדושה וטהרה אויף אידישע קינדער! דער צדיק וואס איז משפיע פרנסה בריווח פאר אידישע קינדער! בעצם ליל הילולא קדישא וועלן מיר האבן די זכי' זיך ארויפצוקלעטערן דעם הייליגען בארג צום ציון המצוינת, און מתפלל זיין בזכות דעם גרויסען בעל ההילולא, ווי עס וועט מעורר זיין הלבבות בדברי התעוררות ותפלה הרב רבי יוסף חיים גרינוואלד, און מיר וועלן אויסבעטן כל מיני ישועות טובות פאר אלע אידישע קינדער וואס דארפן!

איך האב פראבירט צו שרייבן עטליכע הויכפונטקען אבער עס איז פארשטייט זיך אלעס נאר אויפן שפיץ גאפל, ותן לחכם ויחכם עוד!
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 992
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1444

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

העסקן ר' חיים מאיר מארקאוויטש מגדולי עסקני בוני עולם פון פוילן ווי די הכנות גייען אן

ר' חיים מאיר ביים באזוכן היינט אין אוישוויץ א באראק ווי אונזערע זיידעס און באבעס זענען געשלאפן אויף די הארטע העלצער פארשמאכט און אויסגעהונגערט רח"ל, ווי רוב דערפון זענען ליידער אפפגעפירט געווארן און אומגעקומען אויף קידוש השם אין קאלעך אויבן ווי אוישוויץ הי״ד
פיילס
WhatsApp Image 2024-05-14 at 11.11.57_bbd06b89.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 992
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1444

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

לילה כיום יאיר - ל״ג בעומר תשפ״ד
פיילס
WhatsApp Image 2024-05-14 at 11.39.03_8ab91d7d.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 992
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1444

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

בעוד שבוע אחד!!!
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
משה יצחקי
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 12:36 am
Location: א סוד!
x 413

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך משה יצחקי »

שוין געבאקט א טיקעט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2963

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך אנדערער »

משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 7:11 pm שוין געבאקט א טיקעט.
אפדעיט אונז ביטע און פועל אלעס גוטס
אוועיטער
משה יצחקי
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 12:36 am
Location: א סוד!
x 413

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך משה יצחקי »

אנדערער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 9:45 pm
משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 7:11 pm שוין געבאקט א טיקעט.
אפדעיט אונז ביטע און פועל אלעס גוטס
אי"ה
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 992
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1444

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

אחי ורעי היקרים שיחיו

איך וויל זיך אנטשולדיגען אז מען האט נישט געשיקט קיין אפדעיטס די לעצטע דריי טעג, איך בין געפארן אויף א בליץ באזוך קיין פולין לקראת הנסיעה, און איך בין יעצט צוריק געקומען, און ברוך ה' אז איך האב מיטגעהאלטן פון די נאנט, ווי עס ווערט געמאכט ערנסטע פארשריט אין אלע תחומים פון דעם גרויסען מסע הבונים, און איך וועל בלי נדר מעלדן אלע פרטים אין די קומענדיגע מודעות, במועדו ובמקומו וכהלכתו.

א וויכטיגע מודעה פאר די וואס האבן זיך נאכנישט איינגעשריבען

דער פליגער איז מער ווייניגער אנגעפילט, איז עס איז געבליבען בלויז געציילטע פלעצער וואס מען קען נאך באשטעלן לעת עתה.

היות אז מיר ווייסן פון עטליכע ידידים וואס ווילען מיטקומען אבער זיי האבן זיך נאכנישט איינגעשריבען, בעט מען א בקשה נמרצה,

זייט נישט קיין צועק לשעבר! גייט שוין תיכף ארויף אויפן סייט און כאפט א פלאץ ווי לאנג עס איז נאך דא!!

וכל הקודם זכה!!!

בייגעלייגט איז נאכאמאל דער לינק זיך איינצושרייבן

https://app.lalechet.com/tour/MasaHabonim

ידידכם עוז

יוסף ירמי' ליפשיץ
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3587
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5776

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך וואוילער »

דו ביסט יוסף ירמי', אדער האסט געקאפיט אן אימעיל?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 992
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1444

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:37 am דו ביסט יוסף ירמי', אדער האסט געקאפיט אן אימעיל?
געקאפיט
כהאב געטראכט ביים שיקן טאמער איך זאל שרייבן אז ס'איז געקאפיט....
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 992
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1444

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

די פליגער איז פול!!

שרייב פאוסט